אונטערן שווערד שפיל - חוה"מ סוכות תשע"ח

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זעירא דמן חבריא
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא דמן חבריא »

און ווער ס'דארף זיך ספראווענען מיט די סייד עפעקטס דערפון זענען די איבערגעגעבענע מלמדים, וועלכע האבן שוין סתם אזוי א שווער פעלד צו האלטן היינטיגע קינדער אין די ראמען, דארפן מיר מוסיף זיין מלח על הפצעים?
זעירא דמן חבריא
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא דמן חבריא »

כ'בין נישט מזלזל אין די חשובע אנפירער און שפילער וועלכע האבן א בלויזע כוונה פון ארויסגעבן זייער, טאלאנט, אינערליכע קינדישקייט (וואס מיר אלע האבן פארשטעקט) און געלונגענקייטן. כ'רעד בנוגע אונזער אויפגאבע אלס עלטערן פאר אונזערע ריינע נשמה'לעך.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:צו דעם מגיב וואס האט פריערד גערעדט איבער אנדערע אלטערנאטיוון חול המועד
במחילה מכבודך, ס'איז ליידער, אין די היינטיגע וועלט, נישטא כמעט קיין פלאץ צו גיין חול המועד, וואו מען טרעט ארויס פון דעם ד' אמות פונעם אידישן פערטל, באגעגענט מען זיך ליידער מיט געפערליכע ראיות אסורות. מיר זענען ליידער אין א שווערן גלות, נישטא ווי מען קען ארויסטראגן קינדער. פריערד רעדט עמיצער פון ניאגרא פאלס, כ'ווייס נישט אויף וואסערן פלאנעט יענער איז, און וויפיל זיין יראת שמים איז, אבער אפילו א זקן בן שמונים וואס גייט מיט פארמאכטע אויגן טאר נישט גיין אין ניאגרא פאלס, און אוודאי נישט קיין טאטעס און קינדער.
אדרבה זאג מיר וועלכן פלאץ מען קען גיין חול המועד אן זיך אנשטויסן מיט די מחנות בני חם וואס האבן אראפגעווארפן פון זיך יעדן ברעקל מאראל. כמעט נישטא. דערפאר יאז פארשטענדליך אז טאטעס זוכן שטארק אויסנוצן דעם געלעגנהייט צו געבן פאר קינדער אן אונטערהאלטונג אוי'פן כשר'ן אופן

האקט א טשייניק. א האלבע שעה אויף מירטל עוועניו אין וומ"ס אדער 13 עוועניו אין ב. פ. איז דא מער ראיות אסירות ווי אנדערע פלעצער אגאנצן טאג. ווען די קינדער פארן צום אינטערן פלעי איז נישטא קיין מחיצות אויף די פענסטער פון באס אבער אינטערעסאנט אז די האלטסט אז דארט ווערט מען נישט נכשל מיט ראיות אסורות.

אין מיטן זימער איז עס מסתמה אויסגעלאסן אבער א געווענדליכע חול המועד וועטער איז 50-60 דעגריס ביי ניאגרה פולס און דאס איז די מערסט אויסגעהאלטענע פלאץ פאר א משפחה צו פארברענגן. אודאי זענען דא דארט טיאטערס מיט קאסינאס אויך ווי מ'קען נכשל ווערן אבער די שטח דארט איז ריזיג גרויס און מ'דארף זיך נישט דרייען נאנט צו די אומאויסגעהאלטענע פלעצער. קוקט אויס ווי די ביסט נאך קיינמאל נישט דארט געווען. און אפילו וואשינגטאן די סי אדער פענסילוועניע איז נישט קיין טראפ ערגער ווי די ברוקלינע גאסן (עמיש טאון איז אפגערעדט). ס'דא תערובת? יא, פונקט ווי ביי די טעילאר ריידס

און אין קאנטרי איז אויך דא ראיות אסורות מער ווי אין שטאט? ממש נישטא קיין אויסגעהאלטענע פלעצער ווי צו גיין חוץ צום אינטערן פלעי?! און וואס טוט מען מיט בחורים אין שטאט? אפאר פיינע בחורים האבן טאקע שיעורים אבער די איבריגע 80-90% בחורים דרייען זיך אין די גאסן און זעהן און טיען סאך ערגערע זאכן ווי אין די אנדערע פלעצער וואס איך האב דערמאנט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

דאנציגער האט געשריבן:
זעירא דמן חבריא האט געשריבן:איין מינוט כ'האב פארגעסן:
די המצאה פון חיוב שמחת יו"ט איז זייער קריעטי"וו, ס'קומט זיך א ייש"כ פאר די אלע אונטערהאלטערס , ווייל יונגעלייט האבן זיך ארומגעדרייט יארן לאנג מיט א מורא'דיגע דילעמא, וויאזוי געט מען זיך אן עצה מיט די שעבוד וואס די תורה האט מיך באאויפטראגט צו געבן א שמחת יו"ט פאר מיינע קינדער??
ענדליך ב"ה איז פארהאן א לעזונג!
לאמיר זך נישט אליין נער'ן, די ערוואקסענע דארפ דאס שוין באלד מער ווי די קינדער (ראי' לדבר, קוק אן די געפערליכע באלאגאן מיט די טיקעטס) און מ'זוכט תירוצים.
אויך איז גרינגער פאר'ן טאטן אפצושיקן זיין געזונדל צום שפיל אנשטאט ער זאל דארפן אליין פארברענגן מיט זיי און אריינגעבן א שמחת יו"ט "בכבודו ובעצמו".
דאס זעלביגע מיט אלע וואס געבן זייערע קינדער די ווידיאו'ס, וויל דאס איז די בעסטע בעיביסיטער, ווי איידער צו דארפן זיי באשעפטיגן, און די זעלבע צייט קען די טאטע פארברענגן מיט זיינע חברים, אדער ליגן אויפן קאוטש מיט די פיס אויף ארויף, און סקראל'ן זיין "טאטע טוי".

א קינדס מוח איז אזוי דעליקאט, און אנשטאט מ'זאל זיך אליינס משמח זיין מיט נחת, און משמח זיין די קינדער מיט וואס מ'קען, שיקט מען זיי לופטערן, מ'לופטערט אויס יעדע ברעקל קדושה.
און איך ציטער פון די אנדרייערס וואס ווען איינער ווערט צו גרויס מוז מעו איהם אונטערברענגען מיט'ן תירוץ פון אידישקייט, און דערנאך איז נישטא קיין שום כשר'ע אינטערטעינמענט פאר קינדער און ערוואקסענע, אויס ביזטו א ראבאט וואס דארף קיינמאל נישט קיין אויסלופטערינג, לאז כאטש געמאך אנדערע.
סייג לחכמה שתיקה....
ע.ב
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 26, 2017 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ע.ב »

לייבל שטילער האט געשריבן:

סייג לחכמה שתיקה :wink:
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

רבותי ביזוי בזיונות!! וואס פארשעמט מען דא פיינע אידן!! איה"נ אז סיז א פלאפ, אבער איך האלט אויך אז מען דארף זיין אביסל מער אייגעהאלטן צו די בעלי בתים, און אוודאי ווען עס איז נישט בדווקא ובכוונה תחילה.

זיי זענען מומחים עצומים אין פלעיס, פארן זיין שוואך אין ארגאניזירן, און א פשיעה (פארנאכלעסיגקייט) פון זייער זייט, קומט זיך קריטיק אבער נישט קיין אויפגערעגטע שרייערייען, רבוש"ע עס איז סך הכל א פלעי!! וואס קען געשעהן אז העסט נישט האבן א טיקעט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
זעירא דמן חבריא
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא דמן חבריא »

ווער זוכט דא איינעם אונטער צוברענגן? וואס בויכסטו מאכן קאנספיראציע? אפשר וועסטו באלד זאגן אז "אונטערן" זוכט אונטערצוברענגן די יונגווארג?

די פוינט איז אז עס איז פארהאן פארשידענע אויסגעהאלטענע אופנים צו פארברענגן על טהרת הקודש, און אפילו ס'זאל נישט זיין געט דאס נישט א היתר צו טון וואס מ'וויל.

גדולי ישראל האבן געגעבן א קלארע הגדרה מיט וועלכע סארט שפילצייג א קינד זאל שפילן, נאר אזעלכע וואס ער וועט אויסוואקסן ווען ער ווערט עלטער, אבער סיי וואספארא זאך וואס האט א כח המושך און באגלייט די מענטש שפעטער אויך, דאן דארף מען דאס פארמיידן.
דאס גייט ארויף אויף אלע סארט מאשינקעלעך מיט סקרינ'ס, און געוויסע אינסטראמענטן, און אזוי אויך פלעי'ס (בפרט אזעלכע וואס ווערן אויסגעשטעלט צו איבערנעמען די מוח פונעם קינד יט דראמא און געפיהלן). ואידך פירושא זיל גמור!
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

מיין קאנספיראציע איז געבויט פון דעם וואס די גאנצע אומשולדיגע שמועס דא האט זיך פערצופאל אנגעהויבן נאך די נעכטיגע קראך ודי
סייג לחכמה שתיקה....
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

זעירא דמן חבריא האט געשריבן:ווער זוכט דא איינעם אונטער צוברענגן? וואס בויכסטו מאכן קאנספיראציע? אפשר וועסטו באלד זאגן אז "אונטערן" זוכט אונטערצוברענגן די יונגווארג?

די פוינט איז אז עס איז פארהאן פארשידענע אויסגעהאלטענע אופנים צו פארברענגן על טהרת הקודש, און אפילו ס'זאל נישט זיין געט דאס נישט א היתר צו טון וואס מ'וויל.

גדולי ישראל האבן געגעבן א קלארע הגדרה מיט וועלכע סארט שפילצייג א קינד זאל שפילן, נאר אזעלכע וואס ער וועט אויסוואקסן ווען ער ווערט עלטער, אבער סיי וואספארא זאך וואס האט א כח המושך און באגלייט די מענטש שפעטער אויך, דאן דארף מען דאס פארמיידן.
דאס גייט ארויף אויף אלע סארט מאשינקעלעך מיט סקרינ'ס, און געוויסע אינסטראמענטן, און אזוי אויך פלעי'ס (בפרט אזעלכע וואס ווערן אויסגעשטעלט צו איבערנעמען די מוח פונעם קינד יט דראמא און געפיהלן). ואידך פירושא זיל גמור!

די חורבן איז גרויס! אנשטאט צו זאגן שקויעך פארן מעורר זיין, קומט מען זאגן, לאמיך עסן איסורים, כ'בין הונגעריג.
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

ווייל איינער האט אפגעמאכט אז ס'אסור מיינט נישט ס'איז טאקע, איך דיסעגרי טאטעלי מיטו נייעם איסור. ואין על מה להגיד ש'כוח.
סייג לחכמה שתיקה....
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

לייבל שטילער האט געשריבן:וואס ווילסטו די קינדער זאלן רעדן ביי ריסעס? אפשר איבערשמועסן א תוספות? וועם גייט אן אז די קינדער האבען וואס צו טוען אין די פרייע צייט- ווילאנג ס'כשר? אזעלכע עקסטרעימע אנשויאינגען זענען א סגולה פאר אפגעפארענע קינדער.

איך דארף נישט אזוי וויכטיג זיי זאלן רעדן ביי ריסעס פון תוספות, ווי אז ביי תוספות זאלן זיי זיין ביים תוספות און נישט ביי די פלעי, און פרעג נאר מלמדים און מנהלים, וועסטו הערן, אז קינדער וואס זייער שטוב איז נישט אפען צו די גאס, נישט אלע ליין מאטריאל, מוזיק, פלעיס, א.א.וו, קומען אריין, אזעלכע קינדער זענען 'דא', זייער קאפ האלט מיט די לימודים, זייער נפש איז 'דא' צו מעורר זיין און אריינברענגען יראת שמים און מדות טובות, און מען קען ארבעטן מיט זיי, און מכלל הן אתה שומע לאו.
אם לא עכשיו אימתי
עמקן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקן »

זעירא דמן חבריא האט געשריבן:ווער זוכט דא איינעם אונטער צוברענגן? וואס בויכסטו מאכן קאנספיראציע? אפשר וועסטו באלד זאגן אז "אונטערן" זוכט אונטערצוברענגן די יונגווארג?

די פוינט איז אז עס איז פארהאן פארשידענע אויסגעהאלטענע אופנים צו פארברענגן על טהרת הקודש, און אפילו ס'זאל נישט זיין געט דאס נישט א היתר צו טון וואס מ'וויל.

גדולי ישראל

וויזוי בשאפט מען גדוילים? הא זעיראלע
Camp 2017
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 11:53 pm

Hotline

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Camp 2017 »

What is the hot line number for the intern?
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

718-298-3009
סייג לחכמה שתיקה....
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

לייבל שטילער האט געשריבן:ווייל איינער האט אפגעמאכט אז ס'אסור מיינט נישט ס'איז טאקע, איך דיסעגרי טאטעלי מיטו נייעם איסור. ואין על מה להגיד ש'כוח.

איינער האט אפגעמאכט ס'אסור.. יא אונזער הייליגע שלחן ערוך! אז דו האסט ליב פלעיס, זאג עס נישט הויעך. כ'ווייס ס'זייער שיין פאר אונטערטעינמענט, אבער ס'ווערט נישט אויס שלחן ערוך ווייל דו זעסט נישט די פראבלעם.
עמקן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקן »

דאנציגער האט געשריבן:
זעירא דמן חבריא האט געשריבן:ווער זוכט דא איינעם אונטער צוברענגן? וואס בויכסטו מאכן קאנספיראציע? אפשר וועסטו באלד זאגן אז "אונטערן" זוכט אונטערצוברענגן די יונגווארג?

די פוינט איז אז עס איז פארהאן פארשידענע אויסגעהאלטענע אופנים צו פארברענגן על טהרת הקודש, און אפילו ס'זאל נישט זיין געט דאס נישט א היתר צו טון וואס מ'וויל.

גדולי ישראל האבן געגעבן א קלארע הגדרה מיט וועלכע סארט שפילצייג א קינד זאל שפילן, נאר אזעלכע וואס ער וועט אויסוואקסן ווען ער ווערט עלטער, אבער סיי וואספארא זאך וואס האט א כח המושך און באגלייט די מענטש שפעטער אויך, דאן דארף מען דאס פארמיידן.
דאס גייט ארויף אויף אלע סארט מאשינקעלעך מיט סקרינ'ס, און געוויסע אינסטראמענטן, און אזוי אויך פלעי'ס (בפרט אזעלכע וואס ווערן אויסגעשטעלט צו איבערנעמען די מוח פונעם קינד יט דראמא און געפיהלן). ואידך פירושא זיל גמור!

די חורבן איז גרויס! אנשטאט צו זאגן שקויעך פארן מעורר זיין, קומט מען זאגן, לאמיך עסן איסורים, כ'בין הונגעריג.

אגוטן!
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

דאנציגער האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:ווייל איינער האט אפגעמאכט אז ס'אסור מיינט נישט ס'איז טאקע, איך דיסעגרי טאטעלי מיטו נייעם איסור. ואין על מה להגיד ש'כוח.

איינער האט אפגעמאכט ס'אסור.. יא אונזער הייליגע שלחן ערוך! אז דו האסט ליב פלעיס, זאג עס נישט הויעך. כ'ווייס ס'זייער שיין פאר אונטערטעינמענט, אבער ס'ווערט נישט אויס שלחן ערוך ווייל דו זעסט נישט די פראבלעם.

אין שו"ע שטייט גארנישט וועגן דעם, און די אלע מקורות וואס זענען דט געברענגט געווארן איז א בושה צו באהאנדלען, (ווי למשל די איסור פון שמיעת מוסיקה בזמן הזה, כאילו עס האט מיט פלעי'ס מער ווי מיט סיי וועלכע קינדער סי די).
סייג לחכמה שתיקה....
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

חורבן איז גרויס. וואס נאך?

איך זאג הויך אויפן קול איך בין געגאנגען צום פליי און איך האלט זיי טוען א געוואלדיקע מצוה
אז בזמן וואס עס איז דא אסאך זאכן איך גאס וואס קען מטמא זיין דעם מוח פון קינד
איז פארן עפעס וואס איז וועס איז עקסיידינד און טהור איז דאס א וויכטיגע זאך

און די וואס טראכטן אז מען דארף פארקוועטשן א קינד און ניט געבן א טהורדיקע פליי צו קענן זען,
קאנן ברענגן גרעסערע חורבנות וואס פון רוב פארקוועטשקייט קאן א קינד חלילה זוכן עפעס אנדערשט
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

;l;p-
zugurnish האט געשריבן:חורבן איז גרויס. וואס נאך?

איך זאג הויך אויפן קול איך בין געגאנגען צום פליי און איך האלט זיי טוען א געוואלדיקע מצוה
אז בזמן וואס עס איז דא אסאך זאכן איך גאס וואס קען מטמא זיין דעם מוח פון קינד
איז פארן עפעס וואס איז וועס איז עקסיידינד און טהור איז דאס א וויכטיגע זאך

און די וואס טראכטן אז מען דארף פארקוועטשן א קינד און ניט געבן א טהורדיקע פליי צו קענן זען,
קאנן ברענגן גרעסערע חורבנות וואס פון רוב פארקוועטשקייט קאן א קינד חלילה זוכן עפעס אנדערשט

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
סייג לחכמה שתיקה....
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

צוויי בייטאג שפילן שוין אויספארקויפט
סייג לחכמה שתיקה....
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

מורי ורבותי, איך וויל איבערבעטן די אונטערן חבריא, פארן זיך אויסדרוקן שארף קעגן זיי, איך פארשטיי אז כ'בין נישט גערעכט, פשוט די לחץ פון די קינדער איז געווען אומדערטרעגליך, און יא, זיי טוען א סופער ערליכע און אויסגעהאלטענע דזשאב, וואס האט נישט איר גלייכן אין ערגעץ.

