balkishron האט געשריבן:For some reason the cbo projects always pro the democrats they don't smell good at all
Or Maybe the gop only knows how to screw up
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
שאהן הענניטי האט געשריבן:דאכט זיך ארויפגערוקט פון פינף מיליאן צו צעהן מיליאן
רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:דריי סענאט דעמאקראטן פון רויטע שטאטן פארהאנדלען מיט'ן ווייסן הויז איבער שטיצן די טעקס רעפארם ביל.
http://www.cnn.com/2017/09/12/politics/ ... index.html
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:House GOP tax plan would add $1.7 trillion to debt over decade, CBO projects
כאפצעם האט געשריבן:-נידערן די קארפערעט טעקס ראטע.
די פלאן נידערט די יעצטיגע קארפערעט ראטע פון %35 צו בלויז %20. עס וועט אויך לימינירן די קארפערטעט אלטערנאטיוו מינימום טעקס. די פלאן רופט אויך צו "אויפקומען מיט עצות" וויאזוי צו רעדוצירן אויסלענדישע אינוועסטמענטס.
כאפצעם האט געשריבן:-רעדוצירן די יעצטיגע 7 קאטאגאריעס אינקאם טעקס צו בלויז 4 קאטאגאריעס.
די יעצטיגע ערשטע (און גרעסטע) קאטאגאריע מענטשן וואס רעכנט די וואס פארדינען ביז $75,000 א יאר און צאלט יעצט %10 וועט ארויפגיין מיט 2 פונקטן צו %12.
די וואס פארדינען ביז $153,00 און צאלן יעצט %15 וועלן אראפגיין מיט 2 פונקטן צו %12.
די וואס פארדינען ביז $233,000 וועלן בלייבן מיט זייער ראטע פון %25.
די וואס פארדינען ביז $416,000 און צאלן יעצט %28 וועלן אראפגיין מיט 3 פונקטן צו %25.
די וואס פארדינען ביז $470,000 און צאלן יעצט %33 וועלן ארויפגיין מיט 2 פונקטן צו %35.
די וואס פארדינען פון $470,00 און העכער (%1 אמעריקאנער) און צאלן יעצט %39.6 וועלן אראפגיין מיט 4.6 פונקטן צו %35.
די פארדינער העכער א האלב ביליאן בלייבן מיט זייער %39.6 ראטע.
כאפצעם האט געשריבן:עלימינירן לאקאלע סטעיט טעקס דעדאקשנס.
מען עלימינירט די סטעיט טעקס דעדאקשנס אבער (אנדערש ווי געפלאנט) לאזט מען פראפערטי טעקס דעדאקשן ביז $10,000
כאפצעם האט געשריבן:-העכערן די קינדער טעקס קרעדיט.
לויטן יעצטיגן געזעץ קענען מיטן קלאס עלטערן וואס פארדינען ביז $110,000 יערליך קריגן א $1000קרעדיט פאר יעדעס קינד. די יעצטיגע פלאן העכערט די קרעדיט צו $1600 און העכערט די איינקופט עלעזשעביליטי צו אריינעמען אויך רייכערע פארדינער.
כאפצעם האט געשריבן:-רעדוצירן די מארטגעדזש דעדאקשנס.
די ביז יעצטיגע דעדאקשן וואס קוואליפיצירט אויף ביז 1 מיליאן מארטגעדזש וועט ווערן רעדוצירט אין העלפט צו מארטגעדזשעס ביז $500,000
כאפצעם האט געשריבן:-עלימינירן די עסטעיט טעקס.
דאס איז א טעקס אויף ירושה וואס איז העכער 5.5 מיליאן דאלאר פאר סינגל, און 10 מיליאן פאר א קאפל. לויטן פלאן ווערט דאס גענצליך עלימינירט.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אויב מ'האט 5 קינדער און מ'מאכט 75K באקומט מען יעצט א ריפאנד, און לויט די נייע געזעץ אויך, און די ריפאנד גייט זיין גרעסער... (איך גיי לויט טעקס יאר 2016)
75,000 מיינוס 12,600 סטענדערד דידאקשען איז 62,400, מיינוס 28,350 עקזעמפשאנס איז 34,050. אויף די אמאונט איז די טעקס 4,184, קומט די טשיילד טעקס קרעדיט און נעמט אוועק די גאנצע 4,184, און די איבריגע 816 צו 5,000 באקומט ער אלס א ריפאנד.
לויט די נייע געזעץ איז 75,000 מיינוס 24,000 סטענדערד דידאקשען איז 51,000, נישטא קיין עקזעמפשאנס סאו דארף ער צאלן 12 פראצענט 6,120. יעצט באקומט ער טשיילד טעקס קרעדיט פון 8,000 באצאלט ער גארנישט, און איך האב ביזדערווייל נישט געטראפן אז די קרעדיט גייט נישט זיין ריפאנדעבל, סאו די ריפאנד איז 1,880.