פרעזידענט טראמפ - פאזיטיווע דעקונג

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

פרעזידענט טראמפ - פאזיטיווע דעקונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

דער ציל פונעם דאזיגן אשכול איז:

אויסשליסליכע פאזיטיווע דעקונג איבער פרעזידענט טראמפ.

יעדן מענטש קען מען באטראכטן פאזיטיוו און נעגעטיוו, און כל שכן אן איש ציבור, און ק"ו וב"ב של ק"ו דער פרעזידענט פון די מעכטיגסטע לאנד אין דער וועלט.

א מענטש איז א נוגע בדבר צו זיין מיינונג, און יעדע זאך ווערט געמאסטן לויט די פארב פון זיינע ברילן. און עס איז שווער צו זיין אמת'דיג באלאנסירט.

דער פאקט איז אז טראמפ איז אונזער פרעזידענט, און עס איז פארהאן זאכן וואס ער טוט וואס איז לכו"ע פאזיטיוו, און ווידעראום איז דא זאכן וואס אמווייניגסטנס א טייל וועלן האבן דערויף א גינסטיגן בליק.

און פאר דעם איז דער אשכול געווידמעט, צו דעקן דעם פרעזידענט אויסדריקליך "נאר" פאזיטיוו. און יעדער וואס זעהט און מערקט א גינסטיגע אנטוויקלונג ווי א נייעסל, אן אנקעטע וכדו' יו נעימ איט, איז ער מכובד דאס אהערצוברענגען און מהנה זיין דעם עולם.

און מיר בעטן בכל לשון של בקשה אז ווער עס וויל אפפרעגן א פאזיטיווער תגובה, אדער זאגן א געוויסע הערה וואס איז נישט לרוחו פונעם אשכול, זאל זיך פליס זוכן אן אנדער פלאץ, עס איז דא גענוג אשכולות דערפאר.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

ובזה החלי:

JP

פרעזידענט פארארדנט אפיציעלע אויספארשונג איבער כינע׳ס מעגליכע האנדלט פארלעצונגען

דער פרעזידענט האט זיך היינט אומגעקערט קיין וואשינגטאן פאר איין טאג ווי ער איז ערווארטעט צו מעלדן איבער א ספעציעלע אויספארשונג קאמיטע וועלכע וועט אריינקוקן אין מעגליכע האנדלס פארלעצונגען וועלכע כינע פירט דורך, הויפטזעכליך מיט׳ן זיך באנוצן אומלעגאל מיט אמעריקאנער פאטענטן, און צורויבן אמעריקאנער ערפינדונגען.

אזא אויספארשונג קען עווענטועל פירן צו געוויסע סאנקציעס, א זאך וואס איז ערלויבט אונטער די יעצטיגע האנדלס אפמאך, אבער אמעריקע האט שוין נישט געטוהן פאר צענדליגע יארן, ספעציעל זינט 1995 ווען עס איז געגרינדעט געווארן די וועלט׳ס האנדלס ארגאניזציע.

די אויספארשונג וועט געפירט ווערן דורך דעם ספעציעלן פארשטייער וועלכער דער פרעזידענט האט געשטעלט איבער כינע ראבערט לייטיזער.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

DYD

פרעזידענט טראמפ'ס ווידערוויילונג קאמפיין האט נעכטן געלופטערט זייער סאמע ערשטע רעקלאמע, וועלכע איז א דרייסיג סעקונדעס פרעזענטאציע וואס אטאקירט די דעמאקראטישע פארטיי און הייבט ארויס טראמפ'ס דערגרייכונגען אין זיינע ערשטע 7 מאנאטן.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

DYD

טראמפ האט געמאלדן אז ער וועט נאכאמאל שיקן זיין איידעם דזשעראד קושנער, און זיין ראטגעבער דזשעיסאן גרינבלאט, צום מיטל מזרח, פאר א פרישע רונדע שלום געשפרעכן צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

JP

אמעריקע נעמט שטרענגערע שטעלונג איבער ווענעזועלע

וויצע פרעזידענט מייק פענס טוט אין די טעג אפהאלטן א דיפלאמאטישע רייזע אין סאוט אמעריקע, און האט היינט אפגעשטאט א באזוך אין א קאמיוניטי צענטער אין קאלאמביע ווי ער האט זיך געטראפן מיט פליכטלונגען וועלכע זענען אנטלאפן פון די שוידערליכע אומשטענדן אין ווענעזועלע.

פענס האט זיי פארשפראכן אז ״אמעריקע וועט נישט שטיין אין די זייט ווען ווענעזועלע ווערט צוברעקלט״, און אנגעדייטעט אז אמעריקע איז גרייט צו נעמען א מער אקטיווע צוגאנג צו דעם פראבלעם פון ווענעזועלע ווי די מאדורא רעזשים טוט פארפייניגן און אויסהונגערן זייערע אייגענע בירגער, ער האט אויך געזאגט אז ״פרעזידענט טראמפ האט זייער קלאר געזאגט אז אמעריקע וועט נישט ערלויבן ווענעזועלע צו פארוואנדלט ווערן אין א דיקטאטורשאפט״.

דאס קומט נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט דעם שבת געזאגט אז ער שליסט נישט אויס די מעגליכקייט אז אמעריקע זאל מיליטעריש אינטערווענירן אין ווענעזועלע.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

גראדע קעגן ווענעזועלא האט אבאמא אויך גענומעען א שארפע ליניע, כאטש ער האט נישט געסטראשעט מיליטעריש.
(גיי פארשטיי פארוואס אויב פון קובא דארף מען אראפנעמען סאנקציעס ווייל.... ס'ארבעט נישט.... דארף מען עס גאר פארשטערקערן אויף ווענעזועלא, באט עניוועיס.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

JP

אמעריקע און נארט קארעא שטייען אין פארבינדונג

אמעריקע האט געעפנט א געהיימע קאנאל פון פארבינדונג מיט די רעזשים אין נארט קארעא, אזוי דעקט אויף די ׳אסאסישעיטעד פרעס׳ היינט. די געהיימע געשפרעכן צווישן די צוויי לענדער האלטן שוין אן עטליכע מאנאטן, און עס איז שוין פארהאנדלט געווארן די צושטאנד פון די אמעריקאנער ארעסטאנטן אין נארט קארעא און אויך די מיליטערישע אנגעצויגנקייט.

די געשפרעכן ווערן אפגעהאלטן אין ניו יארק צווישן דער הויפט אמעריקאנער דיפלאמאט פאר נארט קארעא יוסף יון און צווישן די פארשטייער פון נארט קארעא וואס געפונען זיך אין ניו יארק, אין די סטעיט דעפארטמענט רופט מען דאס די ״ניו יארק קאנאל״ און אויך אין די טעג טוען די זייטן אויסטוישן אינפארמאציע און האלטן אפ געשפרעכן, דער סעקרעטערי אף סטעיט טילערסאן דרוקט אויס שטארקע האפענונג אויף די קאנאל און האט עס עפנטליך אנערקענט אין די לעצטע טעג ווען ער האט געזאגט אז אמעריקע האט אנדערע וועגן צו שיקן ווארנונגען צו נארט קארעא נישט דורך די עפנטליכקייט.

די זעלבע קוועלער געבן איבער פאר די אסאשיעטעד פרעס אז פרעזידענט טראמפ איז מער אפן צו א דיאלאג מיט נארט קארעא ווי באראק אבאמא, און אז פרעזידענט טראמפ טוט נאכאנאנד אונטערשטרייכן אז ער איז גרייט פאר דירעקטע געשפרעכן מיט נארט קארעא, א זאך וועלכע פרעזידענט אבאמא האט קיינמאל נישט געזאגט.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

אימפעט האט געשריבן:דער פרעזידענט האט זיך היינט אומגעקערט קיין וואשינגטאן פאר איין טאג ווי ער איז ערווארטעט צו מעלדן איבער א ספעציעלע אויספארשונג קאמיטע וועלכע וועט אריינקוקן אין מעגליכע האנדלס פארלעצונגען וועלכע כינע פירט דורך, הויפטזעכליך מיט׳ן זיך באנוצן אומלעגאל מיט אמעריקאנער פאטענטן, און צורויבן אמעריקאנער ערפינדונגען.

א קורצע ערקלערונג איבער כינעס גניבה-שטיק:

For years, China's allegedly been telling US companies that they can only expand there if they sync up with Chinese companies. Part of the deal also allegedly forces US companies to hand over data and other forms of intellectual property. US businesses say this means some local Chinese companies end up stealing American innovations. So yesterday Trump took a stand. Trading punches.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

JP

ווייסע הויז נאמינירט נייע קאמיוניקאציע דירעקטארין

דאס ווייסע הויז האט געמאלדן אז זי האט נאמינירט האופ היקס פאר צייטווייליגע קאמיוניקאציע דירעקטארין, די נייע דירעקטארין איז א ראטגעבערין פאר׳ן פרעזידענט וואס איז געווען א טייל פון די טראמפ קאמפיין.

היקס וועט דינען אלס צייטווייליגע דירעקטארין און אויספירן אלע פונקציעס ביז מען טרעפט א פערמענאנטע ערזאץ, קוועלער אין ווייסן הויז זאגן אז היקס וועט ארויסהעלפן מיט די פראצעדור צו טרעפן אן ערזאץ. היקס איז א 28 יעריגע אויפגייענדע שטערן אין די קאנסערוואטיווע קרייזן, זי האט געדינט ביז יעצט אלס דירעקטאר פון סטראטעגישע קאמיוניקאציע, און ווערט באטראכט צו זיין איינס פונעם פרעזידענט׳ס געטרייסטע און נענטסטע שטאב מיטגלידער.

דערווייל האט דער פרעזידענט נאכנישט געמאכט קיין אפיציעלע מעלדונג איבער איר נאמינאציע, אבער עס איז ערווארטעט צו פאסירן אין די קומענדיגע שטונדן.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

און גוטע נייעס פאר טראמפ, די צפון קאריע מעשה איז א געווינס פאר טראמפ.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

JP

טראמפ: פירער פון נארט קארעא האט געמאכט ״א קלוגע באשלוס״


פרעזידענט טראמפ האט היינט מיטוואך אויסגעלויבט דעם דיקטאטור פון נארט קארעא קים יאנג אָן פאר׳ן אפשטופן די אטאקע וואס איז געווען אנגעבליך געווען געפלאנט אויף דעם אמעריקאנער באזע אין גואם, אין א טוויט האט ער געשריבן ״קים יאנג אָן פון נארט קארעא האט געמאכט א קלוגע און דורכגעטראכטע באשלוס, די אלטערנאטיוו וואלט געווען קאטעסטראפאל און אומאקצעפטירבאר״.

מיט דעם זעהט אויס אז עס איז ענדליך געשלאסן געווארן די שרעקעוודיגע רונדע פון היציגע סטראשונקעס וואס האט געשטעלט די וועלט אויפ׳ן שוועל פון נוקלעארע קריג.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

JP

טראמפ וועט אפהאלטן א ראלי אין אריזאנע קומענדיגע וואך

קומענדיגע וואך וועט דער פרעזידענט אפהאלטן א ראלי אין פיניקס אריזאנע, די ראלי וועט פארקומען אין די פיניקס קאנווענשאן צענטער קומענדיגע אויגוסט 22.

פאליטישע זשורנאליסטן שאצן אז דער פרעזידענט וועט מעגליך אויסנוצן די געלעגענהייט צו מעלדן איבער זיין פארדאן פאר שעריף דשאו ארפייא, א פארדאן איבער וועלכע ער האט שוין גערעדט צו פאקס ניוז פאריגע וואך.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שכח אימפעט!

האלט אן
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

וואסי די מעשה מיט ארפייאו? פארוואס דארף ער א פארדאן?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2942
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

משהזוךמיר האט געשריבן:וואסי די מעשה מיט ארפייאו? פארוואס דארף ער א פארדאן?

עפעס זיך אנגעפיפן אויף א ריכטערס פסק, איבער עפעס מיט אימיגראנטן, און מ'האט עהם יעצט פראסעקיוטעט דערויף, און עהם מחייב געווען דערויף, און ס'דארף בקרוב זיין זיין סענטענסינג דערויף.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:וואסי די מעשה מיט ארפייאו? פארוואס דארף ער א פארדאן?

עפעס זיך אנגעפיפן אויף א ריכטערס פסק, איבער עפעס מיט אימיגראנטן, און מ'האט עהם יעצט פראסעקיוטעט דערויף, און עהם מחייב געווען דערויף, און ס'דארף בקרוב זיין זיין סענטענסינג דערויף.

דאס איז דער לעגענדארער "שעריף דזשאו"?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יאפ
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שכח אימפעט!

האלט אן

טענקס.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

דיסקלעימער:

צומאל ווען מיר ציטירן געוויסע נייעסער, שניידן מיר ארויס פונעם ארטיקל דעם שרייבערס אייגענע צוגעלייגטע בייעסד נעגיטיווע הערות... ואתם הסליחה...

ומענין לענין קומט קרעדיט פאר זלמן'נען, פארן אראפגעבן די נייעס טריקן און אויטענטיש, אן קיין אייגענע ספייסעס וואס צווינגט די צוהערער צו שפירן דעם נייעס נעגיטיוו אדער פאזיטיוו... ער גיבט די פרייהייט אליינס צו באשליסן...
וממנו ילמדו וכן יעשו... דער דעילי יוד און אידישע נייעס ועוד...
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

JP

קלארע באווייזן אז רוסלאנד איז נישט געשטאנען אונטער די ליעקס

דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דאנא ראערבעכער פון קאליפארניע, האט אפגעהאלטן א זיצונג פון דריי שטונדן מיט דער גרינדער און אנפירער פון ״וויקיליעקס״ דשוליאן אסאנדש.

ביי די זיצונג האט ער אנגעבליך באקומען אינפארמאציע וועלכע טוט קלאר איבערווייזן אז רוסלאנד איז נישט געשטאנען אונטער די סייבער אטאקעס קעגן די דעמאקראטישע הויפטקווארטירן, און נישט זיי זענען געשטאנען אונטער די ליעקס וועלכע האבן געברענגט שאדן פאר הילערי קלינטאן.

די זיצונג איז פארגעקומען אין די אמבאסאדע פון עקוואדאר אין לאנדאן ווי אסאנדש האלט זיך אויף.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

א שטארק פאזטיווע נייעס קומט נאר וואס אן, מזעהט ב״ה א שנוי לטובה אין די אויפירונג פונעם טראמפ אדמינסטראציע.

Trump team is becoming ‘more realistic and sensible,’ says EU boss
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פרעזידענט טראמפ האט אוועק געגעבן א מיליאן דאלער פון זיין אייגן טאש ארויסצוהעלפן די געליטענע פון האריקען הארווי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

די לעצטע שטיק צייט - בערך א וואך צוויי שוין, זעהט מען ב"ה א פארבעסרונג - שינוי לטובה אין די אויפירונג פון טראמפ און זיינע ראטגעבער.

צום ערשט האט די אדמינסטראציע גוט געהענדעלט די האריקעין ריספאנסעס. דערנאך האט ער אנגעהויבן צו רעדן מיט אן אנדערען טאון, אנשטאט פון סטארשענען און ווילדע קאמפיין סטייל רעדעס, מאכט ער פריוואטע מיטינגען ווי א פירער דארף זיך אויפירן. ער האט געשלאסן א דיעל מיט די דעמאקראטן. מ'זעהט שוין נישט יעדן אינדערפרי די ווילדע - זינלאזע טוויטס. פטור געווארן פון כמעט אלע ראדיקאלן פון זיין סטעף, דאס ווייסע הויז הייבט שוין ענדליך אן צו באקומען א שטיקל פנים פון אן אדמיניסטראציע נאך חדשים פון נאן סטאפ דראמא.

עס איז צום האפן אז ער וועט אנהאלטן דעם וועג און ווערן נאך בעסער, ווייל עס איז נאך פאלץ פאר פארבעסערונג!

מ'קען נישט ארויסלאזן זיין טשיף אוף סטעף וואס טוט א געוואלדיגע דזשאב אריין צובאקסן טראמפ, ער זאל נישט הערן צופיל וואס ער דארף נישט, און באקומען ראט נאר פון נארמאלע ציוויליזירטע אחריות'דיגע מענטשן.

בלייבט נאר איבער צו ווינטשן: תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה!
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

יאפ. זיין רעספאנד צו די האריקענס איז ווערד א באגריסונג, ווי אויך זיין באנעמונג האט זיך אסאך געטוישט לטובה.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אגריעט. עס זעהט זיך אן זיידי קעלי'ס נייע דיסציפלין אויף די גאנצע ווערטשאפט.

אויב עפעס האט זיך פאקטיש געטוישט אין זיין ראדיקאלע פאליסיס און דירעקציע? פרעג די 800,000 דאקא קינדער און די הינדערטער געליטענע פון שעריף זשאו ארפייא.

אה, און ווארט נאר אויף די נעקסטע ראלי...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”