ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- וואשינגטאן
- שר חמש מאות
- תגובות: 630
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8834
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
יידישע קהילות האט געשריבן:זייער אינטערסאנט!!!
טרעפן זיי נישט אין די גראבונגען מטבעות אדער אנדערע חפצים, וואס דורך דעם מברר זיין קלארער וואס דער פלאץ האט גדארפט צו זיין?
מ'האט יא געטראפן דארט מטבעות פון די רוימישע אימפעריע, ווי אויך כלים מיט נאך חפצים וואס מ'טרעפט געווענליך פון די רוימישע תקופה. וועגן דעם זענען כמעט אלע ביי די מיינונג אז דאס איז געווען עפעס פון די רוימישע צייטן ארום 1700 יאהר צוריק. לויט זיי איז דא ארום 200 זיצן.
די וואס פרובירן צו זאגן אז דאס איז געווען פון צייטן ווען עס איז געווען א סנהדרין, מאכן פון זיך סתם דאס גע'נער, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל.
יישר כח ידידי רבי בענקל טייערער
דאס איז נישט אונטער הר הבית דאס אונטער קשת ווילסון הארט נעבן די רעפארמער כותל דארט גראבן זיי שוין א שיינע פאר יאר אונטער ווי די מענטשען גייען און זענען געגאנגען בזמן הבית ביי די היינו יגע גן הארכולוגי, ווער עס וועט גוט קוקן דארט וועט זעהן שטיגן אראפציגיין

לעב און לאך א גוטס
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
בענקעל האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:זייער אינטערסאנט!!!
טרעפן זיי נישט אין די גראבונגען מטבעות אדער אנדערע חפצים, וואס דורך דעם מברר זיין קלארער וואס דער פלאץ האט גדארפט צו זיין?
מ'האט יא געטראפן דארט מטבעות פון די רוימישע אימפעריע, ווי אויך כלים מיט נאך חפצים וואס מ'טרעפט געווענליך פון די רוימישע תקופה. וועגן דעם זענען כמעט אלע ביי די מיינונג אז דאס איז געווען עפעס פון די רוימישע צייטן ארום 1700 יאהר צוריק. לויט זיי איז דא ארום 200 זיצן.
די וואס פרובירן צו זאגן אז דאס איז געווען פון צייטן ווען עס איז געווען א סנהדרין, מאכן פון זיך סתם דאס גע'נער, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל.
טאקע אינטרעסאנט און א יישר כח אייך הרב בענקעל פאר ברענגען אונז די לעיטעסט געפינסען.
פון די רוימישע מטבעות איז נאך נישט קיין הוכחה פון וועליכע צייטען דער אנטדעקונג איז, אפילו אויב די רוימישע מטבעות ווייזען קסרים פון 1700 יאר צוריק; ווייל ווען די רוימער זענען אריין אין בית המקדש מיט 1949 יאר צוריק, האבען זיי צו גענומען אלעס וואס זיי האבען געזעהן, און אויב ס'וואלט געוווען געלט אויך דער ערד וואלטען זיי עס אוודאי גענומען. און במשך די נעקסטע 250 יאר איז זיי געווארען נישט וויכטיג מער צו היטען דער פלאץ (געהאט אנדערע דאגות); און ווער ס'האט זיך דארט געדרייט (סקוואטארס און שועלים) האבען איבער געלאזט דארט א פאר ביליגע קיפערנע מטבעות בעפאר דער פלאץ איז פארשאטען געווארען. איז אלזא, ווייל די רוימער זענען געווען די לעצטע דארט, טרעפט מען זייערע מטבעות; אבער איז נאך נישט קיין הוכחה אז מען האט דאס נישט געמאכט פריער.
ואגב, איז דא א בילד פון "אלע" מטבעות וואס מען האט דארט געטראפען? איך דריק "אלע", ווייל ווען א ארכילאג טרעפט למשל א מחצית השקל האט ער גאנץ א שטארקע יצר הרע עס צו נעמען און אונז איבער לאזען א פאר פארשימלטע קיפערנע רוימישע פרוטות פון 1700 יאר צוריק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8834
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
שעמעדיגער האט געשריבן:יישר כח ידידי רבי בענקל טייערער
דאס איז נישט אונטער הר הבית דאס אונטער קשת ווילסון הארט נעבן די רעפארמער כותל דארט גראבן זיי שוין א שיינע פאר יאר אונטער ווי די מענטשען גייען און זענען געגאנגען בזמן הבית ביי די היינו יגע גן הארכולוגי, ווער עס וועט גוט קוקן דארט וועט זעהן שטיגן אראפציגיין
איך מיין אז איר זענט זיך טועה. דער גן הארכעלאגי איז אויף די רעכטע זייט פון כותל המערבי (=דרום), און דאס געפינט זיך ביי די לינקע זייט (צפון) דארט איז קשת ווילסאן.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
יידישע קהילות האט געשריבן:שעמעדיגער האט געשריבן:יישר כח ידידי רבי בענקל טייערער
דאס איז נישט אונטער הר הבית דאס אונטער קשת ווילסון הארט נעבן די רעפארמער כותל דארט גראבן זיי שוין א שיינע פאר יאר אונטער ווי די מענטשען גייען און זענען געגאנגען בזמן הבית ביי די היינו יגע גן הארכולוגי, ווער עס וועט גוט קוקן דארט וועט זעהן שטיגן אראפציגיין
איך מיין אז איר זענט זיך טועה. דער גן הארכעלאגי איז אויף די רעכטע זייט פון כותל המערבי (=דרום), און דאס געפינט זיך ביי די לינקע זייט (צפון) דארט איז קשת ווילסאן.
גערעכט גערעכט דאס איז ביי וילסון צומישט מיט רובינסון
לעב און לאך א גוטס
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
כ'האב נישט געזען רעדן פון די אפלויף וואס מ'זעט דארט.
אפשר איז עס געווען א מקוה ציבורי?
אפשר איז עס געווען א מקוה ציבורי?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ווידיאו פון הרב זמיר כהן
אויף הידברות איז דא עטליכע ווידיאו'ס פון זמיר כהן בנוגע ארכיאולוגישע געפינסן
ארץ ישראל וציונות
ביטע אויב מעגליך לייגן אויף דראפבאקס
קוקט אויס צו זיין אינטרעסאנט
ארץ ישראל וציונות
ביטע אויב מעגליך לייגן אויף דראפבאקס
קוקט אויס צו זיין אינטרעסאנט
נא_שכל האט געשריבן:כ'האב נישט געזען רעדן פון די אפלויף וואס מ'זעט דארט.
אפשר איז עס געווען א מקוה ציבורי?
עס איז געשאצט צו זיין א אונטערערדישע אפלויף סיסטעם וואס ציהט זיך מעגליך הונדערטער מעטער ביזן 'בריכת השילוח'.
זיי פלאנען צו אויפגראבן די גאנצע וועג און עס פארבינדן מיט די טונעלן פון 'בריכת השילוח'.
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
כ'האב זיך אזוי פארגעשטעלט.
אויב איז עס א רוימישע טעטאר וואספארא חיבור האבן זיי געדארפט צום מעיין השילוח?!
אלא מאי...
אויב איז עס א רוימישע טעטאר וואספארא חיבור האבן זיי געדארפט צום מעיין השילוח?!
אלא מאי...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שעמעדיגער האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:שעמעדיגער האט געשריבן:יישר כח ידידי רבי בענקל טייערער
דאס איז נישט אונטער הר הבית דאס אונטער קשת ווילסון הארט נעבן די רעפארמער כותל דארט גראבן זיי שוין א שיינע פאר יאר אונטער ווי די מענטשען גייען און זענען געגאנגען בזמן הבית ביי די היינו יגע גן הארכולוגי, ווער עס וועט גוט קוקן דארט וועט זעהן שטיגן אראפציגיין
איך מיין אז איר זענט זיך טועה. דער גן הארכעלאגי איז אויף די רעכטע זייט פון כותל המערבי (=דרום), און דאס געפינט זיך ביי די לינקע זייט (צפון) דארט איז קשת ווילסאן.
גערעכט גערעכט דאס איז ביי וילסון צומישט מיט רובינסון
דא קען מען זעהן א שטיקל מאפע פון די מנהרות הכותל.
חשיפת אמת המים העליונה לירושלים ליד טיילת ארמון הנציב
קומענדיגע וואך גייט מען אנהייבן א פראיעקט צו אויפגראבן און פרובירן צו דערגיין וואס מען האט אנטדעקט דורכאויס א גרויסע קאנסטראקשן פראיעקט צווישן טיילת ארמון הנציב און רחוב אלבק אין ארנונה, וואו מען שוין געטראפן באווייזן פון די רוימישע און ביזאנטין תקופה, ווי אויך א וואסער קאנאל פון די צייט פון בית שני וואס ציהט זיך מעגליך ביז ירושלים, וואס א חלק דערפון האט מען שוין געפונען אין א אנדערע געגענט.
קומענדיגע זונטאג וועט די 'איזראעלי אנטיק אטאריטעט' עפענען דאס פלאץ פאר ארכעאלאגיע, ווער עס וויל קען זיך רעגיסטרירן צו וואלונטירן צו ארויסהעלפן מיט די גרובינגן.
בענקעל האט געשריבן:נאך צוויי יאהר פון פארשן די מאסיווער שטיין פון "קשת ווילסאן" אין די מנהרות הכותל ביי צפון זייט פונעם כותל המערבי כדי נאכצוגיין ווי אלט עס איז, זענען ארכילאגן איבעראשט געווארן צו טרעפן אכט מעטער אינטער די ערד א אויסשטעל פון א טעאטער - ווי זיי רופן דאס. ווי אויך, נאך אכט רייעס שטיינער פונעם כותל המערבי.
טייל ארכילאגן זענען ביי דער מיינונג אז דאס איז א רוימישע טעאטאר פון נאכן בית שני. אנדערע זענען ביי די מיינונג אז דאס איז גאר געווען די "מושב הסנהדרין" און צייגן אפילו אן אז עס האט 70 זיץ פלעצער און רונדיכיג אזוי עס שטייט אין די משנה אין מסכת סנהדרין: "סנהדרין הייתה כחצי גורן עגולה כדי שיהו רואין זה את זה".
די סנהדרין איז טאקע געווען אין "לשכת הגזית" אבער - טענה'ן זיי - אז קען זיין אז דאס איז געווען איינע פון די צעהן פלעצער וואו די סנהדרין האט גולה געווען. ווי עס שטייט אין מסכת ראש השנה: "עשר גלויות גלתה הסנהדרין... מלשכת הגזית לחנות מחנות לירושלים מירושלים ליבנה" וכו'.
זייער באלערנדע אפהאנדלונג דערוועגן דורכ'ן ספרא רבא הרב י. ירושלמי אין "די צייטונג". אלס מושב סנהדרין גדולה ווערט אוועקגעמאכט אלס צו קליין פאר 70 זיץ-ערטער, אבער ס'קען זיין סנהדרי קטנה פון פתח הר הבית, נישט אויבן ביים לשכת הגזית.
אייגנטליך קען עס זיין פון די "שלש שורות של כ"ג" וועלכע זענען געזיצן פארנט פון סנהדרי גדולה.
בעת חשיפת מערה
ארבייטער ברייטערן אויס א מערה וואס זיי האבן נאר וואס אנטדעקט, מיט קענטליכע שוידער און באגייסטערונג וואס עס האט זיך אנטפלעקט פאר זיי.
זיי געפינען שטיקלעך פון קריגלעך וואס קוקט אויס צו זיין פון בית שני. ווי זיי גייען אריין טיפער, איז פארהאן נאך א מערה.
האפנטלעך איז דאס נישט קיין פלינדערער און זיי ווייסן וואס צו טוהן. מיר ווארטן צו הערן וואס מען האט אלץ דארט געפונען.
https://www.dropbox.com/s/xjl7ae17zvac7 ... 0.mp4?dl=0