רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מו"ח ז"ל וואס האט געוואנט אויף שבטי ישרא' און זיך ווי אלע געמוטשעט מיט פרנסה האט געהאט א פעטער און וו"ב
דער פעטער האט עטליכע מאל געשריבען "קום קיין אמעריקא, איך בארג דיר די שפעזען" מו"ח האט ניט געוואלט בארגען,
ווען ער האט שוין ניט ג'קענט ווייטער איז ער אריין צו הרה"ק מבעלזא זי"ע מזכיר זיין אז ער וויל פארען טבער האט ניט די שפעזען
זאגט אים דער רב זי"ע " עס וועט זיין "
נישט לאנג דעראויף קלאפט אויף די טור או אמעריקאנער איד און זוכט ג... מיט $500 פון אן קרוב, זאגט אים מו"ח איך
הייס ג. ג.. ווער האט געשיקט? ענטפערט דער אמעריקאנער: איך געדענק נישט א איד אין בה"מ,
מו"ח איז געווען זיכער אז דאס איז זיין פעטער'ס ארבעעט
ווען זיי זענען אנגעקומען האט אים דער פעטער פארדאפט א דירה און ארבייט
ווען מו"ח האט אפגעשפארט דעם סכום און וויל באצאלען זאגט אים דער פעטער איך האב דיר ניט געשיקט
האסט ניט ג'בעטען האב איך ג'מיינט אז די האסט זיך אן עצה ג'געבען, גייט נישט דורך קיין לאנגע צייט און מו"ח טרעפט זיך מיט
ג....ד וואס האט געוואנט און זעלבען געגענט און י-ם, בקיצור דער שלוח האט פארלוירען דעם נאמען און אדרעס און
האט ג'פרעגט און א געשעפט און מען האט ציגעויזען צו מו"ח
פארוואס דאס האט געדארפט געשען אזוי ? .... וואס פארשטייעו מיר רבש"ע חשבונות
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9623
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

משפחת רוקח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

?..
אטעטשמענטס
BELZ.jpg
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
ח.דעמבא
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:19 pm
לאקאציע: נישט ביים קומפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ח.דעמבא »

זיי דיר ביטע בעסער מסביר
מיט האפנונג צו זיין א שר עשרת אלפים
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

נישט א באקאנטע בילד
אטעטשמענטס
438_4.jpg
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אזוי ווי קומענדיגע וואך איז דער יא''צ פין דער בעלזער רבי'ן זצ''ל
האב איך געזעהן אין אורות וואס די סקווערע חסידים געבן ארויס א זייער שיינע באשרייבונג - אינטערוויאו מיט 4 יודן וואס זענען געוועהן אין פעסט ביי די בעלזער רבי ז''ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

מומחה יוחס האט געשריבן:אזוי ווי קומענדיגע וואך איז דער יא''צ פין דער בעלזער רבי'ן זצ''ל
האב איך געזעהן אין אורות וואס די סקווערע חסידים געבן ארויס א זייער שיינע באשרייבונג - אינטערוויאו מיט 4 יודן וואס זענען געוועהן אין פעסט ביי די בעלזער רבי ז''ל

אגרא דפרקא להוי איהו פרוונקא.
איהר וועט טוהן א גרויסע טובה פאר די גאנצע עולם אויב איהר וועט עס דא אהער שטעלן. יש"כ

ווייצענער האט געשריבן:יי"כ. פארוואס זיי האבן זיך גע'גט ווייסן מיר?

ס'איז ידוע אז בעלזער רב האט נישט געלאזט רעדן פון דעם.
איינמאל האט א יונגערמאן אין מכנובקא - בעלזא געטראפן די תיק אין בית דין וועגן דעם גט, האט כ"ק אדמו"ר שליט"א ממכנובקא בעלזא געהייסן ער זאל עס פארברענען.
כמו"כ, כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל ארה"ק שליט"א דערציילט שטענדיג אז די טאטע איז אמאל געווען ביי א חופה וואס בעלזער רב איז דארטן געווען, און דער טשעבינער רב איז געווען מסדר קידושין, און נאכן חופה האט דער בעלזער רב דערציילט פארן טשעבינער רב א מעשה פון זיין זיידע מיטעלע בעלזער רב זי"ע. און די פרטים המדויקים זענען, אז די טשעבינער רב איז געווען מסדר קידושין ביים בעלזער רב'ס צווייטן חתונה, און הרה"ק רבי משולם זוסיא מטשערנאביל עם זוגתו הרבנית ע"ה זענען געווען די אונטערפירער מצד החתן.
און איך האב געהערט פון אפאר אייניקלך אז זיי האבן פראבירט אויספרעגן זייער באבע טשערנאבלער רעביצין ע"ה איבער דעם, און זי האט נישט געוואלט בכלל רעדן פון דעם.
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

היינט די זעכסטיקסטע יאר צייט פון כ"ק מרן קודש הקדשים מהר"א מבעלזא זי"ע.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ארויסגעקומען שיינע ספר 'טובות זכרונות'
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יוראפ האט געשריבן:ארויסגעקומען שיינע ספר 'טובות זכרונות'

וואס פארא ספר איז דאס ? - ווער געט דאס ארויס?

חוץ פון דעם האט געשריבן:היינט די זעכסטיקסטע יאר צייט פון כ"ק מרן קודש הקדשים מהר"א מבעלזא זי"ע.

יא זי''ע זאל ער זיין א גוטע בעטער פאר גאנץ כלל ישראל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

ווייצענער האט געשריבן:יי"כ. פארוואס זיי האבן זיך גע'גט ווייסן מיר?

דאס איז בכלל נישט געווען קיין שידוך טו ביגין וויט, עטליכע שטוב חברה פון ת"א האבן עס אריינגערוקט.. און ווען בילגורייא רב איז געקומען צום רב רעדן דערוועגן..(נמחק)
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

מומחה יוחס האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:ארויסגעקומען שיינע ספר 'טובות זכרונות'

וואס פארא ספר איז דאס ? - ווער געט דאס ארויס?

מכון 'אור הצפון'
יש בו זכרונות מכמה אנשים, איני זוכר את שמות כולם אך מה שעולה לי כעת בראש זה ר' שמואל פורגעס ר' זלמן הופמן ר' יהושע ברפוס, אך יש עוד הרבה.
חלק גדול מהספר התפרסם כבר בעבר בפרקים בקבצי 'אור הצפון'.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

וואנאוויטשער האט געשריבן:נישט א באקאנטע בילד

פון וואנעט איז דאס בילד?
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

שמואל בארג האט געשריבן:
וואנאוויטשער האט געשריבן:נישט א באקאנטע בילד

פון וואנעט איז דאס בילד?

דאכצעך אין בתי ווארשא אין ירושלים, נאכ'ן קריג, אפילו נישט געהאט אן נארמאל'ן קאלפיק נאר א קוטשמע, קוק אין בילד
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

מומחה יוחס האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:ארויסגעקומען שיינע ספר 'טובות זכרונות'

וואס פארא ספר איז דאס ? - ווער געט דאס ארויס?

מכון אור הצפון דחסידי בעלזא אין אנטווערפען [וואס געבן ארויס דעם עלים לתרופה], סיפורים פון חסידים וואס האבן זוכה געווען זיך מסתופף זיין בצל קדשו פון בעלזא רב ז"ל.
ביניהם צוויי גרויסע פרקים, פון המשמש בקודש אין פעסט, החסיד המפורסם ר' שמאול פורגס ז"ל. אין ר' זלמן הופמאן ז"ל וואס איז די יאר אוועק [געוועהן באשריבן דער וואך אין 'די צייטונג', וואס גראדע איז די ארטיקעל דארט 'קאפי פעסט' פון די ארטיקל וואס איז געשריבן געווארן, אין דעם בעלזען מחנה החרדי, גלייך נאך זיין פטורה, איך האף, די צייטונג האט געבטען רשות].
אין נאך אסאך חסידים, וגם בתוכם א סאטמערע חסיד ר' מאיר שטיין ז"ל, וואס איז לעצטענס אוועק.
זעהט אויס א שייך ארבעט
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

יום זה מכובד האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:אזוי ווי קומענדיגע וואך איז דער יא''צ פין דער בעלזער רבי'ן זצ''ל
האב איך געזעהן אין אורות וואס די סקווערע חסידים געבן ארויס א זייער שיינע באשרייבונג - אינטערוויאו מיט 4 יודן וואס זענען געוועהן אין פעסט ביי די בעלזער רבי ז''ל

אגרא דפרקא להוי איהו פרוונקא.
איהר וועט טוהן א גרויסע טובה פאר די גאנצע עולם אויב איהר וועט עס דא אהער שטעלן. יש"כ

וואס מיינט דאס אגרא דפרקא להוי איהו פרוונקא?
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

