נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

הר גריזים האט געשריבן:מה רבו מעשיך ה'! אזא מייסטערהאפטיגע בריאה.

כולם בחכמה עשית! ספעציעל אונזער @זאכליך מיט וויפיל חכמה און קלוגשאפט ער צולייגט אונז דא אלעס אזוי קלאר!

ישר כח!

מ׳רעדט דא אזוי פון נפלאות הבורא.. ס׳דא דא א מעשה פון איינע פון די צדיקים, וואס אלטס קליין קינד איז ער און א געלעגענהייט געווען מיט זיין טאט׳ן ביים וואסער בארטן, און פונדערווייטענס אריין און ווייסער האט עס אים אויסגעקוקט ווי דער הימל קומט זיך צוזאמען מיטן ים. האט ער א פרעג געטאן זיין טאטן: טאטי, דא ענדיגט זיך די הימל?.. האט זיין טאטע געענפערט: ניין מיין קינד, אונז האמער א גרויסער באשעפער וואס האט באשאפן א ״גרויסע הימל״.!. די ווערעטער פון זיין טאטן האבן אים אריין געלייגט און אים אזא מורא׳דיגע פחד פונעם בורא עולם, ער האט דאס געשפירט און איבערגעלאזט אן השפעה אויף אים כל ימיו.
(אויב איינער קען ביטע מיר דערמאנען די נעמען.. זאל מזכה זיין דעם רבים)
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

הר גריזים האט געשריבן:מה רבו מעשיך ה'! אזא מייסטערהאפטיגע בריאה.

כולם בחכמה עשית! ספעציעל אונזער @זאכליך מיט וויפיל חכמה און קלוגשאפט ער צולייגט אונז דא אלעס אזוי קלאר!

ישר כח!

ווען נישט די ווערטער ״נעשה ונשמע״.. גייט ווען דער גאנצער סיסטעים לתהו ובוהו..
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שכח קיסריה פאר די געוואלדיגע בארייכערנדע ידיעות
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שכח קיסריה פאר די געוואלדיגע בארייכערנדע ידיעות
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

קיסריה האט געשריבן:זייער גערן:

די גרעסטע זאך אינעם סאלאר סיסטעם איז די זון. די זון איז דער קעניג אינעם סאלאר סיסטעם (סאלאר איז טייטש זון). אבער ווי געזאגט אין #3, אז די גאנצע סאלאר סיסטעם איז א שטויב קעגן די מילקי וועי גאלאקסי.

די גרעסטע זאך (אביעקט, קערפערשאפט) אין אונזער מילקי וועי גאלאקסיע איז א מאנסטער שטערן מיט'ן נאמען VY Canis Majoris, וואס איז 3600 מאל גרעסער און מער מאסיוו פון אונזער.

אונזער זון איז א בערך א ברעקל זאלץ קעגן VY Canis Majoris.
קוקט דעם בילד. ס'כאפט א פחד.
וועלט קעגן די זון.
וועלט קעגן די זון.
IMG_1510.JPG (48.68 KiB) געזען 3036 מאל


צוריק צו נומער #4. עס זענען פאראן טריליאנען פלאנעטן און כמו פלאנעטן, און אפילו XO פלאנעטן, וועלכע האבן גאנץ ענגליכקייטן צו אנדערע פלאנעטן און דרייען זיך ארום זייערע זונען (שטערן בלע"ז). אונזער זון איז א רעגולער שטערן. און אזוי זענען פאראן אין די גאלאקסיע נאך הונדערטער ביליאנען שטערן צו גאר טרילאנען אין אונזער לאקאלע גאלאקסיע. יעדע שטערן האט ארום זיך אן א צאל פלאנעטן וועלכע קורסירן (ארביטן) ארום. מיר ווייסן נישט זייער צוועק, מיר פארשטייען נישט זייער ציל, מיר זענען בכלל נישט משיג וואס די ביליאנען פלאנעטקעלעך באדייטן, באצוועקן, באווירקן. און די סייענטיסטן פראבירן מיט אלע כוחות צו דערגיין צו אויף איינע פון די הונדערטער ביליאנען פלאנעטן איז פאראן "לעבן", א שפרענקלע וואסער, און מ'קען זיך עוענטועל דארט באזעצן.

