אידישע ישובים Out of town communities
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4279
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
אידישע ישובים Out of town communities
ברשות הגבאים, administrators, moderators, וכו'... וואלט איך געוואלט אהנהייבן באשרייבן אידישע פרומע ישובים "אינדרויסן" פון אונזער געגענטער. אויב שוין דא אזא אשכול, בעט איך אנטשולדיגן.
איך וויל מיך בעיקר באציען צו פרומע ישובים נישט אין די Greater New York Metro Area.
אין די פרומע ענגלישע היימישע און מאדערן אויסגאבעס (Hamodia, Jewish Press, etc) רופן זיי עס אהן בשם
Out of Town Communities.
די תכלית פון די אשכול איז:
1) סתם פאר אינטערסאנקייט פון אנדערע ישובים. איך האב שוין די hobby פאר 25 יאהר ווי איך האב ליעב צו ליינען און שטודירן אידישע קהלות, אמאליגע און היינטיגע אין די גאנצע וועלט. עס קומט מיהר זייער צינוץ ווען איך travel פאר business (און דאס איז טאקע פארוואס איך האב געמאכט מיין Kosher Travel Info website).
2) יש חכמה בגוים תאמין, אז מען וועט זעהן אז מען קען וואינען גאנץ פיין אינדרויסן פון ניו יארק, וועט מען זיך אפלערנען און אפשר וועלן חסידישע קהלות ארויספארן ווייט אויסער די immediate ניו יארקער געגענטער ווי מען וואינט פאר גאר ביליג.
א שטייגער פון קהילות פון וואס איך וויל רעדן\שרייבן:
Halifax, Nova Scotia, Canada
La Jolla, California
Syracuse, NY (where lots of Frum people worked for Kodak)
Santiago, Chile
Ellenville, NY ווי עס איז שוין דא א פרומע קהילה פאר מער פון 100 יאהר!
Dusseldorf, Germany

לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 10:34 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4279
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
ישר כח נחום.
אייער ליסט איז (מערסטענס) היימישע ישובים (אפילו נישט חסידיש, אבער היימיש).
איך וועל אויך אי"ה שרייבן פון פרומע (בלע"ז Orthodox) קהילות... אפילו נישט אזוי היימיש.

- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8834
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
-
- שר העשר
- תגובות: 34
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 28, 2017 1:07 am
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
אין ראטשעסטער ניו יארק איז דא א גאנץ שיינע קהילה,
וואטעברי קינוקעט איז דא א גרויסע קהילה קרוב צו 200 פרימע תושבים,
אין ניובורג ניו יארק איז דא אסאך אידן, זיי האבן אפילו עפעס א שטיקל מוסדות.
אין ניו ווינסדאר איז דא גאנץ א גרויסע ישיבה מיט עפעס סטעף ווינוען דארט,
איין זאך ביטע נישט פארגעסן פון סקרענטען פאנסילווינע

..
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4279
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
Wow!
איך האב נישט געגלייבט אז עס איז דא אזא אינטערעסע אין די נושא. איך האב געמיינט אז דאס איז מיין משוגעת hobby.
בשבילי נברא: מיט אנטשולדוגין, אבער די נושא איז פון ארטאדאקסישע קהילות. אסאך היימיש (אפילו נישט חסידיש) און אסאך פרום. זיי זענען נישט "פארלוירן". יש חכמה בגויים תאמין. עס איז דא אידישקייט אויסער וויליאמסבורג און מאנסי.
יענקעלע: נישט ריכטיג. עס איז דא קרוב צו 100 שומרי שבת.
שמואל בארג: עלענוויל איז א Young Israel affiliated Synagogue און לויט זייערע תקנות מוז די פארקינג לאט זיין פארשפארט שבת. אגב, רוב חב"ד סענטערס האבן די זעלבע פאליסי. See no evil. איך נעם נישט דא א שטעלונג צו זיי זענען גערעכט.
מילער: יא, עס איז שוין דא 100 יאהר א קליינע קהלה מיט א שוהל. דאס איז בנוסף צו די גאר ווארימע חסידישע שוהל פון הרב לעבאוויטש שליט"א. וואדרידזש האט זיך אזוי צוביסלעך און שטיל גאר שיין אויפגעבויט אין די לעצטע 15 יאהר. עס איז דא דארטן אידן פון סאטמאר, פאפא, וויען און אונגערישע געשטימטע היימישע אידן א גאנץ יאהר. מערסטענס מיטל יעריגע אידן וואס האבן שוין אויסגעגעבן רוב קינדער. לעצטענס האבן זיך אהנגעהויבן ארייציען אויך משפחות מיט קינדער. זיי האבן א מקווה טהרה א גאנץ יאהר. ווי אויך האט די לאקאלע שוהל נישט פארפאסט א מנין פאר 100 יאר!!!! וואכן, שבת, יו"ט, יו"כ, שחרית, מנחה, מעריב. עס איז דא א legend אז איינמאהל א' סליחות (זיי זאגן מוצאי שבת) איז נישט געוועהן קיין מנין ביז עס איז אהנגעקומען א pick up truck מיט א איד - עור עזר במתניו leather jacket & boots ווי א פארמער פאר א צענטער און זיי זאגן אז ער איז געוועהל אליהו הנביא זכור לטוב.
שטייגן: סקרענטאן!!! ישר כח פארן דערמאנן. א גאר חשובע קהלה - גאר נאנט צו מיין הארץ - וואס אגב וואינען דארט אסאך גרים צדיקים פון שפאנישן אפשטאם וואס פילן זאך דארט מער באקוועם ווי אין אנדערע קהילות.

Kosher Travel האט געשריבן:Wow!
איך האב נישט געגלייבט אז עס איז דא אזא אינטערעסע אין די נושא. איך האב געמיינט אז דאס איז מיין משוגעת hobby.
מילער: יא, עס איז שוין דא 100 יאהר א קליינע קהלה מיט א שוהל. דאס איז בנוסף צו די גאר ווארימע חסידישע שוהל פון הרב לעבאוויטש שליט"א. וואדרידזש האט זיך אזוי צוביסלעך און שטיל גאר שיין אויפגעבויט אין די לעצטע 15 יאהר. עס איז דא דארטן אידן פון סאטמאר, פאפא, וויען און אונגערישע געשטימטע היימישע אידן א גאנץ יאהר. עס איז דא דארט איינער טאבאק די בע"ב פון היילענד פארק וואס וואוינט שוין דארט היבש אסאך יארן, ווי אויך קענען מיר א היימישע משפחה 'מצליח' וואס וואוינען דארט שוין דורות... מערסטענס מיטל יעריגע אידן וואס האבן שוין אויסגעגעבן רוב קינדער. לעצטענס האבן זיך אהנגעהויבן ארייציען אויך משפחות מיט קינדער. זיי האבן א מקווה טהרה א גאנץ יאהר. ווי אויך האט די לאקאלע שוהל נישט פארפאסט א מנין פאר 100 יאר!!!! וואכן, שבת, יו"ט, יו"כ, שחרית, מנחה, מעריב. עס איז דא א legend אז איינמאהל א' סליחות (זיי זאגן מוצאי שבת) איז נישט געוועהן קיין מנין ביז עס איז אהנגעקומען א pick up truck מיט א איד - עור עזר במתניו leather jacket & boots ווי א פארמער פאר א צענטער און זיי זאגן אז ער איז געוועהל אליהו הנביא זכור לטוב.
די מעשה האב איך געהערט פון די רב הביהמ"ד [שוין ריטייערט - היינט איז שוין דא א נייע] וואס בדידיה הוא עובדא.
וואדרידזש איז אלץ געווען א אידישע שטעטל, מ'פארציילט אז רבי ברוך בער איז אמאל דארט געווען אויף שבועות, אריינקומענדיג אין שול יו"ט ביינאכט האט ער געזאגט אז ער פילט זיך ווי אינדערהיים אין קאמיניץ...
שטייגען האט געשריבן:אין ראטשעסטער ניו יארק איז דא א גאנץ שיינע קהילה,
וואטעברי קינוקעט איז דא א גרויסע קהילה קרוב צו 200 פרימע תושבים,
אין ניובורג ניו יארק איז דא אסאך אידן, זיי האבן אפילו עפעס א שטיקל מוסדות.
אין ניו ווינסדאר איז דא גאנץ א גרויסע ישיבה מיט עפעס סטעף ווינוען דארט,
איין זאך ביטע נישט פארגעסן פון סקרענטען פאנסילווינע
ראטשעסטער איז א געגנט וואס וואקסט, א שיינע צאל ישיב׳שע משפחות פון לעקוואד האבן זיך אהינגעצויגן.
הכל לטובה!
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
Kosher Travel האט געשריבן:
בשבילי נברא: מיט אנטשולדוגין, אבער די נושא איז פון ארטאדאקסישע קהילות. אסאך היימיש (אפילו נישט חסידיש) און אסאך פרום. זיי זענען נישט "פארלוירן". יש חכמה בגויים תאמין. עס איז דא אידישקייט אויסער וויליאמסבורג און מאנסי.
ר' יידישע, מ'דארף קענען ליינען צווישן די שורות אויך....
דא איז די מנהג מקדמת דנא אז ווען עס שטייט .... (פינטלעך) נאך א ווארט, איז פשט אז מען מיינט עס סארקאסטיש ובדרך צחות.
חוץ מזה, וואס איך וויל נישט פארדרייען די נושא דא, אבער טייל פון די ארטאדאקסישע קהילות פלאגן זיך היינט זייער מיט דעם נייעם פענאמענען אז די אינגערע דור הגם זיי האבן נישט געטוישט פון ארטאדאקסי, רופן זיי זיך שוין אבער מאדערן ארטאדאקס, וואס דאס איז ליידער זייער איינגעריסן, און מאכט אן געפערליכע פראבלעמען בקרב ישראל (נישט אין וויליאמסבורג און מאנסי.... נאר אין די סטעיטס).
---
-
- שר האלף
- תגובות: 1502
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm
ישר כח פארן עפענען דעם אשכול, אמאל געהערט פון ר׳ אייזיק קעפעטש אויף זיין סעריע פון אידישע היסטאריע (געזאגט אין ישיבת נועם אלימלך) אז עס איז דא וואס מיינען אז מען איז געקומען פון מתן תורה אויף מאנרא באסעס גלייך צו ברוקלין, מאנסי, מאנרא.... לעניננו, איז דא אסאך וואס זענען קיינמאל נישט ארויס פון די היימישע געגענט, אז מען געבט א קוק אויף godaven.com זעהט מען אז עס איז דא ישובים אין צענדליגע שטעט אין אמעריקע.
מיר האפן איר וועט מיטטיילן אינטערסאנטע אינפארמאציע.
אגב, פארוואס באנוצט איר זיך מיטן אויסדרוק חכמה בגויים תאמין ווען מען רעדט פון אידן?
מיר האפן איר וועט מיטטיילן אינטערסאנטע אינפארמאציע.
אגב, פארוואס באנוצט איר זיך מיטן אויסדרוק חכמה בגויים תאמין ווען מען רעדט פון אידן?
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4279
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
shalsheles האט געשריבן:ישר כח פארן עפענען דעם אשכול, אמאל געהערט פון ר׳ אייזיק קעפעטש אויף זיין סעריע פון אידישע היסטאריע (געזאגט אין ישיבת נועם אלימלך) אז עס איז דא וואס מיינען אז מען איז געקומען פון מתן תורה אויף מאנרא באסעס גלייך צו ברוקלין, מאנסי, מאנרא.... לעניננו, איז דא אסאך וואס זענען קיינמאל נישט ארויס פון די היימישע געגענט, אז מען געבט א קוק אויף godaven.com זעהט מען אז עס איז דא ישובים אין צענדליגע שטעט אין אמעריקע.
מיר האפן איר וועט מיטטיילן אינטערסאנטע אינפארמאציע.
אגב, פארוואס באנוצט איר זיך מיטן אויסדרוק חכמה בגויים תאמין ווען מען רעדט פון אידן?
ישר כח פארן שרייבן.
