הונגרי האט געשריבן:יש דיסק/הקלטה של נוסח ימים נוראים של מודזיץ?
כפי ידיעתי, ניין.
עס איז דא פון אמרי אש זצ"ל א רעקארדינג פון א' דסליחות.
אויף "ובשופר גדול" מיט "בראש השנה יכתבון" איז דא א קביעות'דיג (כך שמעתי מהם) מעין נוסח-ניגון, איך האב עס פון ר' בן ציון ז"ל, איך וועל טרייען עס אפיר זוכן און אהער ברענגען.
אויך איז דא אויף "סלח נא לעון העם הזה" וואס מען זאגט נאך "ונסלח" ליל יה"ק נאך כל נדרי, א מעין תנועה פון דברי ישראל זצ"ל - עס 'רייסט שטיקער', וועלן מיר דאס אי"ה שפעטער אויך שטעלן.
הערה.
"ובשופר גדול" האמור כאן איז נישט די רעקאדירטע אויף "מוזדיץ חי"
עצה טובה,
ס'איז דא א איד מיטן נאמען רַמִי שַׁׁי, (שוין גערעדט וועגן אים דא איינמאל), די לעצטע יאהרן זייט ר' בן ציון ז"ל איז שוין נישט געוועהן בכח צו דאווענען אלע תפילות, האט ער געדאווענט פארן עמוד אין מאדזיץ.
די מאדזשיצער אידן זענען זייער צופרידן פון אים "ער האט דאס ריכטיג אויפגעכאפט" האט מיר אמאהל דארט א איד געזאגט, ר' בן ציון ז"ל האט מיר אויך געזאגט אז ער איז "גוט".
ער זאגט עכט גוט, מיט הארץ, און זייער פונקטליך מיט א שטארקע נאמנות צו מאדזשיץ.
איר קענט זיך מיט אים פארבינדן אויב וועט ער האבן צייט/געדולד/כח/וכו', וועט איר האבן דעם מאדזשיצער דאווענען מיט אלע 'מפרשים'