דערווייל האלטן די אלע חלומות ביי ביים שטאפל פון ביטערע בזיונות.



די וועלט איז א ממש א שטויב קעגן די זון: זעהט דא:
וועלט קעגן די זון.
וועלט קעגן די זון.
IMG_1510.JPG (48.68 KiB) געזען 3036 מאל


יעצט לאמיר אפירנעמען די זון קעגן די מעכטיגע VY CANIS MAJORIS
און עס שטעלט זיך ארויס אז די זון איז א ברעקל קעגן שעם ריזיגן רויטן הייפער-דזשייענט:
קוקט נאר אהער:
די זון קעגן VY CANIS MAJORIS
די זון קעגן VY CANIS MAJORIS
IMG_1511.JPG (277.91 KiB) געזען 3036 מאל


ס׳איז נאך פאראן פיל גרעסערע שטערן. און אפילו די גרעסטע פון די שטערן זענען פיצל שבפיצל קעגן די גאלאקסיעס, ווינציגער פון א שטויב.

די גאלאקסיעס וועלכע זענען ביליאנען ליכט-יאר, זענען פיצל ממש קעגן די סופער גאלאקסיעס און קוועיזערס.

ועוד חזון למועד אי״ה
עצל פוילשטריק
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצל פוילשטריק »

מה זה "גאלאקסיע"?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

(א טעלעפאון...)

גאלאקסיע איז נישט קיין אביעקט, נאר א גרופע פון שטערן וואס מען רופט אן אינאיינעם א גאלאקסיע.

אונזער גאלאקסיע רופט זיך די 'מילקי וועי'
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יישר כוח קסרי זייער אינטערעסאנט.

----

כ'מיין אז די גרעסטע אבדזשעקט אין אונזער גאלעקסי איז די סופער מאסיווע בלעקהאול וואס געפינט זיך אין די צענטער פון די גאלעקסי.
ס'ווערט אנגערופן *Sagittarius A (מיט א שטערנדל אלס א חלק פון די נאמען... ) און ס'אנטהאלט 4 מיליאן מאל אזויפל מאסס ווי אונזער זין. ס'איז 27 מיליאן מייל ברייט, דאס הייסט אויב ס'ליגט צווישן די ערד און די זין וואלט עס אנגעפילט א דריטל פון די ספעיס!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

קיסריה האט געשריבן:א שטערן איז (ווי) די זון. אלעס דרייט זיך ארום איר.
א פלאנעט דרייט זיך ארום די זון און שיינט נישט.

א פלאנעט קען זיין א שטיינערנע קערפער, אדער אין גאז פארם.

למשל איבער א מיליאן וועלטן גייען אריין אין די זון.
די זון איז 99% פון די מאסיווקייט פונעם גאנצן סאלאר סיסטעם.

אונזער וועלטל איז ווינציגער פון א מיליאנסטל אין ״מעסס״ פון די זון.

די אלע שיינענדיגע שטערענס אויפן הימעל וואס מ'זעהט ביינאכט, אדער די אלע שטערענס וואס זענען אין די מזלות וכדומה, וואס זענען זיי? האבן א אייגענע לעכטיגקייט אזוי ווי אונזער זון אדער גאר שטערקער נאר זענען צו ווייט אז מיר זאל זעהן זייער פולע ליכטגיקייט?

די גרויסע מאסיווער שטערן פון אונזער מילקוועי גלעסקיע וואס דו צייכענסט אן, קען מען זעהן מיט אונזערע אויגן?
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

הר גריזים האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:א שטערן איז (ווי) די זון. אלעס דרייט זיך ארום איר.
א פלאנעט דרייט זיך ארום די זון און שיינט נישט.

א פלאנעט קען זיין א שטיינערנע קערפער, אדער אין גאז פארם.

למשל איבער א מיליאן וועלטן גייען אריין אין די זון.
די זון איז 99% פון די מאסיווקייט פונעם גאנצן סאלאר סיסטעם.

אונזער וועלטל איז ווינציגער פון א מיליאנסטל אין ״מעסס״ פון די זון.

די אלע שיינענדיגע שטערענס אויפן הימעל וואס מ'זעהט ביינאכט, אדער די אלע שטערענס וואס זענען אין די מזלות וכדומה, וואס זענען זיי? האבן א אייגענע לעכטיגקייט אזוי ווי אונזער זון אדער גאר שטערקער נאר זענען צו ווייט אז מיר זאל זעהן זייער פולע ליכטגיקייט?

יעדע שטערן האט אייגענע ליכטיגקייט. אסאך זענען אזוי גרויס ווי די זון. און אסאך פיל גרעסער, צו גאר מיליאנען מאל גרעסער.

די גרויסע מאסיווער שטערן פון אונזער מילקוועי גלעסקיע וואס דו צייכענסט אן, קען מען זעהן מיט אונזערע אויגן?


ניין. מ'קען די גרויסע VY CANIS MAJORIS שטערן נישט זעהן מיט אונזערע פליישיגע אויגן. ס'איז טאקע שרעקליך גרויס, אבער 4000 ליכט יאר איז קווינטיליאנען מיילן ווייט פון אונז. מיר קענען עס נאר זעהן מיט א טעלעסקאפ, אפילו גאנץ פשוט'ע טעלעסקאפן קענען עס זעהן.

די VY CANIS איז מיליאנען מאל מער מאסיוו פון די זון, אבער ס'איז דאך קעלטער פון די זון. וויבאלד די זון איז נישט אזוי גרויס, קומט אן די היץ פון די CORE צום SURFACE (דרויסנדיגע שיכטן). משא"כ ביי די גרויסע שטערן, וואס זענען מיליאנען מייל גרעסער, קומט נישט אן די מורא'דיגע היצן פון אינעווייניג צו די אויסערליכע שיכטן, ממילא איז די היץ פיל פיל קעלטער פון די זון.

איך וואלט נאך אלץ קיינעם נישט מייעץ געווען צו פראבירן....
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

סייענטיסטן האבן באוויזן צו באקומען ראדיאו כוואליעס פון א ווייטע גאלאקסיע אין ספעיס.

א גרופע אסטראנאמיסטן האבן אויפגעשטעלט א פראדזשעקט מיט ספעציעלע פאאגעשריטענע כלים צו קענען זיך צוהערן צו כוואליעס וואס קומען פון ווייטע ספעיס וואס ענטהאלט אינפארמאציע, א שטייגער ווי ראדיאו כוואליעס אדער ווייערלעסס קאמוניקאציע מעסעדזשעס.

די ציל פון די מיסיע איז צו טרעפן אנדערע פלאנעטן מיט מענטשן דערויף, ס'לאזט זיך גלייבן אז אויב איז דא אנדערע פלאנעטן מיט מענטשן זיכן זיי אויך אונז צו טרעפן, און מן הסתם וועלן זיי ארויסשיקן ראדיאו כוואליעס.

זיי זענען געווארן שאקט אפאר טאג צוריק ביים זיך צוהערן צו א שטערן אין ווייטע גאלאקסיע בערך 3 ביליאן ליכט ווייט האבן זיי געהערט 15 ראדיאו בורסט אזאלכע קורצע כוואליעס.

סייענטיסטן זענען נאכנישט זיכער פון וואס די ראדיאו כוואליעס קומען, אבער אפילו אויב זאל עס זיין פון מענטשן, וויבאלד ס'איז 3 ביליאן ליכט יאר ווייט, מיינט עס אז די כוואליע איז געווארן ארויסגעשיקט 3 ביליאן ליכט יארן צוריק, און די פלאנעט וואס האט אנטהאלטן די מענטשן איז שוין לאנג אויסגעשטארבן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

הרב זאכליך, יישר כח פאר אייער שיינע ארבעט.

איר ענדיגט צו אז דער פלאנעט איז שוין לאנג אויסגעשטארבן, וואס איז פשט פון דעם? ווער זאגט אז עס שטארבט אויס?

אז מען רעדט שוין פון דעם, ווי קען זיין אז א פלאנעט זאל זיין מער פון ה' אלפים תשע"ז יאר אלט?

ביטע קומט אריין קלארער, א דאנק.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

שואלכענין האט געשריבן:הרב זאכליך, יישר כח פאר אייער שיינע ארבעט.

איר ענדיגט צו אז דער פלאנעט איז שוין לאנג אויסגעשטארבן, וואס איז פשט פון דעם? ווער זאגט אז עס שטארבט אויס?

אז מען רעדט שוין פון דעם, ווי קען זיין אז א פלאנעט זאל זיין מער פון ה' אלפים תשע"ז יאר אלט?

ביטע קומט אריין קלארער, א דאנק.

דמיונת און חלומות איז אויך נפלאות הבורא.. אסאך מאל אפילו מער אינטערסאנט ווי די זאך פון וואס מדמיונט.
די חשבון פארוואס זיי האלטן אז די וועלט שטייט שוין חאטשיג 4.5 בילאון יאר, איז ווייל די ווייטסטע געלעקסי וואס מ׳האט ביז היינט דיסקאווערט איז עפעס 14.5 בילאון ליכט יאר אוועק (אימעגליך צו באגרייפן וואס ווייטקייט דאס איז) און לויט די ספיד אוו לייט, אויב איז שוין מעגליך פאר אינזער טעלעסקאופ עס צו זעען, מיינט עס אז עס איז שוין אזוי אלט. אבער מיר אלע ווייסמער דעם אמת. דער הייליגער באשעפער האט באשאפן די וועלט ווינציגער ווי 6 טוזענט יאר צוריק. און פינקט ווי דער אייבישטער האט באשאפן די ביימער און גראזן שוין מיט פארענדיגטע פירות, ווי עס שטייט ותוצא הארץ דשע עשב מזריע זרע, עץ פרי וכו׳ אזוי אויך האט ער אויפגעהאנגען די מאורות ברקיע השמים מיט פארטיגע שטראלן אראפ ביזן ערד קיגל. ס׳איז נאר אינטערסאנט, דער אויבישטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו ושמתי את זרעך ככוכבי השמים לרוב, און וויפיל יארן ס׳איז נאר אדורך אונעם טעכנעלאגעשע וועלט האט מען נישט קיין אהנונג ווי אהין דאס ענדיגט זיך, מ׳האט שוין ביז היינט דיסקאווערט הינדערטער בילאונען געלעקסיס, און יעדע געלעקסי באשטייט פון א קאבאנאציע פון טרילאנער טרילאנען שטערן׳ס.. מה רבו מעשך ה׳
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

שואלכענין האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון דעם, ווי קען זיין אז א פלאנעט זאל זיין מער פון ה' אלפים תשע"ז יאר אלט?

ביטע קומט אריין קלארער, א דאנק.

אין קבלה איז באקאנט די ענינים פון בונה עולמות ומחריבן. אין אמרי פנחס פון ר' פנחס קארניצער אין בראשית איז ער מאריך אין די עינינים.

לגבי אז די וועלט שטייט ווייניגער ווי 6,000 קען זיין אז חז''ל רעדט נאר פון אונזער סאלאר וכדומה
א'מונה ב'טחון ג'עלט
ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישתבח שמו לעד »

Amazing האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון דעם, ווי קען זיין אז א פלאנעט זאל זיין מער פון ה' אלפים תשע"ז יאר אלט?

ביטע קומט אריין קלארער, א דאנק.

אין קבלה איז באקאנט די ענינים פון בונה עולמות ומחריבן. אין אמרי פנחס פון ר' פנחס קארניצער אין בראשית איז ער מאריך אין די עינינים.

לגבי אז די וועלט שטייט ווייניגער ווי 6,000 קען זיין אז חז''ל רעדט נאר פון אונזער סאלאר וכדומה


ברוב מקומות בפרט אצל חסידים לא אחזו מזה
ע׳ מ״ש בזה רבינו בח׳ מוהר״ן סי תכד
בְּעִנְיַן הַשְּׁמִטּוֹת שֶׁיֵּשׁ סִפְרֵי מְקֻבָּלִים שֶׁסּוֹבְרִים עִנְיָן זֶה כַּמְבאָר בִּסְפָרִים אָמַר רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה שֶׁאֵינוֹ כֵן. וְכָל פַּעַם שֶׁסִּפֵּר מֵעִנְיָן זֶה לֹא הָיָה מַסְכִּים כְּלָל. וְהַסֵּפֶר "שַׁעֲרֵי גַּן עֵדֶן", שֶׁיָּצָא מֵחָדָשׁ בְּיָמֵינוּ, הָיָה לְמַרְאֵה עֵינֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, וְלֹא הוּטַב בְּעֵינָיו מֵחֲמַת זֶה, שֶׁכָּל יְסוֹדוֹ עַל פִּי עִנְיַן הַשְּׁמִיטוֹת. וּפַעַם אֶחָד אָמַר רַבֵּנוּ זַ"ל בֶּפֵרוּשׁ עַל עִנְיָן זֶה שֶׁאֵינוֹ כֵן וְאָנוּ חָפַצְנוּ לִשְׁמעַ מִמֶּנוּ יוֹתֵר עָנָה וְאָמַר: מַה יִּהְיֶה אִם אֲגַלֶּה לָכֶם יוֹתֵר זאת גַּם כֵּן וְכִי לֹא אָמַרְתִּי לָכֶם מַה שֶּׁיֵּשׁ בּוֹ דַּי, וְלֹא רָצָה לְגַלּוֹת. אֲבָל זאת אָמַר בְּפֵרוּשׁ, שֶׁאֵינוֹ כֵּן כְּמוֹ הַסּוֹבְרִים עִנְיַן הַשְּׁמִיטוֹת כַּנַּ"ל וְגַם דַּעַת הָאַרִ"י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֵינוֹ מַסְכִּים כְּלָל לְעִנְיַן הַשְּׁמִטּוֹת. וְהַקֻּשְׁיָא שֶׁהִקְשָׁה בְּסֵפֶר "שַׁעֲרֵי גַּן עֵדֶן" הַנַּ"ל בִּתְחִלַּת הַסֵּפֶר אֵינוֹ מְיֻשָּׁב כְּלָל בְּתֵרוּצוֹ, שֶׁמְּיַשֵּׁב עַל פִּי הַשְּׁמִיטוֹת כִּי סוֹף כָּל סוֹף צְרִיכִין לְהִשָּׁאֵר רַק בָּאֱמוּנָה וְאָסוּר לַחְקר כְּלָל מַה לְּפָנִים וְכוּ' עַל כֵּן טוֹב טוֹב אִם אֵינוֹ מַתְחִילִים לִכְנס כְּלָל בַּחֲקִירָה בְּקֻשְׁיָא זוּ וְסוֹמְכִים מִיָּד עַל הָאֱמוּנָה כִּי בְּכָל עִנְיְנֵי חֲקִירוֹת וְקֻשְׁיוֹת כָּאֵלּוּ, שֶׁיֵּשׁ בְּהַנְהָגָתוֹ יִתְבָּרַךְ וְיִתְעַלֶּה וּבְעִנְיַן בְּרִיאַת הָעוֹלָם, אָסוּר לִכְנס בָּהֶם כְּלָל בַּחֲקִירוֹת וְקֻשְׁיוֹת רַק לִסְמךְ עַל הָאֱמוּנָה, כַּמְבאָר בִּדְבָרָיו כַּמָּה וְכַמָּה פְּעָמִים. וְעַיֵּן בְּסֵפֶר "שִׁבְחֵי הָאֲרִ"י זַ"ל" הַגָּדוֹל, הַמְחֻבָּר לְסֵפֶר "לִקּוּטֵי הַשַּׁ"ס" וְזֶה לְשׁוֹנוֹ שָׁם: וּלְאַפּוּקֵי מֵהַסּוֹבְרִים שֶׁיֵּשׁ שְׁמִיטוֹת, וּמִקּדֶם הָיָה שְׁמִיטַת הַחֶסֶד וְעַתָּה הִיא שְׁמִיטַת הַפַּחַד, כָּל זֶה אֵינוֹ אֱמֶת, וְשָׁמְעוּ מֵרַבּוֹ וְכוּ' וְהוּא הֵבִיא מִדַּעְתּוֹ סְבָרַת הַשְּׁמִיטוֹת וְהָאֱמֶת אֵינוֹ כַּךְ וְכוּ' כַּנַּ"ל
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

אגב, דער חת"ס (ריש פ' בהר) האלט יא דערפון, און ער איז געווען א תלמיד פון הפלא"ה, א תלמיד פונעם מגיד.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

אינטערעסאנט ציצילייגן; קוק וויפיל מייל ווייט די חברה קומען שוין אן צי זען און ווי ווייט מ'קען היינט גיין, אבער אראפ וואס ס'טוטצעך אונטער אונזער פיס, וואס די גאנצע כדור העולם איז נישט מער פון 8000 מייל טיף, ווייסעך נישט צי זיי ווייסן שוין גאנצע 3 מייל..!!!!
די טיפסטע פלאץ ווי זיי קענען גיין אינעם אנטלאנטיק איז נישט מער ווי ארום 2 מייל טיף!!
אבער אינעם הייליגן זוהר הקדוש שטייט יא וואס עס טוט זיך אונטער אונז אז ס'איז דא זיבן וועלטן און ער זאגט פונקטליך וואס ס'טוטצעך אויף יעדן וועלטל, און אינעם דריטן וועלט איז דא מענטשן מיט צוויי קעפ.... וואס שלמה המלך האט שוין איינמאל ארויף געברענגט איינעם פון דארט.
סא זייטס גערישט אז ביז אפאר יאר ווען די נייע טעכנעלאגיע וועט ערלויבן אראפ צי שיקן א ספאסטיקירטע קעמרע וואס וועט קענען אויסהאלטן די הייסע לאווע וואס ברענט אונטער אונז, און זיי וועלן געוואר ווערן זאכן וואס ס'גייט אלץ פאר אונטער אונז וואס זיי גייען דערמיט אויפרידערן די וועלט, דארף מען וויסן אז אונזערע הייליגע חכמים האבן שוין אלעס געוויסט און געזאגט פאר הונדערטער יארן צוריק
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

1) די "כדור" איז בלויז בערך 4000

2) די טיפסטע פלאץ אינעם אטלאנטיק איז קנאפע 7 מייל

3) די טיפסטע לאך אויפן וועלט געמאכט צו ווערן איז 7.6 מייל
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יש ברירה האט געשריבן:1) די "כדור" איז בלויז בערך 4000

2) די טיפסטע פלאץ אינעם אטלאנטיק איז קנאפע 7 מייל

3) די טיפסטע לאך אויפן וועלט געמאכט צו ווערן איז 7.6 מייל

לכאורה ביזטו נישט גערעכט,

אויב די וועלט איז רינדיג 24,000 מייל, דעמאלטס איז די טיפקייט 8,000 מייל,
אזוי ווי די גמרא זאגט (סוכה ז:) כל שיש בהיקפו שלשה טפחים יש בו רוחב טפח.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אין אנדערע נייעס האט אינדיע געליטן א דורכפאל מיטן ארויפשיסן א סעטעלייט.

די סדר איז אז בשעת'ן ארויפשיס ליגט די סעטעלייט אויפן שפיץ פון די ראקעט און ס'איז צוגעדעקט מיט אזאלכע מעטאלענע ווענט, צו באשיצן פון די פריקשאן פון די אטמאספער. אבער ווען מ'קומט אן העכער די אטמאספער ווארפט מען אראפ די דעקלעך כדי צו שפארן וואג.

ביי אונזער פאל האט זיך די דעקלעך פארהאנקעט און בשום אופן זיך נישט געוואלט אפטיילן, דאס האט גורם געווען 2 פראבלעמען;
1. די ראקעט האט געהאט צופיל וואג, און ס' האט פארנוצט צופיל ברענשטאף, און ממילא האט עס נישט געקענט אנקומען צו די נויטיגע הויך/ארביט ביז אלע ברענשטאף איז געווארן פארנוצט.
2. די סעטעלייט איז סטאק אין ראקעט און קען זיך נישט אפטיילן, און איז אומנוצבאר.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:1) די "כדור" איז בלויז בערך 4000

2) די טיפסטע פלאץ אינעם אטלאנטיק איז קנאפע 7 מייל

3) די טיפסטע לאך אויפן וועלט געמאכט צו ווערן איז 7.6 מייל

לכאורה ביזטו נישט גערעכט,

אויב די וועלט איז רינדיג 24,000 מייל, דעמאלטס איז די טיפקייט 8,000 מייל,
אזוי ווי די גמרא זאגט (סוכה ז:) כל שיש בהיקפו שלשה טפחים יש בו רוחב טפח.

די וועלט איז א באלי
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יש ברירה האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:1) די "כדור" איז בלויז בערך 4000

2) די טיפסטע פלאץ אינעם אטלאנטיק איז קנאפע 7 מייל

3) די טיפסטע לאך אויפן וועלט געמאכט צו ווערן איז 7.6 מייל

לכאורה ביזטו נישט גערעכט,

אויב די וועלט איז רינדיג 24,000 מייל, דעמאלטס איז די טיפקייט 8,000 מייל,
אזוי ווי די גמרא זאגט (סוכה ז:) כל שיש בהיקפו שלשה טפחים יש בו רוחב טפח.

די וועלט איז א באלי

איהר ענטפערט מיר נישט גארנישט,
---
אה יעצט כאפ איך וואס איהר מיינט,

פון די ערד ביז די סענטער פוינט אין די דיקעקייט פון די וועלט איז כמעט 4,000 מייל, (פונקטליכער 3,958 מייל)
וואס מיינט אז פון איין זייט וועלט דורך און א דורך ביזן צווייטן זייט איז כמעט 8,000 מייל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

יש, האסט זיך נישט גוט מסביר געווען.

אויב די דיקקייט פון די וועלט פון איין עק צום צווייטן איז אכט טויזנט מייל, מיינט אז דער טיפסטער חלק אינמיטן איז פיר טויזנט מייל. אויב גייסטו טיפער, הייבסטו שוין אן קריכן אויף ארויף - פון די אנדערע זייט וועלט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ספעיס-עקס האט ארויסגעלייגט א בילד פון זייער נייע ספעיס אנצוג וואס די אסטראנאטן וואס גייען פליען מיט די דרעגאן גייען אנטוהן.
אטעטשמענטס
aHR0cDovL3d3dy5zcGFjZS5jb20vaW1hZ2VzL2kvMDAwLzA2OS84OTIvb3JpZ2luYWwvc3BhY2V4LXNwYWNlc3VpdC1jcmV3LWRyYWdvbi5qcGc=.jpg
aHR0cDovL3d3dy5zcGFjZS5jb20vaW1hZ2VzL2kvMDAwLzA2OS84OTIvb3JpZ2luYWwvc3BhY2V4LXNwYWNlc3VpdC1jcmV3LWRyYWdvbi5qcGc=.jpg (30.39 KiB) געזען 3057 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אויב זעהט איר אן אסטראנאמער גייט ארום צוטראגן און טרויעריג זאלט איר וויסן פארוואס.

די לעגענדארע באליבטע ספעיס שיף קאסיני האלט פארן שטארבן.

נאך 13 אין די מערה... אפפס נאך 13 יאר זיך דרייען ארום די ווייטסטע פלאנעט פון די שבעה כוכבי לכת, נעמליך סעטוראן, גרייט זיך נאס"א וואס פארניכטן די ספעיס שיף דורך איר אריינפירן אין די סעטוראן אטמאספער מיט א משונהדיגע שנעלקייט, און ס'גייט פארברענט ווערן פון די פריקשאן.

קאסיני איז אנגעקומען צו סעטוראן אום 2004 נאך א יארן לאנגע טריפ פון ערד, זינט דעמאלטס האט עס שוין אראפגעלאזט א לאנדער אויף סעטוראן'ס לבנה טייטון, און געברענגט מוראדיגע אויפדעקונגען איבער די פלאנעט סעטוראן און אירע רינגען.

יעצט איז נאך געבליבן געציילטע שעות צו איר לעבן, און די אסטראנאמיסטן קוקן נאך אירע לעצטע אטעמען מיט בענקשאפט און טרויער.
אטעטשמענטס
maize_5.jpg
maize_5.jpg (171.57 KiB) געזען 3007 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”