עמקן האט געשריבן:יואב בן צרויה האט געשריבן:ווייל כידוע ווייסן די אלע יודן וואס עסן נישט אין די סוכה שמע״צ פונעם ספר הפרדס לרש״י. שמד״ה
יואב. . .איך [בין] סתם נייגעריג מיט וואס מענטשען פארענטפערן זייער קלות.
ואני אומר אז דו ביסט א פשוטע טרול וואס זוכט צו קנאקען תגובות און פארדרייען א קאפ. והא ראיה, דעם ספר הפרדס לרש"י אויף שמיני עצרת האסטו געקענט ארויסשאקלען פון די ארבל, אבער א בפירושע רמ"א האסטו נישט געוואלט זעהן ביז מען האט עס דיר געלייגט פארנט פון די אויגן ברבים און אפי' דאן זיך מתחמק געווען בפטפוטי דברים.
ועוד, ואועוד קא סמיכנא, די פאלגענדע תגובה איז פשוט חוזק געמאכט פונעם עולם, 'פעיק ניוז', ליגנט, אין איר פולן באדייט ספעציעל ווען מ'ליינט עס מיטן לעצטן שורה:
עמקן האט געשריבן:אין סוכה (מו:) שטייט אז די הלכה איז אז מען דארף שלאפן;
אבער אין ספר הפרדס פון תלמידי רש"י (עמוד רמ) שרייבט ער אז ס'דא ראשונים וואס פירן זיך צו עסן אויך אינדרויסן; און אזוי אויך ברענגען דעם מנהג: מחזור ויטרי (סימן שפד); ראבי"ה (ח"ב לולב סימן תרצה); עץ חיים (עמוד שנב); אורחות חיים סוכה (אות מ); מהר"ם מרוטנבערג בתשב"ץ קטן (נוסחת הב"י סימן קמ); מנהגי מהרי"ל לולב (אות ו). און אזוי ווייטער און די אחרונים.
אין אלע דערמאנטע מקורות זענען מיישב מיט פארשידענע וועגן דעם מנהג אז עס זאל שטימען מיט די הלכה.
א) צוערשט די ספר הפרדס: ער ברענגט אז רש"י איז יא געזיצן אין סוכה סיי ביינאכט און סיי ביום וכן עשה רבינו יעקב בן ר"י הלוי נ"ע. זאגט ער אבער אז ר' יעקב'ס ברודער האבן אנדערש געטון און ביינאכט פלעגן זיי נישט עסן אין סוכה אבער צופרי יא צוליב א ירושלמי. האט ער געפרעגט ר' יעקב וואס זיין טאטע פלעגט טון און ר' יעקב האט געזאגט אז אנהייב האט זיין טאטע געטון ווי די ברודער, אבער לעת זקנתו האט ער מסופק געווען און געוויסע יארן אויך געגעסן ביינאכט, הן ולאו ורפיה בידיה. לייגט ער צו א ר' אלכסנדרי וועלכע איז גאר מעיד אז לעת זקנתו האט ר' יצחק גאר צוריקגעצויגן ווען רש"י און אנדערע האבן אים געזאגט.
קיין איין ווארט וועגן א לימוד זכות אויפן מנהג מכלל נישט צו עסן און גאר א מעשה רב אפילו קעגן די וואס פירן זיך נישט צו עסן נאר ביום. די ירושלמי ווערט נישט דארט אויסגעשמועסט, וראה להלן.
ב) דער מחזור ויטרי ברענגט די טרוקענע הלכה און דערנאך ברענגט ער א ר' יוסי מקינון וואס האט נישט געגעסן ביינאכט. ווייטער נישט קיין לימוד זכות אדער ישוב.
ג) דער ראבי"ה באציט זיך צו די תשובה אינעם פרדס וועלכע זאגט אז די וואס האבן נישט געגעסן ביינאכט האבן זיך סומך געווען אויף א ירושלמי און באכעט אריין אין דעם ראיה אז ס'הייבט זיך נישט אן און ענדיגט "והגאון שאכל בביתו בשמיני אין לו שום סמך מהירושלמי."
פיינער ישוב אויפן מנהג, הא?
ד) אורחות חיים: ואין טעם לדבריהם והר"ם נ"ע היה אוכל לילה ויום בתוך הסוכה אף אם אירע שמיני עצרת בשבת אוכל סעודה שלישית בסוכה.
אתמהה!
ה) תשב"ץ קטן באשטעטיגט גאר דעם אורחות חיים'ס עדות אויפן מהר"ם רוטונבורג! ביי מיר איז עס סימן קמ"ז און ממש ווארט ביי ווארט ווי די אורחות חיים.
ו) מהרי"ל, ברענגט פון מהר"י סגל אז מען זאל נישט שלאפן וואס איז ווי געשריבן אן אנגענומענע הלכה ביי אסאך פוסקים, אבער שרייבט קלאר אז אפי' שלש סעודות זאל מען עסן אין סוכה גענוי ווי די מהר"ם רוטונבורג.
די עץ חיים האב איך אויסגעלאזט ווייל איך ווייס נישט וועם דו מיינסט.
some guts אזאנס אהערצושטעלן ברבים און מיט א בלכענע פנים. עס צייגט פשוט און קלאר ווי נישט ערנסט און טרוליש דו און די גאנצע כוונה פון דעם אשכול איז.
מיין פוינט איז אז אפי' די אלע פוסקים וואס דו האסט דארט געברענגט זאגן למעשה פארקערט ווי די מנהג אין סאטמאר און אין אנדערע מקומות אז מען עסט נישט אין סוכה (אפשר קידוש צופרי) שמע"צ דארף זיך קיינער אין סאטמאר נישט שרעקן און/אדער ווילד ווערן ווען איינער צייגט אים עס. אונז זעמיר נישט קיין גרים, אונז האבן עלטערן און זיי האבן אונז אויסגעטרויטן די וועג. און די זעלבע איז ריכטיג פאר די וואס שלאפן נישט נאך די חתונה אין סוכה.
ובזה סיימתי פה בל"נ.