מיין טאג בוך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

ווי זאגט מען צוויי מענטשען קענען לערנען די זעלבע שטיקל גמרא און עס איז ולא קרב זה אל זה,
ממש אזוי האב איך געפילט נאכ'ן ליינען דיין טאג בוך!!
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

זיי מסביר, ביטע?
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

חסיד אמיתי האט געשריבן:זיי מסביר, ביטע?

יאך בין אויך געווען נישט לעצטענס אין קערעסטיר אויך געזעהן דעם מקום אויך מתפלל געווען וכו' וכו' אבער אזוי ווי די לייגסט עס אראפ ממש להפליא, איך האב נישט די זעלבע זכרונות ווי דיר!
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

מן הסתם ווייל דו האסט נישט געלערענט אין די זעלבע חדר ווי מיר... it's your lost!....
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

Just joking
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

עס איז נישט די זכרון, פשוט די געפיהל צו די מקום קדוש, קען זיין אלס מחזקת לי מאבותי???... איך ווייס אליין נישט, אבער איין זאך איז זיכער, איך בין ב״ה געדעמיזש׳ט for life די רבוש״ע זאל ווייטער העלפען
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

הלאוי אויף יעדעם אזעלכע דעמידזשעס!
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

ליינט און האט הנאה
אטעטשמענטס
ער''ח אלול תשע''ז נסיעה.pdf
פארכטען
(125.02 KiB) געווארן דאונלאודעד 285 מאל
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

אזוי ארויסצוברענגען געפילן מיט שריפט...
ייש״כ פאר די באשרייבונג, זאלט איר האבן גע׳פועל׳ט אלעס גוטס פאר אייך און גאנץ כלל ישראל.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

שכח פארן אריבערפירען אין עקסטערע אשכול
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

איך בי שוין אפאר מאל געווען אין קערעסטיר,
ווען איך פלעג פארן פון לאנדאן האט מען דאך אין די מאסן געפארן יעדע ער״ח פאר שפאט ביליג מיט וויזעיר, איך הער היינט איז עס שוין אסאך מער, נאכדערצו לעצטענס האבן זיי ארום געטוישט זייער ראט קיין קאשוי וואס איז אסאך בעסער פאר אינז,
זייער שטארק הנאה געהאט פון די ארטיקעל איך האב ממש געפילט א 3D אין דעים קליינעם הייליגע שטעטעל קערעסטיר, איין פארט האסטו מיר פארגעסן אריינצוטראגן ביי א סעודת שלמה בשעתה כיד המלך אין גאסט הויז,
אינז געדענקן נאך ווען קערעסטיר איז גארנישט געווען פאר ביז 2 יאר צוריק
אין ברוך השם היינט צוטאגס אין שוין דא 2 ווי צו נעכטיגען אין מקוה אין צו עסן, דאווענען, מנינים,
דאס הארץ בענקט
לעצט פארראכטן דורך שטייגען אום פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 3:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
..
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

הרב חסיד, נאדיר איינס ;l;p-
הערליך הערליך שיין, ממש א בחינה פון בעל השמועה עומד כנגדו, אזוי מיט זאפט און הרגש אראפצולייגען, איך האב זיך אריינגעסיינט ווייל איך האב א הרגש צו קערעסטיר אזוי ווי 100׳טע און 1000׳טע אנדערע אידן און איך האב נאר געוואלט דיר אפגעבען א קאמפלימענט
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח חסיד אמיתי, איך האב שוין אויך ב"ה די זכי' צי זיין דארט יארן, עס איז ממש גענוי ווי די געבסט עס אראפ..
האבן געפוילט אלעס גטאס
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

ישר כח נאכאמאל יעדער איינער פאר די ווארעמע קאמעטירען, אסאך האבען מיר געפרעגט (ביחודית) ווי מען קען זעהן ווי איך האב געשריבען די מעשה פון מיין ישעי'לעס געבורט, נאדער דא
viewtopic.php?p=938476#p938476

אאיגינטלעך עס קומט אונז א מז"ט אונז האבען אפגעשוירען אונזער ישעי'לע נ"י די פארגאנגענע פרייטאג י' אלול
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

חסיד אמיתי האט געשריבן:ישר כח נאכאמאל יעדער איינער פאר די ווארעמע קאמעטירען, אסאך האבען מיר געפרעגט (ביחודית) ווי מען קען זעהן ווי איך האב געשריבען די מעשה פון מיין ישעי'לעס געבורט, נאדער דא
viewtopic.php?p=938476#p938476

אאיגינטלעך עס קומט אונז א מז"ט אונז האבען אפגעשוירען אונזער ישעי'לע נ"י די פארגאנגענע פרייטאג י' אלול

מזל טוב מזל טוב
בדרך אגב האב איך פאר 2 וואכן צוריק געהערט א מוארדיגע מעשה ממש ענדליכס צו אייער, מיין א באקאנטער נאך די ערשטע קינד וואס סאיז געווען עקסטערע ניסים, האבן דאקטורים געזאגט דאס איז די לעצטע קנאפע 2 יאר שפעטער בעצתו פון זייער רבי האט ער געמאכט די וועג קיין קערעסטיר צום יארצייט צוזאמען מיטן אשת חיל האט ארויסגעהאלפן אין איינע פון די בית התבשיל לכבוד היארצייט געארבעט יומם ולילה ברוך השם יעצט ווארט ער שוין אויף קינד צום באווינדער פון אלע דאקטורים.
דאס יאר האב איך געהערט א מוארדיג ווארט פון נכד רבינו זי״ע ה״ה כ״ק אדמו״ר מפארשעי שליט״א, ער האט אזוי געפרעגט עס איז זיך צוזאם געקומען אזויפיל אידן וועם גייט די רבי זי״ע ענטפערן ?!?! האט ער נאכגעברענגט בשם צדיקים קדמונים אז ווי א מער מענטשן קומען צו א צדיק אלס א גרעסערע כח בייקומט ער צו פועלן ישועות.
..
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

שטייגען האט געשריבן:
חסיד אמיתי האט געשריבן:ישר כח נאכאמאל יעדער איינער פאר די ווארעמע קאמעטירען, אסאך האבען מיר געפרעגט (ביחודית) ווי מען קען זעהן ווי איך האב געשריבען די מעשה פון מיין ישעי'לעס געבורט, נאדער דא
viewtopic.php?p=938476#p938476

אאיגינטלעך עס קומט אונז א מז"ט אונז האבען אפגעשוירען אונזער ישעי'לע נ"י די פארגאנגענע פרייטאג י' אלול

מזל טוב מזל טוב
בדרך אגב האב איך פאר 2 וואכן צוריק געהערט א מוארדיגע מעשה ממש ענדליכס צו אייער, מיין א באקאנטער נאך די ערשטע קינד וואס סאיז געווען עקסטערע ניסים, האבן דאקטורים געזאגט דאס איז די לעצטע קנאפע 2 יאר שפעטער בעצתו פון זייער רבי האט ער געמאכט די וועג קיין קערעסטיר צום יארצייט צוזאמען מיטן אשת חיל האט ארויסגעהאלפן אין איינע פון די בית התבשיל לכבוד היארצייט געארבעט יומם ולילה ברוך השם יעצט ווארט ער שוין אויף קינד צום באווינדער פון אלע דאקטורים.
דאס יאר האב איך געהערט א מוארדיג ווארט פון נכד רבינו זי״ע ה״ה כ״ק אדמו״ר מפארשעי שליט״א, ער האט אזוי געפרעגט עס איז זיך צוזאם געקומען אזויפיל אידן וועם גייט די רבי זי״ע ענטפערן ?!?! האט ער נאכגעברענגט בשם צדיקים קדמונים אז ווי א מער מענטשן קומען צו א צדיק אלס א גרעסערע כח בייקומט ער צו פועלן ישועות.


ישר כח פאר'ן מזל טוב, און אנטשילדוגט פאר'ן אזוי שפעט באמערקען
די עיקר איז זי"ע און אלעמאל קענען פארציילען גוטע בשורות און די הייליגע זכות זאל אונז אלעמאל באגלייטען, אמן
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

Wow, גאר ווארעם געשריבען
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

איש האשכולות האט געשריבן:Wow, גאר ווארעם געשריבען

ישר כח!
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

ממנו ילמדו וכן יעשו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

יעצט באקומען אין אישי

Haklal האט געשריבן:אני הקטן בין יעצט אויפן וועג צים הייליג פלאץ קערעסטיר, איך בין פאריאר אויך געפארן פאר די הייליגע טעג אבער די האסט מיך געגעבן א געוואלדיגע push זיך אויפציהייבן אין פארן אליין...

איך בין זיכער אז די זכות וועט מגין זיין אויף דיר אין דיין גאנצע משפחה...

יישר כח
הצלחה
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

מיין מלוה מלכה טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

שלום וברכה טייערע חבירם
אונז זענען צוריק מיט מיין מח אויף'ן פאפיר.... דאס מאל איז עס עפעס אנדערש אינגאנצען....
שוין ב"ה חתונה געהאט פאר עטליכע יאר, אבער פון אנפאנג האט מען זיך נאך אלס פארביערט צו שפארען די פאר טויזענט דאללער און נישט גיין אליינס אין קאנטרי, היות מיין ב"ב איז די אינגסטע ביים שווער זז"ג, ממילה האט זי די דין קדימה, נאכדערצו ווען די אלע עלטערע געשוויסטער האבען זיך שוין פלאציערט אין אייגענע באנגעלוי קאלני'ס, פלעג מיר גיין צו מיין שווער'ס זוממער הויז אין סואט פאלסבורג, געוועהן איז עס אימזינסט, (כמעט מיט די עסען) זייער גרויס און שיין, 3 און א האלב בעד רומס, 3 בית הכבוד'ס, א אייגענע וואש מעשין און דרייער אין די הויז, ריזיג גרויס, א דייניג רום/ליווינג רום ממש א מחיה, בקיצור אלע טעמים, און פון די 10 שבתים פלעגט מיין שווער און שוויגער ארויסקומען א חלק דערפון יא און א חלק נישט, אזוי אז איך פלעג אפילו קענען רופען מיין ברודער פון מאנסי אמאל צו מיין אינגערע שוועסטער, און ווי אויך אפילו געהאט די זכיה צו מקיים זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם, איך בין געוועהן א אורך מכניס אורך... אונז האבען נאך געהאט די זכיה צו האבען אויף'ן פלאץ די גרויסע צדיק אמת אויף וועם די הייליגע רבי זי"ע רבן של ישראל האט נאך ארויף געלייגט זיין האנט און מסמיך געוועהן אלס איש על העדה, ה"ה, כ"ק מרן ראב"ד דקיט"ל שליט"א, וואס פארדעם אליינס האט זיך געלוינט צו זיין דארט, די אידן פון וויליאמסבורג וועלען בעסער וויסען פון וואס איך רעדט... די קבלת עול מלכות שמים יעדע נאכט ביי מעריב, ווי עס ווערט רויט די גענאק און די קול שעגת ארי גייט ביז כלות הנפש ממש, צו זעהן די הייליגע צורה ביי לכה דודי ווי ער איז מקבל שבת און ער רעכט אפ זיין פייערדיגע רקידה מיט א איינגעהאלטענקייט, צו שבת צופרי ביים דאווענען ביי נשמת, ווער רעדט נאך ווען מען עפענט אויף די טוהר אריינצולאזען צו די זמירות ביי של"ס.. אוי.. דאס קען מען נישט אראפלייגען מיט ווערעטער בכתב, "אוי! וזכינו לראות בנים, אוי! בנים ובני בנים, עוסקים בתורה ובמצות..." די פנים ווערט פלאם פייער רויט, און מען האלט די האנט אויף די שטערן און מען רייבט עס אהין און צוריק און אזוי חזר'ט מען איבער עטליכע מאל די ווערטער, און איך רעדט שוין נישט ווי מען שרייט אויס די ה' מלך, א איד א צדיק אין די יארען ב"ה מיט אזא חדרת קודש, ממש דאס לאזט זיך נישט באשרייבען, און נאכדעם קומט נאך צו די פריערדערמאנטע געווינס אז עס איז "צוה לבורכם.." עס קאסט נישט קיין געלט און עס איז א שיינע הויז וכו'
אבער למעשה די קינדער ווערען גרעסער, און די פלאץ איז נישט אויף די געדאנק וואס איך וואלט ווען געזיכט לכתחילה, ממילה גיי מיר זוכען א קאנטרי ווי צו גיין אויף די זוממער, ממש א אפקימעניש פאר זיך, איך בין נישט דער וואס זאל רעדען אויף די שפלות הדור, אבער עס איז זייער שווער צו טרעפען היינט צו טאגס א מקום מנוחה און עס זאל זיין געהעריג אידישלעך אזוי ווי אונז פלעגען גיין אין קאנטרי אלס אינגעל, ווי איך האב נאר פארביערט צו זיך אריינלייגען און נאכפרעגען איפארמעישען אויף די פלאץ האב איך שוין כמעט ווי אפגעמאכט דאס איך גיי צוריק צום שווער'ס הויז, די זיך דארפען צושטעלן די משפחות זיך צו געפעלען איינער פאר'ן צווייטען, צו די אנגעטוהן ווערט אנדערש ווי אין שטאט אלס מיט די תירץ אז עס איז קאנטרי.., צו די פארטי'ס אינאיינעם, פארשטייט זיך עקסטערע טישען... אבער ווייט פון איידעל, עס איז א שאד אויסצורעכענען פרטים אבער די מצב איז ליידער זייער ווייט געלאפען שוין, ביז די בוכ"ע האט מיר געהאלפען און עס איז אונז אקעגען געקומען גאר א פיינע מקום, די רבוש"ע האט אויסגעהערט מיין געבעט... מיין תפילה איז געוועהן אז איך וואלט ווען געהאט חשק צו זיין די שוואכסטע אינגערמאן אויף'ן פלאץ... דהיינו איך זיך א פלאץ ווי יעדער זאל זיין בעסער פון מיר, וכך הוה, אונז האבען זיך ממש מחיה געוועהן, רוב אינגעלייט זענען כולל אינגעלייט, זיצען און לערנען פלייסיג, עס איז אפילו געוועהן ביי אונז א כולל יעדע נאכט פון 8 ביז 10, נישט געוועהן קיין איין סמארט פאון! נישט קיין גריל'ס אויף'ן פלאץ חלילה, קיין רכילות, לשון הרע, און חלילה וואס מען טאר נישט איז אפילו נישט קיין מדיבור, איז מכלל נישט די טעמע, אבער לעומת זה איז עס א געשמאקע חבריה, מלא חיות, לעבעדיג, פארברענגען שמוסען, ממש א "לעבעדיגע אייוועלט" זייער געשמאק אבער נאר וואס מען מעג, און דאס איז אן מנהלים און אחראים.... און פארשטייט זיך מיט קדישים און מלו"מ יעדע וואך ביזען אלף השישי... די זייגער האט נישט אפגעשטעלט רעדען פון צדיקים פון פארגאנגענען דור, צו פון סתם פארברענגען בשבת אחים, איך און איך גלייב די אלע אנדערע אויך האבען זיך ממש מחיה געוועהן, אזוי ווייט אז ווען מיר האבען זיך געזעגענט האט מען געהאט אפגעמאכט אז איבער די 10 חדשים וועט מען ווייטער בלייבען בקשר אמיץ און פארברענגען פון צייט צו צייט, און מאכען מלוה מלכה'ס און זיך צוזאמקומען
און מיט די געפילען האבען מיר עטליכע מאל פארביערט צו צוזאם ברענגען די ציבור, קודם חול המועד סוכות....

שפעטער ממשיך זיין אי"ה
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

המשך: מיין מלוה מלכה טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

אנגעהויבען די ערשטע מאל צו פארביערען צוזאם צו ברענגען די ציבור איז געוועהן אויף חול המועד סוכות, יעדע נאכט האט א צוויטער א אשפיזין ווי ער דארף גיין, נישט דא קיין גענוג גרויסע סוכה, וכדומה......
נאכדעם האבען מיר פארביערט צו מאכען 2 מאל מל"מ אבער אויך ווייטער דער קען נישט קומען און יענער קען נישט קומען...
ביז איך האב איינגעזעהן אז די צייט רוקט זיך און גארנישט ווערט נישט, האב איך די פארגאנגענע וואך ארום געפרעגט יעדעם פרייואט אויב מען וואלט געוועהן אינטערסירט, און אויב מען איז עווילעבעל, פאר שטייט זיך אז עטליכע האבען נישט געקענט קומען... אבער מער וויינגער איז די עולם אינטערעסיערט, שוין! מען שארט זיך ארויף די ארבעל און מיט רשות פון ב"ב גייט מען די וואך דעזגענירען די מל"מ פאר די קאנטרי אינגעלייט בשבת אחים ביי מיר אין שטוב, אויסגערעכענט די מערסטע וואס מען קען אריינשטופען אין די קליינע דייניג רום און געגאנגען! די הכנות זענען אויף די העכסטע געביעט... באשטעלט די סחורה, מער וויינגער אלעס געמאכט היימיש אין שטוב, אנגעגרייט גענוג און נאך פאר א ווינטער מוצ"ש וויסענדיג אז די עולם איז גרייט צו פארברענגען און אטעמאטיש ריקט זיך עסען בשעת מעשה
גלייך מוצ"ש אינמיטען של"ס געלאפען קיין סאטמאר 53 דאווענען מעריב ביים זמן, ביי די מנין אינדרויסען פון היכל ביהמ"ד הג', אהיים זיך געאיילט צו צולייגען א פלייצע צו זיין גרייט ווי שנעלער.. און אזוי ווי איך טרעט נאר אריין אין שטוב זענען שוין די הכנות טיעף אינמיטען, בשעת די קליינע דרייען זיך אונטער די פיס, אבער גלייך מאכט מען א קורצע הפסק און מען מאכט הבדלה און גלייך נאך הבדלה, צונעמט מען די שבת זאכען, מען לייגט צוזאם די טישטיך, מען מאכט פלאץ אין דייניג רום, מען נעמט ארויס די קויטש, מען ציעט אויס די ליעף'ס פון די טיש, מען לייגט ארויף די גרויסע מיליכיגע טישטיך, וואס בשעת מעשה פיבערט די קאך אויך, מען ענדיגט אוועק קלינען די דישעס פון שבת, אפגעשיילט 20 פעטעטאס, מען שטעלט צו די קיגעל, מען גרייט אהן אלע וועזשטעבעל סאלאטען, און ווי אויך די פיש, טאנע, אייער, וועקאדוי, ווייט פיש, לאקס, וכדומה... די קאלטע קאווע, די הייסע מיט צובייס פאר צוגעהערין, מען לייגט אויף שיין אין טעלער'ס די עטליכע ערליי טשיס'ען, די ביעגעלס זענען הייס נאכען שטיין אין שורה א שטיקעל תקופה, די קליינע ביגעטס זענען אין אויווען, בקיצור די שטוב פיבערט און ברענט אויף 1000, עס איז בערך 1 שעה נאכען זמן און אלעס איז פארטיג, מער ווייניגער...
בערך 10 הייבט זיך אהן די התנוצצות פון די אנקומינדיגע חבירם, די ביעגעלס זענען שוין לאנג קאלט... און מען גייט זיך וואשען, און... עס זעט אויס זייער ענדליך צו א בעשוי... עס איז שטיל, נישט דא קיין קאנוועסעישען... צוביסלעך ווערט עס אויף געלאזט, וואס בשעת עס קומען אריין נאך א אינגערמאן און נאך איינס, עס האט זיך מער ווייניגער אנגעפילט, אבער די געשמאקייט איז נאך נישט דא אויף 100%, נאר עס ווארעמט זיך צוביסלעך...
אזוי האט מען פארברענגט בערך ביז 1 פארטאגס וואס בשעת מעשה, סערווירט מען ווארעם'ס און ווי אויך אייז קריעם, און צום סוף איז עס געלונגען! אבער ביז טיעף אינמיטען איז אנגעגאנגען די ווערן שטוהל יעדע 7 מינוט נישט וויסענדיג וויאזוי צו ציען ווייטער די שמועס, איז געוועהן זייער אימוטיג... און מען רעדט דא פון א ציבור פון צווישען 10 און 15 אינגעלייט
והשינת: עס איז געקומען צו אפאקען, קודם כל פאר די ציבור איז זיך צוגאנגען האט יעדער צוגעלייגט א האנט צו מאכען גרינגער די ארבעט, זייער שיין, אבער ביים אוועק קליענען זענען אונז געבליבען זייער שאק'ט.. מען האט כמעט גארנישט געגעסען, עס איז געבליבען א געוואלד מיט עסן, ממש מער וויפיל מען האט אנגעגרייט... באשטעלט 20 ביעגעלס.. געבליבען 12, באשטעלט 36 ביגעטס.. געבליבען 18, טאנע איבער 80 פערצענט, און אזוי ווייטער, ממש יעדע זאך פאר זיך האט אויס געזעהן כמעט אימבארירט.. שקר וועל איך נישט זאגען.. עס איז געוועהן אנגעגרייט א געוואלד, אבער אפילו אזוי איז געגאנגען זייער ווייניג, און דא האט עס אנגעהויבען וויי טעון, מיט א שטילע קשיא אין קאפ איז עס דען גוט געוועהן?
מען ארבעט צוזאם און אחרי כחלות הכל בלייבט מען איבער מיט אסאך סחורה, אבער עס איז נישט קיין פארבלעם היינט אינדערפרי איז די גאנצע אריבער צום כולל, וואס עס לערנען דארט בערך 180-200 אינגעלייט, און בערך 3:00 האט מיר איינער גערופען פרעגען צו איך האב נאך ווייל עס איז שוין גארנישט געבליבען...
בערך 2:00 פארטאגס זענען די דישעס געוועהן אפגעוואשען און אוועקגעפאקט, די שטוב אויפגערוימט און צוזאמגענומען, אלעס צוריק אין פלאץ ווי פריער, מען האט אפילו נישט געקענט באמערקען אז עס איז געוועהן א מל"מ די נאכט, די הויז האט געשפיגעלט
איך לייג זיך אריין אין בעט און איך הייב אהן טראכטען צו מיר... דאס הייסט געלונגען? די עולם דארף עס אפילו? די עולם האט הנאה געהאט? נמשל אויב איך מאך עס נאכאמאל וואלט מען געקומען?
און וואס איז פשט פון די אומגעשמאקע אנהייב? פארוואס האט עס אויסגעזעהן ווי א בעשוי?
אדער קען מען טראכטען פונקט פארקערט! די עולם האט הנאה געהאט! מען ווארט און מען קוקט ארויס דערויף יעדע וואך, והריאה לדבר מען האט פארברענגט איבער3 שעה מיט פארגעניגען, מען האט זיך מחיה געוועהן מיט די געשמאקע עסען, פשוט 2 קליינע נקודות.. עס איז געוועהן אנגעגרייט צו סאך עסען, והשנית: עס איז פשוט צוריק פרעמד געווארען און עס נעמט צייט ביז מען זעהט זיך צוריק אין די שמועס צילוב די צייט אפשניט פון בערך 3 חדשים זיך נישט טרעפען
[align=center]וועלעכע איז די ריכטיגע מחשבה?[/align]
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

די רופסט מיך נישט נאכדעם האסטו טענות
מיין אפיניען יעדע זאך האט זיין צייט קאנטרי איז קאנטרי אין שטאט איז שטאט,
דיינע קאנטרי חברים זענן לכאורה נישט אין קאנטרי מאד, די גאנצע מצב ארום איז אנדערש
לו יהא אז זיי זענען יא זעכער נישט ביי דיר אינדערהיים, אין קאנטרי האסט עס געמאכט ביי דיר אין באנגעלוי אדער אין ביהמ"ד, דאס באלאנגט נישט אין א פרייואט הויז
האסט א שול נעקסט טיר פין דיר? אז יא פראביר עס צומאכן דארט
אז דאס וועט אויך נישט ארבייטן פראביר "אפשר" מיט דיינע שטאטישע חברים אין אויך נישט אין א פרייואטע הויז
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

קערעסטיר יא"צ תשע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

בס"ד

שלום וברכה טייערע חבירם
ב"ה מיר האבען נאכאמאל געהאט די זכיה צו זיין באתרה קדישא קערעסטיר!

אנהייבען די טאג בוך וועל מיר ווען עס צוגעקומען צו מיר מיין שוואגער (מיין שווער'ס עלסטע איידעם) עטליכע חדשים צוריק, זאגענדיג/בעטענדיג דאס ווען איך פאר היי יאר אויף'ן יארצייט וויל ער מיט מיר מיטקומען... ערלעידיגט, איך וועל זאגען די אמת עס איז מיר געווארען אביסעל קאלעמוטנע אין די ביינער... ווייל איך בין געוואוינט צו גיין מיט מיינע חבירם המקשיבים לקולי... און עס איז אנדערש ווען מען פארט מיט א 7-8 חבירם צוזאמען און מען רעדט פון די צדיקים און מען פארביערט אביסעל צו האבען א התעוררות, אפילו ווען מען פארט מיט איינעם נאר, אבער עס איז איינער וואס איז די זעלבע געדאנק ווי מיר, אבער צו גיין מיט א גרויסע שוואגער וואס איז נישט מיין עיזש, (מיין ב"ב איז געוועהן א קליינע מיידעלע פון בערך3-4 יאר ווען ער איז אריינגעקומען אין משפחה) ער איז ווי די שוויגער/שוועגערן'ס אדער ווי די שוואגער/שווערן והמיבן יבין! איך פלעג זאגען א ווערטעל דאס איך האב מער קשר מיט מיינע פעלמעניקס ווי מיט מיינע שוואגער'ס.... אבער סתם אפזאגען האט נישט געהאט קיין פשט, און עס איז נישט שיין, שוין! באשערט.. און ווען איינער פון מיינע חבירם האבען זיך געמאלדען דאס ער וויל מיטקומען מיט מיר האב איך אפגעזאגט קעגען מיין רצון ווייל מיין שוואגער קומט מיט מיר...... ביז די רבוש"ע האט געהאלפען און עס האט זיך אנגעהויבען פארקערפערן אביסעל א אנדערע בילד, טאקע פון די משפחה אבער עס איז געווארען אביסעל גרינגער, דער שוואגער האט זיך געמאלדען און יענע שוואגער... ביז אפילו מיין נעפיו'ס האבען אנגעהויבען ווילען מיטקומען, בקיצור איין מאל עס איז נישט איינס אויף איינס איז שוין געשמאקער די גאנצע זאך, ביז מען האט ארויסגעשיקט א אימעל פאר אלע אינאיינעם דאס ווער עס וויל דארף זיך מעלדען אין די קומענדיגע 48 שעות, און געבליבען שטיין איז עס ביי פיר, 3 שוואגער'ס מיט איין פלעמעניק –טאקע א אייניקעל פון הייליגען רבי'ן ר' ישעי'לע זי"ע- און די הכנות האבען זיך אנגעהויבען... פון ווי פארט מען אריין, ווי שלאפט מען, ווי גייט מען גיין, אליינס דרייווען אדער א דרייוער וכו' די פרטים איז נישט נוגע פאר קיינעם, ממילה וועל מיר ווייטער גיין מיט די השתלשלות הנסיעה.

ערשטע טעג פסח, ווען איך בין געוועהן זאגען גוט יו"ט פאר מו"ר כ"ק מרן גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, וויילענדיג ביי מר אביו הג' כ"ק אדמו"ר מ'בית חיים יהושע שליט"א, פארציילט מיר די רב אז ער וועט אי"ה זיין כ"ה ניסן אין צאנז! מיין קאפ האט זיך אנגעהויבען דרייען.... וואס טוה איך דא? א שוואנץ בין איך דאך! א אמת'ע חסיד, ממש עס גייט נישט דורך קיין עטליכע טעג וואס איך זאל נישט אדער רעדן צו אדער פון די רב זז"ג ווי מיין טאטע זאגט אלעמאל אויף מיר "מיין יש..... האט צוויי רבי'ס איינס אויף די וועלט און איינס אויף יענע וועלט" און דא גייט די רב זיין בקודש הקדשים אין צאנז אין טאג פון יארצייט, נאך איבער 35 יאר נישט זיין אין טאג פון יא"צ... א זאך וואס מאכט זיך נישט צו אפט... אבער איך בין יעצט געוועהן ח"י אדר אויף די יא"צ פון הייליגען רבי'ן ר' אברהם'לע זי"ע, און כ"א אין ליזענסק און ווי אויך אין צאנז (א דריי טאגעדיגע נסיעה) און דא פאר איך א וואך שפעטר אויף קערעסטיר אויף ג' אייר, איך זאג אייך טייערע אידן איך האב נישט געוויסט וואס צו טוען, איך ווייס נישט צו מען פארשטייט מיר צו נישט, אבער איך האב נישט געקענט שלאפען יענע פאר נעכט... און ב"ב זאגט מיר אדער אדער! פארשטייט זיך.. זי איז א צדיקת סתם אזוי מיט מיין אויפירונג, פון פאריאר ג' אייר ביז יעצט בין איך געוועהן 4 מאל אין קערעסטיר, און דאס איז בשעת איך האב א שטוב פון 3 קליינע קינדער אין שטוב... איך בעט ענק טוטס מיר נישט נאך, ווייל עס איז ב'אמת נישט קיין יושר! פשוט איך בין געדעמזש'ט איך קען מיר נישט איינהאלטען, ממש עס ברענט אין מיר א פייער פון השתוקקות צום צדיק יסוד עולם רביה"ק זי"ע, איך זיץ און איך חלום פון חצר און פון הייליגען רבי'ן אלעמאל... זאל די רבוש"ע העלפן ווייטער, אמן
להחזיר לענינינו, אבער תוך כדי דיבור זאגט מיר די רב, ער וויל נישט קיינער זאל מיטקומען, ער וויל גיין נאר מיט א קאר מיט ר' יצחק! (ה"ה הרה"ח ר' יצחק ווירצבערגער הי"ו משב"ק) שוין! האב איך שוין די תירץ אויך.. הגם עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, און עס האט זיך מיטגעכאפט א 30-40 אידן די לעצטע רגע, אבער איך סייווי געהאט מיין תירץ היוצא בפורש מפי כהן גדול, און די רב האט אפילו צוגעלייגט, איך וועל דיר אינזין האבען דארט און די וועסט מיר אינזין האבען אין קערעסטיר....

די רבוש"ע איז דאך א גוטע איינציגע הייליגע באשעפער! ער האט מיר ווייטער נישט פארלאזט... גלייך נאך יו"ט קומט צו צו מיר א חבר מיינע –זייער א נאנטע- געלערנט אינאיינעם אין ישיבה, חתונה געהאט די זעלבע צייט צו די זעלבע שטאט, און ער איז שוין געוועהן מיט מיר מקומות הקדושים, און ער זאגט מיר אז ער וויל מיטקומען, און עס גייט נישט דורך קיין 24 שעה מעלד זיך א צווייטער חבר אז ער וויל מיטקומען, שוין! איינמאל עס איז שוין 2 איז עס גרינגער מיטצוקומען, אפילו מען פארט מיט משפחה, למעשה האבען זיי שוין נישט געהאט קיין פלאץ אויף מיין פליגער נישט קומענדיג און נישט גייענדיג, אבער מען האט עס אויסגעארבעט ב"ה, וכאן המקום להזכיר דער ערגענישע אינגערמאן מו"ה ר' מאיר וויינשטאק הי"ו בעל הפירמע "רילעקס ענד פליי" א זוהן פון די באקאנטע מגיד מישרים הרב יוסף הערש שליט"א, וואס האט מיר באגלייט אלע דיטאלען וואס עס נעמט אריין אזא נסיעה, טיקעט'ס על צד היותר טוב ביליג, גוטע זיצען וכו', א פיינע באקוועמע גרויסע ווען, גוטע דרייוער זייער א גוטע פרייז, אויסשטעלן די וועגן, אנגרייטען א פרישטיג זאל מיר אפווארטען ביים לאנדען, שלאפען.... וגו' אפילו יעצט די לעצטע רגע געהאלפען מיינע צוויי חבירם צו האבען א פיינע וועג זיך צוקענען צוזאם טרעפען דארט במנוחה בעזרת השם, אפילו עס איז שוין נישט דא קיין פלאץ אויף מיין פליגער, אבער עס איז נישט קיין פארבלעם... זיי ועלען ארויספארען פון זשעי. עף. קעי. מיט א סטאפ אויבער און זיי ועלען אנקומען מיט א 15 מינוט פאר מיר נאך, און די זעלבע אויף די וועג אהיים, אלעס על צד היותר טוב, ר' מאיר אשריך! האסט מיר ווייטער נישט אויסגעשפיעלט... בל"נ אויף ער"ח אלול צו נאך פריער אי"ה וועסטו נאכאמאל הערן פון מיר.

פארזעצונג בל"נ ווען אונז וועלן האבען נערווען (און צייט)
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

קערעסטיר יא"צ תשע"ח (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

און יעצט הייבסט זיך אהן די ריכטיגע הכנות, מיט א רגש קודש גרייטען מיר זיך שוין און עס טועט ברענען די געפילען לקראת די הייליגע טאג ג' אייר, די טאג וואס כלל ישראל ווארט צו געהאלפען ווערען מיט וואס עס קוועטשט נאר אויף הארץ א גאנץ יאר, און ווי אויך אפגעבען א שבח והודאה לבורא עולם פאר אלע חסדים בזכות פון די צדיק רביה"ק מרן ישעי' ב"ר משה זי"ע, גרייטען מיר זיך אויך בעזהשי"ת צו פוקד זיין ציון קודשו פון הייליגען רבי'ן די בעל הבית אויף'ן בריאה (מתוך דברי הרה"ק ר' שלמה מ'זוויהל זי"ע) די הייליגע צדיק וואס האט זוכה געוועהן צו די צינור השפעות עד עולם, די הייליגע שרף וואס יעדע בקשה וואס מען בעט נאר און וואס מען האט ביי אים אינזינען קומט גלייך אקעגען, אט צו דעם הייליגען צדיק האף מיר צו זיין אויף'ן טאג פון יא"צ בעזהשי"ת.

די פלאן איז בעזהשי"ת צו לאנדען אין די שטאט ווינא דינסטאג צופרי, א נאן סטאפ פליגער, וויאזוי מען האט שוין די פארגאנגענע טאג בוך אויסגעשמועסט, ווי עס וועט אפווארטען א דרייווער אין עירפארט בעזהשי"ת, מיט א פריער באשטעלטע פת שחרית, און מען וועט מען גיין גלייך לציון קודשו פון הייליגען רבי ר' שמעלקא זי"ע אין ניקלשבורג אין טאג פון יא"צ און פון דארט לציון קודשו של זיקנינו הק' רבן של ישראל מרן החת"ס זי"ע, און דערנאך אריין פארען אין אונגערן און דערנאך בכניסת היום אנקומען לקודש הקדשים ווי מען וועט פארוויילען אן ערך פון 13-15 שעה בעצם יום הק', און מיט פילע באגאזשען מיט השפעות טובות פארלאזען קערעסטיר מיטוואך פארמיטאג צוריק צום פלוגהאפטען, בשם ה' נעשה ונצליח

מען גרייט פאר א פונקליכע סדר הנסיעה מיט אלע דיטאלען אין א פי. די. עף. און מען שיקט עס ארויס אויף אימעיל פאר אלע מיטרייזענדע מיט א קורצע הקדמה ווי נמשל... עס איז כדי צו וויסען פאר מען רייזט אפ אז רוב מאל גייט עס נישט ווי געפלאנט פון פריער, זאכען טוישען זיך על הדרך, זאל מען וויסען שוין יעצט, דאס טאקע דאס איז די רצון ה' און נישט מיינען מען האט עפעס פארפאסט –נאר אזוי האט מען געדארפט אנקומען- און דאס איז חוץ פון דעם וואס אויף די וועג ווערט די גוף אביסעל פאריקט צוליב די שלאף, עסן וכו' עס קען גיין מיט די פיטום ארויף... און עס קען ווערן פארלוירען די מוט און די התרגשות, און אפילו די התעורורות אויף וואס מען גרייט זיך און מען האפט און מען קוקט ארויס, מען דארף דאס וויסען פון פריער, און עס איז ברור כשמש "מבשרי אחזה" אז מיט'ן פארען אליין פועל'ט מען שוין, און וואס עס קומט צו איז הכל ריוח, און נישט חלילה אויב די הרגשים צינדען זיך נישט אהן האט מען שוין ח"ו גארנישט אויפגעטוען, אז מען ווייסט עס פון פריער איז עס גרינגער אויף די הארץ, און ווי אויך אביסעל פראקטישקייטען, און אביסעל הדרכה... פאר מען גייט אויף'ן פליגער, עליהם הכתוב אומר גרינגער צו שרייבען ווי זאגען, און מען גרייט פאר די טייערע בני המשפחה דאס זיי זאלען וויסען אין וואס זיי האבען זיך אריינגעלאזעט און בעזרת השם גייען מיר זיך אביסעל פארקוקען, און אויף'ן וועג וכמו כן פאר'ן ארויף גיין צום צדיק, וועלן מיר פארציילין אביסעל השתלשלות ותולדות, און ווי אויך ספורי צדיקים פון די צדיק ווי מען גייט כדי לעורר לביבינו, און וויסען ווי מען גייט, און אונז האפען און קוקען ארויס אז מען וועט הנאה האבען ברוחניות ובגשמיות, און די עיקר איז מען וועט בעזה"ש פוילען אלעס גוטס, וימלא ה' כל משאלות לבינו לטובה, אמן סלה

און מען טועט זיך אביסעל מצמצם זיין די מחשבה פאר א שטיקעל הכנה ווען מען וועט האבען די גרויסע זכיה צו זיין נאכאמאל בקודש הקדשים די מקום וואס איז געוועהן בחיים חיותו פון הייליגען רבי'ן ר' ישעי'לע זי"ע די גרויסער צענטער פונקט, ווי עס איז איינגעקריצט אין די הייליגע מציבה על מקום מנוחת קודשו, "נהרו עליו רבבות אלפי ישראל מאפסי ארץ ואיים" זייענדיג באקאנט מיט די הייליגע שליסעל וואס די רבי זי"ע פארמאגט "מפתח של פרנסה" ווי עס האט מגלה געוועהן הרה"ק ר' מרדכי'לע נודבורנה'ער זי"ע ווען ער האט אים מסמיך געוועהן צו זיין רבי, און ווי עס האט מעיד געוועהן הרה"ק מהר"י מ'בעלזא ובנו הרה"ק מהרי"ד מ'בעלזא זי"ע (ראה באריכות בספר "מופת הדור" פרק ט"ז-מצמיח ישועות, עמוד שפז) אז "די שליסעל פון פרנסה ליגט ביי ר' ישעי'לע" ער פארמאגט די צינור השפעה פון פרנסה פאר אידישע קינדער, און מיט די שליסעל האט די צדיק משפיע געוועהן למעלה מדרך הטבע כל ימיו, און אפילו נאך היינט! און ווי איך האב געהערט פון די טאטע זאל זיין געזונט ווען ער איז געוועהן אמאל –אויף די וועג קיין קערעסטיר- ביים צדיק הדור מרן הק' מ'פשעווארסק שליט"א, האט די טאטע געזאגט אז ער איז אויף'ן וועג צום רבי'ן ר' ישעי'לע זי"ע און די טאטע האט צוגעלייגט ווי באקאנט האט ער דאך די שליסעל פון פרנסה.. האט די פשעווארסקע רבי זז"ג אויפגעהויבען זיין אויגען און געזאגט פארן טאטע'ן "מען זאגט נאך פון צדיקים אז ער האט די שליסעל פון פרנסה, אבער מען זעהט דאך אז ער האט אנדערע מפתחות אויך!! ווי אונז האבען טאקע יעצט מיטגעהאלטען ווי די צדיק זאל זיין געזונט איז געקומען לפקוד ציון קודשו.

און עס איז ידוע וואס מען זאגט נאך פון צאנז'ע רב זי"ע אז אהן פרנסה קען מען נישט האבען קיין הרחבת הדעת צו דינען די רבוש"ע, און אידן מיזען האבען אסאך געלט פאר עבדות ה', און כידוע ווי עס האט מעיד געוועהן טאקע מרן הק' מצאנז זי"ע אויף'ן רבי'ן ר' ישעי'לע אז די גרויסע כח פון משפיע זיין פאר אידן האט די צדיק גענומען פון די מידה פון יסוד-קדושה, ווי עס איז טאקע אויסגעקריצט אויף די הייליגע מציבה גלייך פון אנפאנג פון די נוסח, על מקום מנוחת קודשו בזה הלשון: שומר הברית והחסד אין חיקר לחסידותו וקדושתו וואס דאס האט מעיד געוועהן אויף'ן רבי'ן זי"ע אלע צדיקי הדור, אז די רבי האט די מידה פון יוסף הצדיק –וואס איז ביידע- סיי קדושה און סיי משפיע זיין, איז דאך זעכער יעצט אין טאג פון זיין יא"צ אין קערעסטיר ביים ציון הק צו אין די הייליגע הויז פון הייליגען רבי'ן ר' ישעילע זי''ע וביתו אחריו רבותינו הקדושים לבית קערעסטיר זי"ע, אין די הייליגע הויז ווי די רבי האט צוגעזאגט פאר די פטירה ווער עס וועט קומען וועט געהאלפען ווערן פונקט ווי ביים לעבען, נאכדערצו אין די עת רצון די זמן וואס איז מסוגל צו מתפלל זיין במקום ובזמן שהתפללו בו אבותי און געהאלפו צי ווערען מיט די זעלבע ישעות ורפאות כימי קדם, אמן!

בקיצור די מח הייבט אהן באזשעווען און לאזט נישט במנוחה, און מען קוקט זיך טאקע פאר אביסעל מאמרים און מעשיות און תולדות פון די צדיקים הטמונים שם זי"ע כדי צו קענען איבערזאגען אין קאר אויף'ן וועג, פארשטייט זיך בראש פון הגה"ח הרב יוסף חיים גרינוואלד שליט"א סיי פון די סי. די.'ס און סיי פון די פרדס הצדיקים און ווי אויך פון פילע אנדערע ספרים.
סתם שרייבען פון די הרגישם וואס האבען זיך אפגעטוען ביי מיר אין הארץ איז נישט קיין ענדלאזע זאך ממילה וועל מיר זיך נעמען צו די טאג בוך אנגעהויבען פון דארנישטאג פאר די יארצייט און אזוי ממשיך זיין בעזהשי"ת.

דארנישטאג פר' שמיני ב':
מיין גרויסע ברודער פון מאנסי בעט מיר עטליכע מאל איך זאל ארויסקומען צו אים אויף שבת מיט מיין משפחה, כדי צו זיין, זיין גאסט, און פארבירט מיר צוצורעדען אז די רב זז"ג איז יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה ממילה וועט זיין א געהויבענע שבת בצילו, נאכדערצו עס איז א אנגעפילטע שב"ק, א טיש, פרקי אבות, שבת מבורכים וכו', למעשה איז מיר גרינגער צו בלייבען אין שטוב, טאקע ווייל עס איז פאר מען טועט אפרייזען לשרפי מעלה אשר בארץ המה, און איך קען באשטיין צו זיך אפגעבען מיט מיינע קליינע נ"י מסביר זיין ווי מען גייט, און פארציילען מעשיות פון הייליגען רבי'ן צו די אינגע מוחות און מסביר זיין וואס דאס מיינט פאר א נשמה א שבת פאר די יא"צ, און בכלל רעדן מקדושת רבינו, און דאס קען מען נישט געהעריג ביי יענעם אינדערהיים... טראץ איך וואלט זייער געוואלט זיין ביים רב שליט"א דאך האב איך געשפירט אז עס איז מער לטובה פאר מיין משפחה אז איך פארברענג פרייוואט מיט זיי, און די ברודער געבט נישט נאך... ער בעט נאכאמאל און נאכאמאל, איך וועל אייך זאגען די אמת, איך האב זיך געוואונדערט פארוואס ער געבט נישט אויף... אויף די נאכט בין איך געוואר געווארען פארוואס!

ליל שישי:
באקום איך א טעלעפאון רוף פון די יו"ר וואס פירט אהן די מל"מ'ס אין קהילת פאפא מאנסי, צו איך קען באשטיין ארויסצוקומען רעדען...?!?! מיין קאפ האט אנגעהויבען שווינדלען... פארדעם האט מיר ... גערופען אויף שבת, עס איז געוועהן אונטערגעשטעלט, איך וועל אייך זאגען די אמת, איך בין גאנץ פיין באקאנט פון די עבר פון די פאפא-מאנסי מל"מ'ס, ווען אונז זענען שבת אין מאנסי בצל מו"ר, גייען אונז געווענליך אהין פארברענגען (אויב די צייט און די קינדער ערלויבען) און עס האט זייער א חסידישע טעם, מיט אלע איינצעלהייטען, אבער איך פארבער אים אפצוזאגען –נישט ווייל איך האב נישט ליעב- נאר פונקט פארקערט... אבער דאך עפעס לאזט נישט, ווער בין איך צו רעדן מגודל קדושת רביה"ק? פון ווי נעמט מען די אחריות צו מגדיר זיין וואס די הייליגע רבי איז געוועהן, עס איז נישט מעגליך צו באגרייפען מיט שכל אנישי פון וואס מען רעדט, די קדוש עליון האט זיך באהאלטען פון אלע צדיקים און פון זיינע נענסטע מענטשען ווי עס איז אויסגעקריצט על ציון קודשו "הצנע לכת בקדשתו אור מופלא ומכסה בכל הדרכים" און לאמיר זיך קאנצעטרירען! די מציבה האט מען געשריבען ווען עס איז נאך נישט געוועהן קיין טיטלען א זשואק, און וועלט איז נאך געוועהן וועלט, עס האט נאך געלעבט צדיקים פון 2-3 דורות צירוק, א שטייגער ווי די הייליגע פריעדיגע בעלזא רב זי"ע וכו'
אבער דער פון די אנדערע זייט טרייבעל געבט נישט אויף... און בעט זייער איך זאל עס נישט אפזאגען, טענענדיג אז עס וועט בלויז זיין א טובה לנשמת רביה"ק, וויל ווי נישט ווי זענען אונז ב"ה רגיל און אונז האבען די זכיה צו זיך ווייקען בספר הק' מופת הדור, ממילה פשוט ווייל איך בין באקאנט מער וועט עס אפשר זיין מער בכבוד, און נישט סתם זיין א מל"מ און רעדען נאכאמאל און נאכאמאל אז די הייליגע ר' ישעי'לע האט געטיילט עסן... (וואס דאס איז בלויז די תוצאה פון קדושה און חסד, ווי עס ווערט געברעגט באריכות בספר הק מופת הדור)

בל"נ וועל מיר נאכפאלגען די קומענדיגע געלעגענהייט
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

איך וואלט מציע געווען אז מנהלים זאלן לייגן א ווארענונג אז דיינע ארטיקלען זענען זייער ציעדיג אין אימאציענאל אין מען לייענט עס אויף די אייגענע אחריות.

בד"ו איך קען מיטגיין די נעקסטע מאל די גייסט?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”