דירות קריזיס אין קרית יואל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 968
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm
הגאון האט געשריבן:נאכן קאנפירמען פון גאר קראנטע מקורות די אפדעיט'ס איבער די תקנות קען מען מעלדן די פרייליכע נייעס!
אז יא! די תקנות איז אי"ה א פאקט און וועט ארויסקומען אין די גאר נאנטע טעג!!!
בקיצור נמרץ;
נאך וואס די חברי הבי"ד האבן באקומען די קלאר אינפאמארציע וויפיל פון די תושבים האבן געשטימט אויף יא און וויפיל אויף ניין, און וויפיל תושבים עס זענען בכלל דא,
האבן די חברי הבי"ד אפגעשריבן א 'פסק דין' וואס איז אינטערגעשריבן געווארן דורכן בי"ד.
אויך האבן שוין אינטערגעשריבן א קול קורא די אלע אפיציעלע גרויסע דיינים פון אלע דריי קהילות פון שטאט.
אזוי אויך זענען שוין דא נאך עטליכע בריוון פון רבנים ודיינים פון שטאט,
וואס מען ווארט יעצט איז, אז די חברי הבי"ד ציילן אליין נאכאמאל איבער די שטומען,
אזוי אויך וויל מען האבן ווי מער אינטערשריפטן פון ווי מער דיינים פונעם שטאט.
ווען מען פרעגט צו דאס וועט העלפן אדער נישט, און וואס זענען די פלענער אויף ווייטער,
איז דער ענטפער זייער פשוט:
מיר זענען אידישע קינדער, און מיר זענען ח"ו נישט חושד קיינעם מיטן עובר זיין אויף א קלארע פסק דין פון א בית דין בישראל,
ובפרט ווען די רעדע איז ווען אלע דיינים און קהילות האבן זיך פאראייניגט מיט איין פסק,
מען רעדט דאך נישט דא פון קיין בעלי עבירה... די אלע בילדערס זענען דאך אויסגערופענע ערליכע מענטשן בעלי צדקה און שטיצן תורה, איז נישט קיין שום ספק אז זיי וועלן זיך צושטעלן צו א פסק דין.
וויאזוי האט איינע פון די חשובע רבנים גע'ענטפער'ט פאר איינע פון די בילדערס וואס האבן פרובירט זיך טענה'ן אז די אינגעלייט (דיינים) פארשטייען נישט צו קיין ביזנעס און וויאזוי קען מען זיך פארלאזן אויף זיי מיט אזעלכע האקעלע זאכן?
האט ער גע'ענטפער'ט איך פארשטיי נישט, ווען די האסט א סכסוך מיט איינעם אפי' ווען עס האנדעלט זיך מיט עטליכע מיליאן דולאר, צו וועמען ווענדסטו זיך? צו די אינגעלייט ווי די רופסט זיי!!! אויב אזוי פארוואס איז די פסק אנדערש?
ונזכה ונחיה ונראה.......... (פון גאר קראנטע מקורות)
ווייסע זאקן האט געשריבן:ווי פונקטליך איז יעצט דא דירות צו קויפן ? , שכינות ויואל משה וועט אויפהערן פארקויפן טאמער עס גייט דורך גיין לאמיר זאגן ,דאן ווי פונקטליך גייט די תקנות חל זיין?
געטראכט די זעלבע. און נאך א קשיא וואס טוט זיך אויב ער גייט ארויף צו 150 טויזענט א דאון פעימענט איז נאך אלס אינטערסאנט תקנות?
- עמקות שלמה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 418
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
- לאקאציע: מאנסי נ.י.
סעטינגס האט געשריבן:קיסריה האט געשריבן:שמעתי ממקור מוסמך אז הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א האט אונטערגעשריבן די תקנות.
מ'האפט אז אלע דעוועלאופער און אלע בילדער וועלן אויספאלגן די תקנות כפי רצון רוב התושבים.
