רבי משה נתן נטע לעמבערגער זצ״ל - ממאקאווא - תרס״ט - כ’ חשון תשמ״ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי משה נתן נטע לעמבערגער זצ״ל - ממאקאווא - תרס״ט - כ’ חשון תשמ״ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

כבוד קדושת מרן הרב הגאון הצדיק חסידא ופרישא
רבי משה נתן נטע לעמברגר זצ״ל
גאב״ד ור״מ מאקאווא
קרית אתא

נולד לאביו הגה״צ רבי מנחם מענדל זצ״ל אב״ד טיסא פאלגאר בחודש תמוז שנת תרס״ט.

וקרא שמו בישראל משה נתן נטע ע״ש זקינו אבי אמו הגה״צ רבי משה נתן יונגרייז בן מרן ה״מנוחת אשר״ מטשענגער זצ״ל.

רבו המובהק וקנין התורה:
אנגעהויבן זיין אייביגער דביקות בתורה איז געווען ביי זיין טאטען אין די ישיבה אין פאלגאר, שפעטער בימי בחרותו איז ער געגאנגען לערנען אין די בארימטע ישיבה פונעם מהרש״ג און סעמיהאלי, דארט איז ער געווארן דבוק בלב ונפש אין רבו המובהק פון וועמען ער האט קונה געווען רוב חכמתו ודרכו הלימוד מתוך עיון צו פארשטיין יעדע סוגיא על בוריו בשכל וסברא ישרה לאמיתו של תורה ועל מנת לשמור ולעשות ולקיים. נישט נאר דעם דרך הלימוד בסוגיא ובפולפול האט ער גענומען פון זיין רבין נאר אויך די קנינים שהתורה נקנית בהם זיין געוואלדיגע התמדה בלימוד האט ער אויך קונה געווען דארט ביי זיין רבין אין סעמיהאלי וואס פון דאן איז געווען ביים רב כל ימי חייו איין חתיכה אחת של לא פסוק פומיה מגירסא, ומשים ימים כלילות און לימוד התורה אפי׳ מתוך הדחק ומתוך צער איז די תורה הק׳ געווען זיין איינציגסטער מנוחת הנפש, און געלערנט תורה מיט די זעלבע חיות און די זעלבע שמחת התורה מיטן כח החידוש שבה כל יום עד יומו האחרון.

אויך יעדע הנהגה ועובדא מרבו הגדול האט ער זיך מתעמק געווען צו פארשטיין און אפלערנען דעם טיעפקייט הדבר, ביז עס איז געווארן נפשו קשורה בנפשו מיט זיין רבין אזוי אז ביז יומו האחרון האט ער געקאכט מיט זיין רבי׳נס תורות און חידושים עס איז נישט דורך א טאג וואס ער זאל נישט בויען עפעס א דבר חידוש בתורת רבו, און זיין גאנצער מהות איז געווען אריינגעטון צו גיין ע״ד רבו, אזוי ווייט אז ביי די פטירה פונעם מהרש״ג האבן די תלמידים געזהן אין אים ממש א דוגמא פון זייער רבין און ווען ער איז דאן צוריק לבית אביו האט ער געפענט א ישיבה במחיצת אביו האבן זיי אים געקרוינט פאר זייער וועג ווייזער אויף ווייטער נאך זייענדיג א בחור צעיר לימים.

זיין רבי דער מהרש״ג פלעגט זיך אויסדריקן אויף אים ״אם נטע בתוכינו... דאן וועט זיין הוא יפתח ליבינו בתורתו!

די רב האט זיך אמאל אויסגעדריקט אין די שפעטערע יארן אז די איין זאך קען ער אויף זיך מעיד זיין אז ער האט זוכה געווען יורד צו זיין לעומק דעתו של רבו המהרש״ג בכל דבר הלכה...

ער פלעגט צומאל פארן להרה״ק רש״א מראצפערט זי״ע און צו די רבי פון אונגארן הרה״ק רבי ישעי׳לע מקרעסטיר זי״ע להסתופף בצילם הק׳, אבער עיקר רבו שממנו למד תורה וחסידות ועבודת ה׳ איז געווען המהרש״ג.

על כן שם העיר; בעיר מאקאווא:
בשנת תרצ״ד נאך זיין חתונה מיט בת הגה״צ רבי אפרים ראזענפעלד זצ״ל אב״ד סענדרא, וחתן הגה״ק רבי משה פארהאנד זצ״ל - אב״ד ור״מ מאקאווא האט ער זיך באזעצט בצל זיין גרויסן זיידן אין מאקאווא און איז געווען זייער חביב ביים זיידן אין דארט אין מאקאווא איז שטארק מפורסם געווארן דעם רב׳ס חלק הפסק וההוראה וביתו נעשית לתל תלפיות ווי ער איז געווארן אויפגענומען לשרת בקודש כדיין ומורה צדק. אויך האט אים די זיידע ממנה געווען ארויסצוהעלפן בהנהגת הישיבה ווי ער האט פארגעלערנט טעגליכע שיעורים, און משפיע געווען מהודו על צעירי הצאן.

אנהייב יאר תש״ד איז חו״ז נסתלק געווארן לחיי העולם, און דאן בעת מסע ההלויה האט מען אויפגענומען דעם ״עטרת משה״ פאר אב״ד ור״מ מאקאווא. אבער ליידער גלייך דערויף איז אנגעקומען די מלחמה צייטן און ער איז פארטריבן געווארן צוזאמען מיט זוגתו הרבנית הצ׳ למחנות העבודה (דער מאקאווא רב שרייבט אראפ זיין השתלשלות הדברים בעת המלחמה בטוב טעם בקונטרס ״כלי גולה״)

נאכן קריג איז ער צוריק צו די שטאט מאקאווא ווי ער האט געדינט אלס רב און געשטאנען צו די האנט פון די אודים מוצלים מאש.

תהלה בארץ:
בשנת תשי״ב איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט קודם בירושלים און בעצת הצדיקים מגור ומבעלזא איז ער געגאנגען זיך באזעצן אין ״כפר אתא״ היינט ״קרית אתא״ ווי ער האט משכלל געווען און מייסד געווען קהילת מאקאווא און געפענט זיין ישיבה ״נחלת משה״ ווי דער רב איז געשטאנען אין שפיץ אלס ר״מ מיט די טעגליכע שיעורי תורה פאר די בחורי חמד בכל מקצועות התורה.

די תלמידים פארציילן אז מיט זיינע שיעורים סיי בגמ׳ תוס׳ והראשונים, סיי בהלכה שולחן ערוך האט דער רב פאר זיי אריינגעשיינט אן אור מופלא מיט זיין אהבת התורה ובמהלך הלימוד מיט זיין חיות ושמחת התורה, און נאר צו זיין במחיצתו האט עס געברענגט צו יראת ה׳ טהורה וואס האט באגלייט ווי א נר תמיד להם.

כי אם בתורת ה׳ חפצו:
דער מאקאווער רב איז געווען א אדם גדול בענקים א מהות פון אן אמאליגער אונגארישער רב מיטן גאנצן פּראכט און גלאנץ א גדול מובהק בהוראה וגדול בכל מכמני התורה א מתמיד עצום יעדע רגע איז געווען מיט א חשבון, תמיד האט מען אים געזהן נאר שקוע בלימוד, זיינע שיעורי תורה איז געווען מיט א געוואלדיגע בקיאות און חריפות בכל חדרי התורה. הניח ברכה בספריו הק׳ בכל מקצועות התורה והמה נדפסים בספרי ״עטרת משה״ ועוד.

כי בך חסיה נפשי:
זיין התמדת התורה איז געווען געבינדען מיטן צוגאב פון נאך א רינגל אין זיין דביקות בה׳ מיט די מהות פון עבודה.
בעת שקוע בלימודיו האט מען שטענדיג געזהן דעם רוח ה׳ חופף עליו ווי ער איז דבוק ביוצרו. און אזוי ביי יעדע הנהגה בין במחשבה בין בדיבור בין במעשה איז ער געווען א מתנהג בקדושה בחסידות ופרישות, אבער אלעס האט אויסגעקוקט בסדר העולם נישט ארויסשטארענדיג מיט קיין באזונדערע עבדות׳דיגע הנהגות, כאטש וואס דער רב האט מען כמעט נישט געזעהן ביי גשמיות׳דיגע ענינים אפי׳ ווי עסן און שלאפן דאך האט מען דאס נישט באמערקט ביי אים איז אלעס געווען אויסגעשטעלט מיט אן אופן פון מכסה טפח וטפחיים אן לאזן וויסן יעדעם פון זיינע הייליגע התנהגות בחסידות ופרישות.

כל ימיו פונעם מאקאווער רב זצ״ל איז געווען איין חטיבה אחת פון התעלות בקדושה עילאה ועמל בתורה הק׳ בלי הרף מיט יגיעה ופרישות, און איבעראל איז געווען בארימט און מפורסם גודל צדקתו וכח תורתו.

נסתלק ביום שב״ק פ׳ וירא כ׳ לחודש חשון תשמ״ג לפ״ק
והובא למנוחה בעיר מגוריו קרית אתא.

בנו מ״מ כ״ק הגה״צ המפורסם חו״פ רבי שמעון לעמברגר שליט״א - גאב״ד מאקאווא.

יתר בניו:
רבי אפרים ז״ל, אב״ד מאקאווא ארה״ב
רבי אברהם יחיאל ז״ל רב הקהלה בני ברק
רבי מנחם מענדל ז״ל - רב הקהילה בירושלים
יבלחט״א, רבי אשר אנשיל שליט״א - רב הקהלה באלעד
רבי מאיר שלמה שליט״א - רב הקהלה באשדוד
לעצט פארראכטן דורך רבניש אום מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 8:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

קיין סך איז נישטא צו זעהן ערגעץ די קורות חייו אדער תולדות פונעם מאקאווער רב זצ״ל. (חוץ אויב איז דא עפעס א פנימי ספר ממוסדות מאקאווא)
אפי׳ אין די תולדות בתוך ספרו ״עטרת משה״ ליינט מען נישט קיין סך ארויס כאטש וואס די בלעטער דארט ציעהן זיך דווקא יא לאנג... סזאגט און זאגט און זאגט גארנישט.

ע״כ איז דער פתיחת האשכול איבער דעם אדם גדול ורב מפורסם בקדושתו, גדול בתורה ביראה וחסידות, אביסל רויע.

ווער עס איז מער באקאנט יבוא ויגיב.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

כמדומה שהיה חסיד נלהב של מוהר״א מבעלזא זצוק״ל.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

shalsheles האט געשריבן:כמדומה שהיה חסיד נלהב של מוהר״א מבעלזא זצוק״ל.

למה לא. אבל מסתם רק לאחר שעלה לא״י בשנת תשי״ב, כי באונגארן היה חסיד רש״א כנ״ל איך גלויב נישט ער איז געפארן צונעם פון אונגארן

ובאמת ובכלל איז נישט שייך צו זאגן אויפן מאקאווער רב אז ער איז געווען א חסיד פון דעם אדער יענעם, ווייל ער האט זיך מכניע געווען צו יעדן רבין גרויסע און קלענערע כעבדא קמא מרי און געגאנגען ממש איבעראל יונק זיין.

אזוי ווי עס פירט עס זיך בנו מ״מ הגאב״ד מאקאווא שליט״א.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

דא איז דא א בילד פון אים.
viewtopic.php?t=15484
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

המבשר פר' וירא תשע"ג על גאב"ד מאקאווא זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

1#
1.jpg
1.jpg (415.87 KiB) געזען 4760 מאל
לעצט פארראכטן דורך יום זה מכובד אום מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 5:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

2#
2.jpg
2.jpg (492.48 KiB) געזען 4760 מאל
לעצט פארראכטן דורך יום זה מכובד אום מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 5:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

3#
3.jpg
3.jpg (564.81 KiB) געזען 4760 מאל
לעצט פארראכטן דורך יום זה מכובד אום מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 5:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

4#
4.jpg
4.jpg (514.93 KiB) געזען 4760 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אה ישר כח ענדליך עפעס איבער אים.

כווייס נאר נישט מיט דעם המבשר קען זיין דער קעפל זאגט טאקע מאקאווא אבער דער אינהאלט איז גענומען פון לעלוב...
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

הרב ממאקאווא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ביי די חתונה פון בנו מ״מ הגאב״ד מאקאווא שליט״א
דער שווער פונעם מאקאוואר רב שליט״א הגה״צ רבי אלחנן האלפרין זצ״ל
דער בחור וואס שטייט קוקט אויך אויס איינע פון רבי אלחנ׳ןס זון
אטעטשמענטס
IMG_0157.JPG
IMG_0157.JPG (669.66 KiB) געזען 4747 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי משה נתן נטע לעמברגר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

נאך פון די חתונה
אטעטשמענטס
RenderedContent-392095E3-581B-4F52-BAE2-841C2B9E9309.JPG
RenderedContent-392095E3-581B-4F52-BAE2-841C2B9E9309.JPG (97.91 KiB) געזען 4747 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

בתר רישא אזלינן;

דער אינהאלט פונעם אנהייב אשכול איז ניתוסף און פארבעסערט געווארן מיט די פרישע חומר וואס ״יום זה מכובד״ האט צוגעברענגט יישר חילו!
לעצט פארראכטן דורך רבניש אום מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 1:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

הרב ממאקאווא זצוק״ל בעת אפיית המצות

מזעהט שני מבניו
אטעטשמענטס
IMG_0070.JPG
IMG_0070.JPG (129.25 KiB) געזען 4719 מאל
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

די בילד איז שוין אויך אין די המבשר באשרייבונג
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:ביי די חתונה פון בנו מ״מ הגאב״ד מאקאווא שליט״א
דער שווער פונעם מאקאוואר רב שליט״א הגה״צ רבי אלחנן האלפרין זצ״ל
דער בחור וואס שטייט קוקט אויך אויס איינע פון רבי אלחנ׳ןס זון

לינקס פון רבי אלחנן זיצט גאב"ד ליעזש זצ"ל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

חמרא טבא האט געשריבן:

דער טאטע פון לעיזשער רב אין לאנדאן מייזליש?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:[align=center]כבוד קדושת מרן הרב הגאון הצדיק חסידא ופרישא
רבי משה נתן נטע לעמברגר זצ״ל
גאב״ד ור״מ מאקאווא
קרית אתא
[/align]
בנו מ״מ כ״ק הגה״צ המפורסם חו״פ רבי שמעון לעמברגר שליט״א - גאב״ד מאקאווא.

ll.jpg
ll.jpg (46.27 KiB) געזען 4695 מאל

o.jpg
o.jpg (94.08 KiB) געזען 4695 מאל

מעניני דיומא
Cs74f3UWYAAAt6X.jpg
Cs74f3UWYAAAt6X.jpg (127.42 KiB) געזען 4695 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:ביי די חתונה פון בנו מ״מ הגאב״ד מאקאווא שליט״א
דער שווער פונעם מאקאוואר רב שליט״א הגה״צ רבי אלחנן האלפרין זצ״ל
דער בחור וואס שטייט קוקט אויך אויס איינע פון רבי אלחנ׳ןס זון

לינקס פון רבי אלחנן זיצט גאב"ד ליעזש זצ"ל

דער טאטע פון לעיזשער רב אין לאנדאן מייזליש?

דער שטיף שווער
דביה תחדי נפשא
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

בתולדותיו בהקדמה לשו"ת עטרת משה יורה דעה וכן בעטרת משה הלכות פרוזבול.... והזוכה מבחין

קונטרס אור פני משה
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:ביי די חתונה פון בנו מ״מ הגאב״ד מאקאווא שליט״א
דער שווער פונעם מאקאוואר רב שליט״א הגה״צ רבי אלחנן האלפרין זצ״ל
דער בחור וואס שטייט קוקט אויך אויס איינע פון רבי אלחנ׳ןס זון

לינקס פון רבי אלחנן זיצט גאב"ד ליעזש זצ"ל

דער טאטע פון לעיזשער רב אין לאנדאן מייזליש?

דער שטיף שווער

וויזאזוי האט ער געהייסן?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:ביי די חתונה פון בנו מ״מ הגאב״ד מאקאווא שליט״א
דער שווער פונעם מאקאוואר רב שליט״א הגה״צ רבי אלחנן האלפרין זצ״ל
דער בחור וואס שטייט קוקט אויך אויס איינע פון רבי אלחנ׳ןס זון

לינקס פון רבי אלחנן זיצט גאב"ד ליעזש זצ"ל

דער טאטע פון לעיזשער רב אין לאנדאן מייזליש?

דער שטיף שווער

וויזאזוי האט ער געהייסן?

רבי חיים יצחק וויינגארטן זצ"ל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

דער ערשטער בילד פונעם מאקאוואר רב שליט״א ברענגט גוט ארויס מיט איין ווארט דעם מאקאווא רב זאל זיין געזונט...

ווי די שטעלסט אים אראפ, איז עס אין א האלל וועי ערגעץ ווי, איז ער אין בד׳ אמותיו בלבד... אריינגעטון פונקט ווי ביי זיך אין ספרים צומער מיט א דביקות און עבדות.!

מיט דעם מהות ענדלט דער היינטיגער מאקאווא רב צו זיין טאטען.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:ביי די חתונה פון בנו מ״מ הגאב״ד מאקאווא שליט״א
דער שווער פונעם מאקאוואר רב שליט״א הגה״צ רבי אלחנן האלפרין זצ״ל
דער בחור וואס שטייט קוקט אויך אויס איינע פון רבי אלחנ׳ןס זון

בילד
לינקס פון רבי אלחנן זיצט גאב"ד ליעזש זצ"ל

רעכטס אויפן בילד

הערליך הרב רבניש - כה לחי!!!
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

די ערשטע בילד איז לכאורה אין ליזענסק.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”