שיעור השבוע בפרשת השבוע ובענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג יולי 23, 2017 11:39 am

בשיעור השבוע העבר (לה:) בענין המחלוקת כהני שלוחי דידן או דרחמנא, איז פארהאן א שיינער חתם סופר אין פרשת פנחס, וואס האט באמת א שייכות לתחלת פרשת מטות וואס איז א המשך למעשה הקנאות דפנחס.
דער חתם סופר ברענגט דברי חז"ל עה"פ הנני נותן לו את בריתי שלום, ולא חסר כשהוא בעל מום, און פרעגט ס'איז דאך שוין לאנג מוזהר אין פ' אמור. נאר וויבאלד פנחס האט געקענט טאן די מעשה קנאות בב' אופנים, צי אפצושטעלן די מגפה, צי לקנא קנאות ה'. די נפק"מ איז, דכפי טעם הא' איז עס "כהנא שלוחא דידן", משא"כ כפי טעם הב' איז עס "כהנא שלוחי דרחמנא". זאגט די תורה בקנאו את קנאתי, ס'איז שלוחא דרחמנא, וואלט געווען א הוא אמינא שבעל מום כשר, ווייל א בעל מום איז גע'פסל'ט געווארן אלס הקריבהו נא לפחתך, דאס איז נאר ווען ס'איז שלוחי דידן, זאגן חז"ל, אעפ"כ ולא כשהוא בעל מום.

והשנית, אין פרשת נדרים בפר' מטות ברענגט דער פנים יפות צו דעם ענין פון מעילה בקנמות הנזכר בשיעור השבוע העבר, דער מראי מקום דענק איך נישט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 23, 2017 12:13 pm

זייער שיין (פארוואס איז תחלת פר' מטות א המשך צו קנאותיה דפנחס?)

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג יולי 23, 2017 12:16 pm

מיללער האט געשריבן:זייער שיין (פארוואס איז תחלת פר' מטות א המשך צו קנאותיה דפנחס?)

רש"י ברענגט פארוואס פנחס איז געווען דער ראש המלחמה, הוא התחיל במצוה וכו',

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 23, 2017 4:02 pm

דער אמת איז אז פרשת מטות מיט מסכת נדרים דארף מען אפי' נישט צאמשטעלן, דאס איז דאך פרשת נדרים און דער מקור פון רוב פון אונזער הערליכע מסכתא, אבער עס,איז פארט א געשמאק צו נעמען אנדערע ענינים און צאמשטעלן מיטן שיעור השבוע, און פארדעם זענען מיר אייך שטארק דאנקבאר הרב לו לנו.

לערנענדיג די משנה פון תורם את תרומותיו און די גמרא דערויף, האט מעך דערמאנט פון פרשת השבוע אין פרשת מטות נאך מלחמת מדין ווען די אנשי הצבא האבן געגעבן תרומה פון די שבי ומלקוח כמבואר בהפסוקים, און כידוע די גמרא אין יומא וויל צושטעל די פארשידענע תרומות שבתורה און ארויסלערנען די שיעור פון תרומת הדשן ואכמ"ל.

אגב, ביים פרק לערנען פרק ב' ממסכת אבות האב איך געטראפן אין די צווייטע משנה 'ואתם מעלה אני עליכם שכר הרבה כאילו עשיתם' ברענגט די ברטנורא עטליכע פשטים, איינס דערפון פון רמב"ם אז דאס גייט ארויף אויף עוסקים בצרכי ציבור וועלכע קענען אמאל נתבטל ווערן פון אנדערע מצוות, זאלן זיי נישט זארגן און וויסן אז 'מעלה אני שכר כאילו עשיתם'.

אין אונדער שיעור בדף לג: האמיר געלערנט איבער פרוטה דר' יוסף אז העוסק במצות השבת אבידה פטור ממצות צדקה, והן הן הדברים.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 25, 2017 4:52 pm

בעזרת השי"ת יום ג' שנכפל בו כי טוב לס' הואיל משה באר את התורה הזאת - ב' אב תשע"ז לפ"ק

תלי"ת מ'קען מיר ווידעראמאל אריינקומען אינעם ווירטואלן מקום תורה, נאכן זיך שטעלן צום צווייטן פארהער אויף די צווייטע אכצן בלאט ממסכת נדרים נעכטן ביום ראש חודש מנחם אב, השי"ת זאל אוודאי העלפן אז בזכות פון לימוד ועסק התורה ובזכות חזרה ושינון זאלן מיר אוודאי בקרוב זוכה זיין אז הימים האלו יתהפכו לנו ולכל ישראל לימי אורה לששון ולשמחה בביאת בן דוד במהרה.

די וואך רוקן מיר זיך פראנויס אינעם פערטן פרק אין בין המודר, דער שיעור השבוע לויטעט אויף די פיר בלאט לז-מ ממסכת נדרים, באלד אינעם היינטיגען בלאט דף לח. האבן מיר זיך באגעגנט מיט א פסוק אין שמואל א' (יב, יג) וואס רשיה"ק ברענגט די וואך פרשת דברים אין חומש, די גמרא זאגט אז שמואל הביא איז געווען אן עושר ווי מ'זעהט אינעם פסוק וואס ער האט געזאגט פאר כלל ישראל לפני מותו: הנני ענו בי נגד ה' ונגד משיחו את שור מי לקחתי וחמור מי לקחתי.

רש"י הק' אינעם דריטן פסוק די וואך פרשת דברים זאגט: מלמד שלא הוכיחן אלא סמוך למיתה ממי למד מיעקב שלא הוכיח את בניו אלא סמוך למיתה אמר ראובן בני אני אומר לך מפני מה לא הוכחתיך כל השנים הללו כדי שלא תניחני ותלך ותדבק בעשו אחי ומפני ד' דברים אין מוכיחין את האדם אלא סמוך למיתה כדי שלא יהא מוכיחו וחוזר ומוכיחו ושלא יהא חבירו רואהו ומתבייש ממנו וכו' כדאי' בספרי וכן יהושוע לא הוכיח את ישראל אלא סמוך למיתה וכן שמואל שנא' (ש"א יב) הנני ענו בי וכן דוד את שלמה בנו.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך יולי 26, 2017 11:47 am

דער חינוך די וואך (מצוה תיד, שלא למנות דיין אדם שאינו חכם בדיני התורה אע"פ שהוא חכם בחכמות אחרות) דערמאנט בתו"ד: ובכלל אנשי חיל שיהיה להם לב אמיץ להציל עשוק מיד עושק, כענין שנאמר ויקם משה ויושיען, ומה משה רבינו עליו השלום עניו, אף כל דיין צריך להיות עניו.
ענוותנותו של משה האט מען די וואך אינעם שיעור (לח.) אמר ר' יוחנן אין הקב"ה משרה שכינתו אלא על גבור ועשיר וחכם ועניו וכולן ממשה, וכו', עניו דכתיב (במדבר יב, ג) והאיש משה עניו מאד

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך יולי 26, 2017 1:09 pm

די וואך אין די סדרה האט מען בוחר געווען די אנשי חיל, דאס געלט האבן זיי געדארפט האבן צו נישט זיין נכנע צו יענעמס געלט אין דף ל"ח געפינט מען עס ביי משה רבינו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 26, 2017 8:55 pm

בדף לז. בר"ן ד"ה וכת' ראה למדתי אתכם. וליכא למימר נמי דכאשר צוני הכי קאמר, כאשר צוני ולא מעצמי אני אומר, דודאי ישראל לא היו מפקפקין בכך.

ויש לציין לרש"י בפרשת השבוע םר' דברים (א, יב) שהביא מהספרי: זו היא שאמרתי לכם לא מעצמי אני אומר אלא מפי הקב"ה.

ובשלמי נדרים הקשה על הר"ן מגמ' יומא ה: כאשר צוני ה' ולא מאלי אני אומר עיי"ש מה שתירץ, ובתירוצו עדיין קשה על הר"ן מהספרי הזה. ועי' בספר נדרי זריזין שתמה בכלל על דברי הר"ן למה צריך לזה עיי"ש.


-


עוד ענין הנזכר בפרשת השבוע ובשיעור השבוע הוא מחלוקת קורח ועדתו נגד משה רבינו, בגמ' נזכר בדף לח. לא חמור אחד מהם נשאתי, ועוד בדף לט: לגבי בליעת קרח ובראשית פרשת השבוע על מילת 'וחצרות' פירש"י: במחלוקתו של קרח (ועי' במדרש דברים רבה עה"כ אלה הדברים, ד"א משה שכ' בו לא חמור אחד מהם נשאתי לזה נאה להוכיח את ישראל).

ועל השלישי אני בא, בדף מ בסוגיא דמקוואות דן הגמ' בענין נהר פרת, הנזכר בפרשתן עד הנהר הגדול נהר פרת. ועי' בהר"ן כאן שהביא סוגית הגמ' בבכורות נה: בענין נהר פרת ועיי"ש בתוס' ד"ה הוא פרת שהביא הגמ' בשבועות שהובא ברש"י בפרשתן דלכך נקרא הנהר הגדול משום דעבד מלך מלך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 5:02 pm

ערב שב"ק ואתחנן - נחמו תשע"ז לפ"ק

בשמחה ורגשי נחמה טרעטן מיר אריין אינעם הייליגען שבת מיט נאך דריי בלאט גמרא עם פירושו המתוק של רבינו נסים ז"ל, מסכת נדרים דפים מא-מג בעזהשי"ת

א צושטעל בדרך אפשר פון פרשת השבוע צו אונזער שיעור השבוע, האב איך מתבונן געווען בדף מא: אויף די משנה ומרפאהו רפואת הנפש אבל לא רפואת ממון, האט די גמ' צוויי וועגן צו פארטייטשן דאס ווארט 'רפואת נפש', און די הו"א קלערט די גמרא אז דאס מיינט רפואת חנם, און ווי דער ר"ן איז מסביר וועט לויט דעם טייטשן דאס ווארט נפש = רצון מלשון אם יש את נפשכם, כלומר שמרפאהו מרצון לבו ולא בשכר, אבער למסקנא זאגט די גמרא אז,'רפואת נפש' באדייט 'רפואת גופו' און 'רפואת ממון' מיינט 'רפאת בהמתו', אבער דא שמועסט נישט אויס דער ר"ן די לשון 'נפש' (ועי' בליקוטים על המשניות יכין ובועז שהביא ב' פירושים בדרך אגדה).

קלער איך אז דאס איז תלוי בב' הפירושים די וואך אין די סדרה ביי פרשת קריאת שמע 'ובכל נפשך', רש"י הק' טייטשט דאס 'אפי' הוא נוטל את נפשך' און דער אב"ע טייטשט 'הוא הרוח שבגוף והיא המתאוה' עיי"ש.

לכאורה די ערשטע פשט רפואת הנפש = רפואת רצון, איז אזוי ווי דער אב"ע ווייל דער נפש פונעם מענטש איז די כח הרצון והמתאוה, ווידעראום די צווייטע פשט למסקנא מיינט דאס לעבן פונעם מענטש, ער איז מרפא את נפשו, מלשון אפי' נוטל את נפשך, ער מאכט זיכער שתקוים נפשו בו, ודו"ק.

ה' ינחמנו בכפליים בזכות לימוד התורה, אכי"ר

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אוגוסט 06, 2017 11:15 pm

[quote="לא לנו"]מ'קען אפשר ממליץ זיין בשיעור השבוע העבר (מא.), וואס דער מהרש"א ברענגט צו בעובדא רבי ורבי חייא בענין המספר ז' וי"ג, וואס האט א שורש בקדושה, און אסאך דברים מקודשים זענען אין די דאזיגע מספרים.
אין פרשת ואתחנן האמיר דעם פסוק כי יביאך ה"א אל הארץ וכו' ונשל גוים רבים מפניך החתי והגרגשי והאמרי והכנעני והפרזי והחוי והיבוסי שבעה גוים רבים ועצומים ממך
ונתנם יהוה אלהיך לפניך והכיתם החרם תחרים אתם לא תכרת להם ברית ולא תחנם.
דוכט זיך ס'איז דא פון די איינציגסטע מקומות בתורה, אויב נישט די איינציגסטע וואו ס'שטייט ארויס אלע ז' אומות בפרוטרוט. כידוע איז ביי יעדע דבר שבקדושה פארהאן זה לעומת זה להבדיל ביי דער טומאה, און דא איז די הבטחה פון השי"ת מכניע צו זיין דעם כח הטומאה וואס האט דעם מספר ז'.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 8:40 pm

יום חמישי לסדר והי' עקב תשמעון תשע"ז לפ"ק

די וואך ביים לערנען די פסוק פון די שבעת המינים שנשתבחה בהן ארץ ישראל, אויפן ווארט (דברים ח, ח) זית שמן זאגט רש"י: זיתים העושים שמן, האב איך זיך דערמאנט אין די משנה פון שיעור השבוע אין פרק השותפין 'ויש לו מרחץ ובית הבד מושכרין בעיר.

וואס איז פשט דערפון אין פראקטישען זין פון ווארט, ממילא א מרחץ האט באלאנגט פארן מדיר (ראובן) ער האט עס פארדינגען פאר א שוכר (שמעון) זאגט די משנה אז אויב ראובן האט נאך דערינען א 'תפיסת יד' טאר נישט דער מודר (לוי) נוצן די מרחץ.

אבער א בית הבד איז א פרעס פאר אויל, פלעגט דאס זיין אזא 'פאבליק' זאך אז מענטשן פלעגן ברענגען זייערע זיתים צו א קאמערציעלער בית הבד פאר אן אפצאל און דארט פרעסן זייערע איילבירטן?

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 11:51 pm

אין דף מ"ז. דערמאנט דער ר"ן (בד"ה בעי רמי בר אבא) דעם ענין פון חליפי ע"ז וזל"ק: ולאחר נמי לא מיבעיא ליה דפשיטא ליה דמותרין שאין לך תופס את דמיו אלא עבודת כוכבים ושביעית
דאס געפונען מיר די וואך אין סדרה, אינעם פסוק: ולא תביא תועבה אל ביתך והיית חרם כמהו שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם הוא, פון וואו חז"ל (ע"ז נד:) דרש'ענען אז חליפי ע"ז איז אסור, והיית חרם כמהו כל שאתה מהיה ממנו הרי הוא כמוהו (וע"ש מחלוקת לגבי חליפי חליפין והכל נלמד מפסוק הנ"ל).

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 4:41 pm

מיללער האט געשריבן:יום חמישי לסדר והי' עקב תשמעון תשע"ז לפ"ק

די וואך ביים לערנען די פסוק פון די שבעת המינים שנשתבחה בהן ארץ ישראל, אויפן ווארט (דברים ח, ח) זית שמן זאגט רש"י: זיתים העושים שמן, האב איך זיך דערמאנט אין די משנה פון שיעור השבוע אין פרק השותפין 'ויש לו מרחץ ובית הבד מושכרין בעיר.

וואס איז פשט דערפון אין פראקטישען זין פון ווארט, ממילא א מרחץ האט באלאנגט פארן מדיר (ראובן) ער האט עס פארדינגען פאר א שוכר (שמעון) זאגט די משנה אז אויב ראובן האט נאך דערינען א 'תפיסת יד' טאר נישט דער מודר (לוי) נוצן די מרחץ.

אבער א בית הבד איז א פרעס פאר אויל, פלעגט דאס זיין אזא 'פאבליק' זאך אז מענטשן פלעגן ברענגען זייערע זיתים צו א קאמערציעלער בית הבד פאר אן אפצאל און דארט פרעסן זייערע איילבירטן?

אסמכתא לזה, בתוס' ריש חזקת הבתים כתבו על מה דאיתא שם במשנה, דבית הבדים הוא מהדברים שעושין פירות תדיר, וממילא חזקתן שלש שנים מיום ליום, דאע"ג דבחגיגה משמע שיש להן זמן קבוע, היינו שרוב העולם דורכין אז, אבל איכא מיעוט שדורכין כל השנה, והקשה שם בקוב"ש א"כ יאמר המחזיק אני מרוב העולם שדורכין בזמן קבוע (למ"ד הולכין בממון אחר הרוב) ואיני צריך לחזקה מיום ליום, ובאחרונים שם תירצו (חי' ר"נ ועוד) שאיירי בבית הבד שבני אדם באים ודורכים שם, ממילא חזקתן הוא מיום ליום, כיון שיש מיעוט בני אדם שבאים שם כל השנה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:45 pm

יום ב' לסדר ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה - תשע"ז לפ"ק

די וואך גייט דער שיעור ווייטער מ'איז מסיים פרק השותפין ממסכת נדרים און מ'הייבט אן די זעקסטע פרק הנודר מן המבושל א סך הכל פון פיר בלאט מח-נא - די לעצטע פון די יעצטיגע חזרה זיך גרייטנדיג צום קומענדיגע בחינה ביום ב' הבעל"ט


באלד ביים אנהייב פרק הנודר מן המבושל באגעגן מיר ממש א בולט'דיגע הערה מפרשת השבוע וזו תוארה, בגמ' דף מט. מייתי ברייתא שר' יאשיה אוסר בצלי מאן דנדר מן המבושל כי צלי נקרא ג"כ בישול כדאשכחן בדברי הימים (ב לה יג) ויבשלו את הפסח באש כמשפט. והקשה הגרעק"א על הגליון למה לא מייתי הגמ' מקרא בתורה פרשת ראה (דברים טז,ז) ובשלת ואכלת וכמו שפירש"י שם בשם המכילתא "זה צלי אש, שאף הוא קרוי בישול" וכן פי' הראב"ע שם ומייתי הקרא בדבה"י לראיה, ומסיים הגרעק"א שיש ליישב ולא האריך.

והנה זה זמן רב שנתקשיתי בקושיא הזו על רש"י מס' פסחים עד: ד"ה לאחר בישולו שמביא ג"כ דבר זה שצלי נקרא בישול והביא המקרא בדברי הימים, למה לא הביא המקרא שבתורה, ושמחתי שכוונתי בזה לקושיתו של הגאון זצ"ל, אבל דא עקא שלא נהירין לי שבילי רבי עקיבא ומה היתה בלבו כשסיים ש"יש ליישב"? וראה זה דבר פלא, שהרד"ק שם בדבה"י כתב על האי פסוקא בזה"ל: לא מצאנו במקום אחר לשון בישול בצלי! לכאורה, מה יענה על פסוק מפורשת בחומש?

מכל הלין נראה שיש דרך לפרש הפסוק בפר' ראה דלא כדברי המכילתא, וכן משמע מדבריו של האוחה"ק שם בדברים שכתב "אולי חוזר לזביחת הבקר לשלמים" היינו שהכ' של ובשלת לא מיירי בקרבן פסח, ואולי לזה כיוון הגרעק"א. שוב ראיתי שכן תירץ התפאר"י במשניות ביתר ביאור וז"ל: ובש"ס כאן אמרינן דלר' יאשי' באמת אסור בצלי, ומייתי ראי' מהך קרא, והקשה הגאון מו"ה עקיבא זצוק"ל למה לא מייתי קרא של תורה דכתיב בפרשת ראה בפסח ובשלת ואכלת. והניח בצ"ע. ולפעד"נ דהתם לא מפורש בקרא דובשלת קאי אפסח, י"ל דקאי אחגיגת י"ד שנאכלת עם הפסח, והפסח אחריו על השובע, דלא עדיף הך קרא מקרא דלעיל מנה דכתיב וזבחת פסח צאן ובקר ודרשי' צאן לפסח ובקר לחגיגה [כפסחים ד"ע] וה"נ הכא הרי וודאי קרא דמקמי הכא לא תוכל לזבוח הפסח. לאו דוקא פסח, אלא פסח וכל דדמי לי' [כמגילה ד"ט ב'] וא"כ י"ל דעלה קאמר קרא ובשלת ואכלת ופנית בבקר והלכת, דהאי בבקר וודאי יום ט"ז, דבי"ט אסור לילך, א"כ האי ואכלת היינו כל יום ט"ו, דהיינו חגיגת י"ד שנאכלת לב' ימים ולילה א' [כפסחים דע"א ב'], משא"כ ויבשלו הפסח מפורש דמיירי בפסח:


ועי' גם ברש"ש ובהגהות פורת יוסף מה שתירצו קושית הרעק"א כדרכם.

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 5:38 pm

הפלא ופלא כל הכותבים, במיוחד הרב מיללער על הערותיו הקולעים אל השערה.

השמטה השייך לשבוע העבר פר' עקב.

בר"ן דף מ"ז ע"א, ד"ה בעי רמי בר אבא [אגב: בגמ' הגירסא רמי בר "חמא"] קונם פירות האלו על פלוני מהו בחלופיהן, כתב בתו"ד דלאחר נמי לא מיבעיא ליה [אם חליפין מותרין], דפשיטא ליה דמותרין, שאין לך תופס את דמיו אלא עבודת כוכבים ושביעית וכו'.

דין זה דבע"ז תופס את דמיו ואסור גם חליפיו, נלמד מפסוק בפר' עקב (שיעור השבוע!).
במס' קידושין דף נ"ח ע"א (הובא גם בחולין ק"מ ע"א ותמורה ל' ע"ב), דבע"ז גם חליפיו אסורין (ולחד מ"ד במס' ע"ז נ"ד ע"ב אפי' חליפי חליפיו), דכתיב (דברים ז, כו) והיית חרם כמוהו, כל שאתה מהייה הימנה הרי הוא כמוהו.

וזה לשון הרמב"ם בפיה"מ קידושין פ"ב מ"ט:
אחר שמפרט כל איסורי הנאה כתב:
"ואם מכר שום דבר מאלו שהם איסורי הנאה כבר עבר, אבל דמיהן אינן אסורין בהנאה, לפי שאין אצלינו שום דבר שיהיה דמיו במקומו, אלא עבודת כוכבים ופירות שביעית, נאמר בעבודת כוכבים, והיית חרם כמוהו, כל מה שאתה מהוה אחריו הרי הוא כמוהו, פירוש כל מה שנשאר מחליפיה הרי הוא כמותם... ואין מלמדין מעבודת כוכבים ושביעית לשאר האיסורים, לפי שהן שני כתובין הבאין כאחד, וכל שני כתובין הבאין כאחד אין מלמדין, לפי עיקרי ההקשים שבידינו.

וכך פסק הרמב"ם (פ"ז ה"ט מהל' עכו"ם):
"עבודת כוכבים ומשמשיה וכל התקרובת שלה אוסרים בכל שהן, כיצד... הכל אסור בהנאה, עבר ומכר עבודת כוכבים או אחד ממשמשיה או תקרובת שלה הרי הדמים אסורין בהנאה, ואוסרין בכל שהן כעבודת כוכבים, שנאמר והיית חרם כמוהו, כל מה שאתה מביא מעבודת כוכבים ומכל משמשיה ותקרובתה הרי היא כמוה.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:17 pm

יישר כח הרב הקושר כתרים, לכתרה של תורה, וברוך שובך לברכה

(להעיר, שכבר קדמוך הרב לו לנו
viewtopic.php?p=1497976#p1497976 )

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:39 pm

בנוגע קושית רעק"א
אפ"ל לענ"ד דפסוק ויבשלו הפסח, הפסוק מספר שהציבור בישלו ויותר משמע שהוא הלשון המדוברת אצל בנ"א, וזה צריך לדיני נדרים

די פסוק אין פ' דידן ווי די תורה זאגט בלשון ציווי ובשלת, קען זיין אז עס ניצט נישט די לשון המדוברת אצל בנ"א.

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:25 pm

מיללער האט געשריבן:יישר כח הרב הקושר כתרים, לכתרה של תורה, וברוך שובך לברכה

(להעיר, שכבר קדמוך הרב לו לנו
viewtopic.php?p=1497976#p1497976 )

סליחה להרב לו לנו שלא עיינתי היטב בתגובות הקודמות, ואם כן הצל"ש מגיע "לא לנו", רק ל"לו לנו", ודו"ק.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אוגוסט 20, 2017 1:10 pm

בשיעור השבוע העבר איז געווען עטליכע ענינים בשייכות לפרשת השבוע, ראה, וואס איז מלא מצות עשה ול"ת.

בגמרא (מט:) ווערט דערמאנט וואס רבי יהודה האט געענטפערט פאר די מטרוניתא: הימנותא בידא דההיא איתתא אי טעימנא אלא קידושא ואבדלתא וארבעה כסי דפסחא, און דער מהרש"א בח"א איז מסביר פארוואס ער דערמאנט נישט שתיית יין במועדים, הלנמד מהפסוק ושמחחת בחגך, אנשים ביין וכו'.

אין מח. איז די גמרא הרינו עליך חרם, הרי את עלי חרם, ווערט מען נאסר בדרים של אותו העיר, ומותרים בשל עולי בבל, הר הבית והעזרות והבור של אמצע הדרך, וואס דער בור באמצע הדרך האט מען צוגעשטעלט פאר די עולי בבל ווען מ'איז ארויף עולה רגל זיין, וואס די מצוה ווערט דערמאנט די וואך, שלש פעמים בשנה יראה כל זכורך וכו'.

אין מט. איז די גמרא פון בנדרים הלך אחר לשון בני אדם, דערמאנט דער ר"ן א ירושלמי קונם יין שאני טועם בחג, צי יו"ט האחרון איז אין כלל, אז לויט'ן כלל שבנדרים הלך אחר לשון בני האדם, איז יו"ט האחרון א חלק פון חג.
וואס מ'האמיר די וואך די שלש רגלים, און רש"י דערמאנט והיית אך שמח, לרבות לילי האחרון של חג לשמחה (ובדרך צחות, אך איז געווענליך א מיעוט, וכבר נתחבטו בה הרבה, ולפי הירושלמי הנ"ל ניחא, דאם מרבין לילי יו"ט האחרון להעצם יו"ט, הרי בא למעט השמחה, דהנדר חל גם על יום זה שלא לשתות יין המשמח אלקים ואנשים, ודו"ק).

(והלום ראיתי בטו"א ר"ה בסוגיא דבל תאחר שהקשה למה מי שלא חג חוגג והולך עד יום טוב האחרון של חג, הלא לכו"ע ברגל אחד עוברים בעשה של ובאת שמה והבאתם שמה [המוזכר בפרשת ראה], ולפי"ז יו"ט האחרון שרגל בפני עצמו הוא, א"כ הוא יו"ט שני וכבר עבר על העשה. ולפי הירושלמי הנ"ל אפ"ל דבנדרים הולכים אחר לשון בני אדם ויו"ט האחרון נחשב חלק מהיו"ט)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 20, 2017 2:12 pm

יישר כחך הרב לנו

(את קושית הטו"א לא הבנתי מקופיא, הא דאמרי' שמיני רגל בפ"ע מבואר בכ"מ בגמ' דזה רק לענין פז"ר קש"ב, אבל לגבי איסור בל תאחר וכן המ"ע של ובאת שמה בפשטות שייך רק בהשלש רגלים המיוחדים וצ"ע)

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אוגוסט 20, 2017 2:30 pm

מיללער האט געשריבן:יישר כחך הרב לנו

(את קושית הטו"א לא הבנתי מקופיא, הא דאמרי' שמיני רגל בפ"ע מבואר בכ"מ בגמ' דזה רק לענין פז"ר קש"ב, אבל לגבי איסור בל תאחר וכן המ"ע של ובאת שמה בפשטות שייך רק בהשלש רגלים המיוחדים וצ"ע)

וזל"ק (ר"ה ד:) בד"ה ורבנן ההוא לעשה. וה"נ אמר רבא לקמן כיון שעבר עליו רגל אחד עובר בעשה. וק"ל הא דתנן בפ"ק דחגיגה (דף ט) מי שלא חג י"ט ראשון של חג חוגג את כל הרגל ויו"ט אחרון של חג. ומשמע דאפי' יכול להמתין מלחוג עד יו"ט האחרון וכו', והא כיון דיט"א רגל בפני עצמו הוא כדאמרינן בסמוך שמיני רגל בפני עצמו הוא ואין בכלל חג הסוכות ושמיני שלו חשובים כב' רגלים ועובר בעשה זו דבאת שמה כיון שעבר עליו ז' ימי הסוכות מיד אע"פ שלא עבר עליו השמיני ואמאי ממתין לכתחילה מלהביא חגיגה עד יו"ט אחרון הא עובר עליו בעשה זו, וכו'.

ובאמת צ"ע התמי' דמע"כ, דרגל בפ"ע רק לענין פז"ר קש"ב (וק' מרמז לקרבן, רק לענין שינוי המספרים של ז' הימים).

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 12:12 pm

לא לנו האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יישר כחך הרב לנו

(את קושית הטו"א לא הבנתי מקופיא, הא דאמרי' שמיני רגל בפ"ע מבואר בכ"מ בגמ' דזה רק לענין פז"ר קש"ב, אבל לגבי איסור בל תאחר וכן המ"ע של ובאת שמה בפשטות שייך רק בהשלש רגלים המיוחדים וצ"ע)

וזל"ק (ר"ה ד:) בד"ה ורבנן ההוא לעשה. וה"נ אמר רבא לקמן כיון שעבר עליו רגל אחד עובר בעשה. וק"ל הא דתנן בפ"ק דחגיגה (דף ט) מי שלא חג י"ט ראשון של חג חוגג את כל הרגל ויו"ט אחרון של חג. ומשמע דאפי' יכול להמתין מלחוג עד יו"ט האחרון וכו', והא כיון דיט"א רגל בפני עצמו הוא כדאמרינן בסמוך שמיני רגל בפני עצמו הוא ואין בכלל חג הסוכות ושמיני שלו חשובים כב' רגלים ועובר בעשה זו דבאת שמה כיון שעבר עליו ז' ימי הסוכות מיד אע"פ שלא עבר עליו השמיני ואמאי ממתין לכתחילה מלהביא חגיגה עד יו"ט אחרון הא עובר עליו בעשה זו, וכו'.

ובאמת צ"ע התמי' דמע"כ, דרגל בפ"ע רק לענין פז"ר קש"ב (וק' מרמז לקרבן, רק לענין שינוי המספרים של ז' הימים).

עיינתי היטב בפנים, ובאמת מסיק דלק"מ מטעם הנ"ל, דשמיני תשלומין דראשון הוא וכחג רגל נחשב, והנו"נ חוזר גם בטו"א חגיגה ט:, דהקשה שם ג"כ קו' הנ"ל, ומסיק דבע"כ חד רגל הוא, וכן הוא בגמ' להדיא בר"ה, דרגל בפ"ע הוא רק לענין פז"ר קש"ב, אבל לענין תשלומין, תשלומין דראשון הוא.
וצ"ל דהקשיא מבוסס רק על העשה של ובאת שמה, וכלישנא דרבא "כיון דעבר עליו 'רגל' אחד עובר בעשה", וע"ז הקשה דהגם דהל"ת של ב"ת אין עוברים (וזה ממילא רק בג' רגלים) אבל מ"מ העשה של ובאת שמה, דמדקדק רבא 'רגל' אחד, יחשב יום ח' של חג כרגל שני לענין זה, מכיון דלענין פז"ר קש"ב הוי רגל בפ"ע. ומ"מ מסיק דז"א דרגל אחד נחשב גם לגבי העשה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 8:00 pm

בעזהשי"ת יום ה' שופטים תשע"ז לפ"ק

שיעור השבוע דפים נב-נה ממסכת נדרים עם פי' הר"ן, מצוקים מדבש ונופת צופים

אין די וואכעדיגע סדרה צווישן די מתנות כהונה (דברים יח, ד) זאגט די תוה"ק: ראשית דגנך תירושך ויצהריך וראשית גז צאנך תתן לו.
בשיעור השבוע לערנען מיר א שמועס איבער וואס ווערט אנגערופן 'דגן', בדף נה. און שפעטער בדף נה: ברענגט די ר"ן פון א תוספתא און א ירושלמי איבער דאס ווארט 'תירוש' הלשון תורה ובלשון בני אדם, און ווידעראום איבער 'יצהר' וואס מיינט שמן, האבן מיר געלערנט בדף נג. אז אין אר"י איז סתם שמן שמן זית וואס דאס מיינט טאקע די יצהר פון די תורה.

אגב, מה שהביא הר"ן שם בדף נה: בד"ה בתוספתא מירושלמי, חידוש שלא הביא מגמרא מפורשת שלמדנו במסכת יומא בדף עו: כל הדיון על 'תירוש' בלשון תורה ובלשון בנ"א, והביא מירושלמי (אולי ירושלמי 'נדרים' עדיין קרובה יותר ליומא אף שהוא בבבלי) - שוב ראיתי שכבר העיר על זה הרש"ש בהגהתיו פה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 4:05 pm

עוד רמז משיעור השבוע שאולי שייך לפרשת השבוע

בדף נה. האט ר' יוסף מכבד געווען רבא צו לערנען פשט אין א פסוק אין פרשת חוקת ביי די שירת הבאר, ממדבר מתנה וממתנה נחליאל ומנחליאל במות וגו' האט רבא געטייטשט מי שעושה עצמו כמדבר תורה ניתנה לו במתנה, וכיון שניתנה לו במתנה נחלו קל וכיון שנחלו קל עולה לגדולה וכו'

וויאזוי האט דער עולם געטייטשט די ווערטער 'נחלו קל'? דער מפרש/רש"י אויפן פלאץ זאגט בלשונו: נחליאל שנעשה לו התורה כמו נחלה. דאס הייסט קודם איז די תורה פאר אים ווי א מתנה און נאכדעם איז הקב"ה אים מנחיל די תורה ווי א נחלה - ולפי"ז צריך הסבר מה עדיפות נחלה ממתנה, ועי' בספר נדרי זריזין למהרש"ק זצ"ל שפי' את דברי הגמ' באריכות בדרך אגדה ודרוש וכותב שהעדיפות בנחלה הוא שאין לה הפסק ממנו והכוונה שמובטח לו שלא יחטא עוד עיי"ש תוכ"ד

שוב ראיתי שגם מרן החת"ס זצ"ל בחידושיו מפרש עדיפות הנחלה ממתנה שאין לה הפסק והוא מל' נחל כנהר שאינו פוסק עיי"ש.

ווידעראום דער הייליגער מהרש"א אויפן פלאץ בחידושי אגדות זאגט אויף 'נחלו קל' אז דאס גייט ארויף אויפן לומד התורה זעלבסט, ובלשון קדשו: שהאדם שזוכה לך נקרא נחלת ה' כמ"ש יעקב חבל נחלתו ימצאהו בארץ מדבר (ונראה כוונתו בהבאת המשך הפסוקים שם בהאזינו, שאף הם זכו להיות יעקב חבל נחלתו משום שימצאהו בארץ מדבר כמו הכא ממדבר מתנה ודו"ק) עכ"ל

ולפי"ד איז פשט אז דער מענטש איז זוכה אז הקב"ה רופט אים אן 'נחלתו', אולי איז דאס מעין פון וואס עס ווערט דערמאנט די וואך אין די סדרה (דברים יח, ב) אז די כהנים און לוים האבן נישט קיין נחלה אין אר"י, ונחלה לא יהי' לו בקרב הארץ "ה' הוא נחלתו" כאשר דיבר לו (וידוע שלומדי תורה נקראים בני לוי).

כאטש דאס איז אפשר להיפך אז הקב"ה כביכול איז נחלתם און נישט ווי יעקב חבל נחלתו אז כלל ישראל איז כביכול נחלת ה', איז משמע אז דאס איז בבחינת אני לדודי ודודי לי, וכמו שאנו אומרים ביוהכ"פ אנו נחלתיך ואתה גורלינו.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 5:28 pm

@מיללער מורא'דיגע דיבורים

ויעוי' בר"מ הל' שמיטה ויובל פי"ג הל' י"ב י"ג ווי ער רעדט מיט זיין הייליג לשון איבער די גרויסקייט פון בני לוי און יעדער איד וואס איז זיך מקדיש צו שטיין פארן באשעפער לשורתו ולעובדו
ער ניצט די לשון: אז די באשעפער איז זוכה להם שנ' אני "חלקך ונחלתך"
ויהי' ד' חלקו ונחלתו לעולם ולעולמי עולמים
די לשון הר"מ איז מדוייק לויט די פשט פון מהרש"ק בספרו אז נחלה איז די עדיפות אז ס'איז "לעולם ולעולמי עולמים"


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט