רענטלס פארמיטלער אין קר״י, א פראבלעם?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

די פראבלעם איז ווען די לענדלארד איז צומאל מסכים צו בעטען ביליגער ווי די מארקעט פרייז אבער די בראקער שטופט עהם צו בעטן מער.
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

פאר וויפיל לויפט היינט א

7 רומיגע טאפ פלאר דירה
8 רומיגע טאפ פלאר
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

וויפיל סקעווער פיס?
וועלכע געגנט?
וועלכע יאר געבויט?
וועלכע שכנים?
עס ווענט זיך אין אסאך זאכן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

nishtkushe האט געשריבן:פאר וויפיל לויפט היינט א

7 רומיגע טאפ פלאר דירה
8 רומיגע טאפ פלאר


ליידער ליידער איז שוין די פרייז פאר א 8 רומיגע וואק-אין דירה אויף קארלסבורג 2600
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:די פראבלעם איז ווען די לענדלארד איז צומאל מסכים צו בעטען ביליגער ווי די מארקעט פרייז אבער די בראקער שטופט עהם צו בעטן מער.

אה! אזא מעשה האב איך, ווי א לענדלארד האט געוואלט בעטן ביליגער און דער בראוקער האט אים געשטופט צו בעטן מער ווייל דער וויליאמסבורגער וועט עס סייווי באצאלן,
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

פלאחותיך האט געשריבן:
nishtkushe האט געשריבן:פאר וויפיל לויפט היינט א

7 רומיגע טאפ פלאר דירה
8 רומיגע טאפ פלאר


ליידער ליידער איז שוין די פרייז פאר א 8 רומיגע וואק-אין דירה אויף קארלסבורג 2600

הלוואי
ס'האלט ביי 2800
אין דאונטאן קרית יואל האלט עס שוין ביי 3000

אלטע דירות איז מיט א 2-300 דאלעער ביליגער
זוכט איר דוי?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

טראץ וואס די נושא דא איז איבער בראקער און נישט איבער לענדלארד, וויל איך אלס "געוועזענער" לענדלארד גיבן די זייט פון די מטבע.

איך בין מדגיש 'געוועזענער' ווייל איך בין מער נישט. ב"ה פאר דעם. איך האב דאן - פאר פיר יאר צוריק - געבעטן כמעט האלב פון וואס די מארקעט פרייז איז יעצט. און איך האב קיינמאל נישט געחלומ'ט פון ארויפגיין מיט די רענט.

אבער...א לענדלארד ערווארטעט צו באקומען באצאלט אין צייט. ווי אויך איז ביינונז זייער נזנח דאס אויספאלגן די ליעס זמנים און טערמינען.
די פרעשור פון זיין פארנומען ארומצולויפן אפצומאנען חודש'ליך יענעמס ביסן פון מויל, דער געיעג צו מוזן באצאלן אין צייט מארגעדזש, טעקסעס און מעינטענענס וואס איז פיל מער ווי דאס ביסל פארשפעטיגטע רענט, די אומקלארקייט וואס עס פאסירט אויב דער טענענט וויל נישט/קען נישט באצאלן א.א.וו. איז נישט ווערט דאס ביסל פראפיט, אחוץ אויב מען האט די הארץ צו פארלאנגען די אסטראנאמישע סכומים.

דאס איז אין מיין מיינונג אויך אן אורזאך פון די טייערע רענט פרייזן ביי די גרעסערע דירות. די ריסק איז גרויס, איך ווייס עטליכע וואס האבן געקויפט גרעסערע דירות פאר זיך, אבער האבן עס קודם פארדינגען אויף עטליכע יאר. זיי האבן אלע דערלייגט. בדמים תרתי משמע.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

ר' יום טוב, איך פארשטיי אייך גוט, איך בין אין אן ענליכן סיטואציע, אין בין א רענטער, און אויך א לענדלארד. איך האב א טענענט וואס אסאך מאל שלעפט ער ארום, נישט מחמת שלעכטקייט, נאר ווייל ער איז פונקט ווי איך, טיילמאל אין א דעפיציט, א זאך וואס מאכט זיך ביי פילע מענטשן. עס איז טאקע שווער, אמת, אמת,
אבער מען דארף וויסן אז זיין א לענדלארד, איז א זכיה, מען רעדט ווען מען פירט זיך אויף ווי א איד און א מענטש, עס איז ווי נישט ווי א חסד, מען האלט א איד א טענענט און צומאל ליידט מען אומאיינגענעמליכקייטן און שאדנס, און צומאל קריכט דער טענענט אויף די נערוון און מיינט אז יעדעס מאל וואס דער טוילעט ווערט פארשטאפט איז דאס דעם לענדלארד'ס דאגה, ועוד ועוד. דאך איז דאס א זכיה, און מען רעכענט זיך דערמיט אין הימל.
געדענק, משה רבינו איז נישט נתמנה געווען אלס פירער פון כלל ישראל, צוליב דרייוון א שיינעם קאר אדער אנדערע ענליכע קוואליפיקאציעס, נאר פאר'ן זיך אפגעבן מיט רחמנות מיט א שמעקעדיגן דורשטיגן ציגעלע.
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

