וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

ישראלי האט געשריבן:איך בין א מלמד אין חיידר אין ארץ ישראל, א חיידר וואס מען רעדט דארט עבריידיש, רוב אידיש און אביסל עברית, לעצטנס איז אריין א אינגל וואס זיינע עלטערן אריבער פון אמריקע, און פון דעמאלטס בין איך פארבלאנדז'עט.
לדוגמא, ווי אזוי זאגט מען אויף אידיש:
כל הכבוד!!
לדוגמא. (יא יא, די ווארט לדוגמא)
עבודה (נישט ארבעט, נאר עפעס א בלאט צו קאלערן)
יישר כח.

כל הכבוד - אויסגעצייכנט, וואונדערליך, געוואלדיג, מורא'דיג, אויסערגעווענליך.
וויבאלד מען מיינט דאך נישט צו זאגן אז מען וויל אים געבן דעם גאנצן כבוד, עס איז נאר אזא אויסדרוק פון איבעראשונג וכו'

ארבעט מיינט אויפגאבע, מיסיע
אם לא עכשיו אימתי
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

SPUSMN האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג א גוטן אויסדרוק אויף אידיש אויף consistent אדער consistency.

אויף די ציוניסטישע שפראך רופט זיך עס עקבי און עקביות, דער אפטייטש איז: א מענטש וואס גייט אן מיט א סדר, מיט א לעבנס שטייגער, מיט א געוויסע פעולה, וואס כמעט גארנישט וועט אים נישט רירן דערפון.

א שטייגער ווי א שארמאשער רב זצ"ל, וואס האט שטענדיג געהאט זיינע סדרים, וואס קיין שום זאך האט אים נישט געקענט צושטערן. אבער עס קען אויך גענוצט ווערן אויף א באגרעניצטע פעולה, נישט דוקא אויף א גאנצן סדר היום.

ווארענונג: אויב וועט קיינער נישט געבן קיין ריכטיגן ווארט, וועל איך אדאפטירן דעם ענגלישן און דייטשישן ווארט, און עס רופן קאנסיסטענט און קאנסיסטענץ, וויבאלד עס קומט מיר זייער פיל מאל אויס צו נוצן דעם באגריף.

בייט זיך נישט

מלמד שבחו של אהרן שלא שינה
ווערט נישט נשתנה
נישט משתנה

מה נשתנה, פארוואס איז פארענדערשד געווארען
אויב אזוי, פארענדערשד זיך נישט

אייביג די זעלבע
ווי געווען

נישט בייטענדיג

איך גלייב שווער אז ר' שפיצמאן האט געמיינט אז מיט די אלע ווערטער זיינע וועט ער מיר צופרידנשטעלן, און מיר ראטעווען פון נכשל ווערן און אדאפטירן דעם ווארט קאנסיסטענץ
לעצט פארראכטן דורך וויל זיין גוט אום מיטוואך אקטאבער 18, 2017 4:02 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

ישראלי האט געשריבן:איך בין א מלמד אין חיידר אין ארץ ישראל, א חיידר וואס מען רעדט דארט עבריידיש, רוב אידיש און אביסל עברית, לעצטנס איז אריין א אינגל וואס זיינע עלטערן אריבער פון אמריקע, און פון דעמאלטס בין איך פארבלאנדז'עט.
לדוגמא, ווי אזוי זאגט מען אויף אידיש:
כל הכבוד!!
לדוגמא. (יא יא, די ווארט לדוגמא)
עבודה (נישט ארבעט, נאר עפעס א בלאט צו קאלערן)
יישר כח.

כל הכבוד - הארץ און גערן. געזונטערהייט. פארוואס נישט?. אדרבא. / מיט גרעסטן רעספעקט.
לדוגמא - למשל. (איינער שוין גשריבן).
עבודה - וואלט מען לכאורה אין אמעריקע אינגאצן ארויסגעלאזט פון זאץ (אנשטאט "אלע קינדער זאל שנעל ענדיגן די עבודה" וואלט מען געזאגט "אלע קינדער זאל שנעל ענדיגן קאלערן", אדער "אלע קינדער זאל שנעל ענדיגן וואס איך האב געהייסן").
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וויל זיין גוט האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג א גוטן אויסדרוק אויף אידיש אויף consistent אדער consistency.

אויף די ציוניסטישע שפראך רופט זיך עס עקבי און עקביות, דער אפטייטש איז: א מענטש וואס גייט אן מיט א סדר, מיט א לעבנס שטייגער, מיט א געוויסע פעולה, וואס כמעט גארנישט וועט אים נישט רירן דערפון.

א שטייגער ווי א שארמאשער רב זצ"ל, וואס האט שטענדיג געהאט זיינע סדרים, וואס קיין שום זאך האט אים נישט געקענט צושטערן. אבער עס קען אויך גענוצט ווערן אויף א באגרעניצטע פעולה, נישט דוקא אויף א גאנצן סדר היום.

ווארענונג: אויב וועט קיינער נישט געבן קיין ריכטיגן ווארט, וועל איך אדאפטירן דעם ענגלישן און דייטשישן ווארט, און עס רופן קאנסיסטענט און קאנסיסטענץ, וויבאלד עס קומט מיר זייער פיל מאל אויס צו נוצן דעם באגריף.

בייט זיך נישט

מלמד שבחו של אהרן שלא שינה
ווערט נישט נשתנה
נישט משתנה

מה נשתנה, פארוואס איז פארענדערשד געווארען
אויב אזוי, פארענדערשד זיך נישט

אייביג די זעלבע
ווי געווען

נישט בייטענדיג

איך גלייב שווער אז ר' שפיצמאן האט געמיינט אז מיט די אלע ווערטער זיינע וועט ער מיר צופרידנשטעלן, און מיר ראטעווען פון נכשל ווערן און אדאפטירן דעם ווארט קאנסיסטענץ

געגעבען וואס צו טראכטען, און אז איינער זאל דאס אלעס נעמען אין באטראכט און מיט עפעס אויף קומען. עס הייסט געטוהן דער לעג-ווארק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וויל זיין גוט האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג א גוטן אויסדרוק אויף אידיש אויף consistent אדער consistency.

אויף די ציוניסטישע שפראך רופט זיך עס עקבי און עקביות, דער אפטייטש איז: א מענטש וואס גייט אן מיט א סדר, מיט א לעבנס שטייגער, מיט א געוויסע פעולה, וואס כמעט גארנישט וועט אים נישט רירן דערפון.

א שטייגער ווי א שארמאשער רב זצ"ל, וואס האט שטענדיג געהאט זיינע סדרים, וואס קיין שום זאך האט אים נישט געקענט צושטערן. אבער עס קען אויך גענוצט ווערן אויף א באגרעניצטע פעולה, נישט דוקא אויף א גאנצן סדר היום.

ווארענונג: אויב וועט קיינער נישט געבן קיין ריכטיגן ווארט, וועל איך אדאפטירן דעם ענגלישן און דייטשישן ווארט, און עס רופן קאנסיסטענט און קאנסיסטענץ, וויבאלד עס קומט מיר זייער פיל מאל אויס צו נוצן דעם באגריף.

הארקאווי טייטשט עס 'איבעראיינשטימיג'

https://books.google.com/books?id=EGwA1 ... &q&f=false
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

מיללער האט געשריבן:

זייער א מאדנער טייטש, און איך פארשטיי נישט וואס עס מיינט, איינשטימיג מיינט אז ער האלט די זעלבע מיינונג מיט אנדערע, איבעראיינשטימיג דארף מיינען אז ער איז איבער דאס זיין איינשטימיג, אז ער מוז עס נישט זיין, אדער ער רעכנט זיך נישט מיט דעם, אבער וואס האט עס מיט קאנסיסטענט
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איין-שטימיג מיינט אז ער האלט אן איין שטימע א גאנצן צייט, דער פארזילבע 'איבער' איז אזויווי 'אימער' וואס באדייט 'אלעמאל'

בקיצור ער איז אלעמאל-איין-שטימיג
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

איך וואלט געזאגט: אנגייענד.

(גראדע טייטשט גוגל אויף consistently קעסיידער... :lol: )
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

"קאנסיסטענט" איז זייער א שווערע ווארט אויף אידיש, שוין געפרעגט דערוועגן יארן צוריק ואין פותר אותה ביז אהער.

אנגייענד מיינט כסדר, רעגלמעסיג, אויף ענגליש ONGOING.

"קאנסיסטענט" איז סאך א טיפערע באדייט, מיט מער אנטשלאסנקייט, אפילו עקשנות, נישט נאכלאזן א האר אפילו ווען ס'איז שווער, און הוי איז דאס שווער, אבער נאר אזוי קען מען אנקומען... בקיצור, נאך נישט געטראפן קיין אידישע טייטש דערויף אין איין ווארט, אפילו נישט אין צוויי.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

פריילעך אידל האט געשריבן:איך וואלט געזאגט: אנגייענד.

(גראדע טייטשט גוגל אויף consistently קעסיידער... :lol: )

לויט דעם גוגל וואלט איך געזאגט כסדר'דיג, א כסדר'דיגער מענטש, ער גייט אן כסדר, וכו'

אבער אויב שוין א לשון קודש ווארט, שטערט נישט צו ערקלערן אז איך גיי נוצן דעם קאנסיסטענט.

עטליכע משלים זענען ווי פאלגענד:

א מענטש דארף זיין קאנסיסטענט אין זיין עבודה אויף א מדה כדי ער זאל קענען עס דורכברעכן.

א מענטש וואס האט קאנסיסטענץ, איז פיל מער מצליח.

קאנסיסטענדיגע מענטשן זענען זייער אנגעזעהענע.

טוה דיין ארבעט קאנסיסטענדיג וועסטו מצליח זיין.
מזל מידיע האקט, זייער גוט געזאגט, געבט מיר מער חיזוק צו אדאפטירן דעם דייטשן/ענגלישן קאנסיסטענט
אם לא עכשיו אימתי
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

כ'מיין אז ריין אידיש איז נאכאנאנד, ווי מען זאגט אין ארץ ישראל.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ישראלי האט געשריבן:וואס איז בעסער צו זאגן, תלמוד תורה?
און וואס איז מיט כל הכבוד? איך זאג עס צום קינדער כמעט 20 מאל א טאג?

געזונטערהייט!

"דו ווילסט דווקא טון אזוי, געזונטערהייט"...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

קאנסיסטענט וואלט איך פארטייטש נאכענאנד.

שארמאשער רב האט אנגעהאלטן זיין סדר 60 יאר נאכענאנד.

דער איד דרייט זיך דא נאכענאנד.

אגב, נאכענאנד איז א ווארט ?

אפשר מיינט עס ברציפות?
אוועטאר
ישראלי
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלי »

יישר כח פאר די אלע וואס האבן גהאלפן, כ'מיין אז איך וועל זאגן אויסגעצייכנט, געזונטרהייט און הארץ און גערן איז נישט די פשט פון כל הכבוד.
ישראלי איז די נאמען, יהודי איז די מהות
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די ריכטיגע פראגע איז וואס איז דער שרשיות'דיגער אפטייטש פון די ענדע ווארט sistent?

Insistent
Persistent
Consistent
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
נאכאנאנד מיינט בלי הפסק, ברציפות, אבער אביסל לויזער, נישט ממש אין איין צי, אבער בערך.

עס איז אבער נישט פארבינדן מיט "קאנסיסטענט." עס איז זייער א גרונטליכע ווארט, מיט א שטארקע באדייט, קאמבינירט עקשנות און קביעות.

אפשר וואלט מען געדארפט פרעגן "מעלות."
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

נעבן א ברין? עס שמעקט עפעס גרייזיג, איז נישט ריכטיגער צו זאגן ברונעם?

Capture.PNG
Capture.PNG (29.24 KiB) געזען 3031 מאל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

וועלטניק האט געשריבן:נעבן א ברין? עס שמעקט עפעס גרייזיג, איז נישט ריכטיגער צו זאגן ברונעם?

אדער ברונען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

ברויך מען מאכן א שהחיינו?
קאפאציטעט - Capacity
Screen Shot 2017-10-25 at 7.52.41 AM.png
Screen Shot 2017-10-25 at 7.52.41 AM.png (166.53 KiB) געזען 2941 מאל
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

"קאנסיסטענט" איז זייער א שווערע ווארט אויף אידיש, שוין געפרעגט דערוועגן יארן צוריק ואין פותר אותה ביז אהער.

אנגייענד מיינט כסדר, רעגלמעסיג, אויף ענגליש ONGOING.

"קאנסיסטענט" איז סאך א טיפערע באדייט, מיט מער אנטשלאסנקייט, אפילו עקשנות, נישט נאכלאזן א האר אפילו ווען ס'איז שווער, און הוי איז דאס שווער, אבער נאר אזוי קען מען אנקומען... בקיצור, נאך נישט געטראפן קיין אידישע טייטש דערויף אין איין ווארט, אפילו נישט אין צוויי.

קאנסיסטענט מיינט טון די זעלבע פעולה אן קיין שינויים, דער שיינער מוסר השכל ''נישט רירן קיין האר, אפילו ווען ס'איז שווער'' איז עטוואס פארפירעריש, ווייל מ'מוז נישט רעדן פון קיין דערגרייכונג, דאס ווארט קען פונקט אזוי גענוצט ווערן צו דער נעגאטיוו, ווען א מענטש איז קאנסיסטענט מיט זיין שלאבערישע ארבעט און נאכלאזיגקייט...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איז פארהאן א פונקטליכער טייטש פאר "אוועילעבל" אין אידיש?
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איז פארהאן א פונקטליכער טייטש פאר "אוועילעבל" אין אידיש?

נא! וויאזוי זאגט מען עס דארט? אה יא איך האב עס, עוועילעבל .... אוי עס איז דאך די זעלבע ווארט,
דאכט זיך אז אידיש האט נישט דעם ווארט, דעריבער וועלן מיר אדאפטירן דעם 'עוועילעבל' און והוא רחום יכפר עון.
אם לא עכשיו אימתי
האיש
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האיש »

פארהאנען ?
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

farshlufen האט געשריבן:די ריכטיגע פראגע איז וואס איז דער שרשיות'דיגער אפטייטש פון די ענדע ווארט sistent?

Insistent
Persistent
Consistent

איך בין נישט קיין ידען אין דעם פעלד אבער פון מיין נאטור האבעך ליב די טעמע פון שפראך
אלזא איך מיין אז דער שורש פון sistent איז. Sist
consist's of
Persist's
Insist

וואס אויף אידיש איז עס אדער מלשון "האלט"
Consists of
עס ענטהאלט, - דער אינהאלט

Consistent
אנהאלטנדיג

Persistent
ער האלט אן (לאזט נישט נאך)

Insistent
האלט זיך פעסט

אדער האב איך געטראכט מלשון "שטייט"
Cosists of
באשטייט פון

Consistent
עס איז שטעהנדיג (וואס איז משורש שטייענדיג - כסדרדיג)

Persistent
ער איז שטעהנדיג (וואס איז משורש שטייענדיג - כסדרדיג)

Insistent
שטייט פעסט (שטאנדהאפטיג)

consistent ניצט מען ביי א זאך וואס איז שטענדיגע, און persistent איז ווען א מענטש טוט שטענדיג א זאך

און אפשר גאר קען מען צולייגן
existent
עס באשטייט
Non existent
עס באשטייט נישט

כ'בין נייגעריג צו כ'ווייס וואס איך רעד, זאלן די יודעי דבר זאגן
לעצט פארראכטן דורך פלאחותיך אום מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 6:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רעדסט זייער צום זאך.

וואס וועט זיין דער חילוק צווישען consists און constitutes?

מען דארף זיך מער אריין לייגען אין דעם צו געבען א מיינונג וועליכע וועג איז מער גערעכט און צו עס שטימט אין אלע אומשטענדען, אבער בסקירה ראשונה (מיינט נאך גארנישט) זעהט מיר אויס אייער ערשטען מהלך מער ריכטיג.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”