לא לנו האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:אזוי ווי קומענדיגע וואך איז דער יא''צ פין דער בעלזער רבי'ן זצ''ל
האב איך געזעהן אין אורות וואס די סקווערע חסידים געבן ארויס א זייער שיינע באשרייבונג - אינטערוויאו מיט 4 יודן וואס זענען געוועהן אין פעסט ביי די בעלזער רבי ז''ל

אגרא דפרקא להוי איהו פרוונקא.
איהר וועט טוהן א גרויסע טובה פאר די גאנצע עולם אויב איהר וועט עס דא אהער שטעלן. יש"כ

וואס מיינט דאס אגרא דפרקא להוי איהו פרוונקא?

טעות הדפום
קריינא דאיגרתא איהו להוי פרוונקא
און טייטשט איז, דער וואס ליינט פאר דעם בריוו (שלאגט פאר דעם געדאנק) דער זאל דאס מקיים זיין.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

לא לנו האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:אזוי ווי קומענדיגע וואך איז דער יא''צ פין דער בעלזער רבי'ן זצ''ל
האב איך געזעהן אין אורות וואס די סקווערע חסידים געבן ארויס א זייער שיינע באשרייבונג - אינטערוויאו מיט 4 יודן וואס זענען געוועהן אין פעסט ביי די בעלזער רבי ז''ל

אגרא דפרקא להוי איהו פרוונקא.
איהר וועט טוהן א גרויסע טובה פאר די גאנצע עולם אויב איהר וועט עס דא אהער שטעלן. יש"כ

וואס מיינט דאס אגרא דפרקא להוי איהו פרוונקא?

ביטע נעם ארויס פין דיין ספרים שאפע א שוטשטיין גמרא מס' סנהדרין פ"ב עמוד א' , אדער א גמרא בבא מציעא דף פ"ג ע"ב
וועסטו פארשטיין וואס דאס מיינט
עם איז א באוויסטע שפרעכך ווארט
אז א מענטש ריפט אויס אין זאגט עפעס, זאל ער אליינס זיין דער שליח צו מוציא זיין לפועל
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

יערסלוב האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:אזוי ווי קומענדיגע וואך איז דער יא''צ פין דער בעלזער רבי'ן זצ''ל
האב איך געזעהן אין אורות וואס די סקווערע חסידים געבן ארויס א זייער שיינע באשרייבונג - אינטערוויאו מיט 4 יודן וואס זענען געוועהן אין פעסט ביי די בעלזער רבי ז''ל

אגרא דפרקא להוי איהו פרוונקא.
איהר וועט טוהן א גרויסע טובה פאר די גאנצע עולם אויב איהר וועט עס דא אהער שטעלן. יש"כ

וואס מיינט דאס אגרא דפרקא להוי איהו פרוונקא?

ביטע נעם ארויס פין דיין ספרים שאפע א שוטשטיין גמרא מס' סנהדרין פ"ב עמוד א' , אדער א גמרא בבא מציעא דף פ"ג ע"ב
וועסטו פארשטיין וואס דאס מיינט
עם איז א באוויסטע שפרעכך ווארט
אז א מענטש ריפט אויס אין זאגט עפעס, זאל ער אליינס זיין דער שליח צו מוציא זיין לפועל

שטייט נישט אין מיין גמרא (עוז והדר, קען זיין אין שטונשטיין שטייט אנדערש).
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

לא לנו האט געשריבן:
יערסלוב האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:אזוי ווי קומענדיגע וואך איז דער יא''צ פין דער בעלזער רבי'ן זצ''ל
האב איך געזעהן אין אורות וואס די סקווערע חסידים געבן ארויס א זייער שיינע באשרייבונג - אינטערוויאו מיט 4 יודן וואס זענען געוועהן אין פעסט ביי די בעלזער רבי ז''ל

אגרא דפרקא להוי איהו פרוונקא.
איהר וועט טוהן א גרויסע טובה פאר די גאנצע עולם אויב איהר וועט עס דא אהער שטעלן. יש"כ

וואס מיינט דאס אגרא דפרקא להוי איהו פרוונקא?

ביטע נעם ארויס פין דיין ספרים שאפע א שוטשטיין גמרא מס' סנהדרין פ"ב עמוד א' , אדער א גמרא בבא מציעא דף פ"ג ע"ב
וועסטו פארשטיין וואס דאס מיינט
עם איז א באוויסטע שפרעכך ווארט
אז א מענטש ריפט אויס אין זאגט עפעס, זאל ער אליינס זיין דער שליח צו מוציא זיין לפועל

שטייט נישט אין מיין גמרא (עוז והדר, קען זיין אין שטונשטיין שטייט אנדערש).

זיי נישט קיין אונגארישער
מען מעג מאכען אמאהל א ווערטעל
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

געהערט נעכטן פון מיין ראש הכולל צוויי מעשיות, יתכן ס'איז באקאנטע מעשיות, אבער כ'האב עס קיינמאל נישט געהערט, ער האט עס געהערט פון ?ר' יצחק שלמה אונגאר? [נישט אויפגעכאפט זיכער צו ער זאגט די נאמען] וואס ער איז געווען דערביי, די ערשטע האב איך עפעס נישט אויפגעכאפט 100% קלאר די נעמען פון שטאט און רעבעצין און נאך קליינע דעטאלן. זאלן די יודעי דבר אריינפילן די חסירות.

די ערשטע מעשה איז געווען אזו, געווען א אונגארישע איד וואס ער איז ארויס פון אונגארן יארע תשט"ז קיין ארץ ישראל, און ער האט קובע געווען זיין מקום תפלה אין זיין [?ר' יצחק שלמה'ס?] בית מדרש, איין טאג איז די אידענע פון דעם איד קראנק געווארן, זי איז געגאנגען צום דאקטער, און דער דאקטער האט געזאגט נישט וואס צו מאכן זי קען אהיים גיין, א שאד צו זיין אין שפיטאל, דער איד איז געווען זייער צובראכן, האט אים ר' יצחק שלמה גע'עצה'ט ער זאל גיין צום בעלזא רב.

איז ער געגאנגען צום בעלזא'ן רב מיט א קוויטל, פרעגט אים די בעלזא רב וואס איז, זאגט ער זיין אידענע פילט נישט גוט, פרעגט ער און וואס זאגט די דאקטער, זאגט ער די דאקטער זאגט זי קען אהיים גיין ווייל ס'איז נישטא וואס צו טון מער, האט בעלזא רב אנגעוואונטשן א רפואה שלימה, זאגט דער איד פארן בעלזא רב, מיר וועט די רבי נישט סתם אזוי אנוואונטשן, די רבי זאל מיר צוזאגן אז זי וועט זיין געזונט, בעלזא רב האט זיך פראבירט ארויסדרייען [כ'האב נישט אויפגעכאפט פונקטליך כמדומה "בין איך עפעס א מלאך?"] און אים געפרעגט האב איך עפעס א שייכות מיט דיר אז ער זאל צוזאגן, האט דער איד פארשטאנען אז אויב האט ער יא עפעס שייכות, וועט שוין זיין אנדערש די מעשה.

האט דער איד געזאגט, די רבי קען א דערפל אין אונגארן ....? [כמדומה ער האט געזאגט די נאמען סארנא, זאלן די יודעי דבר אריין קומען...], זאגט בעלזא רב, יא, פרעגט ער די רבי ווייסט אז די רבי'נס מומע ליגט דארט? זאגט בעלזא רב יא, זאגט דער איד, וועל איך פארציילן פארן רבי'ן.

איין טאג ווען ער איז געשטאנען אזוי ביים באן סטאנציע, זעט ער אז ס'טוט זיך דארט עפעס א בהלה, די באן האט זיך אפגעשטעלט און עפעס רידערט זיך דארט, איז ער צוגעגאנגען פרעגן וואס גייט פאר, זאגט מען אים אז דער בעלזא רב ר' ישכר דוב'ס טאכטער איז שטארק נישט געזונט, און זי איז אויפן וועג צו [???] און איר מצב איז געווארן זייער זייער שמאל, און מען קען נישט ווייטער פארן, זאגט דער איד, נישט קיין פראבלעם ברענגט איר אריין צו מיר אין שטוב ביז מען וועט קענען ווייטער פארן, האבן זיי אזוי געטון, זאגט דער איד פארן בעלזא רב, אז זיין אידענע איז געווען מיט איר 24 שעה א טאג, און זיך אפגעגעבן ממש יעדע מינוט פאר גאנצע 4 וואכן, ווען זי איז אוועק און מען האט איר געלייגט אין יענעם שטעטל, נו אויב אזוי האט ער דאך שוין יא א טענה.

אז בעלזא רב האט דאס געהערט האט ער זיך פארטראכט, און געזאגט פאר דעם איד ער זאל ארויסגיין און ער וועט אים רופן ווער ער דארף אים, איז דער איד ארויס אין ביהמ"ד, און ער זיצט דארט אזוי און ווארט גייט דורך איין שעה נאך א שעה, אזוי די גאנצע נאכט, און ער קלערט זיך אזוי בעלזא רב שלאפט מן הסתם שוין לאנג, ער האט שוין געקלערט פון אהיים גיין, גיבט זיך אן עפן די טיר, און ר' שלום פויגל קומט ארויס די רב רופט דיר.

קומט ער אריין מיטן קוויטל, און בעלזא רב הייבט אן פון פריש, פרעגט וואסי די פראבלעם, זי איז נישט געזונט, פרעגט ער וואס זאגט דער דאקטער, זאגט ער אז די דאקטער זאגט זי קען אהיים גיין, זאגט בעלזא רב, אזוי, דאן זאל זי טאקע אהיים גיין און ער האט אנגעוואונטשן א רפואה שלימה אז זי וועט זיין געזונט, אבער איין תנאי, זי זאל מער צו קיין דאקטער נישט גיין, וכך הוה, זי האט געלעבט נאך גאנצע 15 יאר דערנאך, און נאך איבערגעלעבט איר מאן, סוף ימיה איז זי שוין געווען שוואך, האט מען געוואלט רופן צו איר א דאקטער, זאגט זי בשום אופן, בעלזא רב האט געזאגט מען זאל קיין דאקטער נישט רופן. זי"ע.

די צווייטע מעשה איז אזוי, ר' יצחק שלמה איז איין יאר אין טאג פון יארצייט ארויף צו ציון מתפלל זיין, שטייענדיג דארט ביים ציון האט ער געזען ווי א קוויטל איז עפעס אראפגעפאלן, ס'האט עפעס נישט געשטימט אז די קוויטל זאל אראפפאלן, קלערט ער צו זיך אפשר מיינט דאס אים, איז ער צוגעגאנגען געעפנט דעם קוויטל, זעט ער דאס איז געווען א קוויטל פון אן עלטערע מיידל, ווי זי בעט אז זי זאל א כלה ווערן בקרוב ממש, און זי שרייבט דארט אריין איר טעלפאן נומער און אדרעס - כדי בעלזא רב זאל עס האבן צו וויסן צו וועם צו שיקן :).

הכלל ר' יצחק שלמה טראכט ווער ווייסט, האט ער ארויסגענומען זיין ביכל און פארשריבן די אינפארמאציע ביי זיך, ער האט מתפלל געווען און אנגעהויבן ארויסגיין, אויפן וועג ארויס קומט אים אנטקעגן אפאר אידן, און זיי פרעגן אים ווי ליגט בעלזא רב, האט ער זיי אנגעוויזן ווי ער ליגט, און זיך אינטרעסירט איבער זיי, זאגן זיי אז דא איז אן עלטערע בחור וואס וויל א חתן ווערן זענען זיי געקומען מתפלל זיין פאר א ישועה, נו, פרעגט ער זיי אויב ער קען האבן זייער אינפארמאציע, און זיי האבן אים געגעבן די אינפארמאציע, גייט ער אהיים און ער רופט אן א שדכן און זאגט אים, הערצו כ'האב דא אינפארמאציע פון א עלטערע מיידל, און פון אן עלטערע בחור, אפשר קען מען עפעס מזווג זיין דא, ביז אפאר טאג איז די שידוך געווארן. זיעוכי"א.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

זכותו הגדול יגן עלינו

ר' יצחק שלמה אונגאר איז הגה"צ אב"ד חוג חתם סופר זצ"ל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

זייער שיינע מעשות, זי"ע
למעלה משבעים האט געשריבן: זאגט בעלזא רב, יא, פרעגט ער די רבי ווייסט אז די רבי'נס מומע ליגט דארט?

זאגט מען אים אז דער בעלזא רב ר' ישכר דוב'ס טאכטער איז שטארק נישט געזונט,

די צוויי שטימען נישט כמובן
אדער איז עס געווען זיין מומע און בת הרה"ק ר' יושע... אדער איז עס געווען זיין שוועסטער.
זוכט איר דוי?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

די מעשה איז געוועהן מיט רבי יהושע'לע בעלזער טאכטער דער ציעשינובער רב רעבעצין..
דער מעשה איז געדרוקט אין די ספר רשומים בשמך פין הרב אונגאר ...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”