אויב שפירן זיי אז כ'האב איבערגעריסן די שטריקל וויל איך זיי מפייס זיין, לויט ווי כ'פארשטיי איז פאר זיי געווען אט די שעות פון דיזעסטער פיל שווערער פאר זיי ווי פאר מיר, און מיר האבן ב"ה איינגעהאנדלט טיקעט'ס, טאקע ביליגע, אבער פארט געקויפט, כאטש די קינדער האבן שוין באקומען עפעס אנשטאט.

והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן!

הכו"ח, יאסעלע דער בעל תשובה.
לעצט פארראכטן דורך יאסעלע אום מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
1000 שקל
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1000 שקל »

וואו איז עס אין ארץ ישראל?
עמקן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקן »

דאנציגער האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:ווייל איינער האט אפגעמאכט אז ס'אסור מיינט נישט ס'איז טאקע, איך דיסעגרי טאטעלי מיטו נייעם איסור. ואין על מה להגיד ש'כוח.

איינער האט אפגעמאכט ס'אסור.. יא אונזער הייליגע שלחן ערוך! אז דו האסט ליב פלעיס, זאג עס נישט הויעך. כ'ווייס ס'זייער שיין פאר אונטערטעינמענט, אבער ס'ווערט נישט אויס שלחן ערוך ווייל דו זעסט נישט די פראבלעם.

מען האט דיר שוין געפרעגט ווי אין שלחן ערוך?
און אז דו האסט אקעגן פלעיס קענסטו נישט מחדש זיין קיין שלחן ערוך!
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

יאסעלע האט געשריבן:מורי ורבותי, איך וויל איבערבעטן די אונטערן חבריא, פארן זיך אויסדרוקן שארף קעגן זיי, איך פארשטיי אז כ'בין נישט גערעכט, פשוט די לחץ פון די קינדער איז געווען אומדערטרעגליך, און יא, זיי טוען א סופער ערליכע און אויסגעהאלטענע דזשאב, וואס האט נישט איר גלייכן אין ערגעץ.

אויב שפירן זיי אז כ'האב איבערגעריסן די שטריקל וויל איך זיי מפייס זיין, לויט ווי כ'פארשטיי איז פאר זיי געווען אט די שעות פון דיזעסטער פיל שווערער פאר זיי ווי פאר מיר, און מיר האבן ב"ה איינגעהאנדלט טיקעט'ס, טאקע ביליגע, אבער פארט געקויפט, כאטש די קינדער האבן שוין באקומען עפעס אנשטאט.

והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן!

הכו"ח, יאסעלע דער בעל תשובה.
יוש ביסטו גוט, במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד.............
סייג לחכמה שתיקה....
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

עמקן האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:ווייל איינער האט אפגעמאכט אז ס'אסור מיינט נישט ס'איז טאקע, איך דיסעגרי טאטעלי מיטו נייעם איסור. ואין על מה להגיד ש'כוח.

איינער האט אפגעמאכט ס'אסור.. יא אונזער הייליגע שלחן ערוך! אז דו האסט ליב פלעיס, זאג עס נישט הויעך. כ'ווייס ס'זייער שיין פאר אונטערטעינמענט, אבער ס'ווערט נישט אויס שלחן ערוך ווייל דו זעסט נישט די פראבלעם.

מען האט דיר שוין געפרעגט ווי אין שלחן ערוך?
און אז דו האסט אקעגן פלעיס קענסטו נישט מחדש זיין קיין שלחן ערוך!

דו פרעגסט ווי אין שלחן ערוך? עס שטייט ''נאר איין מאל'' אין שלחן ערוך? וויפיל מאל שטייט עס אין גמרא, וויפיל מאל שטייט עס אין ספרים קדושים אין די לויף פון אלע דורות. צו גיין צו שפילן וואס איז נישט קיין כנסיה לשם שמים, איז א איסור מימי חז''ל בפרט נאכן חורבן הבית.
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”