זבחי צדק האט געשריבן:איך טראכט שוין לאנג איז דען טאקע היינט נאך נוגע די אלע ערעורים אויף די א"י'דיגע אתרוגים וואס מרן זצ"ל שרייבט געגן זיי? די לעצטערע יארן האט מען אסאך משפר געווען, און אויך געברענגט גידולים פון אנדערע מדינות אהין, אלזא איז דער טעם פון 'מורכב' נישט אזוי רעלעוואנט ווידער, די טענה פון אין מוציאין פירות, איז דאך אויף אלע א"י'דיגע פרודקטן, וואס עפעס איז די רעש נאר אויף א"י'דיגע אתרוגים [בזמן ווען מרן האט געשריבן די תשובה, האט מען נאך נישט געברעגנט אזויפיל א"י'דיגע פראדוקטן ווי מען ברענגט היינט], סי'ז כמעט נישטא קיין סאטמארע אידן וואס זענען נזהר א גאנץ יאר נישט צו עסן קיין א"י'דיגע פרודוקטן
עס מיינט אז אויב מען וויל נישט ניצען גארנישט פון ארץ ישראל קען מען נישט ניצען גפען אוסם תנובה עלית הדר אין נאך אסאך קאמפעניס
דער איסור איז בלויז אויף פירות ארץ ישראל, די שבעת המינים. נישט אויף אלע פראדוקטן.
א פרישע מעשה, אייגענע חידוש? וואס איז אן אתרוג? פון די שבעת המינים??? זייט ווען צווייטנס, נניח כדבריך, די אלע דערמאנטע קומט אריין כאטשיג אינגרידיענטס פון א"י פירות
די גמרא אין ב"ב רעדט פון פירות שיש בהם אוכל נפש כגון יינות ושמנים, די שאלה צו אתרוג בכלל צו נישט מחלוקת, די משנה אין שביעית רעדט פון פירות שמיטה ובזה איז אתרוג זיכער בכלל
אוהב ספרים האט געשריבן:ווען דער רבש"ע האט געזאגט פאר משה רבינו ולקחתם לכם פרי עץ הדר האט ער אים געוויזען א יאנעווער,
יאנעווע איז דאך אין איטאליא, וואס איז באשאפן געווארן ווען שלמה המלך האט חתונה געהאט, איז געקומען מלאך גבריאל און נעץ קנה בים ?
איינער פריער האט שוין געפרעגט די קשיא, עיי' חזון איש אבהע"ז סי' ה'
אין קובץ אור ישראל, תשרי תשס"ג, איז דא א מאמר נפלא פונעם בעל נטעי גבריאל שליט"א, מיט א היקף'דיגע ליקוט איבער אתרוגים, בפרט טאקע דער יאנעווער, און אלע מסורת וקבלות דערוועגן, אינקלאדינג די קשיא.
ווערעצקי האט געשריבן:אינטערעסאנט, ווער האט דאס געהערט פונעם בעל התניא? וואס איז די מקור דערויף? חוץ דאס וואס דער לעצטער ליובאוויטשער רבי רמ"מ האט אזוי נאכגעזאגט, ווער נאך ווייסט דערפון?
עטליכע מראי מקומות פון אינעווייניג:
א. רשימת הרב"ש פון ר' ברוך שניאור, וואס האט עס געהערט פון זיין זיידן דער צמח צדק תרע"ו, אז דער בעל התניא האט עס נאכגעזאגט פון בעש"ט גאר. ב. בספר המאמרים תשי"א פונעם ריי"ץ סוכות תש"י, נאכגעזאגט בשם אביו הרש"ב זצ"ל. ג. שמועות וסיפורים להג"ר רפאל כהן בשם הג"ר יעקב לאנדאו אב"ד בני ברק, מגדולי תלמידי הרש"ב, וואס ער האט עס געהערט פון זיין רבי'ן דער רש"ב.
פון די אנדערע זייט שרייבט א תלמיד פון בעל התניא אליינס (כ'געדענק נישט די נאמען פון ספר, ער איז געווען א זיידע פאר רמ"מ) אז קבלה בידיו פון בעל התניא אז מ'זאל נעמען יאנעווע אתרוגים ווייל...... ס'נישט מורכב.....
Get your facts first, then you can distort them as you please.

וואס איז די סתירה? ער האט דאס געהערט איינער האט געהערט מער פון דעם.

מיינט צו זאגן, אז וויבאלד ס'איז זייער אן אינטערסאנטער מימרא, ממילא אויב זעהט מען נישט אין ספרי בעל התניא ותלמידיו קיין ווארט דערוועגן, אדרבה מ'זעהט גאר אן אנדערע נקודה, איז משמע אז די מימרא איז צריך בדיקה אחריו.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
איך האב פריער געברעגנט ווי אן אייניקל שרייבט פון צמח וואס ער האט געהערט פון זיידן, און א תלמיד פונעם רש"ב - הגר"י לאדאו.
האבן מיר נאכגעקוקט וואס דער אייניקל ר' ברוך שלום שרייבט, אין רשימות הרב"ש דף קמ"ט. דאס איז פון מוצש"ק מוצאי יו"כ תרע"ו, ביים רש"ב זי"ע, וז"ל: ואחר כך היה הסיפור מענין האתרוג, ואמר שכ"ק רבינו הזקן נ"ע זיע"א אמר בפירוש, שבבית המקדש היו נוטלים אתרוג דוקא יאנווער קאלאברער, והוא המהודר מכולם, עכ"ל. אלזא, דער אייניקל שרייבט וואס ער האט געהערט פונעם רש"ב, נישט פונעם צמח צדק, בשם דעם אלטן רבי'ן התניא זי"ע, אז וואס? אז אין בית המקדש - נישט ביי משה רבינו אין מדבר, האט מען גענומען דוקא יאנעווער אתרוגים. יעצט האבן מיר שוין נאך א סתירה צו די אויבנדערמאנטע מימרא.

זייער גוט, איידער דו שרייסט אזוי הויך... כאפ א בליק איין עמוד נאכדעם, דף ק"נ. וואס ער האט געזאגט יענעם יאר ב' סוכות תרע"ו.
גערעכט! ז"ל שם: ומענין אתרוג דיבר עוד כ"ק שליט"א ביום ב' דסוכות בעת הסעודה שהבעש"ט אמר: בשעת שאמר הקב"ה למשה רבינו ע"ה מהמצוה דולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר כו' הי' דוקא על יאנווער קאלאברער שהביאו משם למדבר וזהו עיקר מצותו עכ"ל. אלזא, יעצט האלט עס אזוי, אז דער בעל התניא האט געוואוסט אז אין ביהמ"ק האט מען דאס גענוצט. און דער בעש"ט הק' האט גאר געזאגט אז אין מדבר האט מען שוין געברענגט אתרוגים פון איטליא. דארף מען אלזא וויסן, פון וואו האט דער רש"ב געהערט דעם מימרא פונעם בעש"ט, בשעת וואס פונעם בעל התניא האט ער דאס לכאורה נישט געהערט, ווייל דער בעל התניא זאגט דאך נאר אין בית המקדש? און צווייטענס, פארוואס האבן אלע תלמידי הבעשטה"ק נישט געוואוסט פון דעם מימרא?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
עס איז מעגליך אז דער בעל התניא נאכגעזאגט פון בעל שם טוב, נאר דער תלמיד האט נישט ריכטיג אויפגעכאפט אדער דער רש"ב נישט ריכטיג נאכגעזאגט. די איבריגע מקורות אויף דעם מימרא פון רש"ב זאגט ער עס יא נאך פונעם בעל התניא.