איך באנוץ זיך מיטען חכמה בגוים תאמין אלטס א משל. פונקט ווי די גמרא זאגט חכמה בגויים תאמין, וואס דאס מיינט אז כאטש די עיקר (און אמת'דיגע) חכמה איז נאר דא ביי חכמי ישראל, אבער דאך זאל מען וויסן אז די גויים האבן אויך חכמה, די זעלבע, אסאך פון אונז זענען אביסל ignorant און זיי מיינען אז איינער וואס איז אביסל אנדערשט פון אונז איז א גוי, אדער עכ"פ נישט פרום...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- יענקעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 781
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
- לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.
Kosher Travel האט געשריבן:יענקעלע: נישט ריכטיג. עס איז דא קרוב צו 100 שומרי שבת.
שמואל בארג: עלענוויל איז א Young Israel affiliated Synagogue און לויט זייערע תקנות מוז די פארקינג לאט זיין פארשפארט שבת. אגב, רוב חב"ד סענטערס האבן די זעלבע פאליסי. See no evil. איך נעם נישט דא א שטעלונג צו זיי זענען גערעכט.
אין Ellenville איז דא 4 שומרי שבת, דריי קומען בקביעות שבת אין שוהל און דער פערטער איז נישט אזוי געזונט און וואוינט זייער ווייט קומט ער נישט געווענליך,
די פארקינג לאט איז על פי רוב אפען און נאך צוויי יודן קומען צו פארן יעדן שבת, אזוי אז אין א שבת ווען עס זענען נישטא קיין געסט (רוב שבתים זענען דא געסט) זענען דא 5 יודן אין שוהל, און נאך עטליכע פרויען וואס קומען שבת צופרי צום דאווענען און ווארימען אן א טשאלנט פאר די מתפללים.
די קהילה באשטייט פון בערך הונדערט יודן אבער זײ קומען נאר צופארן אין שוהל ווען חבד מאכט א מצב למשל שבת פאר יט כסליו אדער שבת פאר דעם רבי'נס יארצייט בתנאי אז מען דיסקרימינירט נישט קעגן די פרויען און זיי קענען זיצן צוזאמען מיט די מענער.
אגב די מעיאר פון Ellenville איז אויך א מעמבער אין די קהילה און ער קומט אויך צופארן שבת פון צייט צו צייט.
-
- שר האלף
- תגובות: 1859
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm
יענקעלע האט געשריבן:Kosher Travel האט געשריבן:יענקעלע: נישט ריכטיג. עס איז דא קרוב צו 100 שומרי שבת.
שמואל בארג: עלענוויל איז א Young Israel affiliated Synagogue און לויט זייערע תקנות מוז די פארקינג לאט זיין פארשפארט שבת. אגב, רוב חב"ד סענטערס האבן די זעלבע פאליסי. See no evil. איך נעם נישט דא א שטעלונג צו זיי זענען גערעכט.
אין Ellenville איז דא 4 שומרי שבת, דריי קומען בקביעות שבת אין שוהל און דער פערטער איז נישט אזוי געזונט און וואוינט זייער ווייט קומט ער נישט געווענליך,
די פארקינג לאט איז על פי רוב אפען און נאך צוויי יודן קומען צו פארן יעדן שבת, אזוי אז אין א שבת ווען עס זענען נישטא קיין געסט (רוב שבתים זענען דא געסט) זענען דא 5 יודן אין שוהל, און נאך עטליכע פרויען וואס קומען שבת צופרי צום דאווענען און ווארימען אן א טשאלנט פאר די מתפללים.
די קהילה באשטייט פון בערך הונדערט יודן אבער זײ קומען נאר צופארן אין שוהל ווען חבד מאכט א מצב למשל שבת פאר יט כסליו אדער שבת פאר דעם רבי'נס יארצייט בתנאי אז מען דיסקרימינירט נישט קעגן די פרויען און זיי קענען זיצן צוזאמען מיט די מענער.
אגב די מעיאר פון Ellenville איז אויך א מעמבער אין די קהילה און ער קומט אויך צופארן שבת פון צייט צו צייט.
אויב אזוי שטומט שוין די "חכמה 'בגויים' תאמין"
לעצט פארראכטן דורך באקסער בוים אום זונטאג אוגוסט 27, 2017 2:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.