פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

@הצעיר.

איז זייער פסק אז דאס האט גארנישט מיט תשס"ד? אדער מיינט דאס אז זיי זענען מקיל לגבי שאלת תשס"ד?
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:פארוואס הערט מען גארנישט פון די לאקאלע רבנים להיתר או לאיסור?

כהאב געהערט פון אפאר לאקלאלע רבנים אז עס איז בכלל נישט קיין שאלה, די צוויי וואס לאזען איבערזאגען בשמם, איז הגאון רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב.פ., און הגאון רבי גבריאל ציננער שליט"א אב"ד ומח"ס נטעי גבריאל, אויכעט האט רבי מיכל שטיימעץ געזאגט אז ער האט גערעדט מיט הג"ר משה שאול קליין שליט"א פון בני ברק אין ער זאגט אויך אז עס איז בסדר אין מען דארף נישט מחמיר זיין.

גוט צו הערן, ווייסט אפשר מער פרטים פארוואס זיי האבן אזוי געפסקנט?
דו האסט אליינס אנגעפרעגט אדער זיי האבן געשריבן זייער פסק?

גערעדט מיט ביידע:
רבי גבריאל זאגט אז עס איז נישט "בפניו" ווייל מען שערט עס א גאס אוועק פונעם ע"ז, אין די אלע טענות אז דא איז אנדערש דלעתו איז בגדר חידוש, אין מען דארף מוכיח זיין אז עז איז טאקע ריכטיג, און ממילא המוציא מחבירו עליו הראי', ועוד דעיס איז בכלל ניישט די וועג פין דינען דעי סארט ע"ז ע"ז נאר מען טיט עס אלץ 'הכנעה', צו וייזען א סארט ביטול פאר די געטשקע רח"ל, ממילא איז עס אויך נישט בכלל תקרובת וכו', אין לדעתו איז עס אפי' מותר בהנאה (יש גם תשובה מהגאון רבי נתן גשטטנער זצ"ל שפסק כן להקל בזה).
בערך די זעלבע האט מיר רבי מיכל געזאגט, און בעיקר גייט ער מיט'ן צווייטע טענה אז עס איז בכלל נישט קיין מתנה פאר די ע"ז, די ע"ז דארף נישט דעם האר, אין האט נישט וואס צו טיען מיט עס, והראיה ער פארקויפט עס, עס איז סך הכל א וועג פון הכנעה, אין פארשטייט זיך אז זיי רייטען אויף די נארישע גלויביגע מענטשען, אין מאכען גרויס געלט אויפען חשבון, אבער עס איז נישט בכלל תקרובת.
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

El Rushbo האט געשריבן:@הצעיר.

איז זייער פסק אז דאס האט גארנישט מיט תשס"ד? אדער מיינט דאס אז זיי זענען מקיל לגבי שאלת תשס"ד?

זיי זענען מקיל לגבי תשס"ד, ווייל מען האט נישט געגעבען ריכטיגע אינפארמאציה פאר די רבנים, אין וויפיל מער מען קיקט אין די literature זייערע זעהט מען קלאר אז עס איז נישט קיין מתנה, נאר א שיטה אין מהלך פון זיך מכניעה זיין !

א דאנק פאר די אינפארמאציע, זייער אינטערסאנט!

האבן זיי אמאל געשריבן א בירור בכתב אז זיי טוישן מיינונג? אדער האבן זיי שוין דעמאלטס מקיל געווען?
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

El Rushbo האט געשריבן:

נאך א נקודה וואס איינער פון דעי צווי, און נאך איין רב (הרוצה בעילום שמו) האבען מיר געזאגט, אז א רב פון אר"י וואס האט גערעדט מיט זיי, וואס ער איז פון די שטארקע עסקנים צו אסרען די אינדיאנער שייטלען, האט זיי מסיח לפי תומם געזאגט, "אז מען מיז ממילא אסרען די שייטלעך, אויב עס גייט נישט די געהעריגע וועג דארפען מיר טרעפען אנדערע מיטלען".
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:פארוואס הערט מען גארנישט פון די לאקאלע רבנים להיתר או לאיסור?

כהאב געהערט פון אפאר לאקלאלע רבנים אז עס איז בכלל נישט קיין שאלה, די צוויי וואס לאזען איבערזאגען בשמם, איז הגאון רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב.פ., און הגאון רבי גבריאל ציננער שליט"א אב"ד ומח"ס נטעי גבריאל, אויכעט האט רבי מיכל שטיימעץ געזאגט אז ער האט גערעדט מיט הג"ר משה שאול קליין שליט"א פון בני ברק אין ער זאגט אויך אז עס איז בסדר אין מען דארף נישט מחמיר זיין.

גוט צו הערן, ווייסט אפשר מער פרטים פארוואס זיי האבן אזוי געפסקנט?
דו האסט אליינס אנגעפרעגט אדער זיי האבן געשריבן זייער פסק?

גערעדט מיט ביידע:
רבי גבריאל זאגט אז עס איז נישט "בפניו" ווייל מען שערט עס א גאס אוועק פונעם ע"ז, אין די אלע טענות אז דא איז אנדערש דלעתו איז בגדר חידוש, אין מען דארף מוכיח זיין אז עז איז טאקע ריכטיג, און ממילא המוציא מחבירו עליו הראי', ועוד דעיס איז בכלל ניישט די וועג פין דינען דעי סארט ע"ז ע"ז נאר מען טיט עס אלץ 'הכנעה', צו וייזען א סארט ביטול פאר די געטשקע רח"ל, ממילא איז עס אויך נישט בכלל תקרובת וכו', אין לדעתו איז עס אפי' מותר בהנאה (יש גם תשובה מהגאון רבי נתן גשטטנער זצ"ל שפסק כן להקל בזה).
בערך די זעלבע האט מיר רבי מיכל געזאגט, און בעיקר גייט ער מיט'ן צווייטע טענה אז עס איז בכלל נישט קיין מתנה פאר די ע"ז, די ע"ז דארף נישט דעם האר, אין האט נישט וואס צו טיען מיט עס, והראיה ער פארקויפט עס, עס איז סך הכל א וועג פון הכנעה, אין פארשטייט זיך אז זיי רייטען אויף די נארישע גלויביגע מענטשען, אין מאכען גרויס געלט אויפען חשבון, אבער עס איז נישט בכלל תקרובת.

יש"כ.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

שכח הצעיר.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

יוסף משה האט געשריבן:איז קען דאך דאך שוין יעדער גיין מיט די אייגענע אפגעשוירענע האר. (ועי' בעט"ז או"ח סי' ע"ה)

כדי צו מאכן א שייטל פון האר דארף די האר זיין היפש לענגער ווי וואס מען וויל די שייטל זאל זיין, איז כדי מען זאל דאס קענען מאכן וועלן די מיידלעך פאר די חתונה דארפן גיין לאנגע האר (כנגד המחצית השקל)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
Hershy Fogel
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:36 am

רבנים המתירים שייטלעך פון אינדיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy Fogel »

פעלעד האט געשריבן:
מיר אלע געדענקן נאך די שייטלעך סקאנדאל שנת תשס"ד ווען פיל ערליכע יידן האבן אנגענומען דעם פסק פון מרן בעל 'שבט הלוי' און הגרי"ש אלישיב מיט יבלחט"א הגר"מ שטרנבוך ראב"ד ירושלים און הג"ר קרליץ שליט"א ודעימיה, אז האר געשניטן אין אינדיע בבתי ע"ז האט דין תקרובת ע"ז שאינו בטל, ווען הרב אלישיב מיט די ראב"ד און נאך האלטן אז סאיז א דאורייתא גמור און די האר מיז מען פארברענען, און הרב וואזנער האט מיקל געווען אז סאיז נישט קיין דאו' דערפאר איז גענוג נישט ניצן אבער מען דארף נישט פארברענן.
רוב מנין ובנין פון כלל ישראל האט בזמנו אנגענומען די פסקים פון רוב גדולי ישראל.

ווער קען אראפברענגען א ליסטע פון רבנים המתירים שייטלעך וואס זענען 100 פראצענט פון אינדיע

הגרחיד"א ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן
הגר' מעדל זילבער דומ"ץ התאחדות הרבנים
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

Hershy Fogel האט געשריבן:

הגרי"מ שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא ב.פ.
הגר"ג ציננער בעל נטעי גבריאל
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

חוקר האט געשריבן:
יוסף משה האט געשריבן:איז קען דאך דאך שוין יעדער גיין מיט די אייגענע אפגעשוירענע האר. (ועי' בעט"ז או"ח סי' ע"ה)

כדי צו מאכן א שייטל פון האר דארף די האר זיין היפש לענגער ווי וואס מען וויל די שייטל זאל זיין, איז כדי מען זאל דאס קענען מאכן וועלן די מיידלעך פאר די חתונה דארפן גיין לאנגע האר (כנגד המחצית השקל)

א מראה מקום ביטע. יש''כ למפרע
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אגב, הער איך אז ביי די ווייבער שול רעדט מען שוין פון דעם נושא.

און א יש''כ הרב @פעלעד פארן עפענען דעם נושא.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

אינטערעסאנט, אז ביי די שייטלעך פארשטייט מען אז די "אוסרים" האבן אן אינטערסע... ס'איז געספאנסערט דורך די סינטעטיק פירמע... וכדומה וכדומה, און מיט דעם וויל מען מבטל זיין די פסק פון פילע גדולי הרבנים, אשר קטנם עבה ממתני.
און ביי די עופות, איז די ניגון געגאנגען פארקערט, די "מתירים" האבן אן אינטערעסע... ס'איז די גרויסע ביזנעס פון די בתי שחיטה... וכדומה וכדומה, און מיט דעם וויל מען מבטל זיין די פסק פון פילע גדולי הרבנים, אשר קטנם עבה ממתני.

רבותי, הערט אויף מיט די דברי בלע, ביי יעדע שאלה ונידון, מעג זיין א מחלוקת הפוסקים, און אפילו טאמער גדולי הרבנים האלטן איין זייט, און אנדערע - אפשר קלענערע - רבנים האלטן אנדערש, דארף מען נאכנישט טרעפן סיבות און נגיעות פארוואס דער האלט אזוי און יענער אנדערש, ניין, זיי האבן די פולע רעכט צו מחולק זיין אין די הלכה און דעת תורה.

פארשטייט זיך אז די הכרעה וועט שוין יעדער אליינס מאכן, ווער ס'וועט וועלן אננעמען להיתר, וועט זאגן "מיין רב איז מתיר", "די אוסרים האבן נגיעות", וכדומה וכדומה, און ווער ס'וועט וועלן אננעמען לאיסור וועט זאגן "די מתירים האבן נגיעות", "די גדולי הרבנים אסר'ן" וכדומה וכדומה. אבער זעלבסט פארשטענדליך, אז די ווערטער קומען נאר, ווייל "איך" וויל אננעמען אזוי אדער פארקערט, אבער לאמיתו של דבר, ערליכע רבנים און גדולי ישראל, פסק'נען מיט די הלכה און דעת תורה, און נישט לויט די נגיעות פון יעדע אייוועלט שרייבער (אריינגערעכענט אנכי הקטן).
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
קאפ און אקסל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפ און אקסל »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
Hershy Fogel האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:
מיר אלע געדענקן נאך די שייטלעך סקאנדאל שנת תשס"ד ווען פיל ערליכע יידן האבן אנגענומען דעם פסק פון מרן בעל 'שבט הלוי' און הגרי"ש אלישיב מיט יבלחט"א הגר"מ שטרנבוך ראב"ד ירושלים און הג"ר קרליץ שליט"א ודעימיה, אז האר געשניטן אין אינדיע בבתי ע"ז האט דין תקרובת ע"ז שאינו בטל, ווען הרב אלישיב מיט די ראב"ד און נאך האלטן אז סאיז א דאורייתא גמור און די האר מיז מען פארברענען, און הרב וואזנער האט מיקל געווען אז סאיז נישט קיין דאו' דערפאר איז גענוג נישט ניצן אבער מען דארף נישט פארברענן.
רוב מנין ובנין פון כלל ישראל האט בזמנו אנגענומען די פסקים פון רוב גדולי ישראל.

ווער קען אראפברענגען א ליסטע פון רבנים המתירים שייטלעך וואס זענען 100 פראצענט פון אינדיע

הגרחיד"א ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן
הגר' מעדל זילבער דומ"ץ התאחדות הרבנים

הגרי"מ שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא ב.פ.
הגר"ג ציננער בעל נטעי גבריאל

נעמען אן א געשריבענע תשובה איז חספא בעלמא.
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

ווערעצקי האט געשריבן:אינטערעסאנט, אז ביי די שייטלעך פארשטייט מען אז די "אוסרים" האבן אן אינטערסע... ס'איז געספאנסערט דורך די סינטעטיק פירמע... וכדומה וכדומה, און מיט דעם וויל מען מבטל זיין די פסק פון פילע גדולי הרבנים, אשר קטנם עבה ממתני.
און ביי די עופות, איז די ניגון געגאנגען פארקערט, די "מתירים" האבן אן אינטערעסע... ס'איז די גרויסע ביזנעס פון די בתי שחיטה... וכדומה וכדומה, און מיט דעם וויל מען מבטל זיין די פסק פון פילע גדולי הרבנים, אשר קטנם עבה ממתני.

רבותי, הערט אויף מיט די דברי בלע, ביי יעדע שאלה ונידון, מעג זיין א מחלוקת הפוסקים, און אפילו טאמער גדולי הרבנים האלטן איין זייט, און אנדערע - אפשר קלענערע - רבנים האלטן אנדערש, דארף מען נאכנישט טרעפן סיבות און נגיעות פארוואס דער האלט אזוי און יענער אנדערש, ניין, זיי האבן די פולע רעכט צו מחולק זיין אין די הלכה און דעת תורה.

פארשטייט זיך אז די הכרעה וועט שוין יעדער אליינס מאכן, ווער ס'וועט וועלן אננעמען להיתר, וועט זאגן "מיין רב איז מתיר", "די אוסרים האבן נגיעות", וכדומה וכדומה, און ווער ס'וועט וועלן אננעמען לאיסור וועט זאגן "די מתירים האבן נגיעות", "די גדולי הרבנים אסר'ן" וכדומה וכדומה. אבער זעלבסט פארשטענדליך, אז די ווערטער קומען נאר, ווייל "איך" וויל אננעמען אזוי אדער פארקערט, אבער לאמיתו של דבר, ערליכע רבנים און גדולי ישראל, פסק'נען מיט די הלכה און דעת תורה, און נישט לויט די נגיעות פון יעדע אייוועלט שרייבער (אריינגערעכענט אנכי הקטן).

כ'האב סך הכל נאכגעזאגט וואס צוויי חשובע רבנים האבען מיר געזאגט בשם איינער פון די רבנים וואס איז פון די אנפירער'ס קעגן די אינדיאנער שייטלען.
קען גאר זיין אז ער אליינס ווייסט נישט וואס ער זאגט ?!?!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

קאפ און אקסל האט געשריבן:נעמען אן א געשריבענע תשובה איז חספא בעלמא.

פארוואס זאגט איר אזוי? ער גיבט אייך א מראי מקום צוויי רבנים וואס די קענסט אנרופן פרעגן דערויף, ווען ער שרייבט פון אזעלכע וואס זענען שוין נישטא ביזטו גערעכט, אבער אז זיי זענען ב"ה מיט אונז און קענסט עס אליין מברר זיין דורך זיי אנרופן, פארוואס איז עס חספא בעלמא?
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ווערעצקי האט געשריבן:פארשטייט זיך אז די הכרעה וועט שוין יעדער אליינס מאכן, ווער ס'וועט וועלן אננעמען להיתר, וועט זאגן "מיין רב איז מתיר", "די אוסרים האבן נגיעות", וכדומה וכדומה, און ווער ס'וועט וועלן אננעמען לאיסור וועט זאגן "די מתירים האבן נגיעות", "די גדולי הרבנים אסר'ן" וכדומה וכדומה. אבער זעלבסט פארשטענדליך, אז די ווערטער קומען נאר, ווייל "איך" וויל אננעמען אזוי אדער פארקערט, אבער לאמיתו של דבר, ערליכע רבנים און גדולי ישראל, פסק'נען מיט די הלכה און דעת תורה, און נישט לויט די נגיעות פון יעדע אייוועלט שרייבער (אריינגערעכענט אנכי הקטן).

קילורין לעינים ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך קען מיך נישט איינהאלטן... מקען עס תיכף מעקן

דער עולם איז שוין ממש פארטעמפט איבער די אנדערע איסור פון אביזרייהו דג"ע וואס ס'איז ברור כשמש אז די היינטיגע סארט שייטלען איז גאר גאר שווער צו טרעפן א אמת'ע היתר אז א אידישע פרוי זאל מעגן גיין מיט די היינטיגע סארט שייטלען וואס ברענגן ערגערע מכשולות ווי בעפאר די חתונה...

איך וויין ביי מיר אין הארץ איך שטעל מיר פאר איך בין נישט די איינציגסטער...

ביטע אנטשולדיגן אז סטוט וויי שרייט מען
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

נודה לך האט געשריבן:איך קען מיך נישט איינהאלטן... מקען עס תיכף מעקן

דער עולם איז שוין ממש פארטעמפט איבער די אנדערע איסור פון אביזרייהו דג"ע וואס ס'איז ברור כשמש אז די היינטיגע סארט שייטלען איז גאר גאר שווער צו טרעפן א אמת'ע היתר אז א אידישע פרוי זאל מעגן גיין מיט א שייטל וואס ברענגן ערגערע מכשולות ווי בעפאר די חתונה...

איך וויין ביי מיר אין הארץ איך שטעל מיר פאר איך בין נישט די איינציגסטער...

ביטע אנטשולדיגן אז סטוט וויי שרייט מען

פארוואס זאגט איר אז צענדליגע רבנים תלמידי חכמים דיינים פון אונזער קרייז זענען עובר גאר אויף אביזרייהו דג''ע??

א שיינע מספר ת''ח דיינים אין אונזערע קהילות ווי ביי זיי אין שטוב גייט מען מיט די לבוש.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

אקעי ס'פארפארט כמובן קען מען נישט ענטפערן די סארט קשיא ברבים אבער די צדיקים פון פריערדיגן דורות וואלטן נישט אויסגעהאלטן וואס דא טוהט זיך אפ.
(אגב: נעם ארויס די ווערטער אביזרייהו דג"ע פון מיין תגובה. סאיז גענוג הארב אזוי אויך ווען דאס איז די יסודות פון טהרתן וקדושתן של ישראל.)
אקעי גענוג... גוט שבת
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פארוואס איז עס אזא אנגעווייטאגטע נושא פארשטיי איך נישט? ממש דער עולם שרייבט איין שורה און מען לייגט נאך צו א מיליאן ר״ת און מען באהאלט זיך אזוי שטארק.

איך בין גראדע זייער נייגעריג צו הערן די צדדים לכאן או לכאן.

די אלע וואס גייען דאך נישט מיט שייטלעך איז דאך מה טוב ומה יפה, פאר די וואס גייען יא מיט שייטלעך זיכען דאך א היתר צו קענען ווייטער גיין דערמיט - ווייל מען גייט זיך נישט טוישען פון א איסור פון פרעמדע רבנים יעדער פארשטייט דאס אליינס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

רבותי, לאמיר אביסל קלאר מאכען די צומישעניש דא אינעם אשכול:

1. אלע אויבן דערמאנטע רבנים המתירין, זענען בעצם חולק אויף די פסק הגדולים פון תשס"ד, בזמנו האבן שוין רבנים געשריבן צדדים להקל, סאיז געדריקט אין קובץ 'אור ישראל' ל"ו און אביסל אויך אין ל"ז, מ'קען עס זעהן דא (קובץ ל"ו) https://www.dropbox.com/s/96wpjcmx7vhrh ... 5.pdf?dl=0.
אזוי ווי איר זעט אינעם קובץ, האבן די רבנים מעורר געווען צדדים וכדו' להיתר, אבער נישט פארגעסן אז זיי דינגן זיך מיט דעם אויפן קלארער ווי קלארע פסק פון הגר"ש וואזנער הרב אלישיב הגר"מ בראנסדורפר זצ"ל ויבלחט"א הגר"נ קרליץ והגר"מ שטערנבוך ראב"ד ירושלים.
לגבי מרן בעל 'שבט הלוי' זצ"ל ווייסט מען אז ער האט געהאט פארשידענע צדדים להקל אזוי ווי זיין זוהן שרייבט אין קובץ אור ישראל הנ"ל, אבער בכל זאת האט ער זייער קלאר געפאסקנט אז מטאר נישט ניצן די שייטלעך, נאר מקיל געווען אז מען מיז נישט פארברענן נאר אוועק ווארפן איז גענוג.
און דאס איז די תשובה פון הגאון רבי משה שאול קליין שליט"T להיתר, ער איז נישט מתיר די השגחה וואס מגעט אויף די שייטלעך, נאר ער האלט מלכתחילה אז אויך בשנת תשס"ד איז אלעס געווען כשר וישר כצדדי הקולא של רבו בעל שבט הלוי.

2. אויף די טענה אז די גדולי פוסקים הנ"ל שאסרו האבן נישט געווסט פונקטליך די מציאות, קענט איר זען די שקר דערפון אין אור ישראל קובץ ל"ו, דארט איז דא א בריוו פון הרב בעלסקי צו הרב אלישיב וואס ער שרייבט די טענה אז משערט נישט ממש פאר ע"ז נאר זיך מכניע זיין וכו', און הרב אלישיב ענטפערט צוריק אויף די בריוו און אסערט בכל זאת.
די רבנים האוסרים זאגן אז אפילו משערט נישט לשם ע"ז נאר צו זיך מכניע זיין, אבער למעשה סיבת הגילוח איז לשם צו זיין מוכנע פארן ע"ז, וע"ז אין חולק, ממילא איז עס תקרובת ע"ז.

3. די נידון כהיום הזה איז בעצם נישט צו שערות הודו זענען כשר צו נישט, דאס איז שוין געפאסקענט געווארן תשס"ד און רוב כלל ישראל האט אנגענומען פסק האוסרים. די שאלה כהיום הזה איז צו איז די דאזיגע איינציגסטע השגחה גוט אדער נישט, און אלע וואס האבו מברר געווען ברענגן ארויס קלאר אז סאיז גארניש ווערט, און ווי ראב"ד ירושלים שרייבט אז דער רב המכשיר האלט מלכתחילה אז סאיז מותר... קומט אויס אז די שייטלעך זענען בעצם פינקט ווי אין תשס"ד.

4. הרוצה להחמיר מיז נישט גיין סינטעטיש, כמש"כ בתחילת האשכול עס זיינען דא שייטלעך פון האר פון יידישע מיידלעך כהוראת אמשינאווער רבי שליט"א, פרעגט יעדער אמשינאווער חסיד וועט אייך געבן א נאמבער ווי צו באשטעלן, אי"ה בהמשך וועל איך עס ארויף לייגן דא. איך האב קאזינס אמשינאווער וואס גייען אזעלכע שייטלעך און איר וואלט אין לעבן נישט באמערקט סאיז עפעס אנדערש.
לעצט פארראכטן דורך פעלעד אום מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 3:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

איך האב געהערט א אינטערוויו מיט רבי אברהם שלזינגר שליט"א ראש הכשרות פון הגר"מ גראס בענין השייטלעך, ער לייקנט נישט בכלל אויף די מציאות אז די השגחה איז לעכערלעך, זיי האלטן נאר אז מדארף נישט מער פון דעם.

דא האט איר א בירור וואס א ת"ח אין ירושלים האט געשריבן, א בריוו צו די רבנים.
אטעטשמענטס
עשר טענות.pdf
(137.55 KiB) געווארן דאונלאודעד 144 מאל
עשר טענות על פיאוה נכרית.jpg
עשר טענות על פיאוה נכרית.jpg (547.99 KiB) געזען 4173 מאל
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

אין ירושלים איז דא א חשובער ייד מיטן נאמען ר' יקותיאל פיש שליט"א, ער האט גערעדט וועגן דעם נושא ביי א שיעור און דערציילט א עדות פון א גרויסע האר דעסטיברעטיר אין ירושלים וואס זיינע קינדער האבן גרויסע שייטלעך קאמפעניס אין ירושלים מיטן נאמען בלוי.
איינער האט עס אראפ געשריבן און מפרסם געווען די תוכן השיעור.
אטעטשמענטס
הרב יקותיאל פיש פיאה נכרית_עמוד_1.jpg
הרב יקותיאל פיש פיאה נכרית_עמוד_1.jpg (396.93 KiB) געזען 4198 מאל
הרב יקותיאל פיש פיאה נכרית_עמוד_2.jpg
הרב יקותיאל פיש פיאה נכרית_עמוד_2.jpg (458.81 KiB) געזען 4198 מאל
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

א בארייבונג ארטיקל אין ענגליש וועגן אינדיען האר, דורך א האר קאמפעני אין לאס אנדזשעלעס
https://www.dropbox.com/s/g3clhjpzuy39k ... t.pdf?dl=0

איך לייג אויך ארויף צוויי מודעות מפורסם געווארן אין א"י, אן קיין אחריות, איך האב נישט בודק געווען די אלע עדות'ן, אבער ער שרייבט לעבן יעדער עדות א מקור וכו'.
אטעטשמענטס
FormatFactoryעלון עיקרי_עמוד_3.jpg
FormatFactoryעלון עיקרי_עמוד_3.jpg (524.79 KiB) געזען 4198 מאל
FormatFactoryעלון עיקרי_עמוד_2.jpg
FormatFactoryעלון עיקרי_עמוד_2.jpg (669.16 KiB) געזען 4198 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”