עפל נייעס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:16 pm

דאס מיינט אז די חילוקים זענען לאו דוקא נייע קאלירן אדער ערנסטע טוישונגען אין די אויסזען פון די סיסטעם (טראכט: ווינדאוס 8/10 קעגן ווינדאוס 7), נאר אינערליכע פארבעסערוגען אין די אפערעיטינג סיסטעם.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:22 pm

לוינט זיך שוין צי אפדעיטן בכלל צי Sierra?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

ביי אונז פירט מען זיך אז אויב אלעס ארבעט גוט, אפדעיט מען נישט.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 1:08 am

דאס איז ביי ענק, אבער ביי אונז מעק באנוצערס ווייסט מען אנדערש

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:21 am

וועלטניק האט געשריבן:דאס איז ביי ענק, אבער ביי אונז מעק באנוצערס ווייסט מען אנדערש

:lol:
פירותך מתוקים.... די עפל פענס זענען בלינדע ליבהאָבער, ס'איז דא א אפדעיט געכאפט און געלאפן!
איזי

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:35 am

סקומט נישט אריין דא בלינדע ליבהאבער (הגם ס'איז גערעכט, איך גלייב אז פאר א סיבה, זיי צאלן קיינעם נישט קיין געלט זיי ליב צו האבן) דאס איז א פאקטישע מציאות ביים מעק, ס'נישט קיין חילוק פון דריי חדשים שפעטער ביז יענעם טאג. נאך קיינמאל געווען קיין פראבלעם.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:53 am

וועלטניק האט געשריבן:דאס איז ביי ענק, אבער ביי אונז מעק באנוצערס ווייסט מען אנדערש

איר קענט זיך פערזענליך פירן וויאזוי איר ווילט, נאר פאבריצירט נישט קיין כללים. איך קען אסאך מעק ליבהאבער און באנוצער וואס אפדעיטן נאר אויב עס פעלט אויס

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:14 am

מומחה עצום האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:דאס איז ביי ענק, אבער ביי אונז מעק באנוצערס ווייסט מען אנדערש

איר קענט זיך פערזענליך פירן וויאזוי איר ווילט, נאר פאבריצירט נישט קיין כללים. איך קען אסאך מעק ליבהאבער און באנוצער וואס אפדעיטן נאר אויב עס פעלט אויס

קען זיין ביסט גערעכט מיטן פאקט אז מען אפדעיט נישט אבער עס האט נישט צוטוהן מיט קיין שום כלל אז ווילאנג ס'גוט אפדעיט מען נישט אזוי ווי ביי ווינדאויס.. סקען זיין סתם צוליב פוילקייט אדער ווייל פארוואס יא.. למעשה אויב 'עט זיין עפעס ספעציעלע אפדעיטס וואס וועט פארשענערן די דיזיין אדער גוטע פיעטשור אפדעיטס וועט מען יא באלד אפדעיטן, אדרבה אויב ווייסטו פון עני פראבלעם איינער זאל האבן געהאט ביים אפדעיטן פרי קום אריין דערמיט..

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:34 am

וועלטניק האט געשריבן:אבער עס האט נישט צוטוהן מיט קיין שום כלל אז ווילאנג ס'גוט אפדעיט מען נישט אזוי ווי ביי ווינדאויס..

לייג נישט צו אייגענע תורות, איך האב געזאגט וויאזוי מ'פירט זיך ביי אונז (משפחת עצום). ס'שטערט דיר מיין מנהג?

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:04 am

איבערהויפט נישט. דער עיקר מ'זאל נישט משנה זיין קיין כי הוא זה פון וויאזוי די זיידעס האבן זיך געפירט.. איך האב גערעדט פון די סך מעק באנוצער וואס איר קענט..

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:15 pm

מומחה, ס'האט נישט קיין סעקיוריטי אפדעיטס?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:24 pm

עפל האט נעכטן געמאלדן אז זיי רוקן אריבער טייל פון סיריס סירטש פון מייקראסאפט'ס בינג צו גוגל.
...

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 6:29 pm

ווען אויסלעשן ווייפיי און בלוטוט לעשט גארנישט אויס... אין די נייע iOS 11 איז דא א קאנטראל סענטער וואו מ'קען אויסלעשן די ווייפיי און בלוטוט, נאר ס'לעשט גארנישט אויס, ס'האקט פשוט אפ קאנעקשענס אז ס'זאל אויסזען ווי אלעס איז אויסגעלאשן פארנוצענדיג ווייטער בעטערי וכו'

עס אויסצולעשן געהעריג מוז מען גיין צו די סעטינגס, א חוצפה! און עפל שעמט זיך גארנישט זיי שרייבן עס קלאר ארויס אויף זייער סייט.

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 7:39 pm

מומחה עצום האט געשריבן:ווען אויסלעשן ווייפיי און בלוטוט לעשט גארנישט אויס... אין די נייע iOS 11 איז דא א קאנטראל סענטער וואו מ'קען אויסלעשן די ווייפיי און בלוטוט, נאר ס'לעשט גארנישט אויס, ס'האקט פשוט אפ קאנעקשענס אז ס'זאל אויסזען ווי אלעס איז אויסגעלאשן פארנוצענדיג ווייטער בעטערי וכו'

עס אויסצולעשן געהעריג מוז מען גיין צו די סעטינגס, א חוצפה! און עפל שעמט זיך גארנישט זיי שרייבן עס קלאר ארויס אויף זייער סייט.


אה ... יעצט כאפ איך וואס עס גייט פאר... איך האב געזען אז עס ווערט פון זיך אליינס צוריק אנגעצינדען...

אזעלכע שוטים... נישט צו משיג זיין..

בכלל איך נער האב געמיינט אז דער פיילס עפפ וועט מאכן עפעס גרינגער... א נעכטיגער טאג. דראפבאקס איז שוין בעסער...
גיי פארשטיי פארוואס זיי קענען נישט מאכן די זעלבע זאך ווי ענדרויד א דאונלאודער מיט פיילס...

זעט אויס אז זיי זענען נישט מכווין ביי אתה חונן...
הכל לטובה!

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:44 pm

אזויפיל חכמה האבן זיי יא, אז די פשוטע קעמערע עפפ קען שוין סקענען QR קאודס אן דארפן א עקסטערע עפפ, וואס ס'האט גענומען אזוי לאנג ווייס איך נישט.

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 10:03 pm

מומחה עצום האט געשריבן:אזויפיל חכמה האבן זיי יא, אז די פשוטע קעמערע עפפ קען שוין סקענען QR קאודס אן דארפן א עקסטערע עפפ, וואס ס'האט גענומען אזוי לאנג ווייס איך נישט.

ישר כח פארן מיטטיילען דא

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:37 pm

בינעך געווען אן ׳אויבער חכם׳ אין נישט געפאלגט מומחה, כ׳האב יא אפדעטעט מיין אייפון, ס׳איז צרות ווי א בארג.. צענדליגע פראבלעמען ...
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:35 pm

וויאזוי קען איך זען ווי גרויס איז די אפדעיט פון א עפפ?
(זייט די געוואלדיגע נייע אייאעס 11 וואס האט מיטגעברענגט א קאמפליטלי נייע עפפ סטאר שטייט נישט וויפיל מב די אפדעיט איז. ביטער געלעכטער)
הכל לטובה!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 7:12 am

אופס!

איבער דריי הונדערט אייפאון צען טעלעפאנען זענען גע'גנב'עט געווארן פון א UPS טראק וואס איז געווען פארקירט נעבן אן עפל סטאר אין סאן פראנציסקאו.

דער אייפאון צען איז עפל'ס לעיטעסט און גרעיטעסט, און דארף היינט צו אנהויבן ווערן פארקויפט. דער דעליווערי איז געווען פאר דער סאן פראנציסקאו עפל סטאר צו האבן אביסל אינווענטארי דער טאג וואס עס ווערט עוועליבעל.

דער טראק איז געווען פארקירט אינדרויסן פונעם געשעפט און דריי יונגען זענען געזען געווארן אפלאדענען באקסעס פון דער נייער אייפאון אריין אין א דאדזש מיניווען און אפיאגן פון דארט.

דער גניבה איז ווערד א גוטע 370 אלפים!
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

תגובהדורך גליון » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 11:53 am

they probably won't be able to activate it
Impossible is just an opinion

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 12:54 pm

איז ווער וועט האבן די שאדן? עפל מסתם נישט ווייל סאיז געווען אונטער יו פי עס, אפשר וועלן זיי עס פארקויפן אויף איבעי וועט איבעי שאדן האבן נאכן קלעימען אז סאיז נישט אויטענטיש נישט קענענדיג עקטיוועיטן

אוועטאר
ערליכע בחור
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:27 pm

תגובהדורך ערליכע בחור » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 2:47 pm

תן חיוך האט געשריבן:וויאזוי קען איך זען ווי גרויס איז די אפדעיט פון א עפפ?
(זייט די געוואלדיגע נייע אייאעס 11 וואס האט מיטגעברענגט א קאמפליטלי נייע עפפ סטאר שטייט נישט וויפיל מב די אפדעיט איז. ביטער געלעכטער)


עס שטייט ווען עס איז דא א נייע אפדעיט ווי גרויס עס איז.
מען דארף זעהן זיך צו האלטן ערליך... חזק ואמץ...

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » זונטאג נובעמבער 05, 2017 12:36 pm

אייער נייע אייפאון X איז אראפגעפאלן און זיך צובראכן די סקרין? נישט געזארגט, ביי עפל קענט איר עס פאריכטן פאר די נישטיגע פרייז פון $550....

איך ווייס נישט פארוואס מען האט זיי נאך נישט ארויסגעווארפן פון בהמ״ד, נישט נארמאל דעי חברה.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג נובעמבער 05, 2017 1:12 pm

נעוואדע האט מען זע ארויסגעווארפן, וואס האסטו געמיינט? נישט צוליב דעם?!

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 9:48 am

פארשער אין וויעטנאם ביי די BKAV פירמע, האבן סוקסעספול אויפגעשפארט אן אייפאן נוצנדיג א מאסק צו פעלשן די פנים. דאס קומט נאך וואס די עפל פארשטייער האבן ביי זייער פרעזענטאציע פארגעשטעלט אז זיי האבן געגעבן זייער פאונס פאר די בארימסטע האליוואד פראדעצורער צו פרובירן צו פעלשן מיט א מאסק, און צו עפל'ס גוט מזל האבן זיי נישט געהאט קיין סוקסעס דערין.
פאר מער פרטים קענט איר לייענען זייער FAQ
http://www.bkav.com/d/top-news/-/view_c ... ty-measure
...


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט