די סערווער איז איבערגעשטרענגט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

גליקליכער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

די סערווער איז איבערגעשטרענגט

תגובהדורך גליקליכער » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:23 pm

וואס גייט פאר? איז אייוועלט טראפיק אזוי געוואקסן, אדער איז איר מוח און פארנעמונגס קראפט געשרימפן? רוב מאל ווען איך פרוביר צוקומען צו פארשידענע בלעטער אין וועלטל באקום אים דעם באטריבטן שורה:

"די סערווער איז איבערגעשטרענגט. דעריבער קען מען איצטערט נישט זוכן. ביטע פראביר אביסל שפעטער. אנטשולדיג."

פראסטרעיטינג!
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

תגובהדורך גיוואלדיג » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:24 pm

גם אני מצטרף

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:28 pm

געפערליך געווארן לעצטנס! ביטע זייט'ס מתקן!! מען קען נישט אזוי!

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:41 pm

איך וויל מיך ח"ו נישט אפרעדן, ווייל אין אמת'ן קומט זיך א ריזיגן דאנק אויף וואס די הנהלה דא שטעלט יא צו, אבער למעשה אז מ'רעדט שוין...

יא ס'איז לעצטענס ממש געפערליך מיט דעם מעסעדזש, און ס'באדערט זייער זייער שטארק, ווען ס'זאל זיין איין צוויי מאל א טאג מילא, אבער ס'איז לעצטענס (עכ"פ ביי מיר) מער יא דא די מעסעדזש ווי נישט, און אויב קען עפעס ווערן געטוהן עס צו פארעכטן וואלטן מיר אלע שטארק אפריציעטעד.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:53 pm

גא"מ

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:54 pm

פעיק נוז האט געשריבן:געפערליך געווארן לעצטנס! ביטע זייט'ס מתקן!! מען קען נישט אזוי!
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 6:55 pm

גיוואלדיג האט געשריבן:גם אני מצטרף
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

kollel yingerman
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 8:48 pm

תגובהדורך kollel yingerman » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:03 pm

קום איך אריין אין א ראש אין אפיס;

געב מיר א לויף צו צום קומפיוטער, מיש מיר אויף גוגל קראם, טייפ מיר אריין "I" אין ס'קומט תיכף ארויף אייוועלט דרוק מיר ענטער,

ס'לאוד זיך שטאטעלעך די זייטל, נא שנעלער, איך בין אין א ראש! איך זיך א נומער פון יענעם און יענעם עמערדזשענסי!

ענדליך עס ענדיגט זיך לאודן, לייג מיר אריין אין סורטש קעסטל "פלוני אלמוני" דריק מיר ענטער....

און.. די איבריגע איז היסטאריע...

די סערווער איז איבערגעשטרענגט. דעריבער קען מען איצטערט נישט זוכן. ביטע פראביר אביסל שפעטער. אנטשולדיג.

קראך אוועק!!!!

Haklal
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:05 pm

גא"מ איך באקום דאס אויף ענגליש

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:08 pm

kollel yingerman האט געשריבן:קום איך אריין אין א ראש אין אפיס;

געב מיר א לויף צו צום קומפיוטער, מיש מיר אויף גוגל קראם, טייפ מיר אריין "I" אין ס'קומט תיכף ארויף אייוועלט דרוק מיר ענטער,

ס'לאוד זיך שטאטעלעך די זייטל, נא שנעלער, איך בין אין א ראש! איך זיך א נומער פון יענעם און יענעם עמערדזשענסי!

ענדליך עס ענדיגט זיך לאודן, לייג מיר אריין אין סורטש קעסטל "פלוני אלמוני" דריק מיר ענטער....

און.. די איבריגע איז היסטאריע...

די סערווער איז איבערגעשטרענגט. דעריבער קען מען איצטערט נישט זוכן. ביטע פראביר אביסל שפעטער. אנטשולדיג.

קראך אוועק!!!!

דיין ראש הכולל האט דאס אנגעווערטשאפט....

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:09 pm

Yeah in the Last few months. It's too much

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:20 pm

געפערליך!
מ'טאר נישט אויספאפן א חבר, אבער לפנים משורת הדין זאל מען זיך זעלבסט אויך נישט פאפן. קרעדיט: רבי רבי בונם פין פרשיסחא

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:24 pm

ווי מיר פארשטייען איז דא עפעס א אונטעליגנדע פראבלעם פארוואס דאס געשעהט אזויפיל לעצטענס, איז אפשר וואלט איינער פון די באהערדע אונז געקענט אזוי גוט זיין און זיך לאזן הערן וואס דאס איז?

נ.ב. איך זאג עס נאר בתורת בקשה ובקידה ובהשחוי' מול הדר"ג... ביטע עס נישט אננעמען אלץ א באשולדיגונג אדער פארלאנג, ווייל קיינער איז אונז דא גארנישט שולדיג, און מיר זענען זייער דאנקבאר אויף וואס איר שטעלט אונז יא צו דא. אבער דאך וואלט עס געווען א שטארקע זאך ווען אחד מהממונים קענען עס קלאר מאכן פארן ציבור און זיך אראפלאזן צו אונז פשוט'ע אידעלעך.

סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

תגובהדורך סאיזגוטבה » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:26 pm

איך ווייס נישט פינקטלעך וויאזוי, אבער פין google קען מען אריינלייגן וועלעכע וועבזייטל די ווילסט זיכן...
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:30 pm

סאיזגוטבה האט געשריבן:איך ווייס נישט פינקטלעך וויאזוי, אבער פין google קען מען אריינלייגן וועלעכע וועבזייטל די ווילסט זיכן...


דער פראבלעם דא איז נישט נאר ווען איינער וויל עפעס זוכן אויף אייוועלט, נאר מען קען נישט אריינגיין אפילו צום פשוט'ן "אקטיווע אשכולות" אדער "נייע תגובות", וואס דאס איז דער שער בלאט פון ווי רוב עולם קומט אריין צוגיין דא צו אונזער וועלטל.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6397
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:34 pm

פעיק נוז האט געשריבן:געפערליך געווארן לעצטנס! ביטע זייט'ס מתקן!! מען קען נישט אזוי!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:46 pm

א מומחה זאגט מיר אז די אדווערטייזמענט פארנעמען גאר אסאך טרעפיק.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:51 pm

סאיזגוטבה האט געשריבן:איך ווייס נישט פינקטלעך וויאזוי, אבער פין google קען מען אריינלייגן וועלעכע וועבזייטל די ווילסט זיכן...


in the address bar on google chrome after you type the name of the website BEFORE you press 'enter' press TAB

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:52 pm

איז אזוי, צו פארעכטן קאסט א קיימי לן פון צען אלפים (אקוראט ווי די תגובות פון שומר פיו), נו ווער איז גרייט אריין צו צאלן?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:57 pm

בעיקר ווען דער עולם איז אויף לאנטש...
הכל לטובה!

הערשל שטיין
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 5:51 pm

תגובהדורך הערשל שטיין » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:57 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:איך וויל מיך ח"ו נישט אפרעדן, ווייל אין אמת'ן קומט זיך א ריזיגן דאנק אויף וואס די הנהלה דא שטעלט יא צו, אבער למעשה אז מ'רעדט שוין...

יא ס'איז לעצטענס ממש געפערליך מיט דעם מעסעדזש, און ס'באדערט זייער זייער שטארק, ווען ס'זאל זיין איין צוויי מאל א טאג מילא, אבער ס'איז לעצטענס (עכ"פ ביי מיר) מער יא דא די מעסעדזש ווי נישט, און אויב קען עפעס ווערן געטוהן עס צו פארעכטן וואלטן מיר אלע שטארק אפריציעטעד.
איך קען נישט דיר די קענסט נישט מיר

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 8:34 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:ווי מיר פארשטייען איז דא עפעס א אונטעליגנדע פראבלעם פארוואס דאס געשעהט אזויפיל לעצטענס, איז אפשר וואלט איינער פון די באהערדע אונז געקענט אזוי גוט זיין און זיך לאזן הערן וואס דאס איז?

נ.ב. איך זאג עס נאר בתורת בקשה ובקידה ובהשחוי' מול הדר"ג... ביטע עס נישט אננעמען אלץ א באשולדיגונג אדער פארלאנג, ווייל קיינער איז אונז דא גארנישט שולדיג, און מיר זענען זייער דאנקבאר אויף וואס איר שטעלט אונז יא צו דא. אבער דאך וואלט עס געווען א שטארקע זאך ווען אחד מהממונים קענען עס קלאר מאכן פארן ציבור און זיך אראפלאזן צו אונז פשוט'ע אידעלעך.


האמיר עס איבערגעגעבן פארן אדמין ער וועט אריין קוקן דעראין.

יעצט סתם א זייטיגע הערה׳לע. די לשון ״בתורות בקשה בקידה...״ קרענקט מיך און נערווירט מיך ביזן ביין. מאנכע מיינעןנאז די הנהלה דא באשטיין פון עפעס א העכערע סארט באשעפניש ערגעץ צווישן מדבר און מלאך, מ׳דארף רעדן מיטן פולסטן רעספעקט און יעדעס ווארט זייערע איז קודש קדשים. די אמת איז מיר זענען פשוט׳ע אידן וואס ווילן העלפן די כלל און פראבירן צו העלפן אז אידן זאלן האבן א כשר׳ע נארמאלע פלאץ צו פארברענגען. זה הוא און גארנישט מער! יא, מיט די יארן קומט מיט עקספיריענס און צומאל ווען איינער שרייבט עפעס ווייסן מיר אביסל מער וואס ליגט דעראינטער און מיר קוקן אויף געוייסע זאכן מיט א ברייטערע בליק אבער דאס האט גארנישט מיט געלונגענקייט אדער ווייסעך וואס.
איך פערזענליך שרייב שוין כמעט נישט כאטש איך ליין כמעט אלעס ווייל עס איז מיר פארגאנגען די אפעטיט פון דארפן מעסטן יעדע ווארט ווייל איך בין פון די ׳הנהלה׳. איך האב אמאל געשריבן מיין מיינונג אויף אן ענין און ביז היינט לויפט עס מיך נאך און יענער קען עס נאכנישט שלונגען אז די ׳הנהלה׳ האט עפעס קעגן אים ווען בסך הכל האב איך קרוץ מחומר געזאגט מיין מיינונג.

רבותענעם, מיר זענען צווילע נארמאלע מענטשען מיט מיינונג וואס פארטרעט נישט קיינעם אויסער די אייגענע צען פינגערס. רעדן רעספעקפול דארף מען צו יעדעם און גארנישט מער. קידה והשתחו׳ לאז פאר די אראבערס פרייטאג אויף פט העמילטאן.

אנטשולדיגט פארן אויפרייס אבער די ווערטער האבן געטריגערט די שלעכטע קנעפלעך

אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

תגובהדורך סאמעטוכע » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 8:40 pm

מיט א שנעלן חשבון אויף די צאל מענטשן וואס האבן זיך אפגערעדט דערויף און א צירקע איין א האלב שעה און ווי שטארק זיי בעטן עס קען מען מאכן א שנעלן חשבון פארוואס דאס געשעהט....

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 8:45 pm

איך בין גרייט צו צאלן אז עס זאל מער נישט געשעהן..

לאמיר זעהן ווער נאך וויל זיך משתתף זיין!!

מזאל עפענען א GO FUND ME און אויב וועט עס זיין גענוג געלט וועט מען עס פארעכטן!!

וואס זאגט דערוילעם?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 8:46 pm

וואס איז שלעכט מיט די געלט פון די אדווערטייזמענט?
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט