אונטערן שווערד שפיל - חוה"מ סוכות תשע"ח

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

טראכט פאר איין רגע, וועלכע הייליגע מחשבה קומט א קינד ארויס פון יענע שפיל?
מ'רעדט פון א צדיק? מ'רעדט פון תורה? מ'איז מוסיף עפעס וואס איז די רצון השם?
וועלכע געוואלדיגע תכלית האט עס 'אונז' געגעבן, ווען מ'טראכט היינט צוריק, סיי וועלכע שפיל, זעמל שוועמל אונטערן אויבערן..
אז איינער ליגט אין קראנקן בעט, און דאס מאכט עהם פרייליך, האב איך גארנישט געזאגט, אז א יוד כאפט זיך אהין זיך אויסלופטערן, זאג איך אויך גארנישט. אבער קינדער!!! אונזערע אוצרות, וואס זייער קאפ איז ריין, און עס ווארט א נייר חלק ויפה צו ווערן אנגעפולט מיט יראת שמים תורה וחיות דקדושה. דארף לכבוד יום טוב ולכבוד החג פארשוואוילען אין דברים שמה בכך? פליז ביטע וכל לשון של בקשה, ענטפערט מיר די אמת!
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

איך שיק מיינ(ע) קינד(ער) צו אונטערן ווייל:
    איך האב א חיוב אלץ ושמחת בחגיך צו מאכן מיין ווייב און קינדער בשמחה, אמאל זענען זיי אפשר געווארן בשמחה מיט קליות ואגוזים, אבער היינט ליידער איז די מציאות אנדערש, און מיט א אונטערן פלעי זענען זיי פריילעך א גאנץ יו"ט ובזה קיימתי אני והם מצות עשה של ושמחת בחגיך.
    סייג לחכמה שתיקה....
    אוועטאר
    למעלה משבעים
    שר עשרת אלפים
    תגובות: 12394
    זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
    לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך למעלה משבעים »

    ס'איז מאדנע צו זען ווי ווייניג קאנטראל מענטשן האבן אויף זייערע קינדער... אויף אזוי ווייט אז מען ווייסט שוין נישט ווי אזוי מען קען זאגן פארן קינד, סארי, כ'האב פראבירט און ס'איז נישט געלונגען...

    און נאמער אינטרעסאנט איז מיטצוהאלטן ביי ערוואקסענע אז אויב ארבעט עפעס נישט ווי מען וויל, ווערט מען ממש אויס מענטש און מען פארלירט דאס גאנצע זעלבס-קאנטראל, און אפשר איז עס תלוי הא בהא, אז די עלטערן פארשטייען נישט ווי אזוי צו עקסעפטן ווען עפעס גייט נישט גלייך ווי מען וויל, ממילא ווייסט מען נישט ווי אזוי דאס אויסצולערנען פארן קינד, וגלגל החוזר.
    אוועטאר
    גארגארפיק
    שר האלף
    תגובות: 1732
    זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
    לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך גארגארפיק »

    גרינע האט געשריבן:ס'איז דאך אבער יא דא ב"ה א געשמאקע ערליכע אונטערן חבריא וואס שטעלן יא צו וואס צו טוהן אויף א כשר'ן, אויסגעהאלטענעם וועג...
    האט זיך דער שטן פארלייגט אז עס זאל נישט גיין אזוי גלאטיג איז וואס.. דארף יעצט יעדער ארויסגיין פון די גלייזן און זיי דארפן אזוי כאפן דערפאר??!!
    פאזיטיוו!!

    ;l;p- ;l;p-
    עס איז ממש א חרפה און א בושה אז אידן בארעדן איינע די אנדערע אזוי מיס כאולי די אונטערן חברי' האט נישט בעסער וואס צו טו ווי אפטון דעם ציבור
    אלע קריטקירער שעמט אייך!!!!
    לעצט פארראכטן דורך גארגארפיק אום מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
    מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
    [email protected]
    דער בדחן
    שר חמש מאות
    תגובות: 968
    זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך דער בדחן »

    א יוד מיט א סענס אויף יומער איז צוגעגאנגען צו מיין רב אין בית מדרש און געפרעגט ווען ער גייט צו די פלעי?, ער האט איהם אנגעקיקט אזוי ווי אראפ פון די לבנה, זאגט ער, די רב האט די מהודערדיגסטע ד מינים פאסט זיך צו האבען די מהודערדיגסטע ושמחת בחגיך, און האבען דווקא א ווי איי פי פלאץ
    זעירא דמן חבריא
    שר מאה
    תגובות: 124
    זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך זעירא דמן חבריא »

    בנוסף להנ"ל, זעה איך ביי מיינע קינדער אז זייער קאפ ווערט ממש אריינגעאטן כל כולו אין די שפיל. ביי זיי איז אנדערש ווי ביי די ערוואקסענע, מיר האבן אנגעפאקטע קעפ מיט כל מיני אינפארמעישאן, ממילא אפילו מ'זעהט א פלעי, איז עס בלויז נאך א קוקעניש, און ווייטער געגאנגען, משא"כ די קליינע קינדער לייגן זיך אריין אין די מעשה און לערנען אפ יעדע עקטא"ר און קליינע דיטעיל פונעם פלעי, און עס בוזשעוועט וואכן לאנג און זייערע מוחות, זיי שפילן אס איבער, און שמועסן עס אויס ביי יעדע געלעגנהייט, די עקטארס ווערן ביי זיי ארויפגעקוקטע פיגורן און העלדן.
    בקיצור זיי נעמען דאס גאנץ אנדערש אויף ווי אן ערוואקסענע מענטש.
    און היינו טעמא איך שיק נישט מיינע חברה אהין.
    דער בדחן
    שר חמש מאות
    תגובות: 968
    זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך דער בדחן »

    זעירא דמן חבריא האט געשריבן:בנוסף להנ"ל, זעה איך ביי מיינע קינדער אז זייער קאפ ווערט ממש אריינגעאטן כל כולו אין די שפיל. ביי זיי איז אנדערש ווי ביי די ערוואקסענע, מיר האבן אנגעפאקטע קעפ מיט כל מיני אינפארמעישאן, ממילא אפילו מ'זעהט א פלעי, איז עס בלויז נאך א קוקעניש, און ווייטער געגאנגען, משא"כ די קליינע קינדער לייגן זיך אריין אין די מעשה און לערנען אפ יעדע עקטא"ר און קליינע דיטעיל פונעם פלעי, און עס בוזשעוועט וואכן לאנג און זייערע מוחות, זיי שפילן אס איבער, און שמועסן עס אויס ביי יעדע געלעגנהייט, די עקטארס ווערן ביי זיי ארויפגעקוקטע פיגורן און העלדן.
    בקיצור זיי נעמען דאס גאנץ אנדערש אויף ווי אן ערוואקסענע מענטש.
    און היינו טעמא איך שיק נישט מיינע חברה אהין.


    גם אני מצטרף
    אוועטאר
    פנחס בן חיים
    שר חמש מאות
    תגובות: 589
    זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך פנחס בן חיים »

    יעקב צוקערמאן האט געשריבן:צו דעם מגיב וואס האט פריערד גערעדט איבער אנדערע אלטערנאטיוון חול המועד
    במחילה מכבודך, ס'איז ליידער, אין די היינטיגע וועלט, נישטא כמעט קיין פלאץ צו גיין חול המועד, וואו מען טרעט ארויס פון דעם ד' אמות פונעם אידישן פערטל, באגעגענט מען זיך ליידער מיט געפערליכע ראיות אסורות. מיר זענען ליידער אין א שווערן גלות, נישטא ווי מען קען ארויסטראגן קינדער. פריערד רעדט עמיצער פון ניאגרא פאלס, כ'ווייס נישט אויף וואסערן פלאנעט יענער איז, און וויפיל זיין יראת שמים איז, אבער אפילו א זקן בן שמונים וואס גייט מיט פארמאכטע אויגן טאר נישט גיין אין ניאגרא פאלס, און אוודאי נישט קיין טאטעס און קינדער.
    אדרבה זאג מיר וועלכן פלאץ מען קען גיין חול המועד אן זיך אנשטויסן מיט די מחנות בני חם וואס האבן אראפגעווארפן פון זיך יעדן ברעקל מאראל. כמעט נישטא. דערפאר יאז פארשטענדליך אז טאטעס זוכן שטארק אויסנוצן דעם געלעגנהייט צו געבן פאר קינדער אן אונטערהאלטונג אוי'פן כשר'ן אופן


    לייגסט עס אראפ אזוי הארציג און דראמאטיש, אז פון דיין תגובה ביז זאגען אז ווער עס שטיצט אינטערן מיט געלט זעט אפאנע ישועות איז ממש א קאצן שפרינג ווייל אמער זיי ראטווען דאך די יוגענט פון די בני חם, באלד וועט נאך איינער מאכען געלט אויף דעם.

    ליסען, אינטערן איז גוט, און עס איז דא נאך גיטע זאכען, צענדליגער טויזענטער און טאטעס טרעפן וואס צו טיען ערליכעהייט אן "אינטערן", און אנדערע טרעפן עס מיט זיי, כולם אהובים וקדושים, אבער שטעל זיי נישט אהער אלץ הצלת הדור.
    עמקן
    שר מאה
    תגובות: 241
    זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:01 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך עמקן »

    איינער וואס האט אפילו א משהו יראת שמים, שיקט נישט די קינדער אויף אזעלכע מקומות. א קינד דארף זיין א קליינע עדאלט. א קינד דארף לערנען חול המועד. העכסטנס 10 מינוט שפאצירן.
    לייבל שטילער
    שר חמישים ומאתים
    תגובות: 364
    זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך לייבל שטילער »

    עמקן האט געשריבן:איינער וואס האט אפילו א משהו יראת שמים, שיקט נישט די קינדער אויף אזעלכע מקומות. א קינד דארף זיין א קליינע עדאלט. א קינד דארף לערנען חול המועד. העכסטנס 10 מינוט שפאצירן.

    און איינער וואס פארשטייט א משהו צו חינוך רעדט נישט אזוי.
    סייג לחכמה שתיקה....
    עמקן
    שר מאה
    תגובות: 241
    זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:01 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך עמקן »

    סאשאד פאר זיעערע מוחות.
    אוועטאר
    נערישער אינגרמאן
    שר חמישים ומאתים
    תגובות: 327
    זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

    עמקן האט געשריבן: א קינד דארף לערנען חול המועד. העכסטנס 10 מינוט שפאצירן.

    די סטעמענט איז נישט קלאר. פון ווי נעמט איר די נומבער צען, אפשר ניין אדער עלעוו?
    אין חדר שפילט מען אויך נאר 10 מינוט?

    בד"וו וויפיל יונגלעך האט איר?
    איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
    אוועטאר
    פעיק ניוז
    שר עשרים אלף
    תגובות: 24206
    זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
    לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך פעיק ניוז »

    עמקן האט געשריבן:איינער וואס האט אפילו א משהו יראת שמים, שיקט נישט די קינדער אויף אזעלכע מקומות. א קינד דארף זיין א קליינע עדאלט. א קינד דארף לערנען חול המועד. העכסטנס 10 מינוט שפאצירן.


    יא! יא! זאג נאר האלאו! וויפיל שעה א טאג זיצסטו און שרייבסט אויף אייוועלט? איך גלייב אז פיל מער ווי דיין קינד'ס צען מינוטיגע שפאציר
    עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
    אוועטאר
    יאסעלע
    שר האלף
    תגובות: 1127
    זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך יאסעלע »

    נערישער אינגרמאן האט געשריבן:בד"וו וויפיל יונגלעך האט איר?


    ;l;p-
    כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
    יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
    דאנציגער

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך דאנציגער »

    דער בדחן האט געשריבן:
    זעירא דמן חבריא האט געשריבן:בנוסף להנ"ל, זעה איך ביי מיינע קינדער אז זייער קאפ ווערט ממש אריינגעאטן כל כולו אין די שפיל. ביי זיי איז אנדערש ווי ביי די ערוואקסענע, מיר האבן אנגעפאקטע קעפ מיט כל מיני אינפארמעישאן, ממילא אפילו מ'זעהט א פלעי, איז עס בלויז נאך א קוקעניש, און ווייטער געגאנגען, משא"כ די קליינע קינדער לייגן זיך אריין אין די מעשה און לערנען אפ יעדע עקטא"ר און קליינע דיטעיל פונעם פלעי, און עס בוזשעוועט וואכן לאנג און זייערע מוחות, זיי שפילן אס איבער, און שמועסן עס אויס ביי יעדע געלעגנהייט, די עקטארס ווערן ביי זיי ארויפגעקוקטע פיגורן און העלדן.
    בקיצור זיי נעמען דאס גאנץ אנדערש אויף ווי אן ערוואקסענע מענטש.
    און היינו טעמא איך שיק נישט מיינע חברה אהין.


    גם אני מצטרף

    אהה, כ'בין נישט קיין פורש מן הציבור..
    סאיזגוטבה
    שר חמישים ומאתים
    תגובות: 414
    זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך סאיזגוטבה »

    גארגארפיק האט געשריבן:
    גרינע האט געשריבן:ס'איז דאך אבער יא דא ב"ה א געשמאקע ערליכע אונטערן חבריא וואס שטעלן יא צו וואס צו טוהן אויף א כשר'ן, אויסגעהאלטענעם וועג...
    האט זיך דער שטן פארלייגט אז עס זאל נישט גיין אזוי גלאטיג איז וואס.. דארף יעצט יעדער ארויסגיין פון די גלייזן און זיי דארפן אזוי כאפן דערפאר??!!
    פאזיטיוו!!

    ;l;p- ;l;p-
    עס איז ממש א חרפה און א בושה אז אידן בארעדן איינע די אנדערע אזוי מיס כאולי די אונטערן חברי' האט נישט בעסער וואס צו טו ווי אפטון דעם ציבור
    אלע קריטקירער שעמט אייך!!!!

    ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
    האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
    מאך זיכער אז די האסט די עפפ
    זעירא דמן חבריא
    שר מאה
    תגובות: 124
    זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך זעירא דמן חבריא »

    ביי די גויאישע וועלט זענען שוין די קינדער'ס מח פון קליינווייז אן אנגעפיקעוועט גענוי ווי אן ערוואקסענע גוי, ס'טומעלט מיט שטותים אז ס'מאכט נישט אויס אז מ'ווארפט אריין נאך א פלעי. און ועל כולם דארפן זיי נישט לערנען די היילגע תורה און דינען דעם הייליגן בורא, אבער א אידיש קינד זאגן חז"ל הלומד ילד למה הוא דומה לדיו הכתובה על נייר חדש. נישט גענוג אז אונזערע קינדער זעהן און הערן צופיל אומוועלנדיג, זאלן מיר עלטערן נאך גיין און זיי פיטערן און אנשטאפן מיט דברים של מה בכך (אפילו ס'זאל יא האבן א מוסר השכל, קען מען עס טוהן אויף אנדערע אופנים, און כ'האב נאכנישט געזעהן אז קינדער זאלן עפעס ארויסלערנען פון די אלע פלעי'ס, אויסער די פאקט אז זיי זאלן שטרעבן צו זיין אן עקטער).

    מיר עלטערן ווילן אז אונזערע קינדער זאלן ארויפקוקן ערליכע אידן, און זיי פרובירן נאכצומאכן, בו בזמן טוען מיר דאס פארקערטע.

    בד"וו די אויסגעדראשענע טענה אז מ'דארף צושטעלן בדרך היתר אז מ'זאל נישט זוכן אין פרעמדע פעלדער, האט נישט קיין שום האפט, דאס זעלבע נוצט יעדער מאן דהוא וואס ווילן ליינען, הערן, קוקן, עסן, גיין וואו ער וויל, זאגט ער אז מ'דארף עס געבן אויף אן אויסגעהאלטענעם אופן, וא"כ בטלת כל התורה והחסידות.
    דאנציגער

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך דאנציגער »

    אז מ'זאל זיך נישט נארן, איז מען מודה על האמת, וואס זאל מען טון אבער אז די עלטערן זענען אויך קינדער און ווערן פארגאפט..
    El Rushbo
    שר האלף
    תגובות: 1276
    זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
    לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך El Rushbo »

    איך מיין אז דאס וואס למעלה דערמאנט איז א פראבלעם אין אונזער סאסייעטי בכלל, אוןן איז דער שורש צו רוב פראבלעמען אפי' ביי ערוואקסענע, מ'מאכט חתונה און מ'מאכט א קידוש מיט 'יענעם' אין מיינד, און איך גלייב אז די עלטערנ'ס 'מסירת נפש' צו שאפן א 'אונטערן' טיקעט ביי הוק ענד ביי קרוק פאר'ן געצערטעלט קינד, וואס ציטערט צו זיין פון די 3 'לוזערס' אין קלאס וואס האבן נישט מצליח געווען אנוצוקומען צום פלעי, קומצעך היבש קרעדיט פאר די קרענק.
    אוועטאר
    געקלערט
    שר חמש מאות
    תגובות: 521
    זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך געקלערט »

    פעיק נוז האט געשריבן:
    עמקן האט געשריבן:איינער וואס האט אפילו א משהו יראת שמים, שיקט נישט די קינדער אויף אזעלכע מקומות. א קינד דארף זיין א קליינע עדאלט. א קינד דארף לערנען חול המועד. העכסטנס 10 מינוט שפאצירן.


    יא! יא! זאג נאר האלאו! וויפיל שעה א טאג זיצסטו און שרייבסט אויף אייוועלט? איך גלייב אז פיל מער ווי דיין קינד'ס צען מינוטיגע שפאציר

    מר' עמקן האט סתם געוואלט מעשיגע מאכן דעם עולם האט ער געשריבן דעם תגובה, יעצט ענפערט'ס אים נאך....
    לייבל שטילער
    שר חמישים ומאתים
    תגובות: 364
    זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך לייבל שטילער »

    וואס ווילסטו די קינדער זאלן רעדן ביי ריסעס? אפשר איבערשמועסן א תוספות? וועם גייט אן אז די קינדער האבען וואס צו טוען אין די פרייע צייט- ווילאנג ס'כשר? אזעלכע עקסטרעימע אנשויאינגען זענען א סגולה פאר אפגעפארענע קינדער.
    סייג לחכמה שתיקה....
    אוועטאר
    פעיק ניוז
    שר עשרים אלף
    תגובות: 24206
    זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
    לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך פעיק ניוז »

    געקלערט האט געשריבן:
    פעיק נוז האט געשריבן:
    עמקן האט געשריבן:איינער וואס האט אפילו א משהו יראת שמים, שיקט נישט די קינדער אויף אזעלכע מקומות. א קינד דארף זיין א קליינע עדאלט. א קינד דארף לערנען חול המועד. העכסטנס 10 מינוט שפאצירן.


    יא! יא! זאג נאר האלאו! וויפיל שעה א טאג זיצסטו און שרייבסט אויף אייוועלט? איך גלייב אז פיל מער ווי דיין קינד'ס צען מינוטיגע שפאציר

    מר' עמקן האט סתם געוואלט מעשיגע מאכן דעם עולם האט ער געשריבן דעם תגובה, יעצט ענפערט'ס אים נאך....