כ'האב געטראכט אז אפשר זאל איך ווערן א ביהמ"ד זיצן פארמיטלער
נעה מקענישט פון דעם מאכן נישט קיין געלט,

אבער אויב וועל איך הייבן די פרייזן קעמען אפשר יא?
וואס האלט איר?
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
בן פרייליך
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2011 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פרייליך »

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:ר' יום טוב, איך פארשטיי אייך גוט, איך בין אין אן ענליכן סיטואציע, אין בין א רענטער, און אויך א לענדלארד. איך האב א טענענט וואס אסאך מאל שלעפט ער ארום, נישט מחמת שלעכטקייט, נאר ווייל ער איז פונקט ווי איך, טיילמאל אין א דעפיציט, א זאך וואס מאכט זיך ביי פילע מענטשן. עס איז טאקע שווער, אמת, אמת,
אבער מען דארף וויסן אז זיין א לענדלארד, איז א זכיה, מען רעדט ווען מען פירט זיך אויף ווי א איד און א מענטש, עס איז ווי נישט ווי א חסד, מען האלט א איד א טענענט און צומאל ליידט מען אומאיינגענעמליכקייטן און שאדנס, און צומאל קריכט דער טענענט אויף די נערוון און מיינט אז יעדעס מאל וואס דער טוילעט ווערט פארשטאפט איז דאס דעם לענדלארד'ס דאגה, ועוד ועוד. דאך איז דאס א זכיה, און מען רעכענט זיך דערמיט אין הימל.
געדענק, משה רבינו איז נישט נתמנה געווען אלס פירער פון כלל ישראל, צוליב דרייוון א שיינעם קאר אדער אנדערע ענליכע קוואליפיקאציעס, נאר פאר'ן זיך אפגעבן מיט רחמנות מיט א שמעקעדיגן דורשטיגן ציגעלע.


פארוואס איז א לענדלארד א גרעסערע זכיה ווי א גראסערי מאן אדער א שיך סטאר?
אדרבה די סברה זאגט פונקט פארקערט אלע היימישע גראסעריס און שיך סטארס בעטן אלגמיין די זעלבע פרייזן און א היימישער חסידש'ער איד האט נישט קיין שום אנדערע ברירה נאר צו צאלען זייער אויפגעבלאזנע געשוואלנע פרייזען, בפרט אין קר"י כידוע (ער קען נישט קיין קיין וואלמארט אדער שאפרייד אזוי ווי דער גוי ווייל זיי האבען נישט קיין כשר'ע פראדוקטען), משא"כ דירות איז היינט דא גענוג פלעצער וואו מען קען קויפען אדער דינגען פאר אסאך ביליגער ווי אין די סמעטענע געגנט, ובכן וועמען ס'ברענט צו וואוינען אין די סמעטענע (פריים עריע בלע"ז) זאל באצאלען און איך זעע נישט קיין שום סיבה פארוואס א לענדלארד זאל נישט מעגען בעטען וויפיל ער וויל, ער קען דאך סייווי נישט בעטן מער וויפיל די מארקעט לאזט עים,זאל דער וואס זיכט ביליג גיין וואוינען אין די געגנטער וואס עס קאסט ביליג און דארט האבען טאקע די אזויגעריפנע שלעכטע בארבארישע לענדלארדס נישט קיין שום קאנטראל און קען אפילו נישט ארויפציען די פרייזן אפילו אויב ער וויל.

און וומ"ס יוכיח אז די דער עולם האט טאקע אנגעהויבען איינצוזעען אז דאס איז די מציאות און דער מצב און מען האט זיך אנגעהויבען ארויס צוציען און די מאסן און געלאזט די לענלארדס בלייבען הענגען מיט די ליידיגע בעג......... (עכ"פ למחצה לשליש ולרביע)

די זעלבע לגבי דירות תקנות אויב דארף מען מאכען תקנות איז אסאך וויכטיגער צו מאכען תקנות אויף די גראסערי פרייזען וואס זיי זענען די עכטע מייקרי השער פון די גמרא עכ"פ אין ק"י (אמאל איז געווען די תירוץ אז גאלדען פלו וכו' בעטען מער געלט צי שיקען א טראק קיין אפסטעיט, עס איז נישט דא ווער זאל לאכען 1. איך בין זיכער אז די לעצטע צוואנציג יאר ווען מען זאגט פאר א סאפלייער בלייב מיט דיין טראק ווי די ביסט און ברענג מיך נישט קיין סחורה וואלט ער זיך געבעטן ביים גראסערי מאן און ער וואלט זיך געבויגן 2. איך בין נאכנישט זיכער אז למשל די טראק פון גאלדן פלוי וכו' קומט נישט אריגענעל פין אפסטעיט 3. גראסערי ספעיס פער סק/פיס איז פילפאכיג ביליגער אין אפסטעיט ווי אין שטאט ממילא די אווערהעד איז ביליגער).

די ריסק פון האלטען א דירה אין א אידישע געגענט איז פילפאכיג מער ווי אין א גויעשער געגנט עס איז נישטא קיין שום וועג צי אינפארסערן אויב א טענענט צאלט נישט, עס איז דא לענדלארדס וואס מיטשענען זיך מיט טענעטס וואס זענען שילדיג יארן רענט און די לענדלארדס זענען פשוט מאכטלאז. אינטרעסאנט אז קיינער האט עס נישט ארויף געברענט בי יעצט.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

קוקט אויס ווי די כאפסט נאכנישט פון וואס מרעדט דא, דא רעדט מען אז אסאך לענדלארס ווילן בעטן ביליג און די בראוקערס זענען די וואס שטיפן צו בעטן מער, דעס איז די רשעות וואס זיי טוהן
בן פרייליך
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2011 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פרייליך »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:קוקט אויס ווי די כאפסט נאכנישט פון וואס מרעדט דא, דא רעדט מען אז אסאך לענדלארס ווילן בעטן ביליג און די בראוקערס זענען די וואס שטיפן צו בעטן מער, דעס איז די רשעות וואס זיי טוהן


איך כאפ זייער גוט פון וואס מרעדט, א לענדלארד וואס וויל בעטן ביליג בעט ביליג און לאזט זיך נישט פון קיין בראקער חוץ פון דעם קען ער אייביג אראפלאזען די פרייז קיין איינער שטייט נישט איבער מיט א גאן אז ער זאל בעטן די טייערע רענט און איך קען גענוג לענדלארדס אין ק"י וואס לאזען זיך נישט.

אפשר וואלט געווען צייט פשוט צו מפרסם זיין א יעדע שטיק צייט א ליסטע פון לענדלארדס וואס בעטן ביליג בפרט פאר כולל יונגעלאט מפרסמין עושי מצווה פונקט אזווי ווי מאיז מפרסם די לענדלארדס וואס טוען צדקה פון די טייערע רענט וואס זיי נעמען.

איך מיין אז די מייסדי תקנת שער הדירות וואלטן אויך מער אויפגעטוען אויף דעם געזיכט מיט דעם מהלך.
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

מ'קען זעהן אויך אויף נאך א פלאץ די כח פון די בראקערס:

ביי די נייע פראדזשעקטן ווי עב ווערט פארקויפט דורך די בילדער דירעקט (אהרן וויינבערגער, עקיבא הערש קליין וכו') איז לעת עתה די פרייז צווישן 185.00 א ס"פ (וואלק אין וכדו') און 235.00 א ס"פ.

משא"כ ביי די אלע אנדערע פראדזשעקטן/אדער אלטע דירות ווי עס ווערט פארקויפט דורך די בראוקער'ס איז די פרייז צווישן 250 און 300 פער ס"פ.
בן פרייליך
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2011 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פרייליך »

רבי יוד איר ווייסט באמת נישט די חילוק?
נייע פראדזשעקטן זענען אויף פאפיר מען דעט א דיפאזיט איף לופט און מען קען הערשט אריינמאפען און א פאר יאר ארום וואו פארגלייכט איר דאס מיט א דירה ווי מען קען יעצט האבען אויף די אייגענע נאמען אן קיין ריסקס פון דערלייגען די דאון פעימנט אין מען קען גלייך אריינמאפען?
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

בן פרייליך האט געשריבן:רבי יוד איר ווייסט באמת נישט די חילוק?
נייע פראדזשעקטן זענען אויף פאפיר מען דעט א דיפאזיט איף לופט און מען קען הערשט אריינמאפען און א פאר יאר ארום וואו פארגלייכט איר דאס מיט א דירה ווי מען קען יעצט האבען אויף די אייגענע נאמען אן קיין ריסקס פון דערלייגען די דאון פעימנט אין מען קען גלייך אריינמאפען?


קען זיין ביסט גערעכט לגבי די אלטע דירות.

כ'האב אבער אויך גערעדט אפילו פון די נייע דירות וואס עס ווערט געבויעט אדורך קלענערע דעוועלאפערס און ווערט פארקויפט דורך די בראוקערס איז די פרייזן גאר הויך.
בן פרייליך
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2011 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פרייליך »

מען דארף דן זיין יעדע זאך כשלעצמו קודם ברענג פאקטן נישט סתם ווארפען סטעיטמענטס.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך דענק מיט ארום 10 יאר צוריק, הארט נאך די עצי תמרים עפארדעבל עפאכע, איז געווען א בילדער וואס האט געבויעט א גאנצע דעוועלאפמענט פון אפגרעיטעד גרעסערע דירות מיטן פלאן צו בעטן בערך 299k פאר א 8 רומיגע טאפ-פלאר דירה. (אין פארגלייך צו די נישטיגע 200-230 אלפים פאר די ע"ת עפארדעיבל)

ווי מען האט דעמאלט געשמועסט, איז דאס געווען א בראקער וואס האט אים דאן קאנווינסד אז אזא דירה ברויך צוגיין פאר פאהר-פיפטי..! וכך הוה.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”