דירות קריזיס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובה דורך פרידן »

די דעוועלעפארס מאכן ביזנעס אויס אויך א טעות ווייל ווען די פרייז פין א פערטיגע דירה גייט ארויף אמת יעצט מאכט ער מער געלט, אבער די פרייזן פין די מוכרים פין די לאטס פאר די דעוועלעפערס גיין לכבוד דעם ארויף אין די וואס האבן די לאטס מאכן די העדפה, אין זיי דארפן דרייען מיט גרעסערע געלטער פאר די זעלבע % פראפיט,
יעדער פארשטייט אז ווען גארפילד קאסט $200 א פיס וואלט בויער געבעטן מיט א שיינע פאר דאללער ביליגער פאר שכונת ויואל משה ופשוט הוא
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

פרידן האט געשריבן:די דעוועלעפארס מאכן ביזנעס אויס אויך א טעות ווייל ווען די פרייז פין א פערטיגע דירה גייט ארויף אמת יעצט מאכט ער מער געלט, אבער די פרייזן פין די מוכרים פין די לאטס פאר די דעוועלעפערס גיין לכבוד דעם ארויף אין די וואס האבן די לאטס מאכן די העדפה, אין זיי דארפן דרייען מיט גרעסערע געלטער פאר די זעלבע % פראפיט,
יעדער פארשטייט אז ווען גארפילד קאסט $200 א פיס וואלט בויער געבעטן מיט א שיינע פאר דאללער ביליגער פאר שכונת ויואל משה ופשוט הוא

הוא הדבר אשר דיברתי לעיל, און דאס האט מען געזען אין די סיטי אויך ווען 421A האט עקספייערט, אז די לאט פרייזן האבן זיך עזשאסטעד עס זאל זיך לוינען צו בויען לויט די נייע סיטי "תקנות".

ב.ד.וו פאר די אלע וואס זאגן אז תקנות קען נישט ארבעטען צוזאמען אין א פרייע מארקעט, ווייל עס איז א סתירה מיט די "געזעצען" פון עקאנאמיקס וכולי וכולי, איז אינטרעסאנט אנצוצייגן א פאקט אז אין די סיטי איז דא "תקנות" אויף רענט פרייזן אויף הונדערטער טויזענטער אפארטמענט בילדינגס שוין פאר צענדליגער יארן, וויפיל מען מעג העכערן יעדעס יאר וכולי, און עס איז נאך נישט געשען קיין קאטאסטראפע. די תקנות זענען געמאכט געווארן נישט דורך קאמאניסטען..נאר אפילו א אמעריקאנער גוי האט פארשטאנען אז חיי נפש דארף ווערן רעגולירט. ליידער האלטן מאנכע ביי אזוי מצב, ווי געלט וועגט איבער אלעס אלעס, און ווען מען ברענגט א טרוקענע הלכה אין שו"ע און אביסל פשוט אידיש געפיל שרייט מען out of your mind..
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

תגובה דורך Don't worry »

אדרבה, פון דארט קען מען זען וואסערע חורבן עס מאכט. עס איז טאקע דא א מאנגעל און הויכע רענט פרייזן. און ווען עס ווערט א פארבעסערינג קומט עס פון פרייע מארקעט. קוק אן די פראזשעקטס וואסערע קאראפשען עס גייט פאר. מען האט זיך איינגערעט אז די פראזשעקטס זענען א טובה פאר וויליאמסבורג ביזדערווייל האט זיך ארוסגעשטעלט פונקט פארקערט. אמת עס איז דא געוויסע טויגליכע וואס בענעפיטן. אבער די וואס מען פרובירט צו העלפן ליידן די מערסטע.

רענט קאנטראל איז א סתירה מיט פרייע מארקעט. סאשעליזם איז שוין לאנג אפגעפרעגט. מיט דעם אלעם איז בערני סענדערס געווען זייער פאפולאר. זאג מיר נישט אז אפילו די אמעריקאנע גוי האט פארשטאנען אז בערני איז גערעכט ממילא דארף איך זאגן אז די מיט בערני זענען גערעכט. מיר יודען זענען קליגער פון דעם ביי אונז איז מח שליט על הלב. אונז קען מיר זען אפאר טריט פאראויס און פארזאגן די חורבן פון סאשעליזם.

סאשעליזם איז בערני סענדערס, לב שליט על המח און קאראפשען
סאשעליזם איז נישט קיין טריקענע שלחן ערוך און נישט קיין אידיש געפיל.

ליין דא וועגן NYC
No, rent control does not work — it actually benefits the rich and hurts the poor
http://www.businessinsider.com/does-ren ... ple-2015-9
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

Don't worry האט געשריבן:אדרבה, פון דארט קען מען זען וואסערע חורבן עס מאכט. עס איז טאקע דא א מאנגעל און הויכע רענט פרייזן. און ווען עס ווערט א פארבעסערינג קומט עס פון פרייע מארקעט. קוק אן די פראזשעקטס וואסערע קאראפשען עס גייט פאר. מען האט זיך איינגערעט אז די פראזשעקטס זענען א טובה פאר וויליאמסבורג ביזדערווייל האט זיך ארוסגעשטעלט פונקט פארקערט. אמת עס איז דא געוויסע טויגליכע וואס בענעפיטן. אבער די וואס מען פרובירט צו העלפן ליידן די מערסטע.

רענט קאנטראל איז א סתירה מיט פרייע מארקעט. סאשעליזם איז שוין לאנג אפגעפרעגט. מיט דעם אלעם איז בערני סענדערס געווען זייער פאפולאר. זאג מיר נישט אז אפילו די אמעריקאנע גוי האט פארשטאנען אז בערני איז גערעכט ממילא דארף איך זאגן אז די מיט בערני זענען גערעכט. מיר יודען זענען קליגער פון דעם ביי אונז איז מח שליט על הלב. אונז קען מיר זען אפאר טריט פאראויס און פארזאגן די חורבן פון סאשעליזם.

סאשעליזם איז בערני סענדערס, לב שליט על המח און קאראפשען
סאשעליזם איז נישט קיין טריקענע שלחן ערוך און נישט קיין אידיש געפיל.

ליין דא וועגן NYC
No, rent control does not work — it actually benefits the rich and hurts the poor
http://www.businessinsider.com/does-ren ... ple-2015-9

איך גיי נישט יעצט טענהן צו רענט קאנטראל האט יא אדער נישט געארבעט און אפירזוכען אלע שרייבער וואס רעדן דערוועגן לכאן או לכאן. געמיינט ארויסצוברענגן אז עס איז א זאך וואס עקזעסטירט שוין צענדליגער יארן אין א גויאישע סיטי, און איז נישט עפעס א קאטאסטראפאלע געדאנק פון לענין זעלבסט וואס אן אנאלפעבעט פון קרית יואל האט מחליט גווען צו אדאפטירען. פון דא און ווייטער קען זיך יעדער ציען מסקנות.

לגבי הלכה אין שולחן ערוך סימן רלא סעיף כז רשאים בני העיר לקוץ להם שער לכל דבר שירצו ולהתנות ביניהם שכל מי שיעבור קונסים אותו כך וכך:
אויב פארשטייען די בני העיר אנדערש ווי אייך האט איר א פראבלעם און מוזט זיך בייגן. יא סאשעליזום, נישט סאשאליזום.
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

תגובה דורך Don't worry »

חדשות האט געשריבן:

בני העיר קענען מאכן נארישע תקנות. אמת איך דארפן פאלגן, אבער איך מיז נישט טאנצן קדוש קדוש. עס מיינט נישט אז די תורה אדער די אמעריקאנער גוי להבדיל אינדארסט די געדאנקן גאנג. און איך מעג מסביר זיין פארוואס עס טויגט נישט און נאך אלץ האבן יודיש געפיל און זיין מיט די תורה.

רענט קאנטראל איז א קאטאסטראפע וואס מיט אביסל אפויפקלערונג וואלט בני העיר עס אויך פארשטאנען. עס פעלט נאר אביסל עדזוקעשען.
הב הב
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:08 pm

תגובה דורך הב הב »

1 #
.the government does not make any price regulations on rentals unless they give me something in exchange, the rich get good tax rebates etc

2 #
!price regulations are on rentals only. by b"d or lehavdil government. Discount for home owners? man dechar shemei

3 #
,price regulations are for the poor who can't afford to buy! when rent prices are regulated it has a healthy effect on price of home sales
.giving discounts for the rich (home buyers) won't help and was never the case

4 #
There were 400 apartments sold for around 200 per sq. yet the "hamon" want this price on Garfield and Hayes! Regulate prices why not, we have an
.infinite appetite! it's prime location which is why people understand it's worth to pay more to own or live there. this is simply a sick ideology

5 #
as of today there are still multiple choices for these complainers all in the 5 minutes from kj but again they are just jealous haters

6 #
,Kj is an open market, city people and people from allover buy there for investment and summer homes
.no reason for them to get it on sale. #welfare for the rich

7 #
.whats that stupid magic number of 200 per sq ft why not 150? equally unrealistic
.builders and owners will set its price and buyers will decide if it's worth it

Zaat nisht kan tzoak lesheuvar! grab houses and property rings and arim the kiryah
.before prices go up there too due the the hand made demand that will follow the takanos
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

מר הב, מיר קענען שוין אייער רייכע וואקעבולערי, ביטע לאזט זיי ביין אייך אין שופלאד, א דאנק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

געווען אמאל אש טארקע קאנסענצוס אז ווער עס קען 'נאר' שרייבן ענגליש זאל ווארטן ביז ער אינסטאלירט א א אידישע טייפרייטער, איידער ער פירקלט דא, מנהלים, איז דאס נאך די קעיס?
רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובה דורך רופא נפשות »

פארשלאפן, מילער, דאס איז במקום ענטפער? זייער שיין, מען שמועסט אויס א זאך, אבער די עגאאיסטן ווילן נישט הערן די צווייטע צד, עצה? פארשטאפן יענעם מיט ליצנות. שיין דערלעבט. און דאס זענען שוין די ׳אלטע׳.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

שימפן מיט א וואולגארע שפראך איז אויך א צד?

אנטשולדיגט, כ'האב געקלערט אז מ'רעדט דא מיט אנטשטענדיגע לייט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובה דורך רופא נפשות »

איך האב געליינט זיין תגובה (זיך גראדע געמוטשעט אויף די ענגליש), ער רעדט זייער קלאר, פאקטן, ער האט א שטארקע מיינונג און ווי עס קוקט אויס פארשטייט ער גוט צו די זאכן. מען האט דא מדמה געווען די תקנות צו רענט קאנטראל ביי די גויים, ער האט עס אפגעפרעגט מיט פאקטן. איר קענט אים ענפערן מיט הארטע ראיות אויף אייער צד? אז נישט זייט מוחל און געט גערעכט, אדער טרעט אפ. פארהאק נישט יענעם בלויז פארן קלאר ארויסברעגנען זיין צד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

אנשולדיגט ווידעאמאל, איך האב נישט גענומען קיין צד איבערן דיון נאר איבער די אומדערהערטע ביליגע שפראך אויפן צד השני.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

הב הב האט געשריבן:1 #

Zaat nisht kan tzoak lesheuvar! grab houses and property rings and arim the kiryah
.before prices go up there too due the the hand made demand that will follow the takanos

שעפעלע איר פארשטייט אידיש
דא דרייען זיך על פי רוב אידן
איף נאט איי וויל טעל יו אין ענגליש
סטאפ טו רייט אין עינגליש ווי ספיק העיר עי גרעיט אידיש
טענק יאו
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
שווימט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 11:04 am

תגובה דורך שווימט »

[quote="הב הב"]1 #

3 #
,price regulations are for the poor who can't afford to buy! when rent prices are regulated it has a healthy effect on price of home sales
.egiving discounts for the rich (home buyers) won't help and was never the cas

since when are we talking about rich home buyers we are talking about below average middle class
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

רופא נפשות האט געשריבן:מילער, דאס איז במקום ענטפער?

זייער שיין, מען שמועסט אויס א זאך, אבער די עגאאיסטן ווילן נישט הערן די צווייטע צד, עצה? פארשטאפן יענעם מיט ליצנות. שיין דערלעבט. און דאס זענען שוין די ׳אלטע׳.

שקייניינונג וואס דו ווילסט, לאנג זאל לעבן די דעבאטע, איך וויל נישט הערן וועמענס צד?
וועלכע ליצנות?

רופא נפשות ומפליא לעשות
רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובה דורך רופא נפשות »

דו ווילסט נישט הערן די צד פון די קעגנער צו די תקנות. איך האף אז איך קום ארויס גענוג קלאר פאר דיר.

נקבים נקבים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

רופא נפשות האט געשריבן:דו ווילסט נישט הערן די צד פון די קעגנער צו די תקנות. איך האף אז איך קום ארויס גענוג קלאר פאר דיר.

נקבים נקבים

זייער קלאר אבער ראנג, איך הער און הער די צד פון די תקנות קעגנער, און איך האב פאר אסאך פון זיי אפי' געגעבן גערעכט אין פארשידענע נקודות, זעה איבער דעם אשכול מהחל ועד כלה פאר דו באשולדיגסט

זייער לעכערליך, חלולים חלולים
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

ווער ס'זעט נאך דעם קאמפיוטער פאר די הייליגע טעג,
לאמיר אלע מתפלל זיין אויף די גאולה שלימה במהרה. און אויב חס ושלו' חלילה ס'איז נאך נישט די צייט זאל שוין זיין "בגלותי לגאלני" ס'זאל זיין הרחבה פאר אידן איבעראל, א הרחבה אין טאש, און א דירה רחבה וואס יעדער קען זיך ערלויבן, מען זאל זוכה זיין צו "מרחיבין דעתו של אדם" מ'זאל האבן דעם ריכטיגן דעת, נישט זיך בא'נער'ישן צוליב פרעשור, נישט פון דעם צד און נישט פון יענעם צד, נאר זוכה זיין צו טון דעם רצון הבורא באמת ובלב שלם.
און האט מיר אלע אידן א גוט געבענטשט יאר!
הקטן בערעלע
נ.ב. כ'וועל פרובירן זיך איינצוהאלטן נישט צו באזוכן דא דעם קומענדגן חודש, און אויב יא, נישט מגיב צו זיין, על כן נעמט נישט אן קיין שתיקה כהודאה
זייט אלע געזונט און שטארק
הנ"ל
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

תגובה דורך milech fried »

ווען מען האט נאך פון אנהייב גערעדט פון תקנות האב איך גלייך געזאגט נעה.. סוועט נישט ארבעטן,
למעשה איז געווען דעבאטעס אהין און אהער אנדערע האבן געזאגט מ'האט נגיעות אנדערע האבן געזאגט עקאנאמישע געזעצן. אנדערע האבן געזאגט הלואי...
למעשה איז דורכגעלאפן שוין כמעט א יאר אנדערטהאלבן מען דעבאטירט תקנות אין גרויסן מען שרייבט אונטער אין גרויסן מען האלט שוין ביי 4000 חתימות און איך האב אנגעהויבן גלייבן אז איך האב געהאט א טעות און אז תקנות וועט זיין א פאקט און אין קרית יואל וועט א סקווער פיס אין צענטער פון שטאט קאסטן אונטער 200,
און מען זאגט שוין יעדן טאג אז מארגן קומט ארויס די זאך אליינס און דא האלט מען שוין נאך ראש השנה.. און גארנישט מיט גארנישט!
איין צו צוויי עשירים זאגן ניין און זיי וועגן איבער 4000 חתימות!!

איך מיין אז סאיז נישטא קיין גרעסערע ראיה פון דעם אז תקנות קען נישט ארבעטן..
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
טי בעג
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 7:38 am

תגובה דורך טי בעג »

milech fried האט געשריבן:ווען מען האט נאך פון אנהייב גערעדט פון תקנות האב איך גלייך געזאגט נעה.. סוועט נישט ארבעטן,
למעשה איז געווען דעבאטעס אהין און אהער אנדערע האבן געזאגט מ'האט נגיעות אנדערע האבן געזאגט עקאנאמישע געזעצן. אנדערע האבן געזאגט הלואי...
למעשה איז דורכגעלאפן שוין כמעט א יאר אנדערטהאלבן מען דעבאטירט תקנות אין גרויסן מען שרייבט אונטער אין גרויסן מען האלט שוין ביי 4000 חתימות און איך האב אנגעהויבן גלייבן אז איך האב געהאט א טעות און אז תקנות וועט זיין א פאקט און אין קרית יואל וועט א סקווער פיס אין צענטער פון שטאט קאסטן אונטער 200,
און מען זאגט שוין יעדן טאג אז מארגן קומט ארויס די זאך אליינס און דא האלט מען שוין נאך ראש השנה.. און גארנישט מיט גארנישט!
איין צו צוויי עשירים זאגן ניין און זיי וועגן איבער 4000 חתימות!!

איך מיין אז סאיז נישטא קיין גרעסערע ראיה פון דעם אז תקנות קען נישט ארבעטן..

הַכְּלָל הוּא, שֶׁאֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל
א איד טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, מיט א שטראל פון האפענונג נאר לעבן, מיט יעדן פראבלעם, פארלאז דיך נאר אויף אים, פארגעס נישט אז דו ביסט א איד.
יוסף הגולם
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 5:46 pm

תגובה דורך יוסף הגולם »

milech fried האט געשריבן:ווען מען האט נאך פון אנהייב גערעדט פון תקנות האב איך גלייך געזאגט נעה.. סוועט נישט ארבעטן,
למעשה איז געווען דעבאטעס אהין און אהער אנדערע האבן געזאגט מ'האט נגיעות אנדערע האבן געזאגט עקאנאמישע געזעצן. אנדערע האבן געזאגט הלואי...
למעשה איז דורכגעלאפן שוין כמעט א יאר אנדערטהאלבן מען דעבאטירט תקנות אין גרויסן מען שרייבט אונטער אין גרויסן מען האלט שוין ביי 4000 חתימות און איך האב אנגעהויבן גלייבן אז איך האב געהאט א טעות און אז תקנות וועט זיין א פאקט און אין קרית יואל וועט א סקווער פיס אין צענטער פון שטאט קאסטן אונטער 200,
און מען זאגט שוין יעדן טאג אז מארגן קומט ארויס די זאך אליינס און דא האלט מען שוין נאך ראש השנה.. און גארנישט מיט גארנישט!
איין צו צוויי עשירים זאגן ניין און זיי וועגן איבער 4000 חתימות!!

איך מיין אז סאיז נישטא קיין גרעסערע ראיה פון דעם אז תקנות קען נישט ארבעטן..

יא ליידער איז עס אומדערהערטע עוולה אז עטליכע יחידים זאלן האבן א גרעסערן כח פון רוב איינוואוינער מיט די רבנים ודיינים אינאיינעם
אז נאכדעם וואס די רבנים ודיינים האבן שוין אונטערגעשריבן קען עס נאך אלץ נישט מפורסם ווערן צוליב דעם וואס עשירים זאגן ניין
און די רבנים האבן ליידער נישט די כח זיך אנטקעגן צושטעלן
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

תגובה דורך רויט »

יוסף הגולם האט געשריבן:

און יאך זאג, אז ווען דער עולם האלט ווען באמת דערביי וואלט מען עס יא געקענט דורכפירן און מ'קען עס נאך אלס דורכפירן!

חז"ל זאגן שוין לאו עכברא גנב אלא חורא גנב! דער פראבלעם שטעקט נישט ביי די 4 יחידים, דער פראבלעם שטעקט ביי די 4000 תושבי קרית יואל, וועלכע ווערן פארקויפט פון די אלע נארישע תירוצים פון סופליי און דימענד/באנק נישט געבן מארגיטש/קיינער וועט נישט בויען פאר די פרייז (נישטא ווער ס'זאל לאכן...) און מ'האלט אז תקנות וועט קיינמאל נישט זיין, און דערצו ווען מ'קומט צום ברואקער זאגט ער דיר בפה מלא "כאפ יעצט די דיעל ווייל ביליגער פון דעם וועט שוין נישט זיין", "עס האלט און איין ארויפגיין"!, ממילא ווען מ'דארף קויפן א דירה ברעכט מען זיך און מ'קויפט א דירה פאר די געשוואלענע פרייזן.

עס דארף ווערן א ווינט ביים ציבור אז קיינער קויפט נישט קיין הויז פאר העכער 200 א סקווער פיס, און אז אויב בעט דער מוכר מער ווי דעם, דאן לייגט מען אראפ דער טעלפאן פונעם בראוקער און מ'שטעלט זיך פונעם מיטינג מיטן דעוועלאפער. און מ'זאגט עם איך וויל קויפן מיט די תקנות פרייז פון 200 א ס"פ און העכער פון דעם האלט איך נישט דערביי!

פון מיין פערסענאל עקספירענס: דער ברואקער/דעוועלאפער הייבט אן צו לאכן עה, עס וועט קיין תקנות נישט זיין, עס איז אלעס לופט! בעלועניס! עס מאכט נישט קיין סענס! וכולוי וכולו מיט אלע זיינע תירוצים, דער אינטירשטע שורה איז אז ער טוט זיין ארבייט בנאמנות, דער מוכר האט אים געזאגט אז דער בעסטער דיעל וואס מ'טראגט אים אן וועט ער נעמען, נו וודאי זאגט ער עס וועט תקנות נישט זיין.

אויב ווילט איר באמת תקנות פאר דירות פרייזן פאר אייך / אייערער קינדער / אייניקלעך ביז משיח'ס טאג, דאן טוט למעשה און מוטיגט אנדערע נישט צו קויפן פאר העכער 200 א ס"פ.

א גרינגען תענית!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

רויט האט געשריבן:

ואני אומר, לאז אפ די 4000 תושבי קרית יואל, שולדיג זענען די וויליאמסבורגער אידן וואס מופן ארויס אין די מאסן, און פאר זיי איז 250 א סקווער פיס א מציאה, און זיי צאלן נאך צו, משוגע דארף דער מוכר זיין צולאזן תקנות, מ'דארף אויפהייבן א וויי געשריי צו זיי, ווייל זיי האקן זיך אליין אונטער די פיס, יעצט איז זיי גרינג צו צאלן די פרייז ווייל זיי קומען פון דארט, אבער ווען ס'וועט קומען צו זייערע קינדער וועלן זיי אויך שרייען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

תגובה דורך רויט »

מי יודע האט געשריבן:ואני אומר, לאז אפ די 4000 תושבי קרית יואל, שולדיג זענען די וויליאמסבורגער אידן וואס מופן ארויס אין די מאסן, און פאר זיי איז 250 א סקווער פיס א מציאה, און זיי צאלן נאך צו, משוגע דארף דער מוכר זיין צולאזן תקנות, מ'דארף אויפהייבן א וויי געשריי צו זיי, ווייל זיי האקן זיך אליין אונטער די פיס, יעצט איז זיי גרינג צו צאלן די פרייז ווייל זיי קומען פון דארט, אבער ווען ס'וועט קומען צו זייערע קינדער וועלן זיי אויך שרייען

סאו די תקנות שוואונג מוז זיך אויסברייטערטן און ארייננעמען אויך וויליאמסבורג. (ד.מ. שטארקע פי-אר און די בתי מדרשים פון סאטמארע חסידים אין אויך אין די 3 שטארקע צייטונגען די צייטונג/בלאט/איד)
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

לויט א באריכט וואס איך האב געהערט היינט, האט הגאון רבי געציל בערקאוויטש שליט"א צוריקגעצויגן זיין חתימה פון די תקנות העיר.
האט איינער אינפאו דערוועגן?
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”