רבי משה שטערן - הבאר משה מדעברעצין זצ"ל - ב׳ אב תשנ״ז
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
רבי משה שטערן - הבאר משה מדעברעצין זצ"ל - ב׳ אב תשנ״ז
[align=center]הגאון המובהק המפורסם מגדולי הפוסקים והמשיבים
רבי משה שטערן זצ״ל
אבדק״ק דעברעצין
וקהל יסודי התורה ברוקלין[/align]
איז געבוירן בשנת תרע״ה אין נייהייזל, צו זיין טאטען הרה״ג המובהק רבי אברהם שטערן זצ״ל - דיין נייהייזל ומחבר ספרי גפּי אש, ומליצי אש.
ואמו הרבנית הצ׳ גיטל ע״ה בת הגאון רבי יוסף מאיר טיגערמאן זצ״ל - אבדק״ק נייהייזל.
דער דעברעצינער רב איז געווען א וועלט בארימטער גדול בתורה, ומגדולי הפוסקים בדורינו איינע פון די גרעסטע משיבים בהלכה, די תשובות אין זיינע גאר באקאנטע ספרים ״באר משה״ זענען זייער דייטלעך קלאר און מזעהט דעם דעברעצינער רב׳ס געוואלדיגע ברייטע קלארע ידיעות התורה בכל מכמניה.
דער רב איז געווען א פארצייטישער מהות רב וואס האט געזאגט (געשריבן) זיין מיינונג בכל דבר וויאזוי ער האט עס געזעהן און געהאלטן, אויב איז עס געווען עפעס א זאך וואס האט ביי אים אויסגערופן א פראבלעם צו להלכה צו בהשקפה האט ער עס באטאנט כמו שהוא אפי׳ אן די פארשריפטן פון דיפלאמאטיע, מיט א ריתחא דאורייתא וכבוד ה׳.
זיין עלטערער ברודער איז געווען הגאון הגדול רבי בצלאל שטערן זצ״ל בעל ״בצל החכמה״ וואס האט געוואוינט שפעטער אין ירושלים עיה״ק, אויך א בארימטער גאון ופוסק הלכה.
נאך א ברודער איז געווען וואס איז אוועק גאר יונג רבי מרדכי אן איידעם ביי הגה״ק רבי שואל בראך זצ״ל מקאשוי.
איך האב נישט געזעהן קיין שום תולדות פונעם דעברעצינער רב, זיינע ספרים זענען ארויסגעקומען בחייו און ער שרייבט נישט וועגן זיך, אפשר איז יא דא עפעס א קונטרס וואס ער שרייבט זיינע מיטמאכענישן ביים קריג, ומי שיש לו יותר אינפורמציע יזכה את הרבים.
הדעברעצינער רב תלמיד? חתן? רבנותו בעיר דעברעצין?
נסתלק ב׳ אב שנת תשנ״ז לפ״ק
בניו: הרה״ג רבי שלמה אב״ד דעברעצין שליט״א,
חתנו הרב המחנך רבי שאול קליין שליט״א

לעצט פארראכטן דורך רבניש אום זונטאג אקטאבער 29, 2017 8:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מ'האמיר געהאט די זכוי' צו קענען די דעברעצינע רב ז"ל. ס'איז געווען א נארמאלע ערשיינונג אריינצוגיין ביי אים אין שטוב און טרעפן די רב ענטפערן שאלות פאר אנדערע אידן וואס זענען געקומען ווען אין די זעלבע צייט האלט ער צוויי טעלעפאנען אין די הענט און ענטפערט בד' חלקי שו"ע. זיין טיר איז געווען אפען 7\24 לכל דורש ומבקש.
די רב ז"ל האט געשפירט אן אחריות אויף די שטאט כאטשיג קיינער האט אים נישט געצאלט דערפאר. מ'דערציילט אז איין זומער ווען ער איז געווען אין קאנטרי האט איינער אים גערופן מיט א שאלה אויף א מראה און געפרעגט טאמער די רב קען פסקנ'ן אויפ'ן טעלעפאן וויבאלד ס'איז נישטא קיין רב אין שטאט. ווען ער האט דאס געהערט האט ער אפגעמאכטקאז ער גייט מער נישט אין קאנטרי ווייל מ'קען נישט לאזן אז די שטאט זאל זיין אן א רב (אנדערע זאגן גאר אז די נעקסטע טאג איז ער שוין געווען צוריק אין שטאט).
אזוי אויך האט ער געגעבן שיעורים פאר יונגעלייט נאך די חתונה און גאר אסאך רבנים האבן באקומען פון אים שימוש אלעס שלא עמלק"פ. רוב ספרים וואס זענען ארויסגעקומען אין תש"ל - תש"מ יארן, ובפרט ספרי הלכה, האבן זיין הסכמה. מ'קען זעהן די הנאה וואס ער האט געהאט געבענדיג א הסכמה פאר תלמידי חכמים פון די נייע דור, ער האט געשפירט אזא שמחה אז נאך די ביטערע חורבן וואקסט אינטער א דור מיט רבנים און תלמידי חכמים.
די דעברעצינע רב האט אויך איבערגעדריקט אסאך ספרים. ובפרט די שדי חמד, אויף וואס ער האט געמאכט די נפלא'דיגע מפתח, וואס אז מ'טראכט אריין די ארבעט וואס פארלאנגט זיך דערפאר (קיין קאמפיוטער האט ער נישט געהאט) איז ממש צו שטוינען וויאזוי ער האט דאס באוויזן

כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
- תמימות'דיגער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 493
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:22 pm
רבניש האט געשריבן:[align=center]הגאון המובהק המפורסם מגדולי הפוסקים והמשיבים
רבי משה שטערן זצ״ל
אבדק״ק דעברעצין
וקהל יסודי התורה ברוקלין[/align]
איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ג המובהק רבי אברהם שטערן זצ״ל - דיין נייהייזל ומחבר ספרי גפּי אש, ומליצי אש.
ואמו הרבנית הצ׳ גיטל ע״ה בת הגאון רבי יוסף מאיר טיגערמאן זצ״ל - אבדק״ק נייהייזל.
דער דעברעצינער רב איז געווען א וועלט בארימטער גדול בתורה, ומגדולי הפוסקים בדורינו איינע פון די גרעסטע משיבים בהלכה, די תשובות אין זיינע גאר באקאנטע ספרים ״באר משה״ זענען זייער דייטלעך קלאר און מזעהט דעם דעברעצינער רב׳ס געוואלדיגע ברייטע קלארע ידיעות התורה בכל מכמניה.
דער רב איז געווען א פארצייטישער מהות רב וואס האט געזאגט (געשריבן) זיין מיינונג בכל דבר וויאזוי ער האט עס געזעהן און געהאלטן, אויב איז עס געווען עפעס א זאך וואס האט ביי אים אויסגערופן א פראבלעם צו להלכה צו בהשקפה האט ער עס באטאנט כמו שהוא אפי׳ אן די פארשריפטן פון דיפלאמאטיע, מיט א ריתחא דאורייתא וכבוד ה׳.
כידוע בתשובתו החריפה נגד הג"ר פינחס אשר זעליג גאלדבערגער ע"ה אב"ד מעדיער ובעמח"ס מנחת אשר [ובלשון הגר"מ - המנח"ש]
זיין עלטערער ברודער איז געווען הגאון הגדול רבי בצלאל שטערן זצ״ל בעל ״בצל החכמה״ וואס האט געוואוינט שפעטער אין ירושלים עיה״ק, אויך א בארימטער גאון ופוסק הלכה.
נאך א ברודער איז געווען וואס איז אוועק גאר יונג רבי מרדכי אן איידעם ביי הגה״ק רבי שואל בראך זצ״ל מקאשוי.
איך האב נישט געזעהן קיין שום תולדות פונעם דעברעצינער רב, זיינע ספרים זענען ארויסגעקומען בחייו און ער שרייבט נישט וועגן זיך, אפשר איז יא דא עפעס א קונטרס וואס ער שרייבט זיינע מיטמאכענישן ביים קריג, ומי שיש לו יותר אינפורמציע יזכה את הרבים.
הדעברעצינער רב נולד? תלמיד? הגה"ק בעל דעת סופר מפרעשבורג זצוק"ל חתן? רבנותו בעיר דעברעצין? נסתלק?
כ'בין א תם - נישט א נער
דער דעברעצינער רב ז"ל נולד בערך בשנת תרע"ה בניהייזל ונסתלק בשנת תשנ"ז. זיין שווער איז געווען רבי מרדכי ניסן שטראססער ז"ל בן רבי שלמה צבי ז"ל אב"ד דעברעצין. זיין שווער רבי מ"נ איז געווען א דאפלטע אייניקל פונעם הייליגן כתב סופר זצ"ל. (רבי שלמה צבי'ס פאטער רבי יעקב לייב סטראססער איז געווען אן איידעם ביים כת"ס, און ער איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער רבי יעקב עקיבא סופר.)
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

רבניש האט געשריבן:
איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ג המובהק רבי אברהם שטערן זצ״ל - דיין נייהייזל ומחבר ספרי גפּי אש, ומליצי אש.
ואמו הרבנית הצ׳ גיטל ע״ה בת הגאון רבי יוסף מאיר טיגערמאן זצ״ל - אבדק״ק נייהייזל.
viewtopic.php?f=31&t=4883
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
איך האב געהאט די זכי' אלס יונגל צו גיין צו זיין שבת הגדול/שובה דרשות, ווי ער האט מיט א פלאם פייער געהאקט קעגן אלע פרצות הדור, לבוש, טעלעוויזיע, וכו' וואס האט זיך דעמאלט אויסגעפעלט, אלס קליין אינגל האט מיר געווינדערט וויאזוי ער נעמט די קוראזש צו רעדן אזוינע דרשות צו זיינע מתפללים וואס זענען עפ"י רוב געגאנגען דעמאלט אויבערלענדישע מלבושים, אן בערד וכו'.
אבער ווי ס'זעט אויס זענען זיי געווען גאר אפגעהיטענע ערליכע אידן.
ער האט דעהאט א אפענע טיר צו פרעגן שאלות, ער האט געלעבט ווי א ערליכע איד דארף צו לעבן, אן קיין הנאה פון די וועלט, אלטע צוקראכטע פלאר, נישט נהנה געווען פון קיין מותרות.
נישט געקענט פארנעמען קיין פירצות, און ארויסגעקומען דערקעגן בכל תוקף ועוז.
צו דעם אלעם האט ער אויך געהאט א ריכטיגע רבני'שע געשטעל ווי פאר א הונדערט יאהר צוריק.

- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15938
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
דער רב זצ"ל איז שוין געוועו א מו"ץ אין דעברעצין פאר דעם חורבן לימינו פון זיין עלטער שווער הרהגה"צ ר שלמה צבי שטארססער זי"ע
לאחרי הגזירה האט ברכ שטראססער RETIRED און דער אייניקעל איז געווארען רב ביז ער איז אוועקעפארען קייו מוענס איירעס ארגענטינא אין תש"י
לאנג איז ער נישט געווען דארט אין איז געקומען קיין ניו יארק ווי ער האט געטראפען א חבורה ערליכע אויבערלענדער אין ב"פ קהל יסודי התורה נמהגי החת"ס
און איז געווארען זייער רב דא שרייבט ער בשבחם
ביי די קריג איז ער אנגעקומען ציזאמען מיט זיין עלטער שווער קיין בודאפעסט פון ווי דער זיידע איז ארויף אויף דעם קאסטנער באן קיין שוויץ
אבער ער איז געבליבען אין פעסט ביז דעם באפרייען
א אינטערסאנטע משה וואס איך האב געהערט פון א ידיד וואס האט דאס געהערט פון דעברעצינער זצ"ל
ווען דער דעברעצינער רב זצ"ל בראשית ימיו אין בארא פארק האט אויף איינמאהל באקומען טעלעפאן קאלס מיט שאלות. ער ענטפערט און דער שואל פלפולט זיך מיט אים, אזוי גייט עטליכע מאהל. זאגט דער דעברעצינער אויב איר ווילט שמועסען אין לערנען, וואלט איך אייך גערן מקבל פנים געווען ביי מיר אין שטוב, אבער פארוואס מאכט איר עס אזוי.
זאגט ער איך בין א רב אין די בראנקס און מיינע בעלי בתים ציהען זיך קיין ב"פ, האבען זיי מיר געפרעגט וועלכע מורה הוראה קענען זיי יעצט פרעגען. איז פאר איך זאג אייער נאמען דארף איך אויסגעפונען צו איר זענט א גוטע אדרעס!
פרעגט ער אים ווי הייסט איר, זאג ער אים ביק
----------
די מציבה פון זיין שוויער ר' מארדכי ניסן
ווער קען דאס מפענח זיין?
זעהט מיר נישט אויס אז ער איז געווען א אפיציעלער כלי קודש

לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום זונטאג אקטאבער 29, 2017 3:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער עלטער שווער דער דעבערצינער רב הגה"צ ר' שלמה צבי שטראסער, איז געווען פון די אלטע רבנים ממשיכי המסורה, תלמיד דודו השבט סופר.
ער איז ארויף קיין אר"י פאר'ן קריג [פאראכטן שפעטער, נאכ'ן קריג ארויף], און האט זיך באזעצט אין בני ברק. נלב"ע מוצאי שמיני עצרת ושמחת תורה תש"י זקן ושבע ימים.
ער ליגט אין ביה"ח שומרי שבת אין בני ברק, אין די צענטער פון ביה"ח, אנקעגן איבער דעם וויז'ניצע אוהל, וואו ס'איז געווען די חלקת הרבנים ביז די חזו"א'ס פטירה וואס האט מען געלייגט לעבן די קינדער, און האט איבערגעדרייט די גאנצע מאפע פון ביה"ח.
אין צענטער פון ב"ב איז אויך דא א גאס לשמו פון זקן הרבנים דער דעבערצינער רב זצ"ל.

לעצט פארראכטן דורך אבן יקרה אום מאנטאג אקטאבער 30, 2017 12:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15938
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
אבן יקרה האט געשריבן:דער עלטער שווער דער דעבערצינער רב הגה"צ ר' שלמה צבי שטראסער, איז געווען פון די אלטע רבנים ממשיכי המסורה, תלמיד דודו השבט סופר.
ער איז ארויף קיין אר"י פאר'ן קריג, און האט זיך באזעצט אין בני ברק. נלב"ע תשי"ג. ער ליגט אין ביה"ח שומרי שבת אין בני ברק, אין די צענטער פון ביה"ח, אנקעגן איבער דעם וויז'ניצע אוהל, וואו ס'איז געווען די חלקת הרבנים ביז די חזו"א'ס פטירה וואס האט מען געלייגט לעבן די קינדער, און האט איבערגעדרייט די גאנצע מאפע פון ביה"ח.
אין צענטער פון ב"ב איז אויך דא א גאס לשמו פון זקן הרבנים דער דעבערצינער רב זצ"ל.
טעות לפי ידיעתי פון הורי ע"ה תושבי דעבערצין קודם הגזירה ואחרי' איז ער ערשט געפארען זיך באזעצזען אין א"י לאחרי הגזירה
אויך די ידענים שרייבען
During the period of ghettoization and deportation, news of the so-called Kasztner train reached Debrecen via messengers from the Zionist youth movement who posed as gentiles. They told the leader of the Orthodox community, Shlomo STRASSER, that anyone from Debrecen could be included in the designated quota for the city. During the deportations, ten families - including those of Rabbi WEISZ, Rabbi STRASSER and Zionist leaders - were taken to the Columbus Street camp in Budapest. Soon thereafter they embarked on the Kasztner train, which eventually brought them to freedom in Switzerland.
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15938
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
געטראפען א שיינעם באשרייבונג אין אידישע ווארט
ר' מנחם כהן שרייכט
א פאר תיקוני טעיות
ער דערמאנט בכלל נישט די קורצע " קוים א יאר" אין זיין הקדמה צו חלק ד
פין בודאפעסט ווי ער איז געווען אין איין הויז מיט הרהגה"צ ר' בן ציון בלום הי"ד בן הבעל בית שערים איז ער אנגעוקמען קיין בערגען בעלזען ביז צו באפרייען
ר' מנחם שרייבט
ר' מנחם כהן שרייכט
דאס איז געווען בשיתוף פעולה מיט ערלויער רב זי"יעא צייט שפעטער האט ער אויך געגרינדעט א ישיבה אין בודאפעסט.
א פאר תיקוני טעיות
קיקיון האט געשריבן:דער רב זצ"ל איז שוין געוועו א מו"ץ אין דעברעצין פאר דעם חורבן לימינו פון זיין עלטער שווער הרהגה"צ ר שלמה צבי שטארססער זי"ע
לאחרי הגזירה האט ברכ שטראססער RETIRED און דער אייניקעל איז געווארען רב ביז ער איז אוועקעפארען קייו בוענס איירעס ארגענטינא אין תש"י
לאנג איז ער נישט געווען דארט אין איז געקומען קיין ניו יארק ווי ער האט געטראפען א חבורה ערליכע אויבערלענדער אין ב"פ קהל יסודי התורה ע"פ מהגי החת"ס
און איז געווארען זייער רב דא שרייבט ער בשבחם
ער דערמאנט בכלל נישט די קורצע " קוים א יאר" אין זיין הקדמה צו חלק ד
קיקיון האט געשריבן:ביי די קריג איז ער אנגעקומען ציזאמען מיט זיין עלטער שווער קיין בודאפעסט פון ווי דער זיידע איז ארויף אויף דעם קאסטנער באן קיין שוויץ
אבער ער איז געבליבען אין פעסט ביז דעם באפרייען
פין בודאפעסט ווי ער איז געווען אין איין הויז מיט הרהגה"צ ר' בן ציון בלום הי"ד בן הבעל בית שערים איז ער אנגעוקמען קיין בערגען בעלזען ביז צו באפרייען
הקדמה לס' אות ציוןבבודאפעסט הובלו למקום מיוחד ומשתמר ל"רחוב קאלאמבוס". הגה"צ אב"ד דעברעצין זצ"ל (בעהמ"ח שו"ת באר משה) היה ג"כ שמה והיה מספר איך שקבעו שם שיעורים יחדיו ועסקו בתורה ועבודה כאלו לא קרה מאומה.
ר' מנחם שרייבט
הגם ר׳ משה שטערנ'ס שווער את נישט געווען קיין רב נאר א סוחר
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום זונטאג אקטאבער 29, 2017 7:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
אבן יקרה האט געשריבן:דער עלטער שווער דער דעבערצינער רב הגה"צ ר' שלמה צבי שטראסער, איז געווען פון די אלטע רבנים ממשיכי המסורה, תלמיד דודו השבט סופר.
ער איז ארויף קיין אר"י פאר'ן קריג, און האט זיך באזעצט אין בני ברק. נלב"ע תשי"ג. ער ליגט אין ביה"ח שומרי שבת אין בני ברק, אין די צענטער פון ביה"ח, אנקעגן איבער דעם וויז'ניצע אוהל, וואו ס'איז געווען די חלקת הרבנים ביז די חזו"א'ס פטירה וואס האט מען געלייגט לעבן די קינדער, און האט איבערגעדרייט די גאנצע מאפע פון ביה"ח.
אין צענטער פון ב"ב איז אויך דא א גאס לשמו פון זקן הרבנים דער דעבערצינער רב זצ"ל.
דעם עלטער שווער דערמאנט דער דעברעצינער רב יא פיל און זיינע הקדמות דאכצעמיר
רבניש האט געשריבן:אבן יקרה האט געשריבן:דער עלטער שווער דער דעבערצינער רב הגה"צ ר' שלמה צבי שטראסער, איז געווען פון די אלטע רבנים ממשיכי המסורה, תלמיד דודו השבט סופר.
ער איז ארויף קיין אר"י פאר'ן קריג, און האט זיך באזעצט אין בני ברק. נלב"ע תשי"ג. ער ליגט אין ביה"ח שומרי שבת אין בני ברק, אין די צענטער פון ביה"ח, אנקעגן איבער דעם וויז'ניצע אוהל, וואו ס'איז געווען די חלקת הרבנים ביז די חזו"א'ס פטירה וואס האט מען געלייגט לעבן די קינדער, און האט איבערגעדרייט די גאנצע מאפע פון ביה"ח.
אין צענטער פון ב"ב איז אויך דא א גאס לשמו פון זקן הרבנים דער דעבערצינער רב זצ"ל.
דעם עלטער שווער דערמאנט דער דעברעצינער רב יא פיל און זיינע הקדמות דאכצעמיר
הגאון רבי שלמה צבי שטראססער זצ"ל אב"ד דעברעצין
- אטעטשמענטס
-
- רבי שלמה צבי שטראססער אב''ד דעברעצין.jpg (25.53 KiB) געזען 4803 מאל
-
- רבי שלמה צבי שטראססער אב''ד דעברעצין (2).jpg (109.06 KiB) געזען 4803 מאל
דביה תחדי נפשא
רבניש האט געשריבן:[align=center]הגאון המובהק המפורסם מגדולי הפוסקים והמשיבים
רבי משה שטערן זצ״ל
אבדק״ק דעברעצין
וקהל יסודי התורה ברוקלין[/align]
איז געבוירן בשנת תרע״ה אין נייהייזל, צו זיין טאטען הרה״ג המובהק רבי אברהם שטערן זצ״ל - דיין נייהייזל ומחבר ספרי גפּי אש, ומליצי אש.
זיין ספר גפי אש מיט אן הקדשה
דביה תחדי נפשא
דער אלטע דעבערצינער רב, הגה"צ הרב שטראסער זצ"ל, איז ארויף צו אר"י נאך דעם ווען ער איז געראטעוועט טאקע אין קאסטנער באן און פון שווייץ ארויף באזעצט אין בני ברק [נאך אנהייב קרוג, ער איז נאך געווען שטארק אקטיוו אין די פעולות הצלת יהדות פולין שנת תש"ג].
זיין אייניקל דער דעברצינער רב זצ"ל הגה"צ ר' משה שטערן, איז געווארן דעבערצינער רב גלייך נאך'ן קריג, בחיי זקינו הגדול וואס איז ארויף קיין אר"י. און שפעטער איז ער ארויס קיין אמעריקא אין געווארן רב דקהל יסודי התורה אין ברוקלין. אבער זיין נאמען באקאנט אל'ס דעבערצינער רב.

לעצט פארראכטן דורך אבן יקרה אום מאנטאג אקטאבער 30, 2017 12:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
viewtopic.php?p=915264#p915264
ביי א "רב טוב" דינער בשנת תשמ"ה אין בארא פארק, ווערן געזען זיצנדיג אויפן אויבן-אן פון רעכטס; אדמו"ר ממשאלאו, אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל, גאב"ד דעברעצין זצ"ל, ?, ?
פון הונטערוויילעכס זיצנדיג אויף לינקס וןוערט געזען דער סאטמארער רבי שליט"א (מהרי"י)
שטייענדיג ביים מיקראפאן ווערט געזען ר' דוד הויער ע"ה, און גאנץ רעכטס שטייט ר' משה דוד נידערמאן הי"ו
נואם בחסד עליון
נאך א ברית אויף רוסישע אידן ווערט געזען דער מוהל רבי אברנם (רמי) כהן שליט"א

לעצט פארראכטן דורך חמרא טבא אום מאנטאג אקטאבער 30, 2017 12:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דביה תחדי נפשא
חמרא טבא האט געשריבן:ביים ש"ב פון הרב חיים אלעזר בן אדמו"ר ממונקאטש שליט"א
קומט ארויס פון אן אסיפה בבית כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל
ווערט געזען סקולענער רבי שליט"א להבחל"ח מעלבראנער רב, באבובער רב, קאשויער רב און דער רב זצ"ל
דער פריעדיגע באבובער רב זצ"ל איז געווען א גרויסע חסיד פון דעברעצינער רב אלס א מורה הוראה אויף די שטייגער פון די פריעדיגע היים, אלע פריוואטע שאלות פון שטוב האט אהין געשיקט.