״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

דריטע נומער פון מאמענט׳ס מענטל-העלט זשורנאל ״נפשי״ ערשינען!

ליגט בייגעלייגט אינעם ״מאמענט״ פון די וואך פר׳ ואתחנן-נחמו.
אטעטשמענטס
״נפשי #3״, קאווער
״נפשי #3״, קאווער
Nafshi #3 (Moment Supplement) Nachamu 5777.jpeg (392.28 KiB) געזען 10062 מאל
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

נפשי אנטוישט נישט! דאס קומט שטארק צום אויסדרוק מיטן ערשיינונג פון נפשי נומער 3. דריי איז חזקה לכל הדעות.

אין דעם יעצטיגן נומער פון נפשי וועט איר זיך באקענען מיט הרב יושע לאנגסאם, א שטארק געשעצטער און ערפאלגרייכער ענקזייעטי ספעציאליסט מיט איבער 10 יאר ערפארונג אין דעם פעלד. ר' יושע באקענט די ליינער מיט די עומק פון "ענקזייעטי", די חילוק צווישן זארג און ענקזייעטי, וויאזוי שאפט זיך ענקזייעטי, אלעס איבער ענקזייעטי ווערט באהאנדלט דורכן ענקזייעטי מומחה. שפעטער גייט ר' יושע אריין אין מהלכים וויאזוי צו היילן ענקזייעטי. ער איז מסביר וויאזוי מען נוצט CBT פאר ענקזייעטי. און דא קומט די "קאמפאט", ר' יושע באקענט אונז מיט א חידוש פון אים צו נוצן EMDR טעראפי פאר ענקזייעטי. ליינט די היסטאריע פון EMDR, א רעלאטיוו נייע מעטאד וואס איז שטארק אויפגעכאפט ווען עס קומט צו טראומע, און וויאזוי ר' יושע נוצט עס פאר ענקזייעטי.

בן מנחם איז צוריק מיט אן אינהאלטסרייכע איינטראגע איבער די חילוק צווישן פאזיטיווע און נעגאטיווע מענטשן און וויאזוי עס קלאפט אויס אין טאגטעגליכן לעבן, ובפרט ווען עס קומט צו מענטל העלט ביי זיך, ביי די קינדער, ארומיגע, און שלום בית.

"ריליעף", דער הויפט ארגענעזאציע אויף מענטל העלט הייבט אן א קאלום מיט פראגן און ענטפערס, נפשי ליינער דארפן שוין נישט מורא האבן זיך נאכצופרעגן איבער סימפטאמען ביי זיך אדער די קינדער. פאר סיי וועלכע שאלות אין מענטל העלט קענט איר זיך ווענדן צו [email protected] און אייער תשובה וועט אי"ה ערשיינען אינעם קומענדיגן נפשי אויסגאבע. אלעס בלייבט קאנפידעטשעל.

"ספק ספיקא לחומרא" - הרב לוי יצחק אבערלאנדער, סוקסעספולע טעראפיסט נעמט אונז אריין אין א וועלט פון ספיקות און אומקלארקייט, ער לערנט מיט אונז די עומק פון OCD, אבסעסיעס און קאמפולסיעס, וויאזוי זיי ווערן פאבריצירט און וויאזוי מען היילט זיי.

הרב חיים מאיר פערל איז ממשיך זיין טיפזיניגע ארטיקל איבער מעמארי ריקאנסאלידעישאן, פול מיט עמקות און אינפארמאציע איבער די הסטאריע פון טעראפי, אמאל ביז היינט.

מרת ח. לויפער, א לייסעסד טעראפיסטקע פון ארץ ישראל געט פראקטישע עצות און עדווייס פאר עלטערן פון ADHD קינדער.

און, יא! דער פערספעקטיוון קאלום איז צוריק, דאס מאל נעמען אנטייל 4 געלונגענע מטפלים און אבזערווירן א "סאציאלע ענקזייעטי" שאלה. די שאלה ווערט געענטפערט דורך הרב יושע לאנגסאם, הרב חיים ארי' שווארץ, הרב שלום יעקב וואזנער, און הרב לוי יצחק אבערלאנדער.

פאר דאס און נאך קויפט דעם נפשי דזשורנאל!
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אברהם27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם27 »

וואו קען מען פארשאפן די בוך פון ר' יושע לאנגזאם?
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אברהם27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם27 »

נפשי האט געשריבן:http://www.feldheim.com/empowerment.html

Thanks
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

נפשי #4, מאמענט׳ס מענטל העלט דזשורנאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

נפשי #4, מאמענט׳ס מענטל העלט דזשורנאל -- ערשיינט אינעם גרויסן ״מאמענט סוכות״ פעקעדזש.
אטעטשמענטס
נפשי #4, מאמענט׳ס מענטל העלט דזשורנאל
נפשי #4, מאמענט׳ס מענטל העלט דזשורנאל
Nafshi #4 - Mental Health Journal.jpg (187.52 KiB) געזען 9485 מאל
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

אה! א פרייליכע בשורה!!! די נפשי איז איינע פון די געלונגענסטע אויסגאבעס אויפן שעלף, האט תוכן, רייך באשריבן, און יעדע ווארט איז א דיאמאנט! ווי נאר ס'איז דא אין די געשעפטן וועלן מיר זיך איינהאנדלען איינס אי"ה!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיק יונגל »

wow! הגאון רבי שמואל שליט"א איז זיכער די גרעסטע באמבע וועם נפשי האט געקענט אראפברענגען! כה לחי!
וויפיל זייטן איז עס?
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

פארוואס איז נפשי ׳דער איינציגער׳ מענטל העלט אויסגאבע? (קול מבשר עדווערטייזמענט) איז דען נישט להתחזק אויך א מענטל העלט אויסגאבע? דאכצעך אז להתחזק האט עקזעסטירט נאך איידער נפשי איז ארויס געקומען.

איינער קען מסביר זיין?
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

נישט געקענט טרעפן דאס מאל, שוין געווען אויספארקויפט
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

Was massive massive this time. The interview with viznitz dayan on OCD and more. Wish they can sell it as an individual independent journal
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

יעצט אז מאמענט איז שוין ארויף צו 6 דאלאר וועכנטליך עמער זעהן אויב עס וועט קאסטן 7 דאלאר ווען זיי לייגן צו "נפשי" אין די פעקעזש
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

נפשי #5 ערשיינט לכבוד חנוכה, וועט זיין צו באקומען זונטאג אין אלע געשעפטן וואו אידישע ליין-מאטריאל ווערט פארקויפט, צוזאמען מיט די מאמענט פעקעדזש.

א שעה מיט'ן פסיכיאטער
דר. ראנען היזאמי, בארימטער פראפעסאר וואס באדינט דעם היימישן ציבור שענקט אונז א לעקציע איבער מעדיצין, ווען איז מעדיצין וויכטיג און ווען נישט, וויאזוי ארבעט מעדיצין, און וואס איז איר השפעה אויפ'ן מענטשליכן מוח. איבער טעראפי, ווען איז טעראפי נייטיג, די געדאנק פון טעראפי, ווען העלפט טעראפי. וואו ווענדט מען זיך? דאקטאר היזאמי געט ראט און טאט איבער די ערשטע שריט וואס מען דארף אונטערנעמען איינמאל מען טרעפט זיך אין א פראבלעם. דער שורש - דער דאקטאר פירט אונז אריין אין א טיפע לעקציע איבער דער שורש פון מענטל העלט, די שטארקע השפעה פון די גענעטישע באשטאנדטיילן וואס פירן און דיקטירן דעם מענטש אויף טריט און שריט.

נוראדינאמיק אקופעשאן טעראפי
דער סוד אונטער די לעווין נוראדינאמיק צוגאנג וואס איז לעצטנס זייער פאפולער און הילפבאר פאר פארשידנארטיגע פראבלעמען ביי קינדער און צענערלינגען. לערנט וויאזוי אקופאציע קען משפיע זיין אויף די חלקים פונעם מוח און פארבינדן קשרים צווישן די פאדערשטע און הונטערשטע חלקים צו מאכן דעם מוח מער פראדוקטיוו און געזונט.

