מיין שכן ביים דאווענען... ! איינס און א מיליון!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

מיין שכן ביים דאווענען... ! איינס און א מיליון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

מיט א "ריח (רוח) דקדושה" פליט אונזער חשובער אינגערמאן אריין, ווען אונזער מנין איז שוין און "פראסעסס"...

מיט א ווינט וואס ער לאזט נאך אונטער זיך ווען ער וואקט, א יעדע שטיקל פאפיר, וואס עס ליגט אויף דער ערד, צו אויפן טיש, געט זיך אזא הייב אונטער מיט אזא מין דרך ארץ... ווערנדיג צובלאזן מיט זיינע ווינטען... און זיין יאגעניש צערמאניע...

הנה ער טוט גענענען, צו מיין טיש, און די אומגעגענעט.. ס'מויל זיינער שיסט א ריח ניחוח פון שווארצע קאווע...

פססססס פססססס, פיסקעט ער ארויס צו מיר און ער צייגט מיר אויף מיין סידור מיט זיינע בעטענדיגע אויגן, נו האללא??.... "ער ציפט זיך אזוי זיינע הענט אין די מין טיים".....

איך האב געמיינט אז ער וויל בארגן מיין סעלפאן, אדער פרעגן די זייגער...
דער איד, רעדט דאך נישט, פון אינדערפרי אן, ווייל באלד גייט מען דאווענען... הוי טאטער זיסער...

וואס וויל ער? איינער ווייסט?, אויסער מיר מרמז זיין אז ער האט שוין פארזוכט זיין שווארצע קאווע...

נאאאא דער וויל פשוט וויסן, צו דער מנין איז פאר אים זיך מיטצוכאפן, צו נישט.... אההה זאג אזוי, פון אנהייב, ווינקט און ווינקט מיט אלע מינע רמזים, שחכמינו רמזו בתנ"ך...
צייג איך אים, אונטער'הייבנדיג מיין סידור'ל, אז מען האט דזשאסט געזאגט קדיש דרבנן, ער געט א הייב אונטער זיינע פארוואלקענטע אויגן ברעמען, איטא? הההאאא.. גוט!

ער ברענגט געשוואונד ס'טלית בייטעלע... און ער געט זיך א שטופ אריין און מיין באנק, (ער איז שוין גוט מיט מיר,כאטדעך אים ארויס געהאלפן..)

און אפפפס א געזונטן טרעט אויף מיין פוס, אויף מיין "אינגרויען טאנעיל" אייטטששש... וואטש וואס די טוסט.. די פיס טרעטער!
אלעס ווייל ער רעדט נישט ארויס ס'ווארט פונעם פיסקעל זיינער.
ווען פון זיינע פיאות וואס איז נאך איין שטיק וואסער, ס'מקוה.

נאכנישט עספייעט צו מאכן די פיאות.. מען וועט דאס שוין מאכן נאכן דאווענען.. ווען עס וועט זין "סטעריק" פון די טלית, עס איז סך מער אינטערעסאנט...

ווען פון זיין פיאות נעמט זיך צוזאם א הויפן וואסער און עס געט אזא טראטפ אראפ אויפן סידור ארויף...עס טראטפט אראפ, ס'יעדעס רגע נאך א טראטפ, און נאך א טראטפ...,
און ווען די סידור איז שוין גוט אטנגערעגנט.... פון ס'מי גשמים, און ס'מקוה וואחסער... יאחלללאח מען גייט לייגן ס'טלית...


ברכי נפשי, שעפשעט ער, מיט א געכאפטן אטעם... ער אטעמט שנעל און גיך. און א סטאחפ יעדע רגע, צו אריינעמען נאך א טרעקל לופט... און ער זאגט נאך דריי ווערטער.. ער אטעמט נאכאמאל שווער... ס'גייט פאר?? ער האט דאך שווער געארבעט, ארויפגעשמיסן א טלית'ל אויפן רוקן ארויף... א שווערע אלטע טערקישער טלית..

ברוך אתה........ הופסססס ווי א "פאחראחשוט.." געט זיך א מאך אויף ס'טלית.. און שמייסענדיג ס'ציצית.. איבעראל... אלע פאום קאפל'ס, ס'ליגן דארט ווערט אראפגעבלאזן.. עס שפריצט קאווע... אחךךךך מיין הוין איז געווארן באגאסן מיט ס'קאווע...

דער האט גארנישט אינזין ער ווייסט פון גארנישט... ער שמייסט א טלית, און ער שווימט און זיין וועלט... נאך אינמיטן ארויף רוקן די זייטיגע חלקים ס'טלית, אויפן אקסל ארויף, ברומט ער שוין מיטן זעלבן "אטעמדיגע-תנואות" ס'לשם יחוד.. פאר די הייליגער תפילין....
לשם יחוד, איי וויי וויי הייליגער באשעפער, האסטעך מיר צוריק געגעבן די נשמה.. איי וויי וויי.. ווי אהין בין איך דא אויף וועלעכער וועלט? עולם האצילות... עשיה בריאה.. ער מישט זיין סידורל.. מען האלט שוין ביי ברררררוך...אתה..... להניח..


אפפפס....................................
דער איז מיר א לינקער, און ער לייגט תפילין אויף די רעכטער האחנט, און ווען עס פאטרט ארויף, נאך א רינגעלע פון ס'רצועות.. פארט ארויף נאך א באטכע,
נאך א דריי, איז נאך א באטכע, נאך איין איז נאך...

עס איז נאר נארמאל, א דריי מיט די רצועות + א דריי מיט די רצועות = צוויי באטכעס" (ווער עס קען רעכענען)

שוין.. ער כאפט זיך מיט... ער כיפערט.. און כיפערט מהאלט שוין ביי ישתבח..

אופפפפס נאך א באטכע פיל איך, וואס איז?? מלייגט שוין ר"ת??

נאאאאאא ער וויל פשוט וויסן צו זיין תפילין איז אויפן ריכטיגן פלאחץ... יאטפל צייג איך אים, גענוי אויפן ריכטיגן פלאץ...! ער פרעגט נאכאמאל, זיכער??
י-א! זי-כ-ע-ר ! מטורף איינער!

מהאלט שוין ס'קרי"ש.....
און אפילו ביי שמו"ע, יא ריכטיג, מ'האלט שוין ביי שטילע שמו"ע, און דער האלט מיר נאך ביי קרי"ש, און ביי יעדע "קיש" זיינער אויף די הייליגע ציצית, איז א "קיש" שיש בו עוד "קיש"...
אזא דאטבעל שאחט.... און דער ווערט נישט געענדיגט, "קישט און קישט..."
אלעס איז שטיל מ'שמונה עשרה'עט... איינער קען אפשר היסן, אדער ס'ניסען... אויב פעלט אויס..
אבער ער קישט און קישט.. עס איז א פאטן פאר אים.. צורודערט'ס איינער!

שוין מהאלט שוין ביים ליינען... אהההההה דאן ווער איך געוואויר, אז איך האב דא צוטין מיט א בעל קורא... ער ברומט מיט יעדעס ווארט מיטן בעל קורא... מיט די טראפן ואויפן טאן גראדע... על קורא, אהה פריער ווען מען האט געזוכט א בעל קורא ביסט ע געווען שטיל, פארוואס?? הא?? אהההה האסט פשוט געהאלטן אינמיטן גראטד מאכן דיין תפילין... אהההה איך כאפ שוין...

יוששששש דא האב איך געכאפט מיין בייטל און פגעיאגט פון דארטן! געענדיגט!

זאל ער נערווירן א צווייטן! סארי ראנג אדרעסס... איך האב א קרעטשמע!!


האב מיר א גוטן טאג! ווי עס וואונטש
בחורל
לעצט פארראכטן דורך אלטעבחורל אום דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2007 3:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אקעי, אחלטער האט היינט געדאווענט מיט מיין מנין.. איין זאך זעה איך שוין, ער דרייט זיך נעבן מיר ס'רוב צייט פון טאג, מיר לעבן ממש מיט די זעלבע פאסירונגען ליאדע מינוט..

דעם אינגערמאן קעניך גוט, אדער איז דא עטליכע מאחדעלס דערפון.. די וועסט פון אום נישט לויז ווערן, איך זאג דיר שוין, אבער אפילו יא, וועל איך אום סייווי אינטערשיקן ער זאל זיצן אויף דיין באנק.. ווייסט פארוואס ? ווייל עס קומט אן ארטיקל דערנאך!! פארוואס זאלעך נישט נאך עטליכע מינוט זיצן מיט א ברייטן שמייכל אויסגעצויגן פון באחק-צו-באחק..
*
און פאר איך פאחרגעס וויליך טאקע דא אפגעבן א דאנק פארן 'אלטן בחור' וואס ער האט מיך בטוב לבו ארויסגעהאלפן און אנגעוויזן ווי אזוי צו מאכן א קמץ אט און א פתח אח, זיין כח ההסבר איז געוואלדיג, זאל ער געבענשט ווערן ממעון הברכות.

אההההההה, וועגן דעם פתח'סטו דא ארום אינעם גאנצן תגובה???.... יא! וועגן דעם!

*

צירוק צום שכן דיינעם..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעכטיג מעכטיג, דער פארקערפערט דאך יענטאאש'ן מיט מאשקע נ'איינעם... אזוי צו זאחגן.
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

צייטליך!!

אההההה די ביסט געווען דער וועם ער האט געפרעגט, אויף זיין תפילין ר"ת, צו עס איז גראד צו נישט??

אמת ער איז גוט פאריקט??

ווייל איך האב אפגיעאגט! נישט פלעין?? געריטן פון דארט!



און מיין "נקודה" דא איז אויך א שכחשכח פארן קאמפלימענט ביי די וועי...
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

סארי אלטער אבער איך וועל מוזן ליינען און מעיר זיין דיין ארטיקעל שפעטער ווייל יעצט בין איך ביזי דא.


http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=3197
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אלטער דאנק די אייבישטער אז זיין מקוה פיאות האט נאר געטראפט אויף דיין סידור און נישט אויף דיין "באלי היט".

און די דאבעל שאט קוש, איך האב אלעמאל געזוכט א נאמען פאר דעם, שקויעך.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דער אלטער איז דאך געוואלדיג. פארמיטאג שרייבט ער מיר אז ער פלאנט אפשר צו מאכן אן אטיקל איבער זיין שכן היינט ביי שחרית, און ביז א שעה איז שוין דער אשכול פארטיג. איר קענט אייך פאשטעלן? פונעם ערשטן זופ קאווע ביז'ן שלח תגובה האט גענומען נישט מער פון 3-4 שעה!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מוראדיג אלתר בחורל!!

איך מין זאלסט קומען דאווענען צו אונז אין שוהל, דארטן איז נישטא די אלע מעשיות והראיה איך שרייב נישט קיין ארטיקל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

אלטער,

יישר כח, כ'האב זייער הנאה געהאט.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

געוואלדיג !!

עצט לאמיר זען ווי אזוי די קענסט באשרייבען דיין מנחה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

אלטער: די האסט באמת פארגינגערט מיין טאג, דער טאג האט זיך אנגעפאנגען אזוי אויף די לינקע זייט, דארט וואו איך לייג תפילון, און דיין ארטיקעל האט מיר געטוישט מיין מוד, א גרויסע יישר כוח.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

געוואלדיג געוואלדיג..... נעקסטיים וועליך שטיין ווייט פון אלטע בחורים...

שוועמל, כ'מיין אז די ראי' איז נישט אזוי שטארק./
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ט'.

טוב טוב.

שכוח.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

גוט אראפגעמאלן, מעשים בכל יום.
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

צען יאר האט גארנישט געטוישט די מצב!
איזי
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

זייער גוט אלטער

זאג מיר נאר, ווי קען מען באקןמען אזויפיל איבעריגע ח'תין און ט'תין?
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

גליקליכער האט געשריבן:זייער גוט אלטער

זאג מיר נאר, ווי קען מען באקןמען אזויפיל איבעריגע ח'תין און ט'תין?

דאס זענען געווען אריגינעל קמץ און פתח, מ'האט עפעס געהאט געטוישט אין דעם סיסטעם און די נקודות האבן זיך געטוישט צו ח'תין און ט'תין.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: מיין שכן ביים דאווענען... ! איינס און א מיליון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלטעבחורל האט געשריבן:נאאאא דער וויל פשוט וויסן, צו דער מנין איז פאר אים זיך מיטצוכאפן, צו נישט.... אההה זאג אזוי, פון אנהייב, ווינקט און ווינקט מיט אלע מינע רמזים, שחכמינו רמזו בתנ"ך...
צייג איך אים, אונטער'הייבנדיג מיין סידור'ל, אז מען האט דזשאסט געזאגט קדיש דרבנן, ער געט א הייב אונטער זיינע פארוואלקענטע אויגן ברעמען, איטא? הההאאא.. גוט!

ער ברענגט געשוואונד ס'טלית בייטעלע... און ער געט זיך א שטופ אריין און מיין באנק, (ער איז שוין גוט מיט מיר,כאטדעך אים ארויס געהאלפן..)

און אפפפס א געזונטן טרעט אויף מיין פוס, אויף מיין "אינגרויען טאנעיל" אייטטששש... וואטש וואס די טוסט.. די פיס טרעטער!
אלעס ווייל ער רעדט נישט ארויס ס'ווארט פונעם פיסקעל זיינער.
ווען פון זיינע פיאות וואס איז נאך איין שטיק וואסער, ס'מקוה.


נו, יעצט - נאך דרייצן יאר - האט מען דערהערט די וויי-געשריי פון "אלטעבחורל".

עפ"י הוראת הגאווערנאר יר"ה ובהתייעצות עם גדולי הדאקטורים והעקספערט"ן למיניהם האט מען איינגעפירט פרישע רעגולאציעס ס'זאל זיך מער נישט איבערשפילן אזאנס, והאחרון הכביד מיט די (טרויעריג-)בארימטע תקנה/גזירה/הצלת נפשות מיטל פון "סאשעל דיסטענסינג" אין אלע אירע פילפארביגע פארעמען.
ווער ס'וואגט זיך צו פארלעצן די פרישע תקנות וועט באשטראפט ווערן מיט'ן צונאמען "רודף" "רוצח" וכו' וכו', ווי אויך וועט מען זיין אויסגעשטעלט צו באקומען א קוויטל פון די פאליציי.
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: מיין שכן ביים דאווענען... ! איינס און א מיליון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

זייער גוט געשריבן יישר כח פאר מהנה זיין
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”