חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
עקזעקטלי די זעלבע תגובה האט געקענט געשריבן ווערן (כ'רעד די אידישע חלק זיכער, און מעגליך אויך די גוי'אישע חלק) וועגן וויליאמסבורג פאר פופציג זעכציג יאר צוריק.
איך וואלט געזאגט אין איין ווארט. ווילסטו מאכן "שנעל" געלט, מסתמא נישט אין גרינוויל, ווילסטו מאכן אסאך געלט אין די לאנג ראן, מסתמא יא אין גרינוויל.
אני הקטן געדענק נאך ווען כ'בין געווען א בחור און געוואוינט אין ווילי און אידן האבן זיך אפגערעדט אויף זייערע אפארטמענט הייזער אין בעדסטיי און אין גרינפוינט, זיי האבן דערפון נאר שברי לב, הלואי זאלן זיי קענען פטור ווערן דערפון אן קיין שאדן. און היינט, זענען זיי די שענסטע מיליאנערן מיט זייערע קינדער און אייניקלעך.

אז מ'לעבט דערלעבט מען
-
- שר העשר
- תגובות: 38
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 5:17 pm
House for sale in Greenville Jersey City
א חבר מיינער האט מיר דאס יעצט געשיקט אין געבעטן צו פאסטען
Nice 2 family house for sale in Greenville Jersey City
Lot size is 25 x 112
Both Apartments were recently renovated and are currently vacant
Building has separate meters; tenants pay their own utilities
1) building has a new roof, was done in January - it has a 20 year warranty
2) New ceilings in both apartments
3) New floors in both apartments
4) New doors in both apartments
5) Most of the windows were replaced
6) Rewired most of the electrical wiring in the apartments
7) New plumbing in both apartments
8) New appliances in the 2nd floor apt
9) Central heat in both apartments Contact [email protected]

הכל בסדר האט געשריבן:עס לוינט זיך צו קויפען א הייזקע און גרינוויל???.....
עס ווענדט זיך פאר וועמען!
אויף די גרינווילע גאסען זעהט מען יעדן טאג מענטשן זיך אומקוקען אויף הייזער פיל טראכטען פון זיך אריבער ציען וואוינען און זיי אינטערעסירן זיך וועגען רענטעלס אדער הייזער צו קויפען.
פון די אנדערע זייט זענען אויך דא אינוועסטירער וועלכע קומען "כאפען א מציאה", אסאך פון די אינוועסטירער זעהן גלייך אז דא מאכט מען נישט קיין געלט נאר פארקערט און זיי הייבען אפילו נישט אן; און די וואס אינוועסטירן יא פרובירן עס ווייטער צו פארקויפען ווייל זיי אנערקענען אז זיי פארלירן געלט אויף דעם.
פארוואס קויפט אן אינוועסטירער און גרינוויל??
יעדע אינוועסטירער וואס קויפט און גרינוויל מאכט אן אנדערע חשבון פארוואס עס לוינט זיך אים. איינער טראכט אז די געגנט וועט ווערן א "בעסערע" געגנט און גוים וועלן צאלען טייער אפצוקויפען אדער דינגען די הייזער. א צווייטער טראכט אז אויב עס גייט ווערן א שטארק אידישע געגנט וועלן אידן צאלן טייער געלט פאר די הייזער און א דריטער קלערט גאר מיין חבר/פעטער/שכן/ האט געקויפט און גרינוויל עס דאכט זיך אז ס'גייט אים גוט פראוואס זאל איך נישט קויפען און אויך מאך אביסל געלט?
אויב זענען דאס טאקע גוטע חשבונות פארוואס שטייען אזויפיל הייזער וואס אינוועסטירער האבן געקויפט ליידיג?
פארוואס מיטשען זיך די אינוועסטירער אזוי צו טרעפן טענענטס? פארוואס איז אזוי שווער צו אויפהאלטן די היייזער אפילו ווען מען האט שוין טענענטס?
פארוואס זוכן אזויפיל אינוועסטירער צו פארקויפען זייער הייזער?
די געגנט וועט ווערן א "בעסערע" גוי'אישע געגנט:דאס איז עפעס וואס גייט נישט געשען!
א מבין וואס קוט זיך אום אויף די הייזער און די גאסען און גרינוויל פארשטייט אז דאס וועט בדרך הטבע נישט געשען. גרינוויל האט אלטע הייזער אויף שמאלע געסעלעך סאיז
נישט דא קיין ריזיגע ליידיגע לאטס ווי מקען אויפבויען שענערע developments . די וואס ווילן וואוינען און גרינוויל קויפען אפ אלטע הייזער וואס מ'בויעט איבער. א רייכע גוי האט נישט קיין צייט פאר דעם,ער וועט ענדערש גיין צו אנדערע געגנטער וואו מען קען רענטען אדער קויפען א הערליכע דירה נאנט צו פארוויילונגס ערטער און רעסטעראנטן.
דער אינוועסטירער בלייבט איבער מיט א אלטע הויז און גרינוויל און א מרגעדש צו באצאלען –צומאל פון די אייגענע טאש ווייל מ'קען נישט טרעפן א לייטישע טענענט און די "בעסערע "געגנט פון גרינוויל.
גרינוויל וועט ווערן אן אויפגעבויטע אידישע געגנט און אידן וועלן צאלן אלע געלטער פאר א הויז און גרינוויל.
פאלטש.
די הייזער זענען ווערד צווישן $000,200 און $000,350 קיינער גייט נישט באצאלען מער פון דעם. די געגנט וועט אי"ה זיין א שיינע אידישע געגנט אבער די הייזער זענען נישט געבויעט ווי און וויליאמסבורג און וועלן נישט זיין ווערד מער , די סיבה פארוואס גרינוויל ווערט א אידישע געגנט איז ווייל די הייזער זענען ביליג. מענטשן זענען גרייט אריינצולייגן געלט ווייל אפילו נאך אלע הוצאות פון איבערבויען קומט עס אויס ביליגער ווי קויפן און אנדערע געגנטער.
די מענטשן וואס קויפן הייזער כדי צו וואוינען זיי מאכן די געגנט אידיש! און מיט יעדע הויז וואס גייט פאר אן איוועסטירער גייט איין הויז ווייניגער פאר די וואס ווילן מאכן די שטאט פאר א הייליגע אידישע ישוב און אן אויפגעכאפטע אידישע געגנט. וואס טוט ראטעווען די דירות קריזיס אין ברוקלין.
מיין חבר/שכן/פעטער/ האט געקויפט א הויז – פארוואס זאל איך נישט טוען די זעלבע און אויך מאכען אביסעלע געלט?
פאר א פשוטע סיבה: ווייל די וואס קויפן אין גרינוויל פאר אינוועסמענט מאכן נישט קיין געלט. זיי דערלייגן יעדן טאג. אן אינוועסטירער קויפט פעמעלי הויז פאר $000,300 -די ערשטע שטאק איז חרוב און ער לייגט אריין $000,70 צו איבערבויען שיין ער זוכט לכתחילה א אידישע טענענט- סאיז א שאד צו חרוב מאכען די פריש איבעגעבויעטע דירה.
אבער די אידן זוכן נישט צו וואוינען מיט א גוי אלס שכן דער אינוועסטירער טרייסט זיך מיט דעם אז דער גוי גייט אים שוין אט אט צאלען די רענט אבער... איננו, די ערשטער און צענטן פון חודש זענען שוין לאנג פארביי און דער גוי באצאלט נישט. נאך 3 חדשים אים נאכלויפן באצאלט דער גוי אביסל –גענוג אז מען זאל אים נישט קענען לעגאל ארויסווארפן אבער ווייט פון גענוג צו קענען דעקן די הוצאות. דער אינוועסטירער מוז באצאלען מארגעדש און ער זוכט שנעל צו פארקויפען זיין הויז פאר א צווייטער וואס ווייסט נאכנישט אז עס לוינט זיך נישט
צו אינוועסטירן און גרינוויל.
אן איוועסטירער וואס האט זיך שטארק אריינגעלייגט און גרינוויל מארקעט אבער איז געקומען צום מסקנה אז סלוינט נישט צו אינוועסטירן האט זייער גוט אראפגעלייגט די מצב:
"עס לוינט זיך צו קויפן אין גרינוויל עס ווענדט זיך פאר וועם!"
א הויז און גרינוויל איז נישט קיין אינוועסמענט ! עס איז אן עול, א הוצאה, און עס ממש אוממעגליך ארויסקומען מיט ריווח . פון די אנדערע זייט א הויז וואס א אינגערמאן קויפט פאר זיך צו וואוינען אז זיין מארגעדש איז 3/4 פון וויפיל זיין רענט איז געווען און וויליאמסבורג, ער האט די רחבותדיגער אייגענע הויז און ער קען אפילו האבן א טענענט וואס צאלט אויס א גרויס חלק פון זיין מארגעדש. יא! עס לוינט זיך צו קויפען און גרינוויל אבער גיבט אכט –עס ווענדט זיך פאר וועם!
גוט געזאגט... אבער נישט איגאנצן גערעכט..
די געגנט אויב וועט עס ווערן א גרויסע יידישע געגנט וועט עס ארויפגיין אין פרייז.. איך קען זען אז מענטשן זאלן זיין גרייט צו צאלן און 10 יאר פון יעצט 6 מאות..
די געגנט האט זייער אסאך מעלות קאמפעירד צו אנדערע נייע ישובים לדוגמא נידריגע טעקסעס , נאנט צו ני״ס וכו׳
די איינציגסטע זאך וואס קען האלטן די מארקעט נידריג איז דאס אז עס איז דא אסאך אויפן מארקעט און כידוע זענען דא דארט אסאך off market וואס ליגט ביי די בענק.. אבער דאס ענדיגט זיך אויך אמאל...
ממילא ביזט גערעכט עס ווענד זיך פאר וועם...
אז איינער קומט אינוועסטן פאר קעש פלאו איז ער אין די ראנג פלאץ... משא״כ א פארמעגליכער וואס האט נישט קיין פראבלעים מיט אויסהאלטן א פראפערטי אן קיין שום אינקאם דערפון אזא איינער טוט לענ״ד זייער קלוג
הכל לטובה!
שמא קא גרים האט געשריבן:א חבר מיינער האט מיר דאס יעצט געשיקט אין געבעטן צו פאסטען
Nice 2 family house for sale in Greenville Jersey City
Lot size is 25 x 112
Both Apartments were recently renovated and are currently vacant
Building has separate meters; tenants pay their own utilities
1) building has a new roof, was done in January - it has a 20 year warranty
2) New ceilings in both apartments
3) New floors in both apartments
4) New doors in both apartments
5) Most of the windows were replaced
6) Rewired most of the electrical wiring in the apartments
7) New plumbing in both apartments
8) New appliances in the 2nd floor apt
9) Central heat in both apartments Contact [email protected]
באלאנגט דא
תן חיוך האט געשריבן:
גוט געזאגט... אבער נישט איגאנצן גערעכט..
די געגנט אויב וועט עס ווערן א גרויסע יידישע געגנט וועט עס ארויפגיין אין פרייז.. איך קען זען אז מענטשן זאלן זיין גרייט צו צאלן און 10 יאר פון יעצט 6 מאות..
די געגנט האט זייער אסאך מעלות קאמפעירד צו אנדערע נייע ישובים לדוגמא נידריגע טעקסעס , נאנט צו ני״ס וכו׳
די איינציגסטע זאך וואס קען האלטן די מארקעט נידריג איז דאס אז עס איז דא אסאך אויפן מארקעט און כידוע זענען דא דארט אסאך off market וואס ליגט ביי די בענק.. אבער דאס ענדיגט זיך אויך אמאל...
ממילא ביזט גערעכט עס ווענד זיך פאר וועם...
אז איינער קומט אינוועסטן פאר קעש פלאו איז ער אין די ראנג פלאץ... משא״כ א פארמעגליכער וואס האט נישט קיין פראבלעים מיט אויסהאלטן א פראפערטי אן קיין שום אינקאם דערפון אזא איינער טוט לענ״ד זייער קלוג
קומט יעצט א ריעסעסמענט דארף מען זעהן אויב עס וועט זיך האלטן נידריג
קום ועשה האט געשריבן:תן חיוך האט געשריבן:

קום אריין קלאר ביטע...
קום ועשה
הכל לטובה!
תן חיוך האט געשריבן:קום ועשה האט געשריבן:תן חיוך האט געשריבן:

אלע הייזער גייען ווערן ריעסעסט אין 2018 און עס גייט זיין גרויסע שינוים
די וואך אין די צייטונג
איז דא א מודעה אז מען עפענט פרישע קלאסן. קען איינער אפשר לייגן א בילד?
דארט שטייט אז הגה"צ רבי מנשה מאיער דער רב איז נשיא המוסדות. דאס איז א מורא'דיגע דערגרייכונג לדעתי.

קביעת עתים לתורה
אן ערהאבן בילד ווי אידן זיצן און לערנען היינט נאכט אונעם אויסגעוואקסענעם ביהמ"ד זאב דוב... אידן רייסן זיך ארויס פון זייערע באקוועמע היימען אריין אין דעם קליינטשיגען שול'כל צו לערנען תורה בחברותא.
you can apply for section 8 in Union City the same county as Jersey City
http://www.ezshop212.com/index.php/category/section-8/

Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

הרב_שלום האט געשריבן:you can apply for section 8 in Union City the same county as Jersey City
http://www.ezshop212.com/index.php/category/section-8/
דזערזי סיטי גרעניצט זיך מיט יוניאן סיטי, און עטליכע יאהר ארום וועלען שוין פילע משפחות וואוינען אין יוניאן סיטי
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
הרב_שלום האט געשריבן:הרב_שלום האט געשריבן:you can apply for section 8 in Union City the same county as Jersey City
http://www.ezshop212.com/index.php/category/section-8/
דזערזי סיטי גרעניצט זיך מיט יוניאן סיטי, און עטליכע יאהר ארום וועלען שוין פילע משפחות וואוינען אין יוניאן סיטי
קודם כל, גרעניצט זיך עס נישט. פון די אידישע געגענט אין ז. ס. ביז די אידישע געגענט אין יוניאן סיטי איז 7 מייל. צווייטענס, יוניאן סיטי איז שוין מסתם 40-50 יאר אלט און ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט. פארוואס קלערסטי אז פילע משפחות וועלן זיך אהינציען אין די קומענדיגע יארן?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
יעדער געדענקט נאך געוויס די צייטען ווען זיך ארויסציען פון די ברוקלין גאסן און זיך באזעצען אין נייע ישובים האט אויסגעקוקט ווי עפעס א גאר וויסטע חלום, די שטערקסטע פארשריט וואס איז דעמאלטס אינטער גענומען געווארן זיך צו ספראוונען מיט די ביטערע דירות קריזיס איז געווען אן ארטיקעל צוויי אין די צייטונגען אבער נישט פיל מער פון דעם, די מעגלעכקייט אז אזא זאך זאל בכלל קענען פאסירן איז געווען אינטער א פראגע צייכן ביי גאר א גרויסע ציבור.
פעסט פארוויד עטליכע יאר, נאך שווערע הארוואניע און פילע עסקנות זעהן מיר זיך יעצט בעזר השם אין גאר אן אנדערע מצב, אידן פארלאזן די שוין לאנג אויסגעוואקסענע שטעט טעגליך, עטליכע נייע ישובים הייבן אן ווירבלען מער און מער, די שיחות חברים האבן זיך גענצליך געטוישט פון ״צו עס גייט זיך אויס ארבעטן״ צו צו ״וועלעכע גייט זיך אויס ארבעטן״.
יעצט צום פונקט.
פאר אן ערך פון דריי יאר צוריק אין די צייט ווען מען האט יעדע פאר וואכן געהערט פרישע פלענער איבער א נייע ישוב וואס גייט זיך/ האלט אינמיטן זיך בויען, איז אויך ארויף געשווימען מאחורי הפרגוד איבער פלענער פון באוויאוינען דעם בילעגען שווארצער געגנט זשערסי סיטי, דער פלאן האט באנומען דעם עולם מיט מורא׳דיגע געמישטע געפילן פון איין זייט האט דאס געברענגט מיט זיך א יאניק איידיע וואס איז נישט דא אין אנדערע פלעצער לדוגמא די נאנטקייט צום שטאט, די ביליגע מציאות, סיטי לייוו, נישט אינטער איין חסידות, און נאך, פון די אנדערע זייט האבן מענטשען נישט געגליכן די מציאות פון זיך באזעצן צווישען אזאנע ביליגע איינווינער, זיי האבן פארויסגעזעהן א שנעלע פרייז ארויף טרייב אין א קורצע צייט, אין נאך פארשידענע הסברים פארוואס אזא פלאטץ וועט נישט האבן קיין מעגליכקייט פאר סוקסעס.
למעשה נאך עטליכע חדשים האט מען אנגעהויבן הערן פון פילע אידן וואס קויפן דארט הייזער אין נאך א קורצע צייט האבן שוין די נחשונים זיך פלאצירט אין די גרינוויל גאסן מסדר געווען א בית מדרש, מקוה, מוסדות, גראסערי, ביקור חולים שטובל, שאטעל, און פיל נאך, דאס האט געברענגט צו דעם אז נאך פילע משפחות האבן געטוען די זעלבע שריט און אהין געגאנגען וואוינען עד כדי כך אז אויף פסח תשע״ז האבן זיך אהין געצויגן אן ערך פון דרייסיג משפחות אויפאיינמאל, וואס דאס האט געוויסן א צייכן פון מישען אקאמפליש און זשערסי סיטי איז א פאקט.
אבער.... מיר האלטען יעצט באלד א האלבע יאר שפעטער אין די ספיד האט זיך היפש פארשטייטערט מען הערט שוין נישט די טאג טעגליכע געמופעריי ווי א האלבע יאר צוריק.
פןן די אנדערע זייט הערט מען אז די עסקנים לייגן ווייטער אריין גאר שווערע כוחות אויסצוברייטערן די מוסדות התורה און אלע אנדערע קהילושע געברויכען.
עס וואלט געווען כדי צו הערן ווי אזוי דער עולם קוקט עס אן איז די יעצטיגע מצב א נעטורליכע פארשטייטערוננג צוליב די זומער סיזען און מיר קענען ערווארטען עפעס בעסער אויפן קומענדיגען יאר, אדער איז דאס טאקע א סימן אז מענטשען האבן אנגעהויבן קאנסידערען ענדערש אנדערע אפציעס ?

זבחי צדק האט געשריבן:צוויי פראגן:
וויפיל איז אדורכשניטליכער פרייז פון שכר לימוד אין דזש. ס. פער קינד?
איז דא א מקוה טהרה אין געגנט וואס דער היימישער עולם נוצט? אויב יא, וועלכע? [א סאטמארע בור ע"ג בור מקוה אדער נישט]?
שכר לימוד ליגט מיר אין קאפ בערך $175, נישט זיכער.
מקוה טהרה איז דא מיט אלע הידורים, בור ע״ג בור, בור אצל בור. נאר וויבאלט עס איז אינעם בנין הבית מדרש נוצט מען עס בעיקר נאר שבת ויו״ט.
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6815
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm