זכרונות: מחנה רב טוב

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

דוכט זיך אז אין יונגל קעמפ נעפאנעק האט אנגעהאלטן די זעגעלעך א שיינע פאר יאר שפעטער
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

לא לנו האט געשריבן:דוכט זיך אז אין יונגל קעמפ נעפאנעק האט אנגעהאלטן די זעגעלעך א שיינע פאר יאר שפעטער

יא איך בין געווען אין יונגעל קעמפ נ״ט אין ס׳איז נאך געווען זעגעלעך מיט א פעסטקייט
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

וועך, וואט עי ברעינסטארמינג איידיע....
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

אי-רעלעווענט האט געשריבן:וועך, וואט עי ברעינסטארמינג איידיע....

העי דו האסט קיינמאל נישט געהאט די גליקליכע אקטיוויטעט, מ'האט זיך געגליטשט אויף די זעגעלעך, אוי איז דאס פיין געווען.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ס'האט זיך אויפגעהערט ערגעץ אנהויב ס' יארן
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

איש האשכולות האט געשריבן:ס'האט זיך אויפגעהערט ערגעץ אנהויב ס' יארן

איך ווייס נישט ווען עס האט זיך אויפגעהערט, מיין לעצטע יאהר איז געווען ס״ב און מיר האמיר נאך הנאה געהאט דערפין. דארף מען פרעגען ווער עס דארט געווען שפעטער.
תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכלית הידיעה שלא נדע »

מיר האבען דארט פארברענגט ביז ס"ז און איך האב מיר שוין נישט באגעגנט מיט דעם געמויזעכטס
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

און די ערדענע טעלערס געדענקט נאך איינער? ב"ה מיר האבן דאס שוין נישט געהאט, אבער ערגעץ געדענק איך איז געווען עפעס א פארלאזטע סטארעדזש וואו ס'האט זיך נאך געוואלגערט אין אונזערע יארן
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוראפ האט געשריבן:און די ערדענע טעלערס געדענקט נאך איינער? ב"ה מיר האבן דאס שוין נישט געהאט, אבער ערגעץ געדענק איך איז געווען עפעס א פארלאזטע סטארעדזש וואו ס'האט זיך נאך געוואלגערט אין אונזערע יארן

איך געדענק עס תשנ"א זומער אין אינגל קעמפ, יענס יאר אינמיטן זומער האט מען עס אפגעשטעלט נאך די שרעקליכע אויסברוך אין בחורים קעמפ כידוע.

אין בחורים קעמפ איז יארן לאנג געלעגן די קאלירטע טעלערס אונטער ביהמ"ד בית יאקאבאוויטש
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

איך געדענק דאס אויך ב"ה

שבת נאך די פיש פלעגט מען דאס איבערדרייען ארויפצולייגן דערויף די אייער..
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יציב פתגם האט געשריבן:איך געדענק דאס אויך ב"ה

שבת נאך די פיש פלעגט מען דאס איבערדרייען ארויפצולייגן דערויף די אייער..

אונז האמיר דישטיקל געפילט פיש געגעסן אויף די איבעגעדרייטע זייט (זאל נישט אין חלום קומען).
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מיללער האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:איך געדענק דאס אויך ב"ה

שבת נאך די פיש פלעגט מען דאס איבערדרייען ארויפצולייגן דערויף די אייער..

אונז האמיר דישטיקל געפילט פיש געגעסן אויף די איבעגעדרייטע זייט (זאל נישט אין חלום קומען).

אויך מיר א שטיקל פיש. נאך אזוינס א שטיקל פיש מיינעך אז מען האט געמעגט סיי טרינקען וואסער און סיי עסן פלייש, אנע חמירא סכנתא מאיסורא
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

די ערשטע מאל וואס איך בין געוואר געווארן וואס די זעגליך איז,
איז עס ביליגער ווי צו ניצן פלענע מאפ אין זייף צו רוימן ?
וועמענס איידיע איז דאס געווען ?
..
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

שטייגען האט געשריבן:די ערשטע מאל וואס איך בין געוואר געווארן וואס די זעגליך איז,
איז עס ביליגער ווי צו ניצן פלענע מאפ אין זייף צו רוימן ?
וועמענס איידיע איז דאס געווען ?

מען האט עס נישט געלייגט וועגן קלינען מען האט עס געלייגט ביי א רעגן אז מען זאל זיך נישט גליטשען
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

צו געזונט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:איך געדענק דאס אויך ב"ה

שבת נאך די פיש פלעגט מען דאס איבערדרייען ארויפצולייגן דערויף די אייער..

אונז האמיר דישטיקל געפילט פיש געגעסן אויף די איבעגעדרייטע זייט (זאל נישט אין חלום קומען).

אויך מיר א שטיקל פיש. נאך אזוינס א שטיקל פיש מיינעך אז מען האט געמעגט סיי טרינקען וואסער און סיי עסן פלייש, אנע חמירא סכנתא מאיסורא

מען פלעגט טאקע באקומען אזא שיפע שטיקל פיש נישט קיין סלייס ווייס איך טאקע נישט פארוואס
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

מיללער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:און די ערדענע טעלערס געדענקט נאך איינער? ב"ה מיר האבן דאס שוין נישט געהאט, אבער ערגעץ געדענק איך איז געווען עפעס א פארלאזטע סטארעדזש וואו ס'האט זיך נאך געוואלגערט אין אונזערע יארן

איך געדענק עס תשנ"א זומער אין אינגל קעמפ, יענס יאר אינמיטן זומער האט מען עס אפגעשטעלט נאך די שרעקליכע אויסברוך אין בחורים קעמפ כידוע.

אין בחורים קעמפ איז יארן לאנג געלעגן די קאלירטע טעלערס אונטער ביהמ"ד בית יאקאבאוויטש

יא ווען איך פלעג וואשן די וועש אינטער בית יאקאבאוויטש פלעג איך טאקע זען דארט.

סאיז טאקע כדי איינער זאל אראפ לייגן וויאזוי די לאנדרי האט דארט אויסגעקוקט
חלות
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלות »

די אפגעניצטע וואש מאשינען זענען נאך אלץ דארט נאך געזען פאריגע וואך
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מיר האבן נאך זוכה געווען צו עסן גולאש אינעם דעירילענד לאנטש רום דארט אויפן אנדערן זייט ראוד. אריבערגעגאנגען זענען מיר דורך 'קראסערס' (ליין: ר' אברהם ישעי'ס מיוחסים), וואס האבן אפגעשטעלט די קינדער פארקער ווען אן אוטא האט זיך באוויזן אויפן האריזאנט. די אלטע סווימינג פול אויך געווען אויף יענע זייט. אנצוקומען צום פול איז מען געמוזט אדורכגעגאנגען אן אינטערעסאנטע האלצענעם בריקל. די מעלה פון יענע פול איז געווען אז כאטשיק זי האט זיך אנגעהויבן ביי 4 אינטשעס, האט זי זיך פארט געענדיגט ביי נישקשה 5 פיס. ווידעראום די נייע שיינע פול וואס זופניק האט מנדב געוועהן האט זיך אנגעהויבן ביי 3 פיס און 7 אינטשעס און גענדיגט ביי 4 פיס און א פערטל אינטש. לייווגארד, פארבאטן. דייוון, מאן דכר שמיה.

"דער היינטיגער אינספעקטאר איז א גרויסער רשע. ווען ער וועט אריינקומען אין עס זאל זאל מען אים אזוי באזינגען אז ס'זאל גיין רויך!"

"ברוך הוא אלוקינו, אלע צוזאמען! שבראנו לכבודו... והדבדלנו מן התועים... וחיי עולם, וחיי עולם. וחיי עולם נטע בתוכינו!!!" די זיסע קול'כלעך האבן געדונערט. איי זענען מיר געווען הייזעריג דערנאך. 

דער הויכער, שלאנקער "רשע" איז אריין אין עס-זאל, באקוקט די עמערזשענסי לייטס, באזיכט דעם ביה"כ, און פארלאזט דאס פלאץ. אויך מיר א רשע.

"היינט גייט רבי פלוני'ס קלאס "ניקיון החצר"". נאך פרישטאג האט יעדעס אינגל פון יענעם באשטימטע קלאס געקריגן א גארבידזש זעקל - וואס מען האט געברויכט צוריקברענגען פול, און מ'לאזט זיך ארויס אויך די יארכע צו רייניגן דאס מקום. אני הקטן האט געכאפט די געגנט פון ביהמ"ד בית פינחס ווייל דארט זענען די גרויסע בחורים. און גרויסע בחורים טרינקען אסאך קאווע. און כמנהג גרויסע בחורים, ווארפט מען די געטרינקענע גלעזלעך אויף די גראז. און איך גרויסע כיתה ז' אינגל צוזאמען מיט מיין שותף האבן געמאכט א חשבון אז מיט אזאנע קליענטן וועלן מיר אנפילן דעם מיסט זאק מיט קאווע גלעזלעך אין נאוי טיים. וכך הוה. איז אבער פון שמים געווען באשערט אז איך זאל דערציילן דעם סוד פאר גאנץ בראד, און די קומענדיגע וואך האט א צווייטע פארל געכאפט יענע ווינקל... נאכן צוריקברענגען די מיסט זעקלעך האט יעדעס קינד געקריגן א אייסעס, וואס האט געהאט יענע טעם.‏

די נייע לאנטש רום/קאך האט מען באנייעט אין יארע תשנ"ד, און ר' אברהם ישעי' איז געווען זייער שטאלץ דערמיט; א גאנץ יאר האט מען גערעדט דערפון, ממש געווען זיין בעבי.‏

"ב"ה אז די אינספעקשן איז אדורך בשלום. קיין איין ווייאלעישן אויף די רויטע ליין; ווייל אויב חלילה איז דא א ווייאלעישן אויף די רויטע ליין קען מען חלילה פארשפארן דעם קעמפ. ווען דער אינספעקטאר איז אריין אין קאך, האט ער זיך אנגעריפן צו זיין אסיסטענט: קוק ווי זויבער און שמעקעדיג דא איז; אזוי ברויך א קאך אויסצוקוקן!"

א פאר יאר דערנאך האט מען הארט נעבן דעם עס זאל געבויעט די נייע קאנטין (געשעפט) וואס איז אנגעפירט געווארן דורך משפחת קארפן. ביז דאן איז עס געווען אויף די פארטש וואס הענגט א שטאק אין די לופט הארט נעבן רבי אנטשיל'ס בית המדרש, פון וואו מען האט געקענט אראפקוקן צו די בית פינחס שוהל פון די גרויסע ישיבה צעירים בחורים. אין יענע יארן זענען די מגידי שיעור געווען דער סיגעט'ער רב (אדמו"ר מהרי"י שליט"א)‏, דער מנהל רבי נחמן שטויבער און רבי משה ראובן איצקאוויטש. די דריי זענען געגאנגען מיט בעקיטשעס אינדערוואכן, און איך געדענק אז ביי אונז קינדער האט עס זייער שטארק אויסגענומען אז ביי די בחורים זענען "רבנים" (בעקיטשעס) די "רבי'ס" (מגידי שיעור...).

איין ערב שב"ק אין תשנ"ה האט א העליש פייער אויסגעבראכן ביים שכן "סטאריס". דער גורם פונעם מדורה - לפי איין גירסה - איז געווען א בחור וואס האט "געטראפן" ‏טולס און עקוויפמענט ווען דער שכן איז געווען אויף וואקאנס, און די שריפה האט געזאלט פארווישן די שפירן. אלץ תשובת המשקל, האט דער צינדער אריבערגעטראגן פעסער קאלטע קולעי וואסער און געטיילט פאר די אויסגעשעפטע פייער לעשער. א פאר יאר שפעטער - אויך אויף א פרייטאג - האבן א גרופע בחורים פארגעסן אויסצולעשן די עצי המערכה וואו מען האט געפרעגלט בשר תאוה אין וואלד. במשך די נאכט האט איז די קליינע פייער זיך שיין ציוואקסן; בצפרא דשבתא נאכן דאווענען האט מען שוין באמערקט ווי א גרויסע רויך קומט פון יענע דירעקציע. איינע פון די גוישע ארבייטערס האט גערופן פייער לעשער. פארשטייט זיך אז די גאנצע קעמפ איז אויך אריינגעגאנגען אין וואלד און געקוקט מיט נייגער ווי די חברה לעשן דעם פייער. מיטאמאל הערן מיר קולות וברקים. דער סטאריס שכן, ווען ער האט דערזעהן די פייער טרעקליך, האט זיך אויפגעוועקט אין אים נאסטאלאגיע צו זיין אמאליגע שריפה. ער האט געכאפט א דיקע צווייג, און געקומען צו לויפן צו אונזער דירעקציע. זיין פנים האט געפלאמט פאר כעס, און מיר האבן אלע געמאכט פליטה.

***

די גרעסטע אקטיוויטי איז געווען דעם רבי'ןס יערליכן באזוך. מיטאמאל האבן אלע פעסטע בחורים געקריגן צוויי רעכטע הענט, און זענען איינגעשפאנט געווארן און די העפטיגע מערכה.

דער סדר איז געווען אז דער רבי'ס קאר איז קודם דורכגעפארן די גרויסע פעלד, ווי די קינדער זענען געווען אויסגעשורה'ט פארנט פון די באנקס. דערנאך איז מען אריבער צו די בחורים אין בית פינחס.

אין תשנ"ה האט א בחור אויסגעשניצט פון האלץ א הערליכע טויער וואס איז באשטאנען פון פיר טייטל ביימער זוילן און א דאך. מען האט אראפגעשטעלט דעם טויער אויפן וועג צום בית פינחס, און בעפאר רבינו און זיין סוויטע זענען אריין אין ביהמ"ד, זענען זיי דורכגעגאנגען דעם פלאנצישן שער.

נאכן ענדיגן מיט די בחורים איז רבינו דער ברך משה זי"ע אריבער אין בית המדרש יאקאבאוויטש און פארהערט די ישיבה לצעירים בחורים. (אויף די עלטערע יארן, פלעגט דער קרית יואל רב (אדמו"ר מהר"א שליט"א) פארהערן. דאס האט אנגעהאלטן ביזן קריג.)

דערנאך איז מען געגאנגען צום נייעם לאנטש רום ווי די קינדער האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן. מיט די ניגונים האט אנגעפירט רבי אברהם ישעי'. אבער ער פלעגט אונז כסדר חזרן אז "די ערשטע און וויכטיגסטע איז מידות, נאכדעם קומט די ניגונים, און הערשט נאכדעם קומט די סיינס."

*

געלעכטער געלייגט אין א זייט, רבי אברהם ישעי' איז געווען זייער אן איבערגעבענער מענטש און א שווערע ארבעטער וואס האט געטאהן זיין אחריות'דיגע פליכט בנאמנות. די וואוילזיין פונעם קעמפ בכלל און פון די קינדער בפרט איז געווען זיין לייב און לעבן; און די קינדער האבן עס געשפירט.

ער האט כסדר געווארנט די בחורים - און מיט רעכט - אז מען זאל זיך נישט דרייען צווישן די גוים. ער פלעגט אלץ דערציילן אז רבי יודל ר"ב ז"ל האט א מאל באמערקט פון דערווייטנס אז א בחור שמועסט און לאכט מיט א גוי. אויפן שטרענגן פארלאנג פון ר'יודל, האט דער גוי איבערדערציילט דעם שמועס (פילייכט אן אומאיידל וויץ). פארציילט רבי אברהם ישעי' אז רבי יודל איז צוגעגאנגען צו דעם בחור און אריינגעפראסקעט כדבאי.

די מנהלים האבן אריינגעלייגט שטארקע כוחות אז די צוויי זומער חדשים זאלן אויסגעניצט ווערן צו שטייגן בתורה ויראת שמים. איך געדענק אין ישיבה קטנה אונטער רבי אנטשיל אשכנזי האט מען עוסק געווען אין די ערשטע צוויי פרקים פון מסכת בבא מציעא; די שיינע סגיות ליגן מיר נאך עד היום אין ביינער. פולע בחורים זענען אויפגעשטאנען 3-4 פארטאג'ס צו חזרן. סוף זומער האט דער סיגעט'ער רב פארהערט.‏

עס איז נאך דא אסאך צו רעדן סיי פון דערילענד און סיי פון נעפאנעק. ועוד חזון למועד.‏
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום זונטאג אוגוסט 27, 2017 12:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

מונאוויטש האט זיך צופירט די פינגער אויף קיבארד, און אונז באלעק מיר זיך מיט זיינע שיינע אריגנעלע זכרונות,

א דאנק אייך.
זוכט איר דוי?
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

Wow די סטאריס וואס די דערמאנסט מיך ווייסט איינער וועגן וואס מען האט געהאט פין זיי אימת מות?
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

וואס איז מיט די האלבע נאוט בוק און די ווייסע קארדלעס מיטן לאנגן ענטעננע פון ר' אברהם שייע עס האלט נאך אן?
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

מונאוויטש האט געשריבן:מיר האבן נאך זוכה געווען צו עסן גולאש אינעם דעירילענד לאנטש רום דארט אויפן אנדערן זייט ראוד. אריבערגעגאנגען זענען מיר דורך 'קראסערס' (ליין: ר' אברהם ישעי'ס מיוחסים), וואס האבן אפגעשטעלט די קינדער פארקער ווען אן אוטא האט זיך באוויזן אויפן האריזאנט. די אלטע סווימינג פול אויך געווען אויף יענע זייט. אנצוקומען צום פול איז מען געמוזט אדורכגעגאנגען אן אינטערעסאנטע האלצענעם בריקל. די מעלה פון יענע פול איז געווען אז כאטשיק זי האט זיך אנגעהויבן ביי 4 אינטשעס, האט זי זיך פארט געענדיגט ביי נישקשה 5 פיס. ווידעראום די נייע שיינע פול וואס זופניק האט מנדב געוועהן האט זיך אנגעהויבן ביי 3 פיס און 7 אינטשעס און גענדיגט ביי 4 פיס און א פערטל אינטש. לייווגארד, פארבאטן. דייוון, מאן דכר שמיה.

"דער היינטיגער אינספעקטאר איז א גרויסער רשע. ווען ער וועט אריינקומען אין עס זאל זאל מען אים אזוי באזינגען אז ס'זאל גיין רויך!"

"ברוך הוא אלוקינו, אלע צוזאמען! שבראנו לכבודו... והדבדלנו מן התועים... וחיי עולם, וחיי עולם. וחיי עולם נטע בתוכינו!!!" די זיסע קול'כלעך האבן געדונערט. איי זענען מיר געווען הייזעריג דערנאך. 

דער הויכער, שלאנקער "רשע" איז אריין אין עס-זאל, באקוקט די עמערזשענסי לייטס, באזיכט דעם ביה"כ, און פארלאזט דאס פלאץ. אויך מיר א רשע.

"היינט גייט רבי פלוני'ס קלאס "ניקיון החצר"". נאך פרישטאג האט יעדעס אינגל פון יענעם באשטימטע קלאס געקריגן א גארבידזש זעקל - וואס מען האט געברויכט צוריקברענגען פול, און מ'לאזט זיך ארויס אויך די יארכע צו רייניגן דאס מקום. אני הקטן האט געכאפט די געגנט פון ביהמ"ד בית פינחס ווייל דארט זענען די גרויסע בחורים. און גרויסע בחורים טרינקען אסאך קאווע. און כמנהג גרויסע בחורים, ווארפט מען די געטרינקענע גלעזלעך אויף די גראז. און איך גרויסע כיתה ז' אינגל צוזאמען מיט מיין שותף האבן געמאכט א חשבון אז מיט אזאנע קליענטן וועלן מיר אנפילן דעם מיסט זאק מיט קאווע גלעזלעך אין נאוי טיים. וכך הוה. איז אבער פון שמים געווען באשערט אז איך זאל דערציילן דעם סוד פאר גאנץ בראד, און די קומענדיגע וואך האט א צווייטע פארל געכאפט יענע ווינקל... נאכן צוריקברענגען די מיסט זעקלעך האט יעדעס קינד געקריגן א אייסעס, וואס האט געהאט יענע טעם.‏

די נייע לאנטש רום/קאך האט מען באנייעט אין יארע תשנ"ד, און ר' אברהם ישעי' איז געווען זייער שטאלץ דערמיט; א גאנץ יאר האט מען גערעדט דערפון, ממש געווען זיין בעבי.‏

"ב"ה אז די אינספעקשן איז אדורך בשלום. קיין איין ווייאלעישן אויף די רויטע ליין; ווייל אויב חלילה איז דא א ווייאלעישן אויף די רויטע ליין קען מען חלילה פארשפארן דעם קעמפ. ווען דער אינספעקטאר איז אריין אין קאך, האט ער זיך אנגעריפן צו זיין אסיסטענט: קוק ווי זויבער און שמעקעדיג דא איז; אזוי ברויך א קאך אויסצוקוקן!"

א פאר יאר דערנאך האט מען הארט נעבן דעם עס זאל געבויעט די נייע קאנטין (געשעפט) וואס איז אנגעפירט געווארן דורך משפחת קארפן. ביז דאן איז עס געווען אויף די פארטש וואס הענגט א שטאק אין די לופט הארט נעבן רבי אנטשיל'ס בית המדרש, פון וואו מען האט געקענט אראפקוקן צו די בית פינחס שוהל פון די גרויסע ישיבה צעירים בחורים. אין יענע יארן זענען די מגידי שיעור געווען דער סיגעט'ער רב (אדמו"ר מהרי"י שליט"א)‏, דער מנהל רבי נחמן שטויבער און רבי משה ראובן איצקאוויטש. די דריי זענען געגאנגען מיט בעקיטשעס אינדערוואכן, און איך געדענק אז ביי אונז קינדער האט עס זייער שטארק אויסגענומען אז ביי די בחורים זענען "רבנים" (בעקיטשעס) די "רבי'ס" (מגידי שיעור...).

איין ערב שב"ק אין תשנ"ה האט א העליש פייער אויסגעבראכן ביים שכן "סטאריס". דער גורם פונעם מדורה - לפי איין גירסה - איז געווען א בחור וואס האט "געטראפן" ‏טולס און עקוויפמענט ווען דער שכן איז געווען אויף וואקאנס, און די שריפה האט געזאלט פארווישן די שפירן. אלץ תשובת המשקל, האט דער צינדער אריבערגעטראגן פעסער קאלטע קולעי וואסער און געטיילט פאר די אויסגעשעפטע פייער לעשער. א פאר יאר שפעטער - אויך אויף א פרייטאג - האבן א גרופע בחורים פארגעסן אויסצולעשן די עצי המערכה וואו מען האט געפרעגלט בשר תאוה אין וואלד. במשך די נאכט האט איז די קליינע פייער זיך שיין ציוואקסן; בצפרא דשבתא נאכן דאווענען האט מען שוין באמערקט ווי א גרויסע רויך קומט פון יענע דירעקציע. איינע פון די גוישע ארבייטערס האט גערופן פייער לעשער. פארשטייט זיך אז די גאנצע קעמפ איז אויך אריינגעגאנגען אין וואלד און געקוקט מיט נייגער ווי די חברה לעשן דעם פייער. מיטאמאל הערן מיר קולות וברקים. דער סטאריס שכן, ווען ער האט דערזעהן די פייער טרעקליך, האט זיך אויפגעוועקט אין אים נאסטאלאגיע צו זיין אמאליגע שריפה. ער האט געכאפט א דיקע צווייג, און געקומען צו לויפן צו אונזער דירעקציע. זיין פנים האט געפלאמט פאר כעס, און מיר האבן אלע געמאכט פליטה.

***

די גרעסטע אקטיוויטי איז געווען דעם רבי'ןס יערליכן באזוך. מיטאמאל האבן אלע פעסטע בחורים געקריגן צוויי רעכטע הענט, און זענען איינגעשפאנט געווארן און די העפטיגע מערכה.

דער סדר איז געווען אז דער רבי'ס קאר איז קודם דורכגעפארן די גרויסע פעלד, ווי די קינדער זענען געווען אויסגעשורה'ט פארנט פון די באנקס. דערנאך איז מען אריבער צו די בחורים אין בית פינחס.

אין תשנ"ה האט א בחור אויסגעשניצט פון האלץ א הערליכע טויער וואס איז באשטאנען פון פיר טייטל ביימער זוילן און א דאך. מען האט אראפגעשטעלט דעם טויער אויפן וועג צום בית פינחס, און בעפאר רבינו און זיין סוויטע זענען אריין אין ביהמ"ד, זענען זיי דורכגעגאנגען דעם פלאנצישן שער.

נאכן ענדיגן מיט די בחורים איז רבינו דער ברך משה זי"ע אריבער אין בית המדרש יאקאבאוויטש און פארהערט די ישיבה לצעירים בחורים. (אויף די עלטערע יארן, פלעגט דער קרית יואל רב (אדמו"ר מהר"א שליט"א) פארהערן. דאס האט אנגעהאלטן ביזן קריג.)

דערנאך איז מען געגאנגען צום נייעם לאנטש רום ווי די קינדער האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן. מיט די ניגונים האט אנגעפירט רבי אברהם ישעי'. אבער ער פלעגט אונז כסדר חזרן אז "די ערשטע און וויכטיגסטע איז מידות, נאכדעם קומט די ניגונים, און הערשט נאכדעם קומט די סיינס."

*

געלעכטער געלייגט אין א זייט, רבי אברהם ישעי' איז געווען זייער אן איבערגעבענער מענטש און א שווערע ארבעטער וואס האט געטאהן זיין אחריות'דיגע פליכט בנאמנות. די וואוילזיין פונעם קעמפ בכלל און פון די קינדער בפרט איז געווען זיין לייב און לעבן; און די קינדער האבן עס געשפירט.

ער האט כסדר געווארנט די בחורים - און מיט רעכט - אז מען זאל זיך נישט דרייען צווישן די גוים. ער פלעגט אלץ דערציילן אז רבי יודל ר"ב ז"ל האט א מאל באמערקט פון דערווייטנס אז א בחור שמועסט און לאכט מיט א גוי. אויפן שטרענגן פארלאנג פון ר'יודל, האט דער גוי איבערדערציילט דעם שמועס (פילייכט אן אומאיידל וויץ). פארציילט רבי אברהם ישעי' אז רבי יודל איז צוגעגאנגען צו דעם בחור און אריינגעפראסקעט כדבאי.

די מנהלים האבן אריינגעלייגט שטארקע כוחות אז די צוויי זומער חדשים זאלן אויסגעניצט ווערן צו שטייגן בתורה ויראת שמים. איך געדענק אין ישיבה קטנה אונטער רבי אנטשיל אשכנזי האט מען עוסק געווען אין די ערשטע צוויי פרקים פון מסכת בבא מציעא; די שיינע סגיות ליגן מיר נאך עד היום אין ביינער. פולע בחורים זענען אויפגעשטאנען 3-4 פארטאג'ס צו חזרן. סוף זומער האט דער סיגעט'ער רב פארהערט.‏

עס איז נאך דא אסאך צו רעדן סיי פון דערילענד און סיי פון נעפאנעק. ועוד חזון למועד.‏

פיינע זכרונות, די וועג צום אלטן סווימינג פול, איז געווען נאך איינס א דרך קצרה וארוכה, מ'איז געגאנגען עולה ויורד אראפ א בארג צום טאל, און צוריק ארויף א גראדע בארג. הוי זעמיר דארט געקראכן צווישן די הערשן
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אין אינגל קעמפ - אינעם פארשטיפטן נאפאנאק - האט אנגעפירט מיט די אקטיוויטיס רבי יודל ראזענבערג זצ"ל, צוזאמען מיט זיינע זון, ר' דוד, ר' יחזקא' ע"ה, און ר' מנחם. (מיר קינדער האבן זיי גערופן בלשון חיבה, דוד, חזקי און מענדי.) צו די רעטע האנט איז אויך געשטאנען ר' יודל'ס רעבעצין (רבי יודל'טע בלע"ז). מיט ברויט סלייסן האט זיך געפארעט רבי אפרים וויינבערגער ע"ה. מילכיג קעכער געדענק איך רבי חיים ברוין, און פליישיג רבי יאסל רייך (פארדינט אן ארטיקל פאר זיך). מרת שטערנבערג פלעגט קאכן "קרעפטיגע זופ", כנוסח ר' אברהם ישעי', וואס פלעגט עס קריגן פון אינגל קעמפ מיטן טראק.

איין טאג ביי ברכת המזון זענען די קינדער משום איזה סיבה געווען אויסערגעווענליך צולאזט, און רבי יודל, טראץ דעם הויכהילכער, האט נישט געטויגט צו האלטן די קליינע מאסן אין די ראמען. פלוצים באווייזט זיך די רעבעצין ביים טיהר פון עס זאל, ובידה א לאנגע זמורה וואס זי האט געשלייפט פון אן אילן סרק. רבי יודל האט זיך הערצליך באדאנקט, און תיקף איינגעשפאנט זיין נייע געצייג צו די עבודה. א שמייס, אן אינטש, א שמייס אן אינטש; מיט יעדן שמייס איז געפאלן נאך א שטיקל. די לעצטע אינטש האט געלאנדעט על ראשי...

די סעודות שבת זענען געפארן אין 3 שיפטס. די קלענע קינדער ביים זמן, דערנאך די עלטערע קינדער, און שפעטער די בחורים.

- "רבי יודל, א בחור האט אוועקגעכאפט מיין גרעיפ דזשוס." 

- "דא האסטו א נייע גרעיפ דזשוס פון קאך."

- "מיין באנק איז שמוציג." ר' יודל האט געכאפט זיין בעקיטשע און אפגעווישט דעם באנק. (יא, א נארמאלע ערשיינונג פון דעם געהויבענעם איד וואס האט זיך מקריב געווען פארן כלל. מיר קינדער פלעגן וויצלען אז רבי יודל האט צוויי סעט בגדים; איין פאר מילכיג און איין פאר פליישיג...)

איין וואך האבן די אינגלעך אין מיין באנק פארפירט אז די געוואשענע וועש קומען צוריק זייער שפעט. אחר חקירות ודרישות האט ר' יודל מברר געוועהן אז אונזער קלאס טוישט וועש צו אפט און די וואשער קענען נישט נאכיאגן די ארבעט... ביינאכט האט ר' יודל אפגעשטאט א באזוך אין קוואטיר און גע'מוסר'ט: "טוישן וועש קען מען בלויז 3 מאל א וואך: זונטאג, מיטוואך, און פרייטאג נאכמיטאג לכבוד שבת. אויב פאסירט אז איר וועט האבן א בעשוי אין איין פון די אנדערע זמנים, געב איך אייך רשות צו טוישן דעמאלטס אויכעט..."

*

אין תשנ"ו נאך פסח האט מען ביי ר' יודל אנדעקט די ביטערע מחלה ר"ל, און א פאר וואכן שפעטער האט ער צוריקגעקערט זיין לעכטיגע נשמה צום כסא הכבוד. מיט די הנהלת המחנה האט איבערגענומען ר' דוד. אנפאנג זומער, איז דער קרית יואל רב שליט"א געקומען אין נעפאנעק אויף א באזוך. ער האט געהאלטן א דרשה, און פארגעשטעלט די נייע חברי הנהלה פון מחנה רב טוב: רבי משה פריעדמאן (גבאי) און רבי אליעזר קעסטנבוים. (דרייט זיך א וועלט...) בתוך דבריו האט דער רב ערווענט דעם חז"ל ואין כבוד אלא תורה; ווען רבינו וועט קומען באזוכן דעם מחנה שפעטער אינעם זומער וועט מען אים אנטפאנגען מיט בלעטער גמרא, און נישט מיט נארישקייטן. פאר די בחורים, וואס שילד און מערכה איז איינע פון די הויכפונקטן פון קיץ, איז שווארץ געווארן פאר די אויגן, אזש די "חסידים" זענען כמעט געווארן מתנגדים... דער מנהל ר' מאיר צוויבל האט זיך מרחם געווען און ערלויבט א מערכה קצרה א פאר טאג בעפאר דעם רבין'ס באזוך. איין געוויסע קרוין האט געזאלט גיין גאר הויך אויף ביהמ"ד בית שלמה, אבער די חברה האבן פארזעהן אז די הויכע לייטער גרייכט נישט אזוי הויך. קיין פראבלעם. חזקי‏ איז געקומען מיט זיין היי-לאו; צוויי דרייסטע אינגען אינטערגעהויבן צוזאמען מיטן קרוין. דערנאך ווען זיי זענען שוין געווען ברקיע, האט ער געגעבן א קרעפטיגן שאקל מיטן מאשין אזש די חברה זענען שיעור געפלויגן.

*

אני הקטן איז געווען פון די עמפינדליכע נשמות וואס האבן אליין געוואשן די וועש דארט אין די ראסטיגע קוואדער מאשינען. וואס פונקטליך איז שלעכט געווען מיט די אפיציעלע קעמפ וואשעריי, אז איך האב זיך געמוזט שלעפן מיט די שווערע זעק און דיטערדזשענט און פארברענגען שעות בין כוסלי בעיסמענט בית יאקאבאוויטש בשכנות פון זעק זעגעלעך און אלטע עסצייג, ווייס איך נישט עד היום הזה. אבער העבר אין, און דאס איז עס. אין די ווייסע בגדים האט מען געגאסן א גלאז בליעטש וואס מען האט געבארגט פון די מקוה; און די בגדים האבן טאקע געקריגן א העפטיגע קלארין שמעק. דאן איז ארויסגעקומען בליעטש מיט א בא'טעמ'טע לעמאן גערוך, אבער דאס האט מען שוין געמוזט אליין קויפן...

איצט שטעלט אייך פאר אז א אידן נעמט א גלאז פון די דאזיגע שמעקעדיגע, אבער ברענעדיגע משקה און גיבט עס צו טרונקן פאר אייער קינד! א שווערע מחזה וואס ‏פאסירט, ליידער, אין פילע פון אונזערע בתי כנסיות מדי יום ביומו ומדי שבת בשבתו.‏ שטייען צענדליגע אדער הונדערטער אידן און זענען שופך שוח לפני קונם, הראנו ה' חסדך וישעך תתן לנו. מען רייסט איין פאר ישועות ורפואות, מען בעהט פאר שידוכים און פרנסה, מען איז מתפלל פאר סייעתא דשמיא ברוחניות ובגשמיות, און אין די זייטן שטייען גרופעס פרעכע געשוויסטער און פרעפלען כאילו נישט זיי מיינט מען. כאילו זיי זענען שוין פארזיכערט מיט זייערע נכסים. דער ציבור זינגט מיט התרוממות לקראת שבת לכו ונלכה, כי הוא מקור הברכה!, אבער די בעלי קרנות פארנעפלען די לופט מיט עמעזאן און טראמפ.

מיר זאגן פאר די פארשוינען ,כי תבאו לראות פני מי בקש זאת מידכם רמס חצרי! איר ווילט פארברענגען די גאלדענע מאמענטן מיט שטויב און קוילן, גייט ארויס צום כרמלית; פארוואס מוזט איר זיצן דא און שטערן די אנדערע מתפללים?!

אבער ווען דער שמועסער וואלט זיך מתבונן געווען נאר אביסל, וואלט ער פארשטאנען אז מיט זיינע מעשים פיטערט ער בליעטש אויף זיך און אויפן ציבור! ער וואלט ווען משיג געוועהן אז מיט זיינע באטעמטע שיחות ער פארכאפט די תפילות און ער שטיפט אוועק די הייליגע השפעות.

מיט אנטשולדיגונג פארן אויסבראך.

האט מיר אלע א לעכטיגע שבת רני עקרה!
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מיללער האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:מיללער פשטות געווען א יאר פריער. נ"ג. מעגליך?

קען זיין

-

ווען מ'האט אויפגעבויעט די נייע דיינונג-רום (דיינונג נידל?....) האט מען פון די אלטע געמאכט באנגעלויס פאר משפחות, קודם נאר עטליכע אנגעהויבן פון די רעכטע זייט און בהמשך הזמן די גאנצע

ר' ברוך שלמה וו"ב כהיום מנהל בקרית יואל, האט דאכציך געהאט די ערשטע באנגעלוי אויף די רעכטע זייט

אגב, זיך דערמאנט פון די פעדלערס וואס פלעגן קומען פארקויפן שמאנצעס און מאכן גורלות, ובתוכם א איד וואס,האט געשריגן 'א לעדל שלעפער'..... ווער איז דאס געווען, פון וואנעט איז ער געקומען?

איי דער פעדלער... שוין געהעריג פארגעסן פונ'ם... געקומען עטליכע יארן אהין.. פלעגט קומען אין ביידע קעמפס, פלעגט פארקויפן ספרים און מאכן גורלות.. א לעדל שלעפער און א געלט האלטער.. באשטאנען פון א סענדוויטש בעג און א ראבער בענד...

געשלאפן איז'ר אגאנצע וואך איז זיין ווייסע DODGE ווען מיט OHIO פלעיטס.. און שב"ק ביי די צעירים בחורים וואס האבן געמאכט א 3 שטאקיגע באנג-בעט און ער'ז געשלאפן אויף די העכסטע...

פרייטאג צינאכטס האט מען פארפירט א רקידה מיט'ם אין זייער באנג, הויז איז געווען פריילעך..

ווער איז ער געווען?
וואנעט איז'ר געקומען?
וואנעט איז'ר נעלם געווארן?

די נייע לאנטש רום האט מען באנייעט אום נ"ד, און ר' אברהם ישעי' האט אפגעשיקט זיין אלטע סטעידזש קיין נעפענאך צו ר' יודל'ן ז"ל, ווייל אין די נייע האט ער אויפגעבויעט א גאנצע קאמענד סענטער דארט.. ר' יודל ז"ל האציך געוויצעלט איבער "מיין ירושה פון ר' אברהם ישעי'.." ווי נישט ווי האט זיך ר' יודל דערמיט מחי' געווען, עס'ז הפנים נישט בייגעפאלן בעפאר אזוינס צו מאכן...

און אז מ'רעדט שוין יא, רב מונאוויטש מיט דיינע זכרונות האסטו מיר צוריקגעשלפעט מיט עטליכע 20 יאר!... דו האסט'ס גוט אראפגעלייגט פילפארביג און אקוראט.

איין זאך האסטו זעט אויס נישט מיטגעהאלטן ווען קינדער פלעגן קריכן אונטער יענע הענגעדיגע פארטש פון ר' שמעון ווייס'ס ביהמ"ד זוכענדיג פאר קוואדערס וואס פלעגן פאלן פון אויבן...

דער עולם ווערט געבעטן צו קומען מיט פרישע זכרונות...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער פעדלער פון וועמען איר רעדט איז געוועזן "משה שמשון מוכר ספרים" געהאט אזא ברייטע רבי'שע הויכע הוט, שטימט?

ער פלעגט פערקויפן אלל-אווער אין די קעטסקילס, פלעגט האבן א מאדנע סטאק ספרים חות די קינות מיט וואס ער האט קאמפיט מיט ר' יאסל סאקס ז"ל, כ'געדענק צווישן זיינע ספרים וואסער האט געהאט א שפע, א קונטרס'ל "וישמרך בבנות" קעגן אפיסעס, "פתח האהל" פון קאשויער רב ז"ל, און נאך זעלטענע ספרים וואס זענען שוין נישט געקרוקט געווארן פאר לאנגע יארן.

עפעס א געבענטשע מטבע פלעגט ער אויך צו האבן.

זיס געווען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”