סוכה צענטער + וועלכע סארט סוכה פארמאגט איר?

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נישט איז נישט האט געשריבן:קודם העמיר גיין צו טולס, DeWalt, איז פאראן פארשידענע ערליי זעגן און דריללס, אויף וואס קוקט מען (נאכן פרייז) און האט איינער אן עקספיריענס (שלעכטע/גוטע) מיט זייערע סחורה?


אויב איר פרעגט פארשטיי איך אז איר זיינט נאר א קארפענטער פון א' סליחות ביז מוצאי שמח"ת, א"כ ברויכט איר נישט קיין ווער ווייסט וואס, זוכט א פשוט'ע קארדלעסס, נישט צו גרויס = שווער, וליתר שאת אויך מיט די העמער דריל אפציע, איר ברויכט לכאורה נישט מער.

א קארדלעסס זעג איז נאר נויטיג אויב איר שטעלט אויף א סוכה אויף א פלאץ וואו מען קען שווער איינשאלטערן אן עלעקטערישן מאשין, אלענפאלס נעמט אין באטראכט אז ער איז שוואכער ווי א גוטע קארדעד ווערסיע און פרעסט בעטערי.

בעטערי טייפ מאכט אויך אויס, א Lithium-Ion איז די בעסערע לייכטערע און שטערקערע ווערסיע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
cash
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2010 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cash »

green sunday האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:איך האב א נערוו אבער ס'האט א שטיקל האפט, אז די לייטער'ס סוכה ומיניהם איז הלכה'דיג שוואכער ווי אנדערע סוכות, פאקטיש איז דער סטראקטשער פון די סוכה געמאכט פון אייזן, דהיינו א דבר המקבל טומאה, אמת ס'איז דא אזעלכע האלטער'ס ווי מ'לייגט אריין ברעטער און די סכך איז נאר מעמיד ע"ג מעמד, אבער די מציאות איז אז די סכך האלט זיך אויף אייזן, לפי החזון איש איז אזא סוכה נישט אויסגעהאלטן, ווידערום די פענעלס וואס זענען פון האלץ דער סטראקטשער איז האלץ, אפי' ווען מ'לייגט אריין אפאר נעגל, אבער אויב גיי איך צום שורש, דער שורש איז האלץ א דבר שאינו מקבל טומאה,

יהיה כן האט געשריבן:איך האב אויך לייטער סוכה אבער איך נוץ נישט די אייזערנע האלטער פאר די סכך מטעמא דשאץ הנ״ל
איך האב ארויף געדרילט האלצערנע לייסטלעך צו די פרעים און אויף דעם לייג איך ארויף האלצערנע לייסטלעך אין די ברייט פון די סוכה האב איך שוין יוצא געווען מעמיד דמעמיד
און דער חזו״א וואס שאץ האט דערמאנט, לויט אים קען מען נישט נוצן בכלל א סוכה וואס האלט זיך אויף שרויפן ווייל נאך אלעם איז דאס א מעמיד פאר די סכך וואס אנדעם האט די סכך נישט קיין קיום
די חזון איש׳ניקעס האבן אזא סארט סוכה וואס איז כל כולו פון האלץ, הגה״צ מאנטעווידיעאר רב זצ״ל האט אויך מחמיר געווען און געהאט אזא האלצערנע פרעים פאר די סכך וואס האט זיך אינגאנצן נישט אנגעהאלטן אויף די ווענט אדער זיך צאם געהאלטן מיט שרויפן

אמאל פאר יארן צוריק האב איך אויך געהאט די ׳ספעיס סעיווער סוכה׳, קען זיין אנדער האבן זיך געמוטשעט דערמיט אבער פאר מיר איז עס זייער באקוועם געווען, אולי ווייל איך האב עס גענוצט אויף פארטש, עס איז געווען כמעט די זעלבע איידיע וואס א גרויסער עולם נוצט היינט קארא-פלעסט פאר די ווענט (די סארט וועלכע מנוצט פסח) נאר סיז געווען היבש דיקער און שמעלערע שטיקלעך


איז דאס טאקע א פראבלעם? איך האב אויך א לייטער סוכה, איך טי וואס מיין טאטע זז"ג טיט אלע יארן מען לייגט אויף די ביעמס נאך א דין שטיקעל האלץ אלץ א מעמיד דמעמיד


איך האב געירשנט א לעגא סוכה. איז די פלעסטיג מקבל טומאה אז איך זאל חושש זיין ביי די סכך?
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

ווי אין ק"י קען מען קויפן לייטערס סוכה?
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Iphone האט געשריבן:ווי אין ק"י קען מען קויפן לייטערס סוכה?

נו קיינער? אז נישט ק"י, ווי אין מאנסי?
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

נעבן דורן האב איך געזען א לייטער סוכה אויפגעשטעלט,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

[email protected]
(718) 436-0303
(718) 436-0909
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

cash האט געשריבן:
green sunday האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:איך האב א נערוו אבער ס'האט א שטיקל האפט, אז די לייטער'ס סוכה ומיניהם איז הלכה'דיג שוואכער ווי אנדערע סוכות, פאקטיש איז דער סטראקטשער פון די סוכה געמאכט פון אייזן, דהיינו א דבר המקבל טומאה, אמת ס'איז דא אזעלכע האלטער'ס ווי מ'לייגט אריין ברעטער און די סכך איז נאר מעמיד ע"ג מעמד, אבער די מציאות איז אז די סכך האלט זיך אויף אייזן, לפי החזון איש איז אזא סוכה נישט אויסגעהאלטן, ווידערום די פענעלס וואס זענען פון האלץ דער סטראקטשער איז האלץ, אפי' ווען מ'לייגט אריין אפאר נעגל, אבער אויב גיי איך צום שורש, דער שורש איז האלץ א דבר שאינו מקבל טומאה,

יהיה כן האט געשריבן:איך האב אויך לייטער סוכה אבער איך נוץ נישט די אייזערנע האלטער פאר די סכך מטעמא דשאץ הנ״ל
איך האב ארויף געדרילט האלצערנע לייסטלעך צו די פרעים און אויף דעם לייג איך ארויף האלצערנע לייסטלעך אין די ברייט פון די סוכה האב איך שוין יוצא געווען מעמיד דמעמיד
און דער חזו״א וואס שאץ האט דערמאנט, לויט אים קען מען נישט נוצן בכלל א סוכה וואס האלט זיך אויף שרויפן ווייל נאך אלעם איז דאס א מעמיד פאר די סכך וואס אנדעם האט די סכך נישט קיין קיום
די חזון איש׳ניקעס האבן אזא סארט סוכה וואס איז כל כולו פון האלץ, הגה״צ מאנטעווידיעאר רב זצ״ל האט אויך מחמיר געווען און געהאט אזא האלצערנע פרעים פאר די סכך וואס האט זיך אינגאנצן נישט אנגעהאלטן אויף די ווענט אדער זיך צאם געהאלטן מיט שרויפן

אמאל פאר יארן צוריק האב איך אויך געהאט די ׳ספעיס סעיווער סוכה׳, קען זיין אנדער האבן זיך געמוטשעט דערמיט אבער פאר מיר איז עס זייער באקוועם געווען, אולי ווייל איך האב עס גענוצט אויף פארטש, עס איז געווען כמעט די זעלבע איידיע וואס א גרויסער עולם נוצט היינט קארא-פלעסט פאר די ווענט (די סארט וועלכע מנוצט פסח) נאר סיז געווען היבש דיקער און שמעלערע שטיקלעך


איז דאס טאקע א פראבלעם? איך האב אויך א לייטער סוכה, איך טי וואס מיין טאטע זז"ג טיט אלע יארן מען לייגט אויף די ביעמס נאך א דין שטיקעל האלץ אלץ א מעמיד דמעמיד


איך האב געירשנט א לעגא סוכה. איז די פלעסטיג מקבל טומאה אז איך זאל חושש זיין ביי די סכך?

גם אני ירשתי סוכה כזה ל"ע ול"ע.... מיר לייגען האלץ ארום די פרעים .
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

Iphone האט געשריבן:ווי אין ק"י קען מען קויפן לייטערס סוכה?

אין ק"י קען מען נאר קויפן די קאמפעטעישאן פון לייטערס Sukkah Depot סוכה
לייטערס אליינס איז נישט דא
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרגום יונתן »

איך זיך טאקע צו קויפן א לעגא סוכה, בעיקר צוליב די גרינגקייט (לייטער'ס און סוכה דיפאו זענען שווערער, הער איך), האט איינער עקספיריענס דערמיט?
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

kyshtiper האט געשריבן:
Iphone האט געשריבן:ווי אין ק"י קען מען קויפן לייטערס סוכה?

אין ק"י קען מען נאר קויפן די קאמפעטעישאן פון לייטערס Sukkah Depot סוכה
לייטערס אליינס איז נישט דא

נאופ, לייטערס פארקויפט ביים בית החיים
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

וויזוי קויף איך פלייוואדס אין קרית יואל?
עס איז דא איינער וואס דעליווערט?

עס פיט נישט אין קיין קאר
אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

בויען די סוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעזעלע »

סוואלט געווען אינטערסאנט. אז די עולם זאל מיטיילן זייערע בייפאלן. וועגען די סוכה,
איינער האט מיר געפרעגט, וועלכע דרילער. צו קויפן, מיין תירץ איז. א אימפעקט 18 וואלט
וואס נישט צוטהון כהאב געזען איינעם אן טהון דיספויזבעל גלאווס :lol:
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

לעצטנס איז דא אידן וואס לייגן די ווייסע טוויסטערס צאמצוהאלטן די ווענט, מ׳קען אויפשטעלן די סוכה ממש אין מינוטען, אבער ס׳כדאי צוצולייגען אפאר סקרולס דא אין דארט, ביי די עקן, טאמער ס׳קומט א רוח שאינה מצויה זאל עס איבערלעבן
סוף מעשה במחשבה תחילה.
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

וואס טוט זיך מיט א שלאק [איך האב נישט קיין פארטש] ???
סקוקט מיר אויס ווי א עבודה קשה וואס נאך אלעם געלונגט עס נישט און עס רעגנט אריין וכו' וכו' בקיצור נאך די צווייטע רעגן איז שוין נישטא קיין זייכער פון די גאנצע מעשה
אפשר קען איינער בייהילפיג זיין
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

איך בין טאקע נישט דערגרויסער קארפענטער אבער לפי דעתי און מיין עקספעריענס מיטן ארויסהעלפן אפאר חברים מיט א שלאק, איז דאס בעסטע און גרינגסטער פאר איינער וואס האט נישט קיין אונינ''ג,איז דעי ראולער שלאק.
פארשטייט זיך די ערשטע זאך מוזט איר אדורך ליינען מיט גרויס עהרנסטקייט די אשכול פון '' געיט-שלאק סקאנדאל'', (איים סארי אויב איינער קען אייך צו ווייזן די פונקלישע אדרעס) וואס דארט וועט אייער בלאו''ט פרעשו''ר שוין ארויף גיין אביסל, אבער כ'מיין עס וועט אייך אסאך צוגעבן וויאזוי אנצוהייבן און וואס יא אדער נישט צו טוהן, אגב וועט עס זיין א גוטע הכנה צו די ארבייט, וואס עס זעהט שוין אויס, אז איר זענט שוין אביסל זאט פון די ''שלעקער''מיטמאכעניש, אבער אז איר מיינט עס אמת'דיג איז די שלאק די מהלך צו גיין.
עס איז גרינג און מען דארף נישט זיין קיין גרויסער מומחה, איינמאהל מען כאפט וויאזוי עס ארבעט, און מען קען עס אויסשטעלן אויף אזא אופן צו קענען גרינג צוריק לייגן יעדעס יאר.
און אז עס איז גוט געמאכט מיט קאפ און אביסל מחשב ארבייט עס א מחיה, און עס רעגנט נישט אריין.
און נאכאמהאל איך בין בכלל נישט דער גרויסער בויער אדער אונטערנעמער, נאר מיט אבסיל קאפ און מח האט עס פיין געארבעט.
אז איר ווילט קען איך אייך טרייען ארויסהעלפן, דא אויפן פאפיר דאס בעסטע וואס איך וועל מיך קענען עקספרעשן אז נישט קענען אנדערע אידן אייך ארויסהעלפן אדער עפעס א בעסערע איידיע, אדרבה ישפוט הקהל וכו'ו
,נישט פארגעסן קודם כאפט א שמעק אינעם געיט שלאק סקאנדאל פשוט צו בארואיגן די נערוון. איר וועט זעהן אז סוף כל סוף וועט זיך עס ראווללללללללללללללללללללללללללען א מחיה, אז נאר..
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
evernote
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך evernote »

ווייסט איינער וויאזוי מ׳לייגט ארויף די שלאס אויף די סוכה דיפאו טיר? ס׳איז דא א קליינע סקראו וואס דארף גיין אין די זייט אבער ס׳דרייט זיך נישט אריין און ס׳פאלט ארויס.

אזוי אויך וויאזוי נוצט מען די ווייסע שטיקלעך צו האלטן די האלץ?

יישר כח
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

יאך האב איך געבויט א שלאק מיט אייזערנע electric conduit פייפס [קאסט אין האום דיפאט לערך 4.75 א שטיקל פון צען פיס לאנג]
באהאפטן מיט דעם נייעם פאטענט https://www.makerpipe.com/
אויב האט מען א גריינדער [קאסט אין האום דיפאט לערך 30$] צו שניידן די פייפס, מאכט זיך געשמירט עס א מחי'
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

זבחי צדק האט געשריבן:יאך האב איך געבויט א שלאק מיט אייזערנע electric conduit פייפס [קאסט אין האום דיפאט לערך 4.75 א שטיקל פון צען פיס לאנג]
באהאפטן מיט דעם נייעם פאטענט https://www.makerpipe.com/
אויב האט מען א גריינדער [קאסט אין האום דיפאט לערך 30$] צו שניידן די פייפס, מאכט זיך געשמירט עס א מחי'

מען קען נוצן דעם פאטענט אויך צו מאכן אן אייגענעם אונינג, אז מען איז אביסל הענדי, און זיך שפארן טויזנטער דאלער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זבחי, יש"כ.

ברויכסט קיין גריינדער צו שניידן emt פייפס, א hacksaw איז גענוג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

א גריינדער שניידט אין סעקונדן
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9191
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

עני עקספיריענס מיט sukkah company סחורה'נע סוכה?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיף דעת »

איך וויל בויען א קאנטער טאפ (Counter Top) סוכה אויף מיין פארטש, האט איינער עקפיריענס מיט דעם?
ווי אזוי האלט זיך די ווענט?
ווי אזוי לייגט מען די סכך?
ווי אזוי שטעלט מען צו זאם צו ווענט?
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......
יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיף דעת »

יוסיף דעת האט געשריבן:איך וויל בויען א קאנטער טאפ (Counter Top) סוכה אויף מיין פארטש, האט איינער עקפיריענס מיט דעם?
ווי אזוי האלט זיך די ווענט?
ווי אזוי לייגט מען די סכך?
ווי אזוי שטעלט מען צו זאם צו ווענט?

עני העלפ???
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער גראדער וועג.

א פרעים פון 2 ביי 3'ס, מ'שרויפט צו די פענעלס.

סכך און שלאק גייט אויף די האלץ.

פארשטייט זיך אז אלעס ווענדט זיך אין דעם געבוי פונעם פארטש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיף דעת »

farshlufen האט געשריבן:דער גראדער וועג.

א פרעים פון 2 ביי 3'ס, מ'שרויפט צו די פענעלס.

סכך און שלאק גייט אויף די האלץ.

פארשטייט זיך אז אלעס ווענדט זיך אין דעם געבוי פונעם פארטש.


מען דארף מאכן די פרעם אויף אלע פיר זייטן פון די פארטש?

אונטן פון די פרעם דארף מען אויך א 2X3 אדער איז גענוג ווי א ח?

איך האב בעמבא סכך ווי אזוי לייג איך דאס ארויף אז עס זאל נישט אראפ פאלען פון די סוכה?
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”