יעדער איינער - מיילעך קאהן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

עס איז אינטערעסאנט ביז גאר מיטצוהאלטן ווי דערוילעם שרייבט, און עס פילן זיך אן בלעטער, עס האלט שוין ביי 5, מיטאמאל מקומט צוריק, קוים 3 בלעטער דער אשכול, מ'שרייבט ווייטער מ'מעקט, וחוזר חלילה...

סתם א שאד צו שרייבן...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
איך לאך
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך לאך »

ווייל ס'איז נישט קיין 'ליב' שאלה, ס'איז א שאלה צו ער האט אונז אריינגעטונקען טיפער אין גוישקייט
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

נישט אזוי לאנג צוריק זענען "די היימישע" רבי אברמל פריעד און רבי מרדכי ווערדיגער, און די ווארימע ניגונים פון רבי יאסל גרין, נישט אריינגעקומען אין קיין שום היימישע שטוב. אלס "גוי'אישע" ניגונים זענען די אויבנדערמאנטע פיל ארגער און געמיינער.
מיילעך האט פשוט אן אנדערע סטיל, נישט געפערליך, די אלע הייליגע מוחים זענען פשוט נאר געוואוינט צו די אמאליגע קלעסיק גוי'אישע מוזיק.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

איינזייטיג האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:דער עולם האט שוין אויסגעהערט דעם סידי און באשלאסן אז ס'באלאנגט פאר שחורים? אדער מ'דזשאזט עס ביי די קאווער אדער הערענדיג האלבע זאכן?

איך זאג נישט אז ס'איז א חסידישע סידי אויף אייזיק האניג / ירמי' דמן סטייל, אבער די קאמענטס דא פונעם ציבור איז היפש איבערגעטריבען.

כן, איי וועלט האט באשלאסן

פארוואס איז דיין ניק נישט באאלד?איך זעה אז די ביסט אן אחראי די פארטרעטסט אייוועלט
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

להודיע האט געשריבן:נישט אזוי לאנג צוריק זענען "די היימישע" רבי אברמל פריעד און רבי מרדכי ווערדיגער, און די ווארימע ניגונים פון רבי יאסל גרין, נישט אריינגעקומען אין קיין שום היימישע שטוב. אלס "גוי'אישע" ניגונים זענען די אויבנדערמאנטע פיל ארגער און געמיינער.
מיילעך האט פשוט אן אנדערע סטיל, נישט געפערליך, די אלע הייליגע מוחים זענען פשוט נאר געוואוינט צו די אמאליגע קלעסיק גוי'אישע מוזיק.

גראדע האלט איך פונקט פארקערט
הלואי זאלן די היינטיגע ניגונים אויסקוקן ווי די אמאליגע "גוי'אישע ניגונים" פון מבד און אברהם, די סטאנדארט איז ליידער אזוי געפאלן די לעצטע פאר יאר, אז מפארשטייט שוין גארנישט אז עס זענען פארהאן ניגונים וואס זענען "ריין גוי'איש", וואס פאסו זיך בכלל נישט פאר קיין אידיש קינד.

דשאסט מיי אפיניען
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

די כח פון פאלשע נאסטאלגיע. אה ווי נעמט מען די אמאליגע גוי'אישע ניגונים... יענס האט דאך געהאט א חן, היינט איז דאך סתם ריין גוי'איש.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

להודיע האט געשריבן:די כח פון פאלשע נאסטאלגיע. אה ווי נעמט מען די אמאליגע גוי'אישע ניגונים... יענס האט דאך געהאט א חן, היינט איז דאך סתם ריין גוי'איש.

ר' יו"ט ערליך האט אויכט געהאט גויעשע ניגונים, איך מיין אז די פארשטייסט די חילוק
#איך-פארק-מענטשליך
איך לאך
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך לאך »

ווייל מיינע קינדער הערן עס אין די לאקאלע גראסעריס און עס ווערט פארקויפט אין מיין לאקעל גראסערי, נישט אויף AMAZON
#פשוטע חילוק
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

מקווה איד האט געשריבן:איך מיין אז דאס וואס מען זאגט נאך פון צדיקים אז פאר משיח וועט קומען וועט מען דארפן קריכען אויף גראדע ווענט זיך צו האלטן, גייט דא ארויף

שוין מ'האט געטראפן די פראבלעם פונעם דור!
פשיהאאא!
איזי
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך מיין עס איז אנדערש ווי א הכשר. עס איז אזאך וואס מהערט איבעראל און די גויאישע נגינה ברענגט אראפ די יוגנט ליידער מער און מער.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

נודה לך האט געשריבן:איך מיין עס איז אנדערש ווי א הכשר. עס איז אזאך וואס מהערט איבעראל און די גויאישע נגינה ברענגט אראפ די יוגנט ליידער מער און מער.

