מאטי אילאוויטש, בדחן-קאמפאוזער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

מאטי אילאוויטש, בדחן-קאמפאוזער

תגובה דורך יא יא »

מאטי אילאוויטש, אויב האסטו געליינט איינע פון מיינע אנדערע אשכולות וועגן זינגער'ס האסטו שוין זיכער געזעהן דערמאנט זיין נאמען.
אין די יונגע דור איז דא אסאך טאלאנט, אבער מאטי איז פול מיט טאלאנטען ער איז א קאמפאזיטאר אין א בדחן,ווי אויך האט ער גאר שיינע שטימע.
מאטי איז טאקע א יונגע שטערן אין עולם הנגינה, אבער ער איז שוין זייער באקאנט אין די חסיד'ישע וועלט בפרט, און די עולם הנגינה בכלל.
בעיקר איז ער באקאנט געווארן מיט די ניגון "וואס איז יענער", אויף ליפא'ס טעיפ. די ניגון איז א הערליכע ניגון, וואס איז נאר 'איינער' פון מאטי'ס מעלות, אבער בנוסף צו דעם האט ער וואונדערבארע איינפאלן, די רעיון פון דער ניגון אז די גאנצע וועלט טאנצט נאך דעם 'יענער' און עס אריינלייגן אין הערליכע גראמען, איז געוועהן א חידוש פאר יעדער וואס האט דאס געהערט.

בדחנות
משחר טל ילדותו האט מען שוין אנגמערקט אויף דעם קליינעם מרדכי'לע אז עס וואקסט דא אונטער א נייער מוזיקאלישער טאלאנט. מאטי האט שוין אליין געשריבן און געזינגען גראמען פאר מסיבות, שמחות, סיומים וכדומה, אינדערהיים, חדר, ישיבה, ווי אויך ביי משפחה שמחות.
ווען ער איז אלט געוועהן זיבעצן יאר און האט די ערשטע מאל געגראמט ביי א קבלת פנים, האט דער עולם משתתפים, אלע אינאיינעם, באוואונדערט דעם אינגן בחור'ל וואס שטייט אין גראמט בפני קהל ועדה כזקן ורגיל.
מאטי איז נערץ אין ארויפגעקוקט ביי די גרעסטע שטערנ'ס אין היימישן וועלט פון נגינה, אזוי ווייט אז ער ווערט כסדר געלאדענט אויפצוטרעטן ביי די שמחות פון זייערע קינדער שיחיו, ווי דער עולם טוט קענען לערנען דעם מאטי'ן אין זיין שם טוב ווערט צושפרייט פון מויל צו אויער. אשטייגער די הערליכע ארבעט וואס ער האט נארוואס אראפגעלייגט ביי די מצוה טאנץ פון א קינד פון ר' מיכאל שניטצלער נ"י פארגאנגענע חודש אדר תשס"ח.

-דא האט איר א לינק צו ווי מאטי גראמט די ערשטע מאל ביי א חתונה

קאמפאזער
מאטי אילאוויטש האט שוין מחבר געווען אלץ קינד גאר א שיינע ניגון אויף די ווערטער 'הבט משמים וראה', זיינע חברים האבן עס טאקע זייער שיין געזינגען צוזאמען ביי זיין בר מצוה.

די ערשטע ניגון צו ווערן פארקויפט פאר א זינגער איז די ניגון 'בית נאמן בישראל',(איר קענט הערן א סעמפעל אין די אשכול פון ישראל ווערדיגער) די ניגון האט ער געמאכט פאר ישראלי ווערדיגער'ס נייע טעיפ וואס הייסט טאקע בית נאמן בישראל. די ערשטע ניגון ארויסצוקומען אויף אן אלבום איז די ניגון 'וואס איז יענער', וואס ער האט געמאכט פאר ליפא. אזוי ווי אויבן דערמאנט.
(ליפא שרייבט אויף איהם 'מאטי אילאוויטש האט שון אין די לעצטע צוויי צענדליג יארן קאמפאזירט קרוב צו צוויי הונדערט ניגונים פאר די גרעסטע זינגערס וואס ווערט געזינגען אין אלע קרייזן. יא מאטי! אזוי וועט מען שרייבן יארן ארום, אבער איך געדענק ווען עס האט זיך אנגעהויבן...', אזוי שרייבט ליפא אין זיין אלבום) ווען איך האב עס געליינט האב איך געטראכט צו מיר 'ליפא האט א גוטע שרייבער', אבער איך האב מיך אביסל באקענט מיט מאטי, און עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו רעדן צו עטליכע גרויסע זינגערס און טוערס אין די עולם הנגינה, און איך האב איינגעזעהן אז עס איז גארנישט קיין ווערטל, מאטי איז א שנעל אויפגייענדע שטערן אין די עולם הנגינה.
אסאך פון די גרויסע זינגער'ס אין די חרד'ישע וועלט ארבעטן יעצט אויף נייע אלבום'ס, א גרויסע חלק פון זיי וועלן האבן ניגונים פארפאסט דורך מאטי אילאוויטש.

אויב זענט איר נייגעריג צו וויסן אביסל מער וועגן דעם מאטי אילאוויטש שרייב עס צו אין א תגובה, איך וועל פראבירן צו אדרעסירן אלע נושאים.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובה דורך מאשקע »

וואו וואוינט ער? וואו באלאנגט ער? און ווי אלט איז ער?
An article a day keeps the babies away
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

תגובה דורך איזאק »

קיינמאל נאך נישט געהערט פון אים.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

יישר כח רב "יא יא" פארן עפענען א אשכול איבער אום, און טאקע ביי די ניגון וואס ער האט געמאכט אויף ליפא'ס טעיפ - וואס אגב האלטן רוב צוהערער אז דאס איז די געלינגענסטע ניגון פון די טעיפ! - האב איך איינגעזעהן אז מ'רעדט פון א געלונגענער אינגערמאן מיט זעלטענע קוואליפיקאציעס.

מאָטי (נישט מאַרטי..) וואוינט אין וויליאמסבורג, איך מיין אין בעדפארד גאנדענס. (כ'ווייס נישט קין אפארטמענט נומער..) ער האט חתונה געהאט ממש לעצטענס. מיסתמא אנדערהאלבן יאר צוריק.

איזאק, דאס אז די האסט נישט געהערט פון אום איז נישט קיין גרויסע חידוש, ער איז א שטילער אינגערמאן, און בכלל איז ער נישט געווען באוויסט ביז די לעצטיגע טעיפ פון ליפא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובה דורך ישראל_הלוי »

קודם א גרויסן יישר כח רב יא יא פארן עפענען די אשכול.

דער נאמען מאטי איליאוויטש וועט מען נאך אסאך הערן אי"ה ביים היימישן עולם, א אינגערמאן מלא תוכן אין באשאנקן מיט טאלאנטן.

ובפרט איז ער מפורסם מיט זיין גוט הארץ, אין זיין שמייכל וואס ער גיט אפ פאר יעדן איד.

ער איז אן אייניקל פון שאמשאנער רב ז"ל.

ער האט דעם פאריגן שבת געמאכט א שמחה, א קידוש פאר זיין ערשטע קינד בת תחלה סימן יפה לבנים, ביים קידוש האט זיך ספעציעל אנגעזען דער גאסט ר' ליפא שמעלצער וואס איז געקומען אויף שבת קיין וויליאמסבורג לכבודו פון מאטי'ן. דער עולם האט פארברענגט לאנגע שעות מיט שירות ותשבחות, אין עס איז קענטיג געווען די גרויסע הערצה וואס דער עולם האט צו איהם.

מאשקע, ער וואינט טאקע אין ווילי אבער נישט אין די גאנדענס...
אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובה דורך MUTCHE »

ער האט אויך געשריבן ווערטער אויף א ניגון פון חיים ישראל און מנחם מאשקאוויטש זינגט דאס אויף זיין נייעם אלבאום
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

איך הער יעצט אויס די מצוה טאנץ גראמען, עס הערט זיך זייער שיין. א געשמאקע שטומע, פיינע תוכן און גוטע גראמען.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובה דורך ישראל_הלוי »

הרב יא יא האט נישט אנגערירט אויף נאך א נקודה וואס כ'האלט עס איז כדאי ארויסצוברענגן דא.

מאטי האט אויך שוין געוויזן זיינער טאלאנטן מיט קינדער קאורס, ער איז געווען א מדריך אין צעהלימע'ר קעמפ ווי ער האט מחבר געווען אין ארגאנאזירט מיט די קינדער הערליכע ניגונים אין גראמען אזש אזוי ווייט אז מען האט דאס צוזאמגענומען אויף א טעיפ אין פון דעם איז ארויסגעקומען יעצט נישט לאנג צוריק די שיינע קינדער דיסק 'מה טוב ומה נעים' וואס איז צוכאפט געווארן אין די געשעפטען, דאס אלעס איז מעשי ידיו פון אונזער ר' מרדכי!

כה לחי!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובה דורך איך_הער »

יאפס, די גראמען זענען זייער הארציג און תוכן'דיג. יישר כחכם.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובה דורך מאשקע »

יעצט געהערט די גראמען און זייער הנאה געהאט. ער טויג באמת.
An article a day keeps the babies away
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובה דורך יא יא »

ישראל_הלוי האט געשריבן:הרב יא יא האט נישט אנגערירט אויף נאך א נקודה וואס כ'האלט עס איז כדאי ארויסצוברענגן דא.

מאטי האט אויך שוין געוויזן זיינער טאלאנטן מיט קינדער קאורס, ער איז געווען א מדריך אין צעהלימע'ר קעמפ ווי ער האט מחבר געווען אין ארגאנאזירט מיט די קינדער הערליכע ניגונים אין גראמען אזש אזוי ווייט אז מען האט דאס צוזאמגענומען אויף א טעיפ אין פון דעם איז ארויסגעקומען יעצט נישט לאנג צוריק די שיינע קינדער דיסק 'מה טוב ומה נעים' וואס איז צוכאפט געווארן אין די געשעפטען, דאס אלעס איז מעשי ידיו פון אונזער ר' מרדכי!

כה לחי!

איך בין נאך נישט אזוי היימיש מיט מאטי אז איך זאל האבן דורך געשמועסט מיט אים זיין גאנצע לעבנס היסטאריע. אבער דאס איז די ציל פון עפענען אשכולות וועגן נייע שטערנס אין די עולם הנגינה, אז אונז זאלן זיך אביסל באקענען מיט זייער טאלאנטען, און מען זאל וואוסן וועגן וועמען מען רעדט ווען מען הערט א נאמען.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

יישר כח "יא יא" פאר די גראמען לינק, ס'יז הערליך שיין, מלא תוכן און זייער הארציג.

ישראל הלוי, גוט אז די זאגסט מיר איבער דעם צעהלים'ער טעיפ, איך הער עס לעצטענס אסאך אין מיין חבר'ס קאר, איך האב נישט געוויסט ווער עס האט עס אראנדזשירט, ס'איז הערליך שיין. די קינדער קאור איז ספעציעל גוט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובה דורך בןהרחמן »

איך האב פונקט לעצטענס גערעדט צו א חבר וואס איז זייער נאנט מיט איהם, ער האט איהם אויך מורא'דיג משבח געווען זיינע טאלאנטען אין נגינה און בדחנות, ווי אויך זאגט ער מיר איז ער אין יעדע מוזיקאלישע זאך זייער באהאוואנט און קען שפילן אויף פארשידענע אינסטרומענטן, שטאמענדיג פון א חשובע משפחה איז צום האפן אז ער וועט נאך אסאך באשיינען די חסידישע וועלט מיט זיין געלוגענעם חוש און זיך האלטן מיטן חסידישן געשמאק.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובה דורך דארפסמאן »

איך קען מאטי אויפן פנים שוין בערך א יאר אין איך האב מיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט אז ער קען זינגען ער קוקט אויס אינדערויסן צי זיין אביסל א שטילער אבער איך האב געהערט די גראמען און פארפאלען ער טויגט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
שלומי

תגובה דורך שלומי »


הערליך!!!!
איז דא נאך קליפס פון אים?
nuta

תגובה דורך nuta »

He made a song for Weber's new album. here is the article

http://thejewishinsights.com/wp/?p=234
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובה דורך יא יא »

nuta האט געשריבן:He made a song for Weber's new album. here is the article

http://thejewishinsights.com/wp/?p=234

נטע'לע דו דארפסט נישט אראפברענגען א לינק פון פרעמדע אז איך האב דאכצעך מיר שוין געשריבן וועגן וועבערס אלבום אין א באזונדערע אשכול.
אזוי אויך ווערט מאטי'ס נאמען דערמאנט אין אשכולות פון אנדערע זינגערס, ווי שלומי טויסיג, ישראלי ווערדיגער, שלומי גערטנער, ליפא און נאך.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
בסייעתא דשמיא

תגובה דורך בסייעתא דשמיא »

די גראמען איז הערליך, איך הער עס איבער און איבער. ער נעמט שוין אן חתונות?
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובה דורך יא יא »

אודאי, נאר א האלבע יאר נעמט ער אן דשאבס אבער ער גראמט שוין אויף עטליכע חתונות א וואך.
אויב ווילסטו אים באשטעלן קענסטו מיר שיקן א פריוואטע הודעה און איך וועל דיר געבן זיין נומבער.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובה דורך ישראל_הלוי »

מאטי איז נישט אדווערטייזט אין ערגעץ אבער אזוי ווי מיר ווייסן דאך אז א גוטע נאמען פארט זייער שנעל, ווערט מען געוואיר פון איהם, ער גראמט שוין טאקע אויף עטליכע שמחות א וואך, ווי ער נעמט אויס זייער שיין ביים עולם.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובה דורך יא יא »

ישראל_הלוי האט געשריבן:מאטי איז נישט אדווערטייזט אין ערגעץ אבער אזוי ווי מיר ווייסן דאך אז א גוטע נאמען פארט זייער שנעל, ווערט מען געוואיר פון איהם, ער גראמט שוין טאקע אויף עטליכע שמחות א וואך, ווי ער נעמט אויס זייער שיין ביים עולם.

אנטשולדיגט פאר קריטיקירן דיין שרייב ווערג, אבער איך מיין אז "זייער שיין" איז צו ווייניג אויסגעדרוקט.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובה דורך ישראל_הלוי »

מעגסט קריטיקירן מיין שרייב 'ווערק' אבער נישט מיין שרייב 'ווערג'.. נאו אפפענס...

אבער גערעכט איז גערעכט! זייער שיין איז ווייניג געזאגט!
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובה דורך יא יא »

יא, אונז הייבן שוין אן צו אנערקענען אז א אלבום וואס קומט ארויס אין די חסיד'ישע מארקעט, קען נישט זיין א געלונגענע אלבום אן מאטי איללאוויטש האבן צוגעלייגט א האנט.
אין די נייע אלבום פון ישראלי ווערדיגער (בית נאמן בישראל) איז דא צוויי ניגונים וואס מאטי האט קאמפאוזט, און אויף איינער פון די ניגונים האט מאטי געשריבן די אידישע ווערטער.
היינט אינדערפרי אויף די וועג צו די ארבעט האב איך געשמועסט מיט א חבר, און אינמיטן שמועסן האט זיין סעלל פאון אנגעהויבן קלינגען מיט א ניגון וואס האט מיר אויסגעזעהן צו זיין באקאנט, ער האט לכבוד מיר נישט אויפגעהויבן די פאון ביז איך האב געכאפט אז דאס איז די נייע ניגון ישראל ביחד אויף ישראלי ווערדיגערס אלבום וואס מאטי האט פארפאסט. עס איז באמת א הערליכע חסיד'ישע HORAH.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובה דורך יא יא »

מאטי איללאוויטש מיט ליפא שמעלצער ביי די סטיטשינער חתונה אין לאס אנדשעלעס.
זיי האבן געזינגען בדחנות צוזאמען.
אטעטשמענטס
stichiner3.jpg
stichiner3.jpg (20.97 KiB) געזען 17929 מאל
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
himish singer

מאטי אילאוויטש - RCCS דינער תשס"ט

תגובה דורך himish singer »

יעצט באקומען אן אימעיל

Not a dry eye in the house”

Check out this amazing song sung by Mutty Illowitz & Hamzamrim at the RCCS Williamsburg Annual Dinner”
Click site below
http://www.rofehcholim.org
פארשפארט

צוריק צו “היכל הנגינה”