לענ''ד, אויב דער דיין וועם די רבי ז''ל האט אליין געשטעלט אלס דומ''ץ דמתא, האט עס אינטערגעשריבן איז עס לכאורה פיינעל
ווי געהערט שבת האבן שוין טאקע רוב פון די אנדערע דיינים אויך אונטערגעשריבן, די וואך קאנצעטרירט מען זיך צו האבן בעקאפ פון כאטש דריי בענק אז סוועט נישט הייסן ביי זיי א ריסטריקטעט מארקעט און וועט נישט שאטן פאר מארטגעדזשעס, (וויבאלד 100% פונעם ציבור פארוועם מוויל די תקנות קויפן נישט פאר קעש) און ווי נאר בענק וועלן עס בעז"ה באשטעטיגן וועט מען ארויסקומען פאבליק אין א מזל'דיגע שעה.
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
-
- שר מאה
- תגובות: 227
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm
קיינער וועט נישט פארקויפן א דירה ביליגער פון די ריכטיגער פרייז. אז די תקנות וועלן נישט לאזן פארקויפן פאר די ריכטיגע פרייז, וועט מען עס האלטן. און אנדערע ווערטער, קיינער וועט נישט קענען קויפן א דירה און די געגענט. די עשירים וועלן האלטן די דירות פאר זייערע קינדער און די המון עם וועט מיזן שיקן די קינדער וואוינען ווייט.
עס איז נישט קיין נייע זאך. אלעמאל ווען מעמאכט א פראגראם צו העלפן דעם ארימאן טוט עס נאר בעקפייערן און שאטן פארן ארימאן און העלפט פארן עושר. איי פארוואס דאן טוט מען דאס? ווייל די פאלאטישן וויל זיך אויפטוען אז ער העלפט דעם ארימאן. אבער באמת ווייסט ער אז ער טוט דאס פארקערטע. אדער ווערט עס געשטיפט דורך ספעשל אינטערעסטס וואס לייגען תמימותדיגע עסקנים אלטץ פראנט מען.
פאר א בעסערע הסבר קליק די לינק
http://thelastembassy.blogspot.com/2011 ... ecial.html

Don't worry האט געשריבן:קיינער וועט נישט פארקויפן א דירה ביליגער פון די ריכטיגער פרייז. אז די תקנות וועלן נישט לאזן פארקויפן פאר די ריכטיגע פרייז, וועט מען עס האלטן. און אנדערע ווערטער, קיינער וועט נישט קענען קויפן א דירה און די געגענט. די עשירים וועלן האלטן די דירות פאר זייערע קינדער און די המון עם וועט מיזן שיקן די קינדער וואוינען ווייט.
עס איז נישט קיין נייע זאך. אלעמאל ווען מעמאכט א פראגראם צו העלפן דעם ארימאן טוט עס נאר בעקפייערן און שאטן פארן ארימאן און העלפט פארן עושר. איי פארוואס דאן טוט מען דאס? ווייל די פאלאטישן וויל זיך אויפטוען אז ער העלפט דעם ארימאן. אבער באמת ווייסט ער אז ער טוט דאס פארקערטע. אדער ווערט עס געשטיפט דורך ספעשל אינטערעסטס וואס לייגען תמימותדיגע עסקנים אלטץ פראנט מען.
די אלע ארומגע גענטער פון קרית יואל וואס וואקסט מיום ליום וועט שווערליך קענען הייבן די פרייז פון פארקויפן הייזקעלעך ווען אין קרית יואל איז די פרייז נידריג
די גויאישע שכנים זיכן צו פטור ווערן פון זייערע דירות זיי גייען עס געבן פאר וויפיל די פרייז וועט זיין.
-
- שר מאה
- תגובות: 227
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm
????
עס איז מיר גאר מאדנע דאס וואס don't worry שרייבט אז פאר 200 א sf וועט קיינער נישט פארקויפן
ווייל ביז פאר אפאר יאר ציריק (ביפאר די פליפערס עפאכע) איז געגאנגען מאסן דירות פאר אפילו ביליגער פון 200
נאר וואס דען
קודם זאגט מען עס וועט קיינמאל נישט זיין תקנות
אין דערנאך וועט עס נאר ערגער מאכן
אין ווער ווייסט וואס נאך אלטס עס וועט בייפאלן

גייט למעשה זיין תקנות? וויאזוי גייען די תקנות אריינגיין אין קראפט?