האנט ביי האנט
או חברותא או מיתותא. אלעס איבער חברותא און פריינטשאפט, געזונטע און אומגעזונטע פארבינדונגען צווישן מענטשן, לערנט וויאזוי צו האלטן א געזונטע פריינטשאפט און וויאזוי צו האנדלען אויב עס קומט צו אן איבעררייס.

שלום בית פאנעל
הגה"צ רבי דוד לעווי, הרה"ג ר' שמואל ניימאן, הרב ר' מרדכי טייטלבוים, הרב ר' יעקב משה גאנץ, און הרב ר' פנחס גוטמאן נעמען אנטייל און דעם פערספעקטיוון פאנעל באהאנדלענדיג יסודות אין שלום בית וואס יעדע מאן און ווייב דארפן צו וויסן.

זענען מיר אלע אויטיסטיש?
בן מנחם אנאליזירט די אונטערגעשאצטע חכמה פון פארשטיין יענעם. די וויכטיגקייט פון ארויסקריכן פון אייגענעם אויטיזם קעסטל, איך, זיך, מיך, און טראכטן איבער יענעמ'ס געפילן און געברויכן.

טוישן אומרעאליסטישע געפילן הרב חיים מאיר פערל איז ממשיך מיט זיין שיעור אין מעמארי ריסאנסאלידעישאן נעמענדיג די נושא א טריט ווייטער. דער בת-קול צווישן יענע צוויי בערג פערזענליכע געשיכטע איבער ספיקות אין אמונה און ווי דער אור האט פלוצלונג אויפגעשיינט. טראכט נישט פון קיין ווייסע בערן... די השפעה וואס מחשבה האט אויפ'ן מענטשליכן גוף. "צמקים שחורים" - א רפואה פאר גייסטישע פראלעמען?

און נאך פיל מער.

זונטאג אין אלע געשעפטן.
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

שיינע איבערבליק @נפשי
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

דעקל?
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

געהעריג דא אין געשעפטן!
אוי אוי אוי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 09, 2017 1:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי אוי אוי »

אין אלע שטעט ?
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

נפשי #5 — מאמענט׳ס מענטל העלט דזשורנאל, ערשיינט אינעם ״חנוכה״ אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

וועט זיין זונטאג אין אלע געשעפטן!

נפשי #5 — מאמענט׳ס מענטל העלט דזשורנאל
נפשי #5 — מאמענט׳ס מענטל העלט דזשורנאל
Nafshi #5 - Mental Health Journal.jpg (176.6 KiB) געזען 8050 מאל
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

לאמיר לויפן קויפן..
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

האמיר ב''ה זיך איינגעהאנדלט די פיפטע 'נפשי'

ווי נאר איך האב געזעהן די דעקל נאך ביפאר איך האב אויפגעריסן די פלאסטיק איז מיין הארץ געווארן אנגעפילט מיט פרייד, ענדליך זעהט מען שוין אויף די דעקל א 'ריכטיגע' פראפעשינאל א פסיכיאטער וואס באהאנדלט די היימישע ציבור דר. ראנען היזאמי א היימישע איד מיט א קאפל דאס איז א באגריסענדע שריט, און א לעוול ארויף אויף די פראפעסיאנעלע לייטער. (הגם איך וואלט ערווארטעט א אינטערוויא ענדערש מיט דר. נודמאן באוואוסט אלס די 'ש''ס דוקטור' וואס איז די ערשטע אדרעסס ביי אונז חסידישע ציבור.)

און ווי ערווארטעט א הארטע דוקטור מיט הארטע מעדיצין כאטש א טיילווייזע סימפאטיע פאר פסיכולוגיה, איך האב שטארק הנאה געהאט פון די אינהאלטספולע שמועס וואס עס איז די אויפגאבע פון א פסיכיאטער ווס. א פסיכילוג, און עס איז ניכר אין זיין שפראך אז ער איז געוואינט צו שניידן קורץ אין צום פונקט... וואס איך האב שטארק הנאה געהאט ווי ער שניידט צום פונקט מיט מער ווייניגער טרעפליכע משלים הקולע אל השערה.
און ווי אויך דאס וואס ער פארלייקענט אז OCD איז מער א אידישע מחלה, און אז ענקזייטי טרעפט זיך מער ביי קלוגערע מענטשען, וואס איז ביי אונז שטארק אנגענומען.
בעיקר בין איך שטארק באנומען געווארן פון זיין פערסענאליטי, א שטיק איידילקייט. אפילו ווען ער רייסט ארונטער עפעס ווי אנלייסענסט טערעפיסט צו אלטערנאטיווע מעדיצין איז עס מיט א איידלקייט און א איינגעהאלטנקייט און ער לאזט אפילו א פתח אז זיי קענען צומאל זיין סוקסעספול.

איך ערווארט אין די קומענדיגע נפשי א אינטערוויא מיט א פראפעסיאנע סייקאלידשיס צום השלמת הענין.
----------
דערנאך זעמיר אריבער לעזן די שלום בית פאנעל, וואס איז מיר די מערסטע נוגע...

די שאלה אינקורצן א יונגערמאן חתונה געהאט א יאר שפירט אויסגיברענט פון גיבן ליבשאפט און געטריישאפט פאר זיין ווייב, און אויך פילט ער נישט ווי זיין ווייב איז געטריי פאר עם.
די תשובות:
ר' דוד לעווי: די שליסל צו שלום בית איז ''אהבה'' מען גיט ליבשאפט פאר די ווייב און נאטורליך גיט די ווייב צוריק, אויב איז די אהבה באופן פון ''מוותר'' זיין טויג עס נישט, ממילא אויב טוט מען נאר פאר יענעם אן טראכטן פון זיך צינד עס אן א לעמפל ביים צווייטען וואס וויל ער דא? עס מאכט נישט קיין סענעס.
ר' שמואל ניימאן: א מאן ווען ער גיט ליבשאפט באופן משפיע ווערט מען נישט אויסגיברענט דאס איז די טבע פון א מאן צו זיין א משפיע, משא''כ אויב וועט ער קאכן אדער רייניגען דאס שטוב פילט ער ווי א עבד.
ר' מאטל ט''ב: ווי א נייע שטערן גייט ער אריין אין אריכות הדברים ברענגט גראדע ארויס גוטע נקודות, זיין שפיץ יסוד איז אז צומאל פארזעהט מען קליינע צרכים וואס איז נישט די רוטין, וואס ביי די אנדערע איז עס זייער וויכטיג און מיינט אלעס.
ר' יעקב משה גאנץ: גייט מיט זיין מהלך הידוע אז די אמת'ע אהבה איז אז מען פילט ווי איינס ממילא גיט מען ליבשאפט אן קיין חשבונות, דו גיסט ליבשאפט פאר דיר און דו ווארסט נישט אויף צוריק, פונקט ווי דיין רעכטע האנט האט נישט טענות אויף די לינקע האנט.
ר' פנחס גוטמאן: כאטש א רעלעווענט נייע שטערן שניידט ער גאנץ קורץ. ערשטע נקודה די זעלבע נקודה ווי ר' מאטל אז צומאל פארזעהט מען קליינע צרכים וואס עס איז איר וויכטיג. נקודה 2 אז אפשר פעלט עם א מאן'קייט א פעסטקייט - ערוואקסנקייט ממילא האט זיין געטריישאפט ביי איר נישט קיין משמעות.

מיין אנאליז
ר' יעקב משה'ס מהלך האב איך קיינמאל פארשטאנען, כאטש איך קען עס זעהן במציאות ארבייטן, איז עס זיכער נישט די נארמאלע וועג און איך גלייב שווער איינער א בשר ודם קען דאס באוויזען, און איך האלט עס גייט אריין אין שקר אין רגלים.
ר' שמואל ר' מאטל און ר' פנחס כאטש זיי ברענגן ארויס ריכטיגע נקודות, רעדן זיי אבער פון פרטים וואס איז שייך ביי געוויסע פעלער וואס די נקודות זענען ריכטיג.

די מהלך פון ר' דוד לעווי זעה איך עפעס יא א שטיקל שליסל א יסוד אין אלגעמיין שלום בית.
קודם דאס איז קלאר אז אהבה צווישען דאס פאר פאלק דאס איז די יסוד אויב דאס איז דא איז אלעס דא, און א וודאי כדי עס זאל זיין ריכטיג אהבה מוז די מאן זיין א משפיע און די פרוי א מקבל, און באמערקן די קליינע צרכים וואס ביי די אנדערע איז וויכטיג און פארשטייט זיך זיין א מאנספערזאן.
די שאלה איז נאר וויאזוי גייט צו די אהבה? ווי אזוי בויעט מען צוזאמען א ליבשאפט? צומאל איז דא איינער וואס איז מחליט איך האב ליב מיין ווייב און איך גיי גיסן ליבשאפט און איך ווארט נישט אויף צוריק, זיי וויסען אז דאס טויגט נישט, עס בויעט זיך נישט קיין פריינדשאפט אזוי, אז די גיסט ליבשאפט און אז זי באקומט ליבשאפט דארף זי נאטורליך זיין צופרידען און אז זי איז עס מקבל זאגט זי א יישר כח ביסט אזוי געטריי פאר מיר, און דאס גיט גאזאלין און סיפוק פאר די מאן צו גיבן ווייטער.

און אויב פילט איינער אז די באן פארט נישט דארף מען קוקען אין פרטים וואס עס האלט צוריק די ''אהבה'' חל צו זיין.


נאר דאס האב איך געליינט דערווייל, עס קוקט אויס אז די נפשי איז ארויף א דרגא, עס איז בלי ספק ווערט די 6 דולער חסר פעני.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

המשך...

עס מישט זיך אויף די ארטיקל האנד ביי האנד וועגען חברותאשאפט.

מיין אויגן פאלן גלייך אויף די שרייבער, פיגא טענענבוים א שטאפל ארויף ענדליך קען מען שוין הערן א פערספעקטיוו פון ווייבער שול.

די נושא איז א ברענעדיגע נושא וואס אסאך מוטשען זיך דערין בעיקר טינעיטשער'ס, די שרייבער נעמט אן א פאסיווע שטעלונג אז אזוי קומט עס און פארטיג, נישטא עכט עצות אדער מהלכים וואס קען העלפן,טיילווייז נעמט זי אריין די אייבירשטער אין די בילד אז אלעס איז פונקט באשערט און מען דארף שלום מאכן מיט די מצב.

א אינטערסאנטע נקודה איז זי מחדש אז צומאל איז פארהאן א צורך אונטער די באוויסטזיין פאר איינעם צו זיין נאנט מיט יענעם און עס קומט א קלימאקס וואס זיין צורך פילט זיך אן און אוטומאטיש פילט ער אז ער דארף שוין נישט די נאנטקייט.
דאס איז מיר א חידוש און עס גיט מיר חומר למחשבה.

עכ''פ איך האב געהאט די הרגשה בשעת'ן ליינען אז עס איז א רויע אומגענדיגטע ארטיקל, עס פעלט היבש.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
נפשי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 6:43 pm
פארבינד זיך:

נפשי 6#

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי »

תורה און פסיכאלאגיע
אויספירליכע געשפרעך מיט דר. דוד ליבערמאן, אינטערנאציאנאלער מומחה אויף פסיכאלאגישע ענינים, וועמענס ביכער, אנגעפילט מיט תורה'דיגע השקפות, ווערן געדרוקט אין מיליאנען עקזעמפלארן און זיצן באקוועם אויפ'ן "ניו יארק טיימס" בעסט סעלער ליסטע.

געזונטע וויזיאנערן
דער דירעקטער קשר צווישן פסיכאלאגיע, זעלבסטשאץ און וויזיע אנגעלעגנהייטן. שמועס מיט דר. יואל ווארשאווסקי, לאנגיעריגער פאכמאן וואס האט שוין פארשריבן טויזנטער פריזם לענסעס ראטעווענדיג אומצאליגע קינדער פון גייסטישע יסורים.

טראומא
וואס איז עס? וואס זענען די סימפטאמען? וויאזוי אפעקטירט עס? וויאזוי ווייסט מען אויב מען ליידט דערפון, און וויאזוי ווערט מען פטור דערפון? – הרב יושע לאנגסאם

בחור'ישע טעראפיסטן
5 מומחים מיט ראט פארן בחור וואס וויל העלפן זיינע חברים אין גייסטיגן זין.

נוקלעארע בזיונות
דער אטאמישער קראפט פון בזיונות צום גוטן און פארקערט – בן מנחם

מחשבה'דיגער געראנגל
שפאציר אין די געדעכטע וויסטענישן וואו מיינע מחשבות פירן מיך.

סאציאלע ראבאטן: וועלן מיר אנהייבן שמועסן און ארבעטן מיט גולמים? מעמארי ריקאנסאלידעישאן #5: וויאזוי פראדוצירט מען אן 'עפראנץ'? פחדים: טראכט וואס דו ווילסט 'יא' טראכטן. אינשורענס: אויפוואכונג איבער אינשורענס פאר מענטל העלט.

נפשי 6.jpeg
נפשי 6.jpeg (478.55 KiB) געזען 7327 מאל

היינט ערשינען אין אלע געשעפטן לכבוד חמשה עשר, ראש השנה לאילנות. כי האדם עץ השדה, יעדע בוים איז אייגנארטיג, יעדער מענטש האט זיין גלאנץ.
לעצט פארראכטן דורך נפשי אום מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אימעיל: [email protected]
טעלעגראם: https://t.me/Nafshi
לינקדאין: https://www.linkedin.com/company/34743658
נפשי אלערטס: Text 347-450-7040
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

א שאד עס קומט פארפאקט צווישען ר' מענדל'ס גאלערעטע און די 4 וואנעבי דאשיק שפילערס.

איי געס די מאמענט איז אין דעבט אז מען קען נאר שרייבן גראבע אדווערטייזמענט ארטיקלען וואס פארמיעסט די נפשי אין די אויגען פון די קויפער.
איך מיין עס איז צייט אפצוטיילען נפשי פון די מאמענט.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
בדרכי אבותינו
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרכי אבותינו »

די נושא איז א ברענעדיגע נושא וואס אסאך מוטשען זיך דערין בעיקר טינעיטשער'ס, די שרייבער נעמט אן א פאסיווע שטעלונג אז אזוי קומט עס און פארטיג, נישטא עכט עצות אדער מהלכים וואס קען העלפן,טיילווייז נעמט זי אריין די אייבירשטער אין די בילד אז אלעס איז פונקט באשערט און מען דארף שלום מאכן מיט די מצב.

די טיילווייז איז די עיקר פראבלעם וואס די היינטיגע דור מיטשעט זיך די וועלט איז מען נישט געקומען צו לעקן האניג מען ברויך אביסעל ארבעטען אויף די מידות פאר די אידישע אידען
וואס ווילען גיין אויף די אויסגעטראטענע וועג אין נישט זיכען זיך צו אמערקאנעזירען איז כדי ווען איהר אדער אייער פאמיליע מיטשעט זיך צו נעמען די ספר הקדוש פון רבי יצחק אלעזר
מאשקאוויטש שליטא די וועג צו א גליקליכע לעבן אין דארטען צונעמט ער מוראדיג שיין ווען עס איז סתם עבודת המידות אין ווען מען דארף הילף
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

וואס איז די נאמען פון די ספר הקדןש
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”