א סטארעדזש פאר די פארענטשעס זיצער
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- גארגארפיק
- שר האלף
- תגובות: 1732
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
- לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
א סטארעדזש פאר די פארענטשעס זיצער
אלס מיין ערשטע באשרייבונג דא אויף אייוועלט וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן צו דער עולם גלייכט מיין שפראך ביטע גיבט אפ אייער שטימע
[align=center]די סטארעדזש פון בחורים[/align]
אלס איינער וועליכע איז נישט לאנג צריק ארויס פון ישיבה, (בערך דריי יאר) טראכט איך אז וואלט געקענט זיין אינטערעסאנט פאר די וועלכע האבן שוין נישט באזיכט דארט א שטיק צייט, און אויך פאר די וועלכע דרייען זיך נאך דארט, צו ארויסברענגען פון א אינטערעסאנטע בליק אויף א חסידישע ישיבה.
עטליכע בנינים שטייען מיט פראכט, פילע פון די פענסטער זענען פארקלאפט מיט שווערע ברעטער, געויסע זענען אנגעפירקלט מיט שיינע לאזינגען, פרייד ווינטשן פארן ערשטן חתן פון יאר '09' אנדערע ממיט שטרענגע פירקלערייען איבער דעם און יענעם, א שטארקע שמעק פון פרישע ציגארעטן, און שטילע מוזיק טענער,
דארטן אינעווייניג געפינען זיך טאנען מיט מענטשן, פון א גאר מאדנע מין פון די וועלט באשאף באקאנט מיט זייער נאמען "בחור", א מין בריאה פון וועלכע פילע שטייען ווייט, און זייער אנוועזנהייט ווארפט א פחד, מיט א בליק אריין פון צווישן די פארקלאפטע לאדנס און בערג פארייכערטע ציגארעטן, קען מען דערקענען די פארשידענע מודעות אויף די ווענט פון יעדע פעלט כאטש דריי פון די פיר עקן און אויפן לעצטגעבליבענע עק דערקענט זיך די בוכשטאבן B. C. S. , (פרעג דיין נעפיא בחור'ל ער'עט דיר עס שוין מסביר'ן). אינדערמיט פון יעדע מודעה איז טינקעלער קרעדיט פארן בחור וועלכע האט געוואלט פראבירן צו זיין נייע צינדער [ליירער בלע"ז] ארבעט. איין צעטל כאפט דיין בליק.
[align=center]מודעה משמחת[/align]
[align=center]עס איז געלונגען פאר די הנהלה (ליין: בחורים)
צו מסדר זיין באסעס בחינם צום
מעמד עצרת מוחאה אדירה
נגד.... וועלכע......
פרטים יבואו....[/align]
א צעטל דערנעבן מעלד מיט פאטאס
[align=center]מודעה
ציליב די גרויסע נאך פראגע
וועט נישט זיין קיין סדר הישיבה
קומענדיגן מיטוואך
ציליב'ן שמחה בבית אדמו"ר שליט"א[/align]
און ציגעשריבן איז, הגה"ק....
די בחורים זעהן עפעס אויס זייער פריילעך היינט, בייג זיך צו און פרוביר עפעס צו דערשנאפן, עפעס רעד מען פון א דרשה, איין מינוט אה! עפעס א מגיד שיעור גייט געבן א שיעור היינט, אבער זייט איך קען די עלעמענט וועליכע רופט זיך בחור, ווייס איך אז זיי ווערן בכלל נישט פרייליך פון קיין שיעורים... טריי אביסל בעסער אפשר וועסטו דערשנאפן נאך אפאר ווערטער, אה! איך האב עס! דער מגיד שיעור הר"ר נח נתן נחמן ניימאן שליט"א גייט רעדן היינט אין עס זאל צו די בחורים, איבער וואס? דא מיז איך שוין נעמען גאטס און פרעגן דעם בחור מיטן ציגאר וועלכע באטראכט מיר שוין אביסל פארן שטיין אזוי לאנג ביים פענסטער. "האלאו, וואס גייט ר' נח רעדן היינט?" דער בחור נעמט ארויס זיין ציגארעט פון מייליכל ווען הויפענעס רויעך צושפרייטן זיך, איך וועלכע בין שוין אפגעוויינט פון די גערויך דריי זיך אוועק מיט גרויל און ציהיס זיך, דער בחור אונזערע ווארט מיט געדילד און דאן זאגט ער מיר "היינט קומט א קנאקעדיגע דרשה מ'גייט רעדן פון צפון קאריע" אינגאנצן צומישט שטיי איך דארט און איך קען נישט פארשטיין וואס האבן בחורים מיט צפון קאריע, דער בחור פארשטייט מיין פארלעגנהייט און זאגט מיר, "יא ר' נח האט שוין א אלטע מערכה מיט צפון קאריע, און ער שיקט זיי מעסידזעס דורך רעדן צו די בחורים"
וכך הווה די נעקסטע וואך האבן אלע צייטונגען אידישע און ענגלישע צוגלייך געמאלדן איבער די היציגע רעדע פון ר' נח איבער צפון קאריע, פארשטייט זיך יעדער טייטשט עס אויס לויט זייערע אינטערעסן,
איך דערמאן זיך פונעםערשטן מודעה, איבערן גרויסן פראטעסט מיש איך ווייטער אינעם צייטונג, און יא עס שטייט מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות.
[align=center]ברוך המקדש שמו ברבים![/align]
[align=center]טויזענטער באטיילונגען זיך
ביים מעמד האדיר מעמד
קידוש השם, אויסשרייענדיג
דעם דבר ד' אנטקעגן
די רשעי ישראל וועלכע...
די פלייץ פון באטייליגטע
איז געדעקט געווארן דורך
אלע גרויסע נייעס סטאנציעס.....[/align]
מיש איך נאכאביסל ביי די קהלישע נייעס שפרינגט מיר ממש פאר די אויגן די בילדער פונעם גרויסן חתונה ביים רבין זאל זיין געזינט
אינטער איינע פון די בילדער ליינט זיך "די טויזענטער באטייליגטע ביים גרויסן חתונה"
דאן האב איך אינאכט גענימען אז דארט ווי מיר האבן באזיכט אנהייב ארטיקל איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אן סטארעדזש פאר בחורים וואס ווען מען ווין אנפילן פארענטשעס דאן... "נישטא קיין סדר הישיבה" מען ברענגט גרויסע טרעילער'ס (אנטשולדיגט באסעס) און מען פאקט וויפיל עס גייט און מען דעלווערט עס צום מעמד האדיר מיט די טויזענטער באטייליגטע....
און ווען מען וויל שיקן א מעסידזש פאר צפון קאריע גייט עס אויך דורך זיי "בחורים אריין אין עס-זַאל ר' נח וויל עפעס זאגן..."
יא יא כחומר ביד היוצר...
נ. ב. איך מיין נישט קיינעם נאר פאר די "דזשויק-אוו-איט"

לעצט פארראכטן דורך גארגארפיק אום דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 2:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- טויגליכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1216
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
- לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- גארגארפיק
- שר האלף
- תגובות: 1732
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
- לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
שכח פאר די חיזיק דער ווייל זעהט אויס ווי דר'וילעם שרייט פון אינצווישן די שורות ווי וואנט מאר אבער וואס קען איך טון אז קיין שרייבער בין איך נישט, איך בין ברוך השם פארנומען על המחי'. און ווען מען האט אן איבריגע מינוט ערלויבט מען זיך צו כאפן א בליק אהער,
לאמיר אפירברענגען לעם לעבעדיגן בערל...
lebediger berel האט געשריבן:אדער אפשר נוצסטו דיין פעדער פאר מער א "צום זאך" באשרייבונג אין די תקופה פון יאר...
תגובה דורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:40 pm
איך טראכט נאך פון עפעס נַאנְיידִיעֶ אזוי טראכנטנדיג כאפ איך זיך אז יעצט איז דאך ממש זמנא קא גרים' (גירסא דיענקתא פונעם ישי... אוי סטארעדזש...) צו רעדן פון בחורים און זייער לעבנס שטייגער. עס קומט דאך היינט פאהר די גרויסארטיגע "חומש סעודה", פאר ווער עס ווייסט נישט [דהיינו ער איז נישט קיין UTA גראדיאירט] קומט פאהר יעדע סוף יאר די בארימטע חומש סעודה, ווי די בחורים מיט זייערע עלטערן מחותנים זיידעס און עלטער זיידעס זיצן בענעזאם און קוועלן פון נחת פארן ענדע פון זמן, פארשטייט זיך יעדער פאר זיינע סיבות אבער א אינטערעסאנטע זאך דארט ערפילן די בחןרים נישט זייערע פאזיציעס און זיצן און ווינקל בשעת די עלטערן וכדומה פילן אן די זאל....
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
- קליינטשיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 755
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm
-
- שר העשר
- תגובות: 14
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:33 pm