א סטארעדזש פאר די פארענטשעס זיצער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אלס מיין ערשטע שרייבעריי אויף אייוועלט, ווי אזוי גלייכט איר דעם ארטיקל

זייער אינטערעסאנט שרייב נאך
52
70%
גאנץ גוט
16
22%
זייער לאנגע הקדמה, אבער גוט געשריבן
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
שלעכט
6
8%
 
סך הכול שטימען: 74

אוועטאר
גארגארפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

א סטארעדזש פאר די פארענטשעס זיצער

תגובהדורך גארגארפיק » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 12:27 pm

אלס מיין ערשטע באשרייבונג דא אויף אייוועלט וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן צו דער עולם גלייכט מיין שפראך ביטע גיבט אפ אייער שטימע



די סטארעדזש פון בחורים

אלס איינער וועליכע איז נישט לאנג צריק ארויס פון ישיבה, (בערך דריי יאר) טראכט איך אז וואלט געקענט זיין אינטערעסאנט פאר די וועלכע האבן שוין נישט באזיכט דארט א שטיק צייט, און אויך פאר די וועלכע דרייען זיך נאך דארט, צו ארויסברענגען פון א אינטערעסאנטע בליק אויף א חסידישע ישיבה.
עטליכע בנינים שטייען מיט פראכט, פילע פון די פענסטער זענען פארקלאפט מיט שווערע ברעטער, געויסע זענען אנגעפירקלט מיט שיינע לאזינגען, פרייד ווינטשן פארן ערשטן חתן פון יאר '09' אנדערע ממיט שטרענגע פירקלערייען איבער דעם און יענעם, א שטארקע שמעק פון פרישע ציגארעטן, און שטילע מוזיק טענער,
דארטן אינעווייניג געפינען זיך טאנען מיט מענטשן, פון א גאר מאדנע מין פון די וועלט באשאף באקאנט מיט זייער נאמען "בחור", א מין בריאה פון וועלכע פילע שטייען ווייט, און זייער אנוועזנהייט ווארפט א פחד, מיט א בליק אריין פון צווישן די פארקלאפטע לאדנס און בערג פארייכערטע ציגארעטן, קען מען דערקענען די פארשידענע מודעות אויף די ווענט פון יעדע פעלט כאטש דריי פון די פיר עקן און אויפן לעצטגעבליבענע עק דערקענט זיך די בוכשטאבן B. C. S. , (פרעג דיין נעפיא בחור'ל ער'עט דיר עס שוין מסביר'ן). אינדערמיט פון יעדע מודעה איז טינקעלער קרעדיט פארן בחור וועלכע האט געוואלט פראבירן צו זיין נייע צינדער [ליירער בלע"ז] ארבעט. איין צעטל כאפט דיין בליק.
מודעה משמחת
עס איז געלונגען פאר די הנהלה (ליין: בחורים)
צו מסדר זיין באסעס בחינם צום
מעמד עצרת מוחאה אדירה
נגד.... וועלכע......
פרטים יבואו....

א צעטל דערנעבן מעלד מיט פאטאס
מודעה
ציליב די גרויסע נאך פראגע
וועט נישט זיין קיין סדר הישיבה
קומענדיגן מיטוואך
ציליב'ן שמחה בבית אדמו"ר שליט"א

און ציגעשריבן איז, הגה"ק....

די בחורים זעהן עפעס אויס זייער פריילעך היינט, בייג זיך צו און פרוביר עפעס צו דערשנאפן, עפעס רעד מען פון א דרשה, איין מינוט אה! עפעס א מגיד שיעור גייט געבן א שיעור היינט, אבער זייט איך קען די עלעמענט וועליכע רופט זיך בחור, ווייס איך אז זיי ווערן בכלל נישט פרייליך פון קיין שיעורים... טריי אביסל בעסער אפשר וועסטו דערשנאפן נאך אפאר ווערטער, אה! איך האב עס! דער מגיד שיעור הר"ר נח נתן נחמן ניימאן שליט"א גייט רעדן היינט אין עס זאל צו די בחורים, איבער וואס? דא מיז איך שוין נעמען גאטס און פרעגן דעם בחור מיטן ציגאר וועלכע באטראכט מיר שוין אביסל פארן שטיין אזוי לאנג ביים פענסטער. "האלאו, וואס גייט ר' נח רעדן היינט?" דער בחור נעמט ארויס זיין ציגארעט פון מייליכל ווען הויפענעס רויעך צושפרייטן זיך, איך וועלכע בין שוין אפגעוויינט פון די גערויך דריי זיך אוועק מיט גרויל און ציהיס זיך, דער בחור אונזערע ווארט מיט געדילד און דאן זאגט ער מיר "היינט קומט א קנאקעדיגע דרשה מ'גייט רעדן פון צפון קאריע" אינגאנצן צומישט שטיי איך דארט און איך קען נישט פארשטיין וואס האבן בחורים מיט צפון קאריע, דער בחור פארשטייט מיין פארלעגנהייט און זאגט מיר, "יא ר' נח האט שוין א אלטע מערכה מיט צפון קאריע, און ער שיקט זיי מעסידזעס דורך רעדן צו די בחורים"
וכך הווה די נעקסטע וואך האבן אלע צייטונגען אידישע און ענגלישע צוגלייך געמאלדן איבער די היציגע רעדע פון ר' נח איבער צפון קאריע, פארשטייט זיך יעדער טייטשט עס אויס לויט זייערע אינטערעסן,
איך דערמאן זיך פונעםערשטן מודעה, איבערן גרויסן פראטעסט מיש איך ווייטער אינעם צייטונג, און יא עס שטייט מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות.
ברוך המקדש שמו ברבים!
טויזענטער באטיילונגען זיך
ביים מעמד האדיר מעמד
קידוש השם, אויסשרייענדיג
דעם דבר ד' אנטקעגן
די רשעי ישראל וועלכע...
די פלייץ פון באטייליגטע
איז געדעקט געווארן דורך
אלע גרויסע נייעס סטאנציעס.....

מיש איך נאכאביסל ביי די קהלישע נייעס שפרינגט מיר ממש פאר די אויגן די בילדער פונעם גרויסן חתונה ביים רבין זאל זיין געזינט
אינטער איינע פון די בילדער ליינט זיך "די טויזענטער באטייליגטע ביים גרויסן חתונה"
דאן האב איך אינאכט גענימען אז דארט ווי מיר האבן באזיכט אנהייב ארטיקל איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אן סטארעדזש פאר בחורים וואס ווען מען ווין אנפילן פארענטשעס דאן... "נישטא קיין סדר הישיבה" מען ברענגט גרויסע טרעילער'ס (אנטשולדיגט באסעס) און מען פאקט וויפיל עס גייט און מען דעלווערט עס צום מעמד האדיר מיט די טויזענטער באטייליגטע....
און ווען מען וויל שיקן א מעסידזש פאר צפון קאריע גייט עס אויך דורך זיי "בחורים אריין אין עס-זַאל ר' נח וויל עפעס זאגן..."
יא יא כחומר ביד היוצר...

נ. ב. איך מיין נישט קיינעם נאר פאר די "דזשויק-אוו-איט"
לעצט פאראכטן דורך גארגארפיק אום דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 2:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אם אין איוועלט מי לי??? ועד עכשיו איפה הייתי??? כאפט א בליק
לאזט אייך הערן גיבט אפ אייער דאנק און האט הנאה און ברענגט מיט אייערע פריינד

אוועטאר
גארגארפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:20 pm

שרייבט אייערע קאמענטס
אם אין איוועלט מי לי??? ועד עכשיו איפה הייתי??? כאפט א בליק
לאזט אייך הערן גיבט אפ אייער דאנק און האט הנאה און ברענגט מיט אייערע פריינד

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:38 pm

מעסיוו!
ווי וואנט מאאר.
געשטימט די ערשטע אפציע!

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4254
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:39 pm

זייער גוט אבער פון דיין פוינט אויף וויאו און אנדערע ווערטער דאס איז דיין מהות נישט א ישיבה.
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:40 pm

עקזעקטלי פינף א האלב חדשים ארום איז דיין ארטיקל אייזן, כ'מיין זאלסט עס אוועקלייגן, ס'איז צו הומאריסטיש און מעגליך שטעכעדיג פאר ערב ראש השנה
מ'זעט ביזט געוועזן דריי יאר צוריק אין ישיבה, טעיק נא אפענס, יעדער לערנט זיך צו מיט די צייט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:42 pm

אדער אפשר נוצסטו דיין פעדער פאר מער א "צום זאך" באשרייבונג אין די תקופה פון יאר.
אפשר ביזטו מעורר מען זאל מער טון אין שדכנות פאר עלטערע בחורים, העלפן חתנים גיין אונטער די חופה. ועוד ועוד
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אלט מאנרא
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:48 pm

טיט וויי
געשטימט די ערשטע אפציע!
נעבעך אויף די וואס מאכן עס נאך מיט.... זאלן זיי בקרוב ווערן אויפגעראכטן.
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:02 pm

געוואלדיג!..

זיס און קריעטיוו... א סטארעדזש פאר די פארענטשעס זיצער...

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:13 pm

זייער זיס געשריבן.
Never argue with an idiot. They will only bring you down to their level and beat you with experience

אוועטאר
גארגארפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:19 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:געוואלדיג!..

זיס און קריעטיוו... א סטארעדזש פאר די פארענטשעס זיצער...

אפשר איז דאס טאקע א בעסערע נאמען פארן קעפל
אם אין איוועלט מי לי??? ועד עכשיו איפה הייתי??? כאפט א בליק
לאזט אייך הערן גיבט אפ אייער דאנק און האט הנאה און ברענגט מיט אייערע פריינד

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:59 am

געשטימט זייער אינטערעסאנט שרייב נאך

(פאר די וואס האבן געשטימט פאר די לעצטע אפציע: די שאלה איז נישט געווען וואס אייער פערסאנעלעטי איז... ודוק)
הק' איש ימיני

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:00 am

גערעכטער האט געשריבן:געשטימט זייער אינטערעסאנט שרייב נאך

(פאר די וואס האבן געשטימט פאר די לעצטע אפציע: די שאלה איז נישט געווען וואס אייער פערסאנעלעטי איז... ודוק)



;l;p-

אוועטאר
גארגארפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 12:12 pm

אייוועלט.png
אייוועלט.png (10.95 KiB) געזעהן 833 מאל

שכח פאר די חיזיק דער ווייל זעהט אויס ווי דר'וילעם שרייט פון אינצווישן די שורות ווי וואנט מאר אבער וואס קען איך טון אז קיין שרייבער בין איך נישט, איך בין ברוך השם פארנומען על המחי'. און ווען מען האט אן איבריגע מינוט ערלויבט מען זיך צו כאפן א בליק אהער,
לאמיר אפירברענגען לעם לעבעדיגן בערל...

lebediger berel האט געשריבן:אדער אפשר נוצסטו דיין פעדער פאר מער א "צום זאך" באשרייבונג אין די תקופה פון יאר...

תגובה דורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:40 pm


איך טראכט נאך פון עפעס נַאנְיידִיעֶ אזוי טראכנטנדיג כאפ איך זיך אז יעצט איז דאך ממש זמנא קא גרים' (גירסא דיענקתא פונעם ישי... אוי סטארעדזש...) צו רעדן פון בחורים און זייער לעבנס שטייגער. עס קומט דאך היינט פאהר די גרויסארטיגע "חומש סעודה", פאר ווער עס ווייסט נישט [דהיינו ער איז נישט קיין UTA גראדיאירט] קומט פאהר יעדע סוף יאר די בארימטע חומש סעודה, ווי די בחורים מיט זייערע עלטערן מחותנים זיידעס און עלטער זיידעס זיצן בענעזאם און קוועלן פון נחת פארן ענדע פון זמן, פארשטייט זיך יעדער פאר זיינע סיבות אבער א אינטערעסאנטע זאך דארט ערפילן די בחןרים נישט זייערע פאזיציעס און זיצן און ווינקל בשעת די עלטערן וכדומה פילן אן די זאל....
אם אין איוועלט מי לי??? ועד עכשיו איפה הייתי??? כאפט א בליק
לאזט אייך הערן גיבט אפ אייער דאנק און האט הנאה און ברענגט מיט אייערע פריינד

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 1:36 pm

איך האב עקטשועלי געמיינט רעפלעקטירן די תקופה מיט פאזיטיוו נישט סקארקאזאם אויפן סיסטעם
די תקופה פון יאר וואס מ'טראכט גוטס אויף יענעם און מ'זוכט וואס מ'קען אויפטון, איך האב אריין געווארפן שידוכים אדער הכנסת כלה, נישט א איידיע זיך אפצורעדן און ארויסברענגען שוואכקייטן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
גארגארפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 1:40 pm

:lol: :lol: :lol: :lol: I knew
אם אין איוועלט מי לי??? ועד עכשיו איפה הייתי??? כאפט א בליק
לאזט אייך הערן גיבט אפ אייער דאנק און האט הנאה און ברענגט מיט אייערע פריינד

אוועטאר
גארגארפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 2:26 pm

געטוישט קעפל
קרעדיט וואוילע שעפעלע
אם אין איוועלט מי לי??? ועד עכשיו איפה הייתי??? כאפט א בליק
לאזט אייך הערן גיבט אפ אייער דאנק און האט הנאה און ברענגט מיט אייערע פריינד

הודו להשם
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:12 pm

גארגארפיק האט געשריבן:שרייבט אייערע קאמענטס
געשטימט 'גאנץ גוט' שרייב נאך.
בדידי הוה עובדא...
הודו לה'; יעדע מינוט פון פריש.

אוועטאר
קליינטשיגער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:19 pm

זייער זיס געשריבן, געשטומט אויף די ערשטע אפציע

סאדאם חוסעין האט געשריבן:זייער גוט אבער פון דיין פוינט אויף וויאו און אנדערע ווערטער דאס איז דיין מהות נישט א ישיבה.

זעט אויס אז דו ביסט שוין לאנג נישט געווען אין א ישיבה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jobless און 18 געסט