קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

א גוט מארגן טייערע פריינד

כ'קום אריין דא צו עפענען מיין טאג מיט עפעס אונטערהאלטונג, און זיך גרייטן אויף א נייעם טאג, דארף איך ליינען זאנע שטותים.

נאך אביסל עט מען זאגן די מעלה פון וויליאמסבורג איז אז מ'קען גיין א געביגעלטע סוט.
ווער עס וויל אז בלומינגבורג זאל האבן געביגעלטע סוט'ס, זאל אהינמאפן.
און אויב ער וויל נישט זיין די ערשטע געביגעלטע סוט, זאל ער שיין ווארטן אינדרויסן ביז מ'וועט אים אריינרופן, אבער! ווען מ'ריפט אייך שוין אריין, ביטע נישט קריטיקירן אויף די נעקסטע סטייל.

הצלחה מרובה.
ואתכם הסליחה.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

11205 My opinion האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:אויב איז עס אמת האט עס א הסבר, געביגלטע סוטס זענען געווענליך נישט קיין שפרינגערס, זיי קומען געווענליך אן צו שולחן עורך, זייער באקוועמליכקייט אין לעבן לאזט זיי נישט גיין אין א פלאץ למשל וואו די קינדער וועלן דארפן לערנען אין א בעיסמענט וכד', וכו', אדער טראנספארטעישאן איז נאכנישט געהעריג מסודר, וכו', אזוי איז עס אין פיל פלעצער, אבער דאס מיינט נישט אז די פלאץ גייט אזוי פארבלייבן, ווייל וואס מער די שטאט ווערט סטאביליזירט קומען שוין מער די געביגלטע סוטס.

ביטע מיר נישט אטאקירן מיט אויסנאמס, ווייל איך ווייס עס זענען פארהאן אויסנאמס

אמת, זייער א ריכטיגע פוינט.
די שאלה איז נאר אז וויבאלד יעצט אויפן מאמענט איז דאס נישט קיין בעל בתישע שטאט, איז די שאלה אויב עס וועט זיך בכלל טוישען אדער נאר אזא מין עולם וועט ווייטער ארויס מופען אין דער בעל בתישע עולם וועט זיך מסדר זיין ערגעץ אנדערש?

אמאל זענען עשירים זענען געגאנגען געביגעלטע סוטס, און ארימעלייט ווי קאטשעלאבניקעס, די צייטן האבן האבן זיך געביטן, געביגעלטע סוטס ארבעטן אין בי ענד עיטש, קאטשעלאבניקעס זענען ערענסטע בעל בתישע ביזנעס לייט.
.
11205 My opinion
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11205 My opinion »

לדעתי האט געשריבן:א גוט מארגן טייערע פריינד

כ'קום אריין דא צו עפענען מיין טאג מיט עפעס אונטערהאלטונג, און זיך גרייטן אויף א נייעם טאג, דארף איך ליינען זאנע שטותים.

נאך אביסל עט מען זאגן די מעלה פון וויליאמסבורג איז אז מ'קען גיין א געביגעלטע סוט.
ווער עס וויל אז בלומינגבורג זאל האבן געביגעלטע סוט'ס, זאל אהינמאפן.
און אויב ער וויל נישט זיין די ערשטע געביגעלטע סוט, זאל ער שיין ווארטן אינדרויסן ביז מ'וועט אים אריינרופן, אבער! ווען מ'ריפט אייך שוין אריין, ביטע נישט קריטיקירן אויף די נעקסטע סטייל.

הצלחה מרובה.
ואתכם הסליחה.

מ׳האט זיך דא סתם ארויפגעכאפט אויף א לשון פון א שרייבער אויבן,יא געביגעלט נישט געביגעלט,
לאמיר עס טוישען צו ״יא כולל שטאט, נישט כולל שטאט ״ נושא
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

ניין ס'איז נישט קיין כולל שטאט!
פון די 112 משפחות (דאס איז די פונקטליכע נומער ווי מ'האלט היינט כ"ח אלול תשע"ז) זענען אפשר 20 צו 30 כולל אינגעלייט
און אז דו ווילסט דוקא קענסטו צולייגן נאך 20 וואס זענען סעמי כולל אינגעלייט (מלמדים, סופרים וכדו')
אבער "רוב" זענען ערליכע בעלי בתים וואס "ארבעטן" על המחיה ועל הכלכלה
11205 My opinion
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11205 My opinion »