און נישט א גוטע הכשר פארדארבט די יוגנט,אזווי עס שטייט שוין פון די פריעדיגע
#איך-פארק-מענטשליך
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

געמיינט ארויסצוברענגן אז א הכשר קען מען זאגן די הכשר עסט מען נישט אבער מוזיק הערט מען ווי אימער און עס שאדט, און שפעטער וועלן זיי עס שוין אליין נאכזינגען
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
פאליש'ל
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 7:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליש'ל »

על טעם וריח אין להתוכח.
איך פערזענליך האב מער ליב ווארימע טיש סטיל ניגונים, ממילא הער איך רבי חיים שלמה מאייעס.
יעדער דארף טרעפן די מוזיק וואס רעדט צו עם'
איך וויל זיך אנטשולדיגן בעפאר - היות איך בין בטבע א בעל בכי, בוכה איך אפט.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פאליש'ל האט געשריבן:על טעם וריח אין להתוכח.
איך פערזענליך האב מער ליב ווארימע טיש סטיל ניגונים, ממילא הער איך רבי חיים שלמה מאייעס.
יעדער דארף טרעפן די מוזיק וואס רעדט צו עם'
#איך-פארק-מענטשליך
טייטל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

אויב מען מעג נאך צולייגן צו די אובערדאמענטע ויכוח/מחאה/טענות וכו':

https://drive.google.com/file/d/0ByCv_p ... R5OEU/view

קרדיט
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

בית היין האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
על טעם וריח אין להתווכח, אבער קיינער קעניש לייקענען אז ער האט טאלאנט, גאר גאר שטארקע טאלאנט

דער שחור אין אפריקע האט אויך טאלאנט, איז וואס אז ער האט טאלאנט, גלייכסט אים אדער נישט?
אויב גלייכסטו אים מיינט אז דו האסט ליב וויאזוי גוים זינגען....

ווייסעכיש פאוואס ביזטעזוי ברויגעז, טאלאנט איז א פאקט שחורים האבן אויך טאלאנט אמת וואר. דער אשכול איז געווידמעט איבער מר קאהן מיט דעם סידי איך זאגניש גארנישט פאסיטיו אדער נעגעטיוו, אבער יעדער איינער וואס פארשטייט אביסל צו עולם הנגינה וועט מודה זיין אז דער האט צוחושטע פעאיגקייטן.
שבעה מי יודע!?
בית היין
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 8:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית היין »

ברוגז בין איך ח״ו נישט אויף קיינעם, נאר כ׳וועל דיר מסביר זיין וואס מיר באדערט,
איך בין נישט פון די מענטשן וואס האט נאכן זעהן דעם דעקל נאך געוועהן אינטערעסירט צו הערן דעם סידי,
נאר איך בין געזיצן מיט איינעם אין קאר, זאגט מיר יענער,
דו מוזט הערן א ניגון, צינד ער מיר אהן א ניגון ״אבי יתומים״ ווער ס׳האט געהערט דעם ניגון דארף איך נישט מסביר זיין וואס דאס איז,
דער וואס האט עס נאך נישט געהערט, איז כדי נישט צו הערן
אבער וואס האט מיר געבאדערט איז אזוי:
קוק צוריק אין דעם אשכול וועסטו זעהן אז ע״פ רוב איז די קאמענט׳ס אויף דעם ניגון:
איך קענעקט נישט צו דעם. איך פארשטיי נישט וואס ער וויל.
וואס איז פשט אין די מימרא׳ס, ווייל ביי אונז אידן איז דא געוויסע סטיילס אין מוזיק, אידישע אין להבדיל גויאישע,
אבער וואס איז שוין דא קען מען זיך נישט ליידער העלפן,
אין דער זינגער וועט זאגן וואס ווילסטו פון מיר, דער עולם פארלאנגט עס, (צו דער טענה איז גערעכט אדער נישט גייט מען נישט דא אריין)
נו אז דער עולם פארלאנגט, און דער עולם האט אין דעם גויאישן סטייל א געשמאק, וואס קען מען טוהן? נניח!
אבער דא קומט צו גיין א זינגער (וואס האט א היסטערי ואכמ״ל) ער זינגט ניגונים סטיילס וואס איז שוין דא ביי כלל ישראל, פיין! לאמיר שוין זאגן אז ס׳איז נישט קיין פראבלעם,
אבער רבונו של עולם וואס ברענגסטו זאכן וואס רוב אידן עקלען זיך דערפון...
און ווארט פינעף יאר, דער עולם וועט זיך צוביסלעך צוגעוואוינען,
און כלל ישראל האט א פרישע סטייל...
על הראשונים אנו מצטערים!!!
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

בית היין האט געשריבן:ברוגז בין איך ח״ו נישט אויף קיינעם, נאר כ׳וועל דיר מסביר זיין וואס מיר באדערט,
איך בין נישט פון די מענטשן וואס האט נאכן זעהן דעם דעקל נאך געוועהן אינטערעסירט צו הערן דעם