יעדער פרעגט די קשיא, אזש סאיז דא וועלכע פרעגן עס שוין מיט א יואש געפיהל...
למעשה האט מען שוין צוזאמגענומען אינטערשריפטען פון רוב רובם תושבי העיר, די רבנים ודיינים שליט"א האבן שוין אויך אונטערגעשריבן עס זאל באקומען אן הלכה'דיגע תוקף. אצינד ברויך עס נאר ווערן אויסגעפיהרט. וויאזוי גייט עס ווערן אויסגעפיהרט? גייט טאקע זיין תקנות אויף דירות פרייזען אין קרית יואל (און וועט אויך זיין די וועגווייזער פאר אנדערע געגענטער)?
ביסטו שוין אמאל געקומען צו עושר נאך געלט? וואס האט ער דיר גענטפערט? איך האב נישט.... איי ס'איז א מילתא דגלויי אז ער האט יא, זיין גאנצע לעבנס שטייגער א שטיק פזרנות, נאר ער וויל נישט! פינטל. קוקט אויס אז זיי שעמען זיך נישט צו זאגן קיין ליגענט ווען עס קומט צו זייער טאש. (אדם ניכר בכיסו...).
לענינינו, די דעוועלאפערס (טייל פון זיי האבן שוין אפגעקויפט זייערע פראפערטי'ס אונטער די "תקנות שוואונג" ווען זיי זענען געווען 90% זיכער אז עס וועט מוזן גיין פאר 200 א ס"פ. ואכמ"ל) זאגן אז זיי גייען נישט מאכן קיין געלט אויב זיי גייען עס פארקויפן פאר 200 א ס"פ. טייערע אידן איר דארפט נישט שוינען די עשירים ווייל עס איז ליגנט! זיי וויינען צו אייך מתוך שקר! שוינט אייך אליין אינאיינעם מיט אייערע קינדער און אייניקלעך!
די דעוועלאפרס ווילן זיך נאכנישט צושטעלן צו די תקנות, ווייל זיי זעהן דער עולם קויפט פאר טייערער, נו מה יעשה הבן שלא יחטא? זיי זעהן נישט אז דער עולם זאל עס מיינען סיריעס... זיי קענען יעצט קומען מיט אלע תירוצים, אונז וועל מיר נישט מאכן קיין געלט...
די באנק וועט נישט וועלן ארויסגעבן מארגטעשדזשעס....
וכו' איך געדענק נישט אלעס,.
אינטערשטע שורה: אויב ווילט איר תקנות זעצט אייך נישט אראפ מיט א דעוועלאפער פאר ער גאראנטירט אייך 200 א ספ.
אז עס וועט נישט זיין קיין קונים פאר אזא טייערע פרייז, דאן וועט עס פאלן, אזויווי עס געשהט מיט יעדן פראדוקט.
-------------------------------------
די פרייז פאר א לאט פער ס"פ וואס מ'קען אויפבויען אויף דעם לאט איז 50 דאללער דאס מיינט אויב קען מען בויען 10,000 ס"פ דאן איז די פרייז פאר די לאט 500,000.
די פרייז אויפצובויען א דירה - אלעס אינקלאדיט (אייגענע עקספירענס ביי א פרייוואטע שיינע הויז- ריטעל פרייז) איז עוורידזש 107.00 פער ס"פ.
יעצט לאמיר מאכן די טאטעל: 200 מייניס 107, מייניס 50 = 43.00 פער סקווער פיס מאכט דער דעוועלאפער פראפיט!
איך וויל נישט דא אריינגין אין יעדן'ס אינקאם און עקספענסעס, אבער אויב וויינען זיי אז זיי מאכן נישט קיין געלט מוז איך דאס אויפווייזעהן.

- שר האלף
- תגובות: 1068
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
רויט האט געשריבן:-------------------------------------
די פרייז פאר א לאט פער ס"פ וואס מ'קען אויפבויען אויף דעם לאט איז 50 דאללער דאס מיינט אויב קען מען בויען 10,000 ס"פ דאן איז די פרייז פאר די לאט 500,000.
די פרייז אויפצובויען א דירה - אלעס אינקלאדיט (אייגענע עקספירענס ביי א פרייוואטע שיינע הויז- ריטעל פרייז) איז עוורידזש 107.00 פער ס"פ.
יעצט לאמיר מאכן די טאטעל: 200 מייניס 107, מייניס 50 = 43.00 פער סקווער פיס מאכט דער דעוועלאפער פראפיט!
איך וויל נישט דא אריינגין אין יעדן'ס אינקאם און עקספענסעס, אבער אויב וויינען זיי אז זיי מאכן נישט קיין געלט מוז איך דאס אויפווייזעהן.
קומט אויס אז אויב א בויער בויעט לכל הפחות 40 טויזנט ס"פ אויף אמאל, מאכט ער קרוב צו א מעלאנע מיט דריי פערטל, איך מיין דאס איז גאנץ שיין פארדינט פאר א יאר און א האלב.
40,000X43 = 1.720,000
אם לא עכשיו אימתי
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
נו שוין האט געשריבן:מפי שמועה גייט די תקנות נאר אפעקטירן די בילדער, און נישט קיין פריוואטע יחידים, אויך נאר די נייע צוגעקומענע שטחים, און נישט קיין דעוועלאפמענטס אויף עקזיסטירנדע הייזער, .
ווי אויך איז די קול קורא פון די דיינים א חיזוק בריעוו, נישט אזוי שארף.
איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט עס, אבער אויב עס איז אמת ליגט דערין א הסבר, ווייל פארוואס זאל א מענטש אראפווארפן זיין הויז אויף גארפילד אויב קען ער נישט מאכן דערויף קיין סאך געלט, און ווער ס'וויל צאלן ווייל ער וויל דוקא יא וואוינען אויף גארפילד, פארוואס זאל ער נישט האבן די ברירה צו צאלן פאר איינעם און באקומען וואס ער דארף.
לעומת זה די נייע שטחים זענען סוף כל סוף געקומען פון וואלד ארויס, קיינער האט גארנישט געדארפט אויפגעבן דערויף איז מער שייך צו שטעלן א פרייז.
און איך טו ווידער שטעלן מיין קליינע מיינונג (וואס כ'האב פרובירט מיט אלע כוחות מסביר צו זיין במשך דעם פארגאנגענעם יאר אין מערערע אשכולות) אז תקנות וואס אינטערווינירט אין א פרייע מארקעט, איז די ערגסטע מעדיצין וואס קען נאר זיין, נאר ס'איז אמאל דא אזא שווערע מחלה אז די מעדיצין איז א הכרח, און דאס דארף אנטשידן ווערן בכובד ראש דורך רבנים און דורך מומחים
אז מ'לעבט דערלעבט מען
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
דאס ווארטן צווינגט איינעם צו שרייבן דאס וואס ער האלט נישט דערביי? אויב א דיין שפירט אז ער קען צווינגען איינעם עפעס צו טון, קען ער עס טון ברגע וואס ער האט געענדיגט מברר זיין די הלכה, און אויב פילט ער אז נישט, קען ער עס נישט טון אפילו דו ווארטסט דערויף זיבעציג יאר, איך פיל דיין ביטערניש, איך בין אויך פארביטערט אז מען האלט אויף א מצב אז א גרויסער חלק ציבור פילט אז נאר דורך תקנות וועט זיין א ישועה, אבער דאס צווינגט נישט קיינעם צו טוישן א מיינונג נישט מיט הלכה און נישט מיט א פראקטישע מיינונג.
אז מ'לעבט דערלעבט מען