בלומינגבורגער האט געשריבן:ניין ס'איז נישט קיין כולל שטאט!
פון די 112 משפחות (דאס איז די פונקטליכע נומער ווי מ'האלט היינט כ"ח אלול תשע"ז) זענען אפשר 20 צו 30 כולל אינגעלייט
און אז דו ווילסט דוקא קענסטו צולייגן נאך 20 וואס זענען סעמי כולל אינגעלייט (מלמדים, סופרים וכדו')
אבער "רוב" זענען ערליכע בעלי בתים וואס "ארבעטן" על המחיה ועל הכלכלה

כולל שטאט מיינט נישט דווקא אינגעלייט וואס דרייען זיך אין כולל
ס׳מיינט א געוויסע מיני מענטש !
ביי דע וועי האב איך לעצטענס ערהאלטען די טעלעפאון ביכל פון די איינוויאנערס, רובא דרובא כולל מיני אינגעלייט אפילו וואס ארבעטען.

אין די פאר בעל בתישע וואס זענען אריין געפאלען אויס צו קעשן די אכטער, מן יימר אז זיי זענען צופרידען דארט????
ווייל זיי זענען דיר נישט געקומען מיט א באריכט???
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

לכבוד די נייער ניק 11205 וואס האט זיך ספעציעל געעפנט מיט א דורכגעפאלענע אגענדע, אנטשולדיג מיר איך האב מיך געשטעלט אין ווארט מיט דיר און דיר געענטפערט נעכטן,
דיין ווייטאג איז שרייענדיג און אויפפאלנד, און מיט גערעכטיגקייט, איך פארשטיי עס לאזט דיך נישט שלאפן ביינאכט,היינט קען איך דיר זאגן איין ענטפער אויף אלע דיינע שאלות:
"יצאו עיניך!"
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הער נישט »

11205 My opinion האט געשריבן:יעצט געהערט פון א חבר מיינע וואס האט זיך באטייליגט ביי די מעמד קביעת מזוזות פאריגע וואך אז סיגוט׳ר רב האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט אז דאס שטעטל איז ממש ווי א כולל, אז אפילו ווען מען שמועסט ציווישען זיך איז אלעס ארום גיוס בני הישיבות, כשרות העופות אדג אין נישט פון סתם וועלטליכע ענינים.
איז דאס ממש אזוי?

wow א נייע ניק פארדעם?
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

פריער האסטו געפרעגט יא כולל שטאט אדער נישט כולל שטאט?
און ווען מ'ענטפערט דיר (לפנים משורת הדין) דרייסטו אוועק דעם דאשעק
נע כ'האב נישט געמיינט דוקא כולל אינגעלייט, נאר א געוויסע מין מענטש
און פלוצלונג קומסטו אפיר מיט א פערטיגע סטעיטמענט
"רובא דרובא זענען מיני כולל אינגעלייט אפילו די וואס ארבעטן"
געבויעט אויף די טעלעפאן בוך וואס דו האסט לעצטענס ערהאלטן (וואס איז אגב ארויסגעקומען נאך אינמיטן ווינטער)
(מיר גלייבן אז דו קענסט אפילו נישט רוב פון די אידן)
סאו אין אנדערע ווערטער ס'האט גארנישט מיט סיגוט'ער רב'ס דרשה...

ר' איד! מיר וואונטשן אייך גרויס הצלחה דארט אין זיפקאוד 11205
און א כתיבה וחתימה טובה
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

יונה האט געשריבן:ער האָט גענאגלט א מזוזה. גארנישט גערעדט פון קיין כולל
סך הכל זיך געווערטלט פון די טשיקענס און גיוס טענה'רייען


רוב תושבים אין בלומינגבורג זענען פון 25 ביז 30. ס'איז אפשר דא געציילטע עלטערע.
דאס זעלבע איז מיט דזשוירסי סיטי, וואס איז פול מיט אינגעלייטלעך.

אינגעלייט רעדן מען כולל טאלק עפ"י רוב.

קרית יואל פאר 40 יאר צוריק איז אויך געווען 90 פראצענט אינגעלייטלעך. מידל-עידזש מענטשן מופן נישט אזוי שנעל אין א נייע ישוב. מידל-עידזש מענטשן אויב זיי מופן שוין איז עס אין מאנסי אדער קרית יואל. נישט אין לעיקוואוד, בלומינגבערג אדער דז.סיטי.
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

ראביי גליקליכער ווי אויך הרב בלומינגבורג

מען מעג דולדן קריטיק אויכעט...

אגב איך פארשטיי זייער גוט זיין טענה.

קוק אויף די בילדער פון אלע צוזאמענקנופטען די אינגעלייט זעהן אויס צו זיין כולל סטייל

אבער ווי ערווענט. ווי מער קויפערס וועלן וואוינען דארט וועט זיך די זאך טוישן. פון די 112 איינוואוינער איז רובא דמינכרא רענטערס ווען עס וועט זיך האפענטליך בקרוב טוישן און וועט זיין מער קויפערס מיינט עס מער בעלי בעתישע.
משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חיים פנחס »

כבוד הרב @11205 My opinion

קום אריין קלאר רעדט צו מיר כוועל דיר פראבירן צו העלפן

ווי עס שיינט האסטו עפעס א פראבלעם דא! עס זעהט נישט אויס ווי די ביסט געקימען מברר זיין צו מען רעדט דארט פון טשיקענס פארדעם דארפסטו נישט עפענען קיין נייע ניק. .....
ווי איך לערן אפ זיצטו ווי אנדערע וגם אני בתוכם ערגעץ ווי און קליין לעכל אויף א הויכן שטאק אינעם רוישיגן שטאט אין צאלסט אראפ אלפים ורבבות פארן לענדלארד וואס נעמט דיר אוועק יעדן ביסל הרחבת הדעת סיי צוליב מאנגל און פלאץ און סיי צוליב אסטראנאמישע קאסטן, איך פארשטיי באמת דיין פראסטראציע אין איך פארשטיי אז די קוקסט ארויס אויף א לעיזונג אבער מחמת איזהו סיבה ווי אסאך אנדערע האסטו שוועריגקייטן זיך אוועקצוציען מארץ מולדתך צו איז עס די קוראדש וואס די קענסטוך נישט נעמען אוועקצומופן צו איז דאס די ב"ב צו גאר די שוויגער, הקיצור כפארשטיי דיין ווייטאג און צוליב דעם זיכט מען סיבות שונות ומשונות צו בארעכטיגן דאס בליטיגן און תירוצים פארוואס עס לוינט נישט צו מופן, איז אזוי און בלומינגבורג רעדט מען פון טשיקענס און מען גייט מיט צוקנייטשטע רעקלעך, און לעיקוואד וואוינט מען דאך מיט פרעמדע וואס קען האבן גאר א שווערע אפעקט אויף די חינוך פון די קינדער, דשערזי סיטי איז דאך פיהל מיט טינקעל הויטיגע, בלומינג גראוו וואוינט מען דאך און א וויסטען מדבר, וואדבערי דשאנקשן איז דאך טייער די טעקסעס, מאנסי ליידט מען דאך פון די אנטעסעמיטן און מאנרא פארקויפט מען דאך נישט קיין סושי.....
הער דיך איין קיינער צווינגט נישט קיינעם צו מופן די קענסט זיצן ווי די ביסט עד ביאת הגואל אחוץ אויב עס וועט ווערן א שיניו און דיינע מניעות זיך אוועקצוציען דאן וועסטו אלעס קענען אנקוקן מיט א פאזעטיוון בליק,

לענינינו איך בין שוין געווען און בלומינגבורג עטליכע מאל אויף שבתים גראדע נישט אויסגעקימען צו הערן שמיעסן דארט פון טשיקענס אדער גיוס,
לצנות און א זייט געלייגט צו בלומינגבורג איז א כולל שטאט האסט שוין אמאל באזיכט דארט? קענסט אפשר אידן וואס וואוינען דארט? איך יא, לכאורה 60-70 % פארצענט איינוואוינער זענען ארבעטס אינגעלייט (כווייס נישט צו מיט געביגעלטע רעקלעך כוועל פראבירן אינאכט נעמען נעקסטע מאל כוועל דארט זיין) טייל פון זיי גאר סוקסעספולע בעלי פרנסה, אגב האט די באקאנטע high tech merchant פירמע לעצטענס געעפענט א אפיס דארט נאך וואס עטליכע גאר געלונגענע ארבייטער האבן זיך אהינגעצויגן,

און צום עצם ענין וואס די האסט אראפגעברענגט פון סיגוטע רב אז עס איז א כולל שטאט ווייל מען רעדט פון טשיקענס און גיוס זעהט אויס דער סיגוטע רב איז זייער ניאיוו אדער רעדט ער פון כולל און זיינער צייטן היינטיגע כולל אינגעלייט רעדן פון טראמפ און פון ריעל עסטעיט עמעזאן וכדומה

האסט מיר און זייטס מיר

און א כתיבה וחתימה טובה
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

משה יענקל האט געשריבן:ראביי גליקליכער ווי אויך הרב בלומינגבורג

מען מעג דולדן קריטיק אויכעט...

אגב איך פארשטיי זייער גוט זיין טענה.

קוק אויף די בילדער פון אלע צוזאמענקנופטען די אינגעלייט זעהן אויס צו זיין כולל סטייל

אבער ווי ערווענט. ווי מער קויפערס וועלן וואוינען דארט וועט זיך די זאך טוישן. פון די 112 איינוואוינער איז רובא דמינכרא רענטערס ווען עס וועט זיך האפענטליך בקרוב טוישן און וועט זיין מער קויפערס מיינט עס מער בעלי בעתישע.

קריטיק מיינט ווען איך גיי אין גראסערי און איך קויף א באטל שמן זית און דערנאך איז עס פארשימלט. קריטיק מיינט אז איך שטיי אין ליין צו קויפן אן אונטערן טיקעט און עס נעמט דריי שעה און דערנאך איז גארנישט געבליבן. קריטיק קען אויך מיינען אז איך קויף א הויז אין בלומינגבורג און איך זע אז עס איז נאר דא כולל אינגעלייט.

קריטיק מיינט אבער נישט אנטראלן אן אשכול און סתם אבי שיסן תגובות אן קיין ציל מיט א נייער ניק ספעציעל געווידמעט פארדעם ווען יענער האט נישט קיין שום ציל אדער געהאט א פלאן צו קופן א הויז דארט און ער באגעניגט זיך נישט מיטן אפזאגן זיינס און גיין ווייטער, ער שטייט און קריכט אויף די נערוועזן אבי אוועקצומאכן בלומינגבורג מאיזה סיבה שהיא. דאס איז א פשוטער טראלל לכל הדעות. דאס איז לגבי דולדן קריטיק.

לגבי זיין טענה, עס איז שייך עס צו פארשטיין, אבער פארוואס אנשמירן אן אשכול איבער דעם. די טענה פאר זיך קען זיך הערן פארשטענדליך, אבער נישט אין פלאץ און אויפן ריכטיגן וועג. דעריבער אזא איינער דארף מען פשוט איגנארירן און צואווארטן ביז די הנהלה וועט שפירן פאר וויכטיג אים אויסצושפארן.
11205 My opinion
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11205 My opinion »

קריטיק מיינט אבער נישט אנטראלן אן אשכול און סתם אבי שיסן תגובות אן קיין ציל מיט א נייער ניק ספעציעל געווידמעט פארדעם ווען יענער האט נישט קיין שום ציל אדער געהאט א פלאן צו קופן א הויז דארט און ער באגעניגט זיך נישט מיטן אפזאגן זיינס און גיין ווייטער, ער שטייט און קריכט אויף די נערוועזן
.[/quote]
די סיבה פארן דורך טוען די נושא איז בעיקר נאר ווייל איך וויל קויפען א הויז אין פאר מען קויפען טוט מען דורך די געיגענט.
נישט אזוי?
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

11205 My opinion האט געשריבן:קריטיק מיינט אבער נישט אנטראלן אן אשכול און סתם אבי שיסן תגובות אן קיין ציל מיט א נייער ניק ספעציעל געווידמעט פארדעם ווען יענער האט נישט קיין שום ציל אדער געהאט א פלאן צו קופן א הויז דארט און ער באגעניגט זיך נישט מיטן אפזאגן זיינס און גיין ווייטער, ער שטייט און קריכט אויף די נערוועזן
די סיבה פארן דורך טוען די נושא איז בעיקר נאר ווייל איך וויל קויפען א הויז אין פאר מען קויפען טוט מען דורך די געיגענט.
נישט אזוי?

יא יא. נאר אזוי. הצלחה אויף ווייטער.
לעצט פארראכטן דורך איסר האטלקי אום דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 3:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
11205 My opinion
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11205 My opinion »

א גרויסע שכח פאר אלע וואס האבן אויסגעקלורט די גרויסע ספיקות איבער בלומיגבערג
אולי אולי ע׳לעך נאך איין טאג זיין אן איינוויאנער אין בלומיגבורג
איימ סארי פאר וועם געוויסע הערות האבן נישט געשמעקט, דער עיקר איז אז ווי מ׳איז זאל מען האבען א כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

יא כולל נישט כולל.
יעדע נייע שטעטל לעיקוואד, זשערסי סיטי, בלומינגבורג וכו' הייבט זיך אן מער כולל סטייל
פשוט יונגעלייט אינטער 30 זענען עפי"ר די וואס זענען די מתחילים פון יעדע שטעטל און זענען נענטער צום כולל ווי באלבאטיש.
מיט די צייט קומן צו בעל בעתישע יונגעלייט אויך און די אלטע כולל יונגעלייט ווערן באלבאטיש.
עמקן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקן »

גבריאל האט געשריבן:יא כולל נישט כולל.
יעדע נייע שטעטל לעיקוואד, זשערסי סיטי, בלומינגבורג וכו' הייבט זיך אן מער כולל סטייל
פשוט יונגעלייט אינטער 30 זענען עפי"ר די וואס זענען די מתחילים פון יעדע שטעטל און זענען נענטער צום כולל ווי באלבאטיש.
מיט די צייט קומן צו בעל בעתישע יונגעלייט אויך און די אלטע כולל יונגעלייט ווערן באלבאטיש.

נאכאמאל מופן אין א נייעם יישוב טוט מען נישט פונעם אייגענעם ווילן, איינער וואס איז זייער געדרוגט האט נישט קיין בריריה מופט ער.
נו זאגשע דו ווער איז געדרוגט בעלי בתים?! ניין!
כולל סטייל! מלמדים; פאנדרעזערס; וכו'.
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

איך מיין ער האט זייער גוט געפרעגט, למעשה קוקט אויס אז ער איז גערעכט למשל לעיקוואד אפ' עס איז אויך אינגעלייט איז דאך א אנדערע מין עולם.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

11205, פון דיינע תגובות און צווישן די שורות זעט באמת אויס אז לעיקוואוד איז מער געאייגענט פאר דיר. פארלייג דיך מער צו זען צו דו קענסט מופן קיין לעיקוואד,
יעדער דארף קוקן וואס איז די בעסטע פאר אים. איין זאך בעט איך דיר, ראש השנה תשע"ט זאלסטו שוין נישט וואוינען אין 11205

צו אלע גוטע פריינט
ווער ס'זעט נאך דעם קאמפיוטער פאר די הייליגע טעג,
לאמיר אלע מתפלל זיין אויף די גאולה שלימה במהרה. און אויב חס ושלו' חלילה ס'איז נאך נישט די צייט זאל שוין זיין "בגלותי לגאלני" ס'זאל זיין הרחבה פאר אידן איבעראל, א הרחבה אין טאש, און א דירה רחבה וואס יעדער קען זיך ערלויבן, מען זאל זוכה זיין צו "מרחיבין דעתו של אדם" מ'זאל האבן דעם ריכטיגן דעת,
הקטן בערעלע
אז מ'לעבט דערלעבט מען
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

אמן
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

אמן
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
עמקן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקן »

אמן
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

א נחת צו זעהן, מ'האלט שוין ביי כיתה ט'.

3.png
3.png (9.74 KiB) געזען 5650 מאל
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

ביליגער ווי בינגאו
אטעטשמענטס
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (25.29 KiB) געזען 4754 מאל
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

בלומינגבורג שאטעל - חודש תשרי סקעדזשול
אטעטשמענטס
photo_2017-09-26_13-05-19.jpg
photo_2017-09-26_13-05-19.jpg (75.89 KiB) געזען 5419 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”