מיט א צוויי אין צוואנציג יאר צוריק איז אמעריקע געגאנגען כאדארים, ווען א אויס געצייכענטער פוט-באל שפילער א שחור מיטען נאמען או. דזעי. סימפסאן האט געהארגעט זיין ווייסע ווייב; און דער עלעף חדשים'דיגע טרייל, וואס איז ממש געווען א סירקוס, איז געווען די הויפט נייעס אין אמעריקע די גאנצע צייט כנוסח אמעריקע; און ווי עס שפילט זיך אפט אפ דא אין אמעריקע איז דער וואס האט געלט און קען דינגען די בעסטע אדוואקאטען, האט א אויבער האנט איבערן געזעץ, און זייענדיג א שחור און א סופער-סטאר, איז עס געלונגען פאר זיינע לויערס מיט גרויס געניטקייט אים צו ראטעווען, און דער דזורי איז צוריק געקומען מיט א נישט גלויבליכע איבעראשינדיגע ווערדיגט פון "נאט גילטי"!
דער שטוינענדיגע ווערדיגט איז ארויס געקומען נישט אין א גרינעם דאנערשטיג, נאר אין סאמע ערב יום כיפור (תשנ"ו לפ"ק), ערב יום כיפור נאכמיטאג, צוויי שעה הארט פאר יום טוב; און גלייך איז דאס געווארען די געשפרעך פון טאג אין אמעריקע, דאס געשעעניש פונעם סענטשורי!
אין ניו יארק סיטי איז געווען א ראדיא קאמענטאטער מיטען נאמען בערי גרעי (Barry Gray), דער טאטע פון טאוק-רעדיא, וואס אין תש"ה זייענדיג א דיסק-דזאקי (וואס לייגט ארויף מיוזיקאלישע פלאטעס אויפען ראדיא) און נישט האבענדיג וואס צו טוהן, האט צוגעשטעלט דער טעלעפאן צום ראדיא, און טאוק-רעדיא איז געבוירען געווארען.
געווען א פרייע איד, וואס זיין אידישע נאמען איז געווען בערל יערוסלאב (מסתמא א אפשטאמיגע פונעם גאליציאנעם שטאט יערוסלאב), געבוירען אין ניו דזורזי אין תרע"ו. קוק דא זיין ביאגראפיע:
https://en.wikipedia.org/wiki/Barry_Gray_(radio)
אזוי ווי ער האט שפעטער דערציילט איז מעשה שהיה כך היה.
ער איז נישט געווען א פרומע איד אבער געגלייבט אין באשעפער און האט קיינמאל נישט גע'ארבעט אין יום כיפור; אבער באשלאסען אז "דאס מאל" קען ער נישט א דורך לאזען אזא אויסטערלישע געלעגענהייט, און וועט "מוזען" יא ארבעטען און רעדען וועגען דער הויפט געשפרעך פון טאג, דער "אקוויטעל פון או. דזעי. סימפסאן".
ער האט געפלאנט צו אנהייבען זיין שאו מיט די פאלגענדע אריינפיר, אז געוועליך קומט ער נישט אריין אין יום כיפור, אבער "דאס מאל" האט ער געמאכט א אויסנאם, ווייל (ענדיג צו) או. דזעי. סימפסאן איז רח"ל אים וויכטיגער ווי יום כיפור.
זעהט אויס אז זכותים האט ער געהאט נישט צו אנמאכען אזא געפערליכער חילול השם (און נאך פארקערט שפעטער צו מאכען א קידוש ה') ווי מיר וועלען באלד זעהן, (דערציילט ער ווייטער), איז ער אנגעקומען באצייטענס צו קענען אנהויבען זיין שאו וואס האט זיך געדארפט אנהויבען אין זיבען א זייגער אין אווענט.
ער גייט צו, צו זיין סטודיא, פינקט אין דער צייט פון לעכט צינדען/שקיעה; צו דער זעלבער סטודיא וואס ער פלעגט טאג טעגליך אריין גיין פאר צענדליגע יארען, און קומט צו צום טיר מיט די שליסלעך אין דער האנט, און קראך, פאהאנקערט זיך אין א ראג (קארפעט טעפיך) אינטער זיין פיס, פאלט אראפ און צושניידט זיך מיאוס דער האנט/ריסט און מען האט אים געמוזט אריין פירען אין שפיטאל צו באהאנדלען.
דארט איז ער אפגעלעגען עטליכע וואכען, און בערך דריי וואכען האט אפגעקאסט דער שפיל וואס ער האט נישט געקענט ארבעטען. נאכען זיך ערהוילען האט מען געמאלדען אויף WOR אז ער גייט מארגען צוריק קומען על כנו, און ער הייבט אן זיין שאו און דערציילט פאר א מאסען אודיענס (וואס האבען שוין אומגעדילדיג געווארט אויף אים) דער גאנצע מעשה מיט אלע פיטשיווקעס, און ענדיגט צו צוזאגען דעם רבונו של עולם, שרייענדיג בכל כוחו