    אויב ער וויל מיר משוגע מאכן, דעמאלטס גיי איך מיט דערמיט! איי העוו נאו פראבלעם! איך פאלג!
    עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
    זעירא דמן חבריא
    שר מאה
    תגובות: 124
    זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך זעירא דמן חבריא »

    איין מינוט כ'האב פארגעסן:
    די המצאה פון חיוב שמחת יו"ט איז זייער קריעטי"וו, ס'קומט זיך א ייש"כ פאר די אלע אונטערהאלטערס , ווייל יונגעלייט האבן זיך ארומגעדרייט יארן לאנג מיט א מורא'דיגע דילעמא, וויאזוי געט מען זיך אן עצה מיט די שעבוד וואס די תורה האט מיך באאויפטראגט צו געבן א שמחת יו"ט פאר מיינע קינדער??
    ענדליך ב"ה איז פארהאן א לעזונג!
    לאמיר זך נישט אליין נער'ן, די ערוואקסענע דארפ דאס שוין באלד מער ווי די קינדער (ראי' לדבר, קוק אן די געפערליכע באלאגאן מיט די טיקעטס) און מ'זוכט תירוצים.
    אויך איז גרינגער פאר'ן טאטן אפצושיקן זיין געזונדל צום שפיל אנשטאט ער זאל דארפן אליין פארברענגן מיט זיי און אריינגעבן א שמחת יו"ט "בכבודו ובעצמו".
    דאס זעלביגע מיט אלע וואס געבן זייערע קינדער די ווידיאו'ס, וויל דאס איז די בעסטע בעיביסיטער, ווי איידער צו דארפן זיי באשעפטיגן, און די זעלבע צייט קען די טאטע פארברענגן מיט זיינע חברים, אדער ליגן אויפן קאוטש מיט די פיס אויף ארויף, און סקראל'ן זיין "טאטע טוי".
    עמקן
    שר מאה
    תגובות: 241
    זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:01 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך עמקן »

    דעס וואס איך זאג: לאזטס געמאך!!!!! מען דארף נישט זיין עקסטרעים! א קינד מעג, און סגוט, אז ער זאל גיין צום פלעי!!!
    דאנציגער

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך דאנציגער »

    זעירא דמן חבריא האט געשריבן:איין מינוט כ'האב פארגעסן:
    די המצאה פון חיוב שמחת יו"ט איז זייער קריעטי"וו, ס'קומט זיך א ייש"כ פאר די אלע אונטערהאלטערס , ווייל יונגעלייט האבן זיך ארומגעדרייט יארן לאנג מיט א מורא'דיגע דילעמא, וויאזוי געט מען זיך אן עצה מיט די שעבוד וואס די תורה האט מיך באאויפטראגט צו געבן א שמחת יו"ט פאר מיינע קינדער??
    ענדליך ב"ה איז פארהאן א לעזונג!
    לאמיר זך נישט אליין נער'ן, די ערוואקסענע דארפ דאס שוין באלד מער ווי די קינדער (ראי' לדבר, קוק אן די געפערליכע באלאגאן מיט די טיקעטס) און מ'זוכט תירוצים.
    אויך איז גרינגער פאר'ן טאטן אפצושיקן זיין געזונדל צום שפיל אנשטאט ער זאל דארפן אליין פארברענגן מיט זיי און אריינגעבן א שמחת יו"ט "בכבודו ובעצמו".
    דאס זעלביגע מיט אלע וואס געבן זייערע קינדער די ווידיאו'ס, וויל דאס איז די בעסטע בעיביסיטער, ווי איידער צו דארפן זיי באשעפטיגן, און די זעלבע צייט קען די טאטע פארברענגן מיט זיינע חברים, אדער ליגן אויפן קאוטש מיט די פיס אויף ארויף, און סקראל'ן זיין "טאטע טוי".

    א קינדס מוח איז אזוי דעליקאט, און אנשטאט מ'זאל זיך אליינס משמח זיין מיט נחת, און משמח זיין די קינדער מיט וואס מ'קען, שיקט מען זיי לופטערן, מ'לופטערט אויס יעדע ברעקל קדושה.
    שרייב תגובה

    צוריק צו “אונטערהאלטונג”