האסטו אויכעט געהאט מניעות אויפן וועג צו אומן?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר מאה
- תגובות: 164
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm
האסטו אויכעט געהאט מניעות אויפן וועג צו אומן?
עס איז באקאנט פאר אלע אידן וואס פארן אויף אומן, אז יאר יערליך קומט עס מיט שטארקע מניעות,
לאמיר איך דיר פארציילען וואס איך האב געהאט פאריאר אבער ביטע פארצייל מיר אויך וואס די האסט געהאט
2:00 אזייגער באקום איך א פאון רוף פון א חבר אז מיין פלייט איז געקענסעלט, איך האב געכאפט א טרייסל און די גלידער, אוי וויי וואס טוט מען דא, גיי איך טאקע נישט זיין אין אומן ראש השנה, באשעפער וואס טוט מען דא? שוין חדשים וואס איך גרייט זיך צו פארן אויף אומן תשע"ז, און דא באקום איך אזא פראסק און די טאג וואס איך דארף זיך הייבן
איך האב זיך גענומען קאלן טרעוול אגענטן איינס נאכן צווייטן צו איז נאך דא עפעס פליגערס וואס פארן צום ריכטינג פון אוקריינע פרעג איך זיי, איך האב באקומען הימל שרייענדיגע פרייזן, טאטע פון ווי גייט מען דאס צאלן, אבער איך האב געבוקט א זיץ אין א קעי על עם פליגער אבער ווי אזוי גייט מען אנקומען צום עירפארט ווען דער פליגער דארף זיך הייבן 5:45 און קענעדי עירפארט סאיז שוין יעצט 3:45 נאכמיטאג, אבער איך האב האב נישט געהאט קיין צייטע ברירה און גערופן א טעקסי און זיך ארויסגעלאזט צוזאמען מיט מיין חבר, די ראוד'ס האבן זיך נישט געהאלטן ביים דורכלאזן, 4:30 איז מען נאך געווען נאכן וואשינטאן בריק שוין האלב אויפגעגעבן האלטענדיג א תהלים אין די הענט, די ליפן האבן זיך נישט געהאלטן ביים שאקלען, 4:45 א שעה פאר די פליגער הייבט זיך בין איך נאך געזיצן אויף די ווענוויג עקפרעסוועי, דאסמאל שויל לאחר יואש, זיי לאזן דאך נישט ארויף אינטער א שעה פאר די פלייט הייבט זיך, א געפיל פון פארלוירנקייט האט געשוועבט אין די טיאטא סיענע, און צו אלע צרות איז די דרייווער געווען א מומחה אין שלעכט דרייווען, אפאר מאל האב איך געדארפט אנכאפן מיין נשמה ווען די דרייווער האט באשלאסן אז ער גייט אריינריקן אין זיינע שכנים, 5:00 מיר שטייען אין פארענט פונעם עירפארט צוויי פארצווייפעלטע פארלוירענע אידן, נישט געוויסט צו איך זאל תיקף מאכן די יו טערן אדער זאל איך עס יא געבן א טשענס, איך לויף אריין צו די טערמינעל, און איך טרעף שוין נאך א איד פון די זעלבער פליגער וואס זיי האבן שוין נישט געוואלט אריינטשעקן,
מיר האבן נישט געמאכט די פליגער,
טאטע ווי גיי מער ווייטער, נישטאמעל א בינקעל ווי זיך אראפצוזעצן צו כאפן די פארצוויילטע אטעם, געלאפן צו די ריבאקונג, דע גיי טאלס מי, פאר 7000 דאלער יאא קען העוו א טיקעט, אוי באשעפער וואס טוט מען דא? איך בין געשטראנדעט מיט מיינע פעקלעך די שטריימעל באקס גליטש זיך ארויס פון אינטער מיינע ארעמעס, איך קען עס נישט צוריקכאפן ווייל איך האב ווי א שוטה מיטגעברינגט א גאנצעטע בעקס אנשטאט אלעס פלאצירן שיין און איין גראבע רענצל, אלע מיינע אברים זענען אפגעשוואכט פון די גייסטישע דורכגאנג פון די לעצטע פאר שעה, איך זיך א ליידיגע ארט וו מען קען זיך אפשטעלן בלויז כאפן די מחשבה צו זעהן וואס מיר טוען ווייטער, אבער ווי איך שטיי און ווי איך גיי דרייען זיך 100טער פון די נישט אידישע ממש ווי א פארפלייצונג, ענדליך דערזעה איך זיך אויף די אינטערשטע שטאק פון די עירפארט, זיך געשטעלט ביים ווינקעל ארפגעלייגט די פעקלעך אויף דער ערד, און איך זיך נישט מער און נישט ווייניגער אראפגעזעצט אויף מיין רענצלעך און געגעסן פון די קיפעלעך און געטרינקן אביסל וואסער און געגעבן א לאנגע אטעם פאר די לעצטע צוויי שעה, איך בין כמעט איינגעשלאפן אויפן רענצל פאר איבערנאכט,
וואס גיי מיר טוען דא?
זארג דיר נישט לאמיר געבן א קאל די אגענט און מיר וועלן זעהן וואסערע אפציעס מיר האבן,
מיין חבר האט געקלינגן זיין ווייב זאל קאלן די אגענט מיס לאווי
יא איך שפעטער צוריקקאלן מיט א טיקעט, אבער טאטע וואס מיינט דא שפעטער דא זענען דא צוויי אידן וואס זייער הויט ברענט אפגעשוואכט פון די גאנצער טאג ביז אהער און וויאזוי דעזעהט מען זיך ארויף אויפן פליגער,
ענדליך 7 אזייגער קאלט מיסעס אגענט צוריק אז יא מיר זאלן ארויפגיין צום טערמינל צו דעלטע ווייל און א שעה הייבט זיך אינזער פליגער, אההההההההה ברוך השם פארדעם,

- שר חמש מאות
- תגובות: 928
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
- לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס
על אף וואס די סברה זאגט אז מען גייט דאס אראפנעמען, קען איך זיך נישט איינהאלטן.
איך זאג שוין לאנג, אז די מניעות מצב איז א מורא׳דיגע משונעדיגע פסיכילאגישע זאך, ווייל די מינוט וואס א חסיד הערט פון דעם מושג פון מניעות, נישט קיין נפק״מ וואס געשעהט דערנאך, יהיה מה שיהי׳ איז ער פארכאפט, דהיינו, אויב זיין שוויגער עסט זיך איז דאך א סימן א סאיז א גוטע זאך, ניין? און ווער רעדט נאך אויב זיין ווייב וויל נישט? נאך בעסער, רייט? און אויב זיין טאטע, שווער, מאמע, שוויגער, חברים יעדער זאגט אז ער מאכט זיך נאריש? איז דאך דעס די בעסטע און גרעסטע סיבה צו פארן, והא ראיה אז די שטן לאט נישט און מאכט מניעות (ווען דיין ווייב וויינט אז גיי נישט מיט גאטשעס אויפן קאפ אין גאס איז אויך מניעות? אויך א סימן דיירעקט פון הימל ווי חשוב סאיז?) א דוגמה, ווען סהאט פאר א מינוט אויסגעזעהן אז סקען זיין אז סגייט זיין אפשר א הוריקעין אין ניו יארק, אפשר ר״ה צייט זענען אפאר אידן שוין געשפרינגען דא, אה! מניעות! מחיה!
Now let it rain!

עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
ענה כסיל כאולתו
-
- שר מאה
- תגובות: 164
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1662
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
פרא חסיד, איך גיי דיר פרעגן א קלייניקייט, קענסט האלטן אנדערש, אבער איך האלט אזוי.
פארוואס איז פארן קיין אומאן מער צודרייט ביים שוויגער/טאטע/חברים ווי פארן צו ר' שמעון קיין מירון? פארוואס זאל מען דאס אנקוקן אזוי משוגע?
אפשר ווייל רשב"י איז פארט געווען א תנא? דאן וואס איז מיטן הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק?
איך פארשטיי אויך דעם חילוק, אבער אז דאס זאל זיין אזוי העכסט נארמאל, ווען אומאן אזוי שטארק מאדנע - הלא דבר הוא. לענ"ד אין זה כי אם מניעות.

- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
איסר האטלקי האט געשריבן:פרא חסיד, איך גיי דיר פרעגן א קלייניקייט, קענסט האלטן אנדערש, אבער איך האלט אזוי.

קיינער פארט נישט קיין מירון אויף יו"ט שבועות איבערלאזנדיג די משפחה אינדערהיים, און פארן אויף מירון גיבט נישט דעם מענטש קיין לעיבל.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
פרא-חסיד האט געשריבן:על אף וואס די סברה זאגט אז מען גייט דאס אראפנעמען, קען איך זיך נישט איינהאלטן.
איך זאג שוין לאנג, אז די מניעות מצב איז א מורא׳דיגע משונעדיגע פסיכילאגישע זאך, ווייל די מינוט וואס א חסיד הערט פון דעם מושג פון מניעות, נישט קיין נפק״מ וואס געשעהט דערנאך, יהיה מה שיהי׳ איז ער פארכאפט, דהיינו, אויב זיין שוויגער עסט זיך איז דאך א סימן א סאיז א גוטע זאך, ניין? און ווער רעדט נאך אויב זיין ווייב וויל נישט? נאך בעסער, רייט? און אויב זיין טאטע, שווער, מאמע, שוויגער, חברים יעדער זאגט אז ער מאכט זיך נאריש? איז דאך דעס די בעסטע און גרעסטע סיבה צו פארן, והא ראיה אז די שטן לאט נישט און מאכט מניעות (ווען דיין ווייב וויינט אז גיי נישט מיט גאטשעס אויפן קאפ אין גאס איז אויך מניעות? אויך א סימן דיירעקט פון הימל ווי חשוב סאיז?) א דוגמה, ווען סהאט פאר א מינוט אויסגעזעהן אז סקען זיין אז סגייט זיין אפשר א הוריקעין אין ניו יארק, אפשר ר״ה צייט זענען אפאר אידן שוין געשפרינגען דא, אה! מניעות! מחיה!
Now let it rain!
יעדע מצוה און דבר טוב וואס קומט אן גרינג און אויטאמאטיש איז א דבר אחר לגמרי ווי א זאך וואס קומט אן ביטער שווער און דמים תרתי משמע. יא מניעות איז א געוויסע מתנה..
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:פרא חסיד, איך גיי דיר פרעגן א קלייניקייט, קענסט האלטן אנדערש, אבער איך האלט אזוי.
פארוואס איז פארן קיין אומאן מער צודרייט ביים שוויגער/טאטע/חברים ווי פארן צו ר' שמעון קיין מירון? פארוואס זאל מען דאס אנקוקן אזוי משוגע?
אפשר ווייל רשב"י איז פארט געווען א תנא? דאן וואס איז מיטן הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק?
איך פארשטיי אויך דעם חילוק, אבער אז דאס זאל זיין אזוי העכסט נארמאל, ווען אומאן אזוי שטארק מאדנע - הלא דבר הוא. לענ"ד אין זה כי אם מניעות.
קיינער פארט נישט קיין מירון אויף יו"ט שבועות איבערלאזנדיג די משפחה אינדערהיים, און פארן אויף מירון גיבט נישט דעם מענטש קיין לעיבל.
די צוויי טעג יום טוב מאכט אזא נפק"מ? וויפיל פון וויזניץ פארן צו זייער רבי און דראפן די ב"ב?
פארוואס ליזענסק געט נישט קיין לעיבל און אומאן יא?
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
בלעטל האט געשריבן:אוודאי פארט מען אן משפחה, בפרט די הייליגע טעג, מ'איז אלע יארן געפארן צו רבי'ס אליין.
איך רעד נישט לגבי אלע יארן, איך בין מסביר די חילוק צווישן פארן אויף מירון/ליזענזסק וכו' און פארן קיין אומן.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
- אויבער-חכם
- שר חמש מאות
- תגובות: 722
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
- לאקאציע: בין תנור לכירים
איסר האטלקי האט געשריבן:פרא חסיד, איך גיי דיר פרעגן א קלייניקייט, קענסט האלטן אנדערש, אבער איך האלט אזוי.
פארוואס איז פארן קיין אומאן מער צודרייט ביים שוויגער/טאטע/חברים ווי פארן צו ר' שמעון קיין מירון? פארוואס זאל מען דאס אנקוקן אזוי משוגע?
אפשר ווייל רשב"י איז פארט געווען א תנא? דאן וואס איז מיטן הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק?
איך פארשטיי אויך דעם חילוק, אבער אז דאס זאל זיין אזוי העכסט נארמאל, ווען אומאן אזוי שטארק מאדנע - הלא דבר הוא. לענ"ד אין זה כי אם מניעות.
ווייל ווען ער וויל פארן קיין מירון אין די ווייב זיינעם האט נישט קיין חשק פאר וועכע סיבה זאל נישט זיין, איז א סיבה נישט צו פארן
.
אבער אין אומאן ווערט עס אנגעריפן מיט א לאשינקודעשע ווארט מניעות, איז דאס געט חשק דייקא צו פארן
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 928
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
- לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס
גענאגלט! דאס איז מיין פוינט.אויבער-חכם האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:פרא חסיד, איך גיי דיר פרעגן א קלייניקייט, קענסט האלטן אנדערש, אבער איך האלט אזוי.
פארוואס איז פארן קיין אומאן מער צודרייט ביים שוויגער/טאטע/חברים ווי פארן צו ר' שמעון קיין מירון? פארוואס זאל מען דאס אנקוקן אזוי משוגע?
אפשר ווייל רשב"י איז פארט געווען א תנא? דאן וואס איז מיטן הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק?
איך פארשטיי אויך דעם חילוק, אבער אז דאס זאל זיין אזוי העכסט נארמאל, ווען אומאן אזוי שטארק מאדנע - הלא דבר הוא. לענ"ד אין זה כי אם מניעות.
ווייל ווען ער וויל פארן קיין מירון אין די ווייב זיינעם האט נישט קיין חשק פאר וועכע סיבה זאל נישט זיין, איז א סיבה נישט צו פארן
.
אבער אין אומאן ווערט עס אנגעריפן מיט א לאשינקודעשע ווארט מניעות, איז דאס געט חשק דייקא צו פארן
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
ענה כסיל כאולתו
- בוחר בשירי זמרה
- שר האלפיים
- תגובות: 2627
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm
ווידער די ברסלב איבערקערעניש
איך וואלט פארגעשלאגן אז וועם ברסלב קרענקט, זאל מתחלתו נישט עפענען אריינצוקוקן דא
פארוואס שליסן דעם אשכול נאך איידער אנפולן אפילו 1 בלאט?

איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:ווידער די ברסלב איבערקערעניש
איך וואלט פארגעשלאגן אז וועם ברסלב קרענקט, זאל מתחלתו נישט עפענען אריינצוקוקן דא
פארוואס שליסן דעם אשכול נאך איידער אנפולן אפילו 1 בלאט?
ברסלב איז איין זאך, שטיפן יענעם אין נאז ברסלב'ע פראפאגאנדע איז א צווייטע זאך.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
-
- שר האלף
- תגובות: 1069
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
צום קעפל: יא איך האב געהאט מניעות!
מיין טאטע'ן זז"ג שמעקט עס נישט, אויך נישט מיין מאמע זז"ג, מיין בני בית וועט אויך נישט זיין צופרידן, און אויך נישט מיינע קינדער.
אבער דער עיקר מניעה איז געווען, אז איך ווייס אז דאס איז אקעגן אונזער מסורה, דאס איז א נייע זאך ביי אונזערע קרייזן, בלויז מיט אביסל מער ווי הונדערט יאר צוריק, האט כלל ישראל וואס איז באשטאנען פון הונדערטער טויזענטער וואס האבן געוואוינט אויף פיל נאנטערע שטרעקעס צו אומאן, נישט אהין געשיקט מער ווי עטליכע הונדערט וואס טייל פון זיי זענען געווען פון די שברי שברים פון די עטליכע שטעט ארום אומאן פון וואו זיי זענען געקומען, גרים און בעלי תשובה וכד', אביסל שפעטער האבן די ברסלב'ער טריאומפירט און אויפגעלעבט, ווען עס האט זיך געשאפן א שטיקל באוועגונג אין פוילן וואס האט געברענגט נאך עטליכע צענדליג אדער הונדערט, אבער גאנץ כלל ישראל בראשות גדוליהם וצדיקיהם, אין אלע געגענטער און קרייזן, וואס האבן דעמאלט זיך געציילט אין די מאסן, איידער די צווייטע וועלט קריג, און נאכמער איידער די ערשטע, די אלע האבן נישט געהאלטן דערפון, (אפילו די וואס האבן יא עוסק געווען אין ספרי ברסלב).
מען איז ניטאמאל ארויס א מערכה אקעגן, צוליב וואס עס איז געווען אזוי מינדערוויכטיג און אזוי נישט פאפולער, דאס אלעס איז מיין גרעסטע מניעה נישט צו גיין, כאטש וואס איך בין עוסק גאנץ אסאך אין ספרי ר' נחמן זצ"ל מברסלב, אבער מיין מסורה און קבלה איז ביי מיר זייער שטארק, וועלנדיג געבן פאר מיינע א מעסעדזש, אז מען קען נישט לויפן נאך געפילן, אז נישט היינט איז אומאן, מארגן איז נ נח, איבער-מארגן איז משיח'יזם, קבלה'יסטן, באבא'ס, קולט'ס, וכו' וכו'.

אם לא עכשיו אימתי
אויבער-חכם האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:פרא חסיד, איך גיי דיר פרעגן א קלייניקייט, קענסט האלטן אנדערש, אבער איך האלט אזוי.
פארוואס איז פארן קיין אומאן מער צודרייט ביים שוויגער/טאטע/חברים ווי פארן צו ר' שמעון קיין מירון? פארוואס זאל מען דאס אנקוקן אזוי משוגע?
אפשר ווייל רשב"י איז פארט געווען א תנא? דאן וואס איז מיטן הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק?
איך פארשטיי אויך דעם חילוק, אבער אז דאס זאל זיין אזוי העכסט נארמאל, ווען אומאן אזוי שטארק מאדנע - הלא דבר הוא. לענ"ד אין זה כי אם מניעות.
ווייל ווען ער וויל פארן קיין מירון אין די ווייב זיינעם האט נישט קיין חשק פאר וועכע סיבה זאל נישט זיין, איז א סיבה נישט צו פארן
.
אבער אין אומאן ווערט עס אנגעריפן מיט א לאשינקודעשע ווארט מניעות, איז דאס געט חשק דייקא צו פארן
הייסט ווען א פארברענטע (.....) חסיד, וויל שטארק פארן אויף ימים נוראים צום רבי'ן, סטאפט ער אויב זייין שטוב האט נישט חשק, אודאי
וויל זיין גוט האט געשריבן:צום קעפל: יא איך האב געהאט מניעות!
מיין טאטע'ן זז"ג שמעקט עס נישט, אויך נישט מיין מאמע זז"ג, מיין בני בית וועט אויך נישט זיין צופרידן, און אויך נישט מיינע קינדער.
אבער דער עיקר מניעה איז געווען, אז איך ווייס אז דאס איז אקעגן אונזער מסורה, דאס איז א נייע זאך ביי אונזערע קרייזן, בלויז מיט אביסל מער ווי הונדערט יאר צוריק, האט כלל ישראל וואס איז באשטאנען פון הונדערטער טויזענטער וואס האבן געוואוינט אויף פיל נאנטערע שטרעקעס צו אומאן, נישט אהין געשיקט מער ווי עטליכע הונדערט וואס טייל פון זיי זענען געווען פון די שברי שברים פון די עטליכע שטעט ארום אומאן פון וואו זיי זענען געקומען, גרים און בעלי תשובה וכד', אביסל שפעטער האבן די ברסלב'ער טריאומפירט און אויפגעלעבט, ווען עס האט זיך געשאפן א שטיקל באוועגונג אין פוילן וואס האט געברענגט נאך עטליכע צענדליג אדער הונדערט, אבער גאנץ כלל ישראל בראשות גדוליהם וצדיקיהם, אין אלע געגענטער און קרייזן, וואס האבן דעמאלט זיך געציילט אין די מאסן, איידער די צווייטע וועלט קריג, און נאכמער איידער די ערשטע, די אלע האבן נישט געהאלטן דערפון, (אפילו די וואס האבן יא עוסק געווען אין ספרי ברסלב).
מען איז ניטאמאל ארויס א מערכה אקעגן, צוליב וואס עס איז געווען אזוי מינדערוויכטיג און אזוי נישט פאפולער, דאס אלעס איז מיין גרעסטע מניעה נישט צו גיין, כאטש וואס איך בין עוסק גאנץ אסאך אין ספרי ר' נחמן זצ"ל מברסלב, אבער מיין מסורה און קבלה איז ביי מיר זייער שטארק, וועלנדיג געבן פאר מיינע א מעסעדזש, אז מען קען נישט לויפן נאך געפילן, אז נישט היינט איז אומאן, מארגן איז נ נח, איבער-מארגן איז משיח'יזם, קבלה'יסטן, באבא'ס, קולט'ס, וכו' וכו'.
ס'דא מער שטותים דא ווי ווערטער... גרים מיט בעלי תשובה.. חחח
אוייייייי...!! מיין הארץ פלאכעט פון געגיעים און כיסופין אין ממש געציילטע טעג גיימיר זיך זעהן מיט מיין באליבטע לעבעדיגע הייליגע רבי איך קען עס נישט אויסהאלטן, איך וויל שוין דארט זיין, איך קען שוין נישט שלאפן ביינאכט מיין הארץ קלאפט אזוי שנעל, ווי א קליין קינד וואס גייט פארן צי א טריפ מארגן, אוי.. ווען איך טראכט פון דיר הייליגער רבי ווערט מיר ווארעם און אלע ביינער, אזא רבי ! די קערסט עכט פאר מיר, אזא ליבשאפט צי מיר! די קריכסט אריין אין אלע מיינע געפילן אין און אלע קנייטשין פון מיין הארץ אין מוח, אוי רבי ש השנהאיך האב דיך עכט ליעב , איך גיי זיין לעבן דיר פאר שעות שעות שעות רעדן צי דיר מיין גאנצע הארץ אין נשמה, אין די גייסט מיך גיט אויסהערן אין מיטפיעלן מיט מיר אין מיר ענטפערן און מיך פירען אויפן דרך הישר אוי איך קען נישט ווארטן דיך צי זעהן.....
פרעג איך ענק חבירים היקרים... רירטס נאר אהן א ברסלבער הארץ פאר ראש השנה סבאכעט אווי א בעל עבירה אין אווי א (נישט חסידישע) חתן , אין לשער ואין לספר, נודע בשערים בעלה....

ס'גווען א פייגל וואס האט געלייגט גאר אסאך אייער אבער ער האט גיהאט א קליינעם נעסט, ני וואס זאל ער טון מיט אזויפול אייער ווי פלאצירט מען אלע? האט ער גענימן זיינע אייער און זיי אריין געלייגט אין אנדערע פייגלעכ'ס נעסטן אין די אנדערע פייגל זענען געזצן אויף זיי ביז זיי האבן געהעטשט אין סאיז געבוירן נייע פייגל. די אריין גשמוגלטע פייגלעך האבן געשפירט טיף אינסייד אז זיי זענען נישט די זעלבע ווי זייערע געשוויסטער אבער האבן זיך אנגעשטרענגט צי זיין די זעלבע.. ויהי היום דער גרויסער שמאגל פויגל פליט אדורך די נעסטן און שרייט מיט זיין אייגענארטיגן קול אין ווען די (אויפגעהאדוועטע) קליינע פייגל דערהערן דעם קול ווערן זיי אינגאנצן מרוגש אין פליען נאך זייער עכטן מאמע אפילי זיי וייסן נישט וואס סהאט זיי גיכאפט, אזויווי א טויבער קיקט אהן דעם וואס טאנצט אויף איבערנעמנדע מוזיק...ודי ודוק
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 928
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
- לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס
בלעטל האט געשריבן:אויבער-חכם האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:פרא חסיד, איך גיי דיר פרעגן א קלייניקייט, קענסט האלטן אנדערש, אבער איך האלט אזוי.
פארוואס איז פארן קיין אומאן מער צודרייט ביים שוויגער/טאטע/חברים ווי פארן צו ר' שמעון קיין מירון? פארוואס זאל מען דאס אנקוקן אזוי משוגע?
אפשר ווייל רשב"י איז פארט געווען א תנא? דאן וואס איז מיטן הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק?
איך פארשטיי אויך דעם חילוק, אבער אז דאס זאל זיין אזוי העכסט נארמאל, ווען אומאן אזוי שטארק מאדנע - הלא דבר הוא. לענ"ד אין זה כי אם מניעות.
ווייל ווען ער וויל פארן קיין מירון אין די ווייב זיינעם האט נישט קיין חשק פאר וועכע סיבה זאל נישט זיין, איז א סיבה נישט צו פארן
.
אבער אין אומאן ווערט עס אנגעריפן מיט א לאשינקודעשע ווארט מניעות, איז דאס געט חשק דייקא צו פארן
הייסט ווען א פארברענטע (.....) חסיד, וויל שטארק פארן אויף ימים נוראים צום רבי'ן, סטאפט ער אויב זייין שטוב האט נישט חשק, אודאי
איך ווייס נישט וואס ליגט באהאלטן אין (.....) אבער רובא דרובא מענטשן וועלן זיך צוריקהאלטן פון טוהן אזא זאך אויב די בני בית ווילן נישט.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
ענה כסיל כאולתו
איך בין נישט קיין ברעסלעווער און קיין אומאן פלאן איך נישט צו פארן, אבער איך בין נייגעריג אויב פאר מתן תורה ביי מצוות פרישה האבן זיך אויך געיאוועט ניקים וועלכע האבן פארפירט הלמאי, מען לאזט איבער דאס ווייב אויף 3 טעג אין וויסטן מדבר מיט 3 פאר זעקסלינגען אינדערהיים.
נישט ח"ו קיין צושטעל פון משה רבינו צו רבי נחמן און אוודאי קומט ר"ה בכלל נישט נאנט צו מתן תורה, אבער ווען א מענטש גלויבט באמת אין א געוויסע צדיקס דרך, ער שפירט ווי דאס איז איהם מקרב צו עבודת השם, און ער גלויבט אז דער צדיק האט געוואלט מען זאל זיין ביי איהם אויף ראש השנה, איז יא אויטאמאטיש אלע שטרויכלונגען אין וועג פשוט און פראסט מניעות.
שטעלט אייך פאר א איד האט א שווערע משפט, ער גרייט זיך חדשים מיט די גרעסטע אדוואקאטן, ענליך די טאג פון משפט שטייט ער אויף פארטאגס גרייט זיך ארויסצולאזן ווען זיין ווייב בעט איהם "חנה'לע פילט זיך נישט גוט, אפשר דאך גייסטו נישט ארויס היינט? ודי

אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......