אבן יקרה האט געשריבן:
יא איבערגעזאגט צוויי מאל בשם (זקינו?) ר' וועלוועלע ראחמעסטריווקאר, אז ער איז חד בדרא במידת הבטחון, גלייך ווי תלמידי בעשה"ק.
די ווארט "חד בדרא" איז לכאורה א שיגרא דלישנא, לפי הידוע האט ער געזאגט אז זיין אמונה איז מרגת הבטחון איז אזוי ווי תלמידי הבעש"ט.
ער האט עס געזאגט איבער א מעשה שהיה. דער טשערנאבלער רבי זצ"ל האט באקומען א סערטיפיקאט ארין קומען קיין ארץ ישראל, אבער ער האט געמוזט אויסנוצן די זכות ביז א געשטימטע צייט, דערווייל האט ער אריין געגעבן א בקשה אין רוסלאנד צו קענען ארויס גיין, און בדרך נס האט ער באקומען רשות (ואכמ"ל להאריך בכל פרטי המעשה), און צום באשטימטן צייט איז ער געפארן מיט זיין פאטער הרה"ק רבי יצחק מלאיעוו זי"ע קיין אדעס וואס פון דארטן פארן ארויס די שיפן קיין ארץ ישראל, און ער איז איינגעשטאנען ביי זיין פעטער הרה"ק רבי משה מראמיסטריווקא אדעס זי"ע (חתן זקינו הרה"ק רבי יחיאל מקרילעוויץ זי"ע), למעשה ווען ער איז אנגעקומען דארן איז נתברר געווארן אז דער שיף גייט ארויס פארן בעצם יום השבת, און ס'איז געווארן א גאנצע בהלה, און די רבנים האבן איהם געפסקנ'ט אז ער מוז פארן אלץ פיקוח נפש, ווייל אויב ער וועט נישט פארן יעצט ווען די סערטיפיקאט אויס גיין און ווער ווייסט צו ער וועט האבן נאכאמאל א געלעגענהייט צו פארן, אבער ער האט בשום פנים ואופן נישט געוואלט מחלל שבת זיין, און ער האט זיך אויסבאהאלטן ביז מוצ"ש, און מוצ"ש האט ער נאך געגעסן מלוה מלכה מיטן גרויסע פאטער און די חסידים, ערשט נאך געם איז ער גאגאנגען צום ריכטונג פון פארט, דארט איז נתגלה געווארן אז צוליב א טעכנישע פראבלעם האט זיך אויפגעהאלטן דער שיף, און נא נאכדעם וואס ער איז ארויף געגאנגען האט דער שיף פארלאזט דעם ארץ הדמים.
ווען רבי וועלוועלע ראחמיסטריווקער האט געהערט דעם מורא'דיגע מעשה האט ער זיך אויסגעדרוקט די אויבערדערמאנטע ווערטער.