מר. אידיש, עטליכע מאל איז מיר אויסגעקומען לעצטענס צו וויסן די אידישע און ענגלישע דעפענישנ'ס פון די ווערטער, און איך האב נישט קיין קלארע איבערבליק אויף די זאך.
אפשר וואלט איר אין קורצן עס אראפגעשטעלט, אזוי אז מיר זאלן וויסן וואו איין און וואו אויס? קען זיין אז איר האט דאס שוין אמאל געשריבן דא (אזוי ליגט מיר אויפן זיכרון) למעשה געפון איך דאס נישט. אלזא, אפשר קענט איר דאס אראפשטעלן? נישט נאר די עטליכע וואס איך האב דערמאנט, נאר די אלע אנדערע אויך. און ווי אויך ביטע עס שרייבן מיטן ענגלישן נאמען, ווייל אויף אידיש וועל איך זיך צומישן.
ביטע שרייבט אין קורצן וואס יעדעס ווארט באדייט, און א קליינע משל אויף דעם.
יישר כוח למפרע.
ווערב, נאון, אדזשערקטיוו, וכדו'
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
נאון איז א זאכווארט - א ווארט וואס באצייכנט א זאך. א זאך הייסט אויך א מענטש, א בעל-חי, א מצב. למשל, דאס ווארט ווארט איז א זאכווארט. מענטש איז א זאכווארט. באבע איז א זאכווארט. הימל אויך. פען, וואנט, דאך, קאץ - איך קוק זיך דא פשוט ארום. א פעולה איז נישט קיין זאכווארט. שפרינגען איז נישט קיין זאכווארט, ס'איז א פעולה.
ווערב איז א פעולה-ווארט. טייל רופן עס אויף אידיש א טאט-ווארט (טאט = פעולה). שפרינגען, טאנצן, לויפן.
אדזשעקטיוו (אדיעקטיוו, זאך-באצייכענונג) איז א ווארט וואס באצייכנט די אייגנשאפטן פון א זאך. א הויכער מענטש, א שיינער בוים, א רויטע בלום, א פינסטערע נאכט, אן אמאליגע דערציילונג, א רירנדע געשעעניש.
אדווערב (פעולה-באצייכענונג) באצייכנט די אייגנשאפטן פון א פעולה, לויפן שנעל, שפרינגען הויך.
גאחט איט?

- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
אידיש האט געשריבן:סאכדעס, יא, דיינע פינטעלעך זענען גוט. עלה והצלח.
דא האסטו נאך א שטיקל הסבר:
אן אדיעקטיוו (וואס באצייכנט די קוואליטעט פון א זאך) ענטפערט אויף דער פראגע: וואספארא? און וועלכער?
אן אדווערב (וואס גיט צו אינפארמאציע וועגן א פעולה) ענטפער אויף דער פראגע: ווי אזוי? וואו? און ווען?
אט איז די שמועס איבער די קאמעס. טאקע באגב, אבער דא טרעף איך דאס ערשטע.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!