שמו האט געשריבן:לחם לשובע האט געשריבן:די שיף "אלטלנה" איז געווען א שיף פיל מיט קרוב צי 1000 עולים וואס זענען ארויף צי ארץ ישראל, באלד נאכן התייסדות פון די מדינה, געפירט דורך די אצ"ל גרופע בראשית מנחם בגין, אויפן שיף זענען געווען א סך געווער, און ווען די שיף איז אנגעקומען איז עס באבאדירט געווארן דורך די מדינה, רוב ווידיאוס פון דעם זענען מיסטעריעז פארווינדען געווארן.
https://www.dropbox.com/s/vc36awi1cgwim ... 4.mp4?dl=0
די מדינה פארקויפט היינט, אז זיי האבן מורא געהאט אז די בריטישע וועלן פארטרייבן די שיף קיין קפריסין, האבן זיי דאס אויפגעריסן, כדי מ'זאל דאס נישט קענען פארטרייבן, אבער זיי האבן נישט געכאפט אז די באמבע איז אזוי שטארק, אז מענטשן וועלן שטארבן דערפון (ממש נוסח המדינה, כימים ההם כן בזמן הזה, רח"ל).
ס'שוין געווען נאך די התייסדות המדינה.
יש אומרים ווייל ס'זענען געווען חרדי'שע אויף די שיף, זיי זענען געווען חשוד אויף דעם, אבער ס'למעשה נישט אמת.