חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

לינדען איז זייער א גיטע אויסוואל פאר א סאך סיבות!
עס איז נישט ווייט פון ברוקלין. אבער לענ"ד איז די מעלה ווייל עס וועט קיינמאהל נישט ווערן צו טייער ווייל מען קען מקיים זיין דעהם ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה. עס איז דא פילע אידישע ישובים ארום און ארום. עס וועט נאך ווערן א חלק פון די אידישע קאמיוניטי פון Elizabeth און Hillside.

לדוגמא: עס איז דא צוויי זייער שייער ארטאדאקסישע קהילות (נישט חסידיש-היימיש) אין די צוויי שטעט:
Highland Park NJ
Edison, NJ
זיי האבן א שיינע פאר שולען און בתי חינוך פאר אשכנזים און ספרדים.
היום הזה איז עס שוין ממש ווי איין קאמיוניטי.

בכלל, מען ברויך נישט קיין 200 משפחות. מען ברויך א נחשון אזוי ווי קאסאן. אין הילסייד איז דא א חבד שוהל וואס רופט זיך בית אברהם. זיי האבן נישט קיין ריזן עולם. זיי האבן יא א זייער שיינע בנין מיט קלאס צימערן, 3 תפילות איעדן טאג וכו'.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובה דורך יידישע קהילות »

וואו שיקט מען די קינדער אין חדר און אין סקול, וועט זיין א קליינע חדר דארט אדער יעדען טאג טראנספארטאציע?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובה דורך אזוי וויל איך »

יידישע קהילות האט געשריבן:וואו שיקט מען די קינדער אין חדר און אין סקול, וועט זיין א קליינע חדר דארט אדער יעדען טאג טראנספארטאציע?

בארא פארק
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

בארא פארק אנפאנג. איינמאל עס וועט זיין גענוג וועט מען מאכן דארט

סטעטן איילענד פלאנט צו ניצן די ארטיגע מוסדות
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובה דורך נודה לך »

שאינו יודע האט געשריבן:איך בין דארט געווען איין טאג

די געגענט איז א חלום שיין

די פרייזן איז ביליג

מען זעט נישט קיין נברא אין די גאס אינמיטן טאג.

דער ערשטער תושב ציעט זיך אריין בקרוב ממש

דאס איז געוואלדיגע נייעס פאר כלל ישראל!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובה דורך מתון מתון »

געגענט איז שיין. די גאסן שטיל און רואיג. די וועג צו ב"פ געדויערט בערך פופציג מינוט אין די צייטן וואס קינדער גייען און קומען פון חדר.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

נודה לך האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:איך בין דארט געווען איין טאג

די געגענט איז א חלום שיין

די פרייזן איז ביליג

מען זעט נישט קיין נברא אין די גאס אינמיטן טאג.

דער ערשטער תושב ציעט זיך אריין בקרוב ממש

דאס איז געוואלדיגע נייעס פאר כלל ישראל!!

גם אני מצטרף.
דאס קען צייגן אז מען הייבט אן די צווייטע פאזע פון יישובים.

בשעת ביים ערשטע פאזע (בלומינגבורג, לעיקוואד, סטעטען איילענד, בלומינג גראוו, טשעסטנאט ריזש, עירמאנט, זשערסי סיטי) האט יעדער יישוב געהאט צענדליגער מענטשען אינוואלווד, חדשים און יארן פון פלאנירונגען וועט ביים צווייטען פאזע זיין גענוג אז 3 מענטשען וועלן מחליט זיין אז זיי גלייכן א געוויסע געגענט וואס איז סך הכל 15 מינוט צו פארן פונעם עסטעבלישט געגענט וואס האט זיך געפענט 3 יאר צוריק. אויף אזוי וועג קען זיין צענדליגער צענדליגער יישובים און קען פערמענאנט טוישן די וועג ווי אזוי כלל ישראל וואוינט אין אמעריקא.

איז צום האפן אז חפץ ה' בידם יצליח.
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

תגובה דורך טשאקלעט »

דער ישוב רעדט עפעס צי מיר, העמיר זעהן וואספארע Crowd עס ציהט זיך אהין
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

טשאקלעט האט געשריבן:דער ישוב רעדט עפעס צי מיר, העמיר זעהן וואספארע Crowd עס ציהט זיך אהין

א הערליך פלאץ, רעלאטיוו נאענט, שכינות פון זשערזי סיטי. איינמאל עס האט צען אידן, ערווארט איך עס זאל ווערן א ערענסטע זאך.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובה דורך נודה לך »

נו אפשר קען די וואס ווייסן מי ומי ההולכים שיקן אין אישי פאר אידן וואס זענען אינטערעסירט צו וויסן און קלערן פון אהינמופן.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובה דורך מתון מתון »

חדשות האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן:דער ישוב רעדט עפעס צי מיר, העמיר זעהן וואספארע Crowd עס ציהט זיך אהין

א הערליך פלאץ, רעלאטיוו נאענט, שכינות פון זשערזי סיטי. איינמאל עס האט צען אידן, ערווארט איך עס זאל ווערן א ערענסטע זאך.

עס איז א האלבע שעה פון זשערסי סיטי. שכינות איז עס צו סטעטן איילענד. אבער עס איז טאקע רעלאטיוו נאנט בכלליות. מען קען רעכענען 40 מינוט צו ווילי אן טרעפיק.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

מתון מתון האט געשריבן:

טאקע נענטער צו סטעטן איילענד אבער אויך 20 מינוט. (סטעטען איילענד האט נאך נישט קיין אייגענע פעסיליטיס, זשערסי סיטי יא).
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

מתון מתון האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן:דער ישוב רעדט עפעס צי מיר, העמיר זעהן וואספארע Crowd עס ציהט זיך אהין

א הערליך פלאץ, רעלאטיוו נאענט, שכינות פון זשערזי סיטי. איינמאל עס האט צען אידן, ערווארט איך עס זאל ווערן א ערענסטע זאך.

עס איז א האלבע שעה פון זשערסי סיטי. שכינות איז עס צו סטעטן איילענד. אבער עס איז טאקע רעלאטיוו נאנט בכלליות. מען קען רעכענען 40 מינוט צו ווילי אן טרעפיק.

די שאלה איז ווען עס איז נישטא קיין טרעפיק

עס איז נישט ריאליסטיש צו רעכענען די וועג ווען עס איז דא זירא טראפיק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובה דורך מתון מתון »

חדשות האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:איך בין דארט געווען איין טאג

די געגענט איז א חלום שיין

די פרייזן איז ביליג

מען זעט נישט קיין נברא אין די גאס אינמיטן טאג.

דער ערשטער תושב ציעט זיך אריין בקרוב ממש

דאס איז געוואלדיגע נייעס פאר כלל ישראל!!

גם אני מצטרף.
דאס קען צייגן אז מען הייבט אן די צווייטע פאזע פון יישובים.

בשעת ביים ערשטע פאזע (בלומינגבורג, לעיקוואד, סטעטען איילענד, בלומינג גראוו, טשעסטנאט ריזש, עירמאנט, זשערסי סיטי) האט יעדער יישוב געהאט צענדליגער מענטשען אינוואלווד, חדשים און יארן פון פלאנירונגען וועט ביים צווייטען פאזע זיין גענוג אז 3 מענטשען וועלן מחליט זיין אז זיי גלייכן א געוויסע געגענט וואס איז סך הכל 15 מינוט צו פארן פונעם עסטעבלישט געגענט וואס האט זיך געפענט 3 יאר צוריק. אויף אזוי וועג קען זיין צענדליגער צענדליגער יישובים און קען פערמענאנט טוישן די וועג ווי אזוי כלל ישראל וואוינט אין אמעריקא.

איז צום האפן אז חפץ ה' בידם יצליח.

די טשעין סיסטעם איז אבער נישט אזוי גלאנצעדיג ווי עס קוקט אויס במושכל ראשון. טאקע דערפאר וואס סטעטן איילענד פארלאזט זיך אויף בארא פארק, איז ממש נישט דא קיין סאך וואס לינדען קען זיך רעכענען אויף סטעטן איילענד. לכל היותר א צווייט קלאסיגע כשר'ע גראסערי און עטליכע פלעי גרופס. אלע איבעריגע באדערפענישן ווערן לעת עתה ערפילט דורך בארא פארק.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובה דורך חוקר »

און טאקע דערפאר וואלט איך סטעטן איילענד נישט געריפן א נייע ישוב עס איז סך הכל א סניף פון ב.פ.
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

סטעטען איילענד ביסטו גערעכט. זשערזי סיטי אבער האט א ביהמ"ד, מקוה, חדר, סקול, גראסערי, און עס וועט נאך צוקומען נאך און נאך.

פאר דעם האב איך געשריבן אויבן אז לינדען איז אין שכינות פון זשערזי סיטי.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובה דורך קענדי'ס »

LINDEN.jpg
LINDEN.jpg (370.34 KiB) געזען 12330 מאל
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובה דורך חוקר »

גיטע נייעס!!!

מיט דעם מאפע קען מען גארנישט זעהן, אפשר דארף מען מאכן א קלארע מאפע מיט די נעמען פון די גאסן?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

קענדי'ס האט געשריבן:
LINDEN.jpg

איך מיין דער עולם כאפט נישט וואסערע אויפרייס נייעס דאס איז (אויב גייט מען טאקע אנהייבן מופען בקרוב).

בין יום ובין לילה איז צוגעקומען נאך א היימישער יישוב אויפן אמעריקאנעם האריזאנט, איך מיין, דער ערשטער מאל מען האט געהערט דא דעם ווארט לינדען, איז גווען 3 חדשים און 8 טאג צוריק. לינדען גייט אין די פוסטריט פון זשערזי סיטי אז א. מען מופט קודם, ב. מען טרעוועלט אביסל, ג. און אין א קורצע צייט שטעלט מען צו די פעסיליטיס.

פון דא ביז נאך 3 אדער 5 אזוינע לינדענס יעדער לויט תכונת נפשו, איז בכלל נישט קיין ווייטער מהלך.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובה דורך ווערעצקי »

חוקר האט געשריבן:גיטע נייעס!!!

מיט דעם מאפע קען מען גארנישט זעהן, אפשר דארף מען מאכן א קלארע מאפע מיט די נעמען פון די גאסן?

אויף די מאפע זעהט מען טאקע נישט קיין סאך, אבער די בילדער פון די הייזער פארקויפט, קוקט אויס גאר שטארק, זייער שיינע און לכתחלה'דיגע הייזער.
כה לחי!!!!
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

חדשות האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
LINDEN.jpg

איך מיין דער עולם כאפט נישט וואסערע אויפרייס נייעס דאס איז (אויב גייט מען טאקע אנהייבן מופען בקרוב).

בין יום ובין לילה איז צוגעקומען נאך א היימישער יישוב אויפן אמעריקאנעם האריזאנט, איך מיין, דער ערשטער מאל מען האט געהערט דא דעם ווארט לינדען, איז גווען 3 חדשים און 8 טאג צוריק. לינדען גייט אין די פוסטריט פון זשערזי סיטי אז א. מען מופט קודם, ב. מען טרעוועלט אביסל, ג. און אין א קורצע צייט שטעלט מען צו די פעסיליטיס.

פון דא ביז נאך 3 אדער 5 אזוינע לינדענס יעדער לויט תכונת נפשו, איז בכלל נישט קיין ווייטער מהלך.

איך האב הנאה פון דיין enthusiasm.
אמעריקע איז פיהל מיט "פרומע - ארטאדאקסישע ישובים מיט communities. אבער נישט "היימיש".
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

Kosher Travel האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
LINDEN.jpg

איך מיין דער עולם כאפט נישט וואסערע אויפרייס נייעס דאס איז (אויב גייט מען טאקע אנהייבן מופען בקרוב).

בין יום ובין לילה איז צוגעקומען נאך א היימישער יישוב אויפן אמעריקאנעם האריזאנט, איך מיין, דער ערשטער מאל מען האט געהערט דא דעם ווארט לינדען, איז גווען 3 חדשים און 8 טאג צוריק. לינדען גייט אין די פוסטריט פון זשערזי סיטי אז א. מען מופט קודם, ב. מען טרעוועלט אביסל, ג. און אין א קורצע צייט שטעלט מען צו די פעסיליטיס.

פון דא ביז נאך 3 אדער 5 אזוינע לינדענס יעדער לויט תכונת נפשו, איז בכלל נישט קיין ווייטער מהלך.

איך האב הנאה פון דיין enthusiasm.
אמעריקע איז פיהל מיט "פרומע - ארטאדאקסישע ישובים מיט communities. אבער נישט "היימיש".

נו, פון דעם רעדט מען דאך דא אז היימישע יישובים זאלן זיך נעמען פארמירן פונקט אזוי ווי די צענדליגע ארטאדאקסישע יישובים.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובה דורך הצדיק »

איינער האט גיטע בילדער פון די הייזער דארט ?
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובה דורך חוקר »

עס איז עפעס זייער שטיל
וואס גייט פאר? ווי האלט עס? וכו' וכו'
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובה דורך שעמעדיגער »

געהערט אז ער גייט נישט געבן קיין עליה וכן צירוף למנין למי שעשה פליפ או שקנה מפליפער
לעב און לאך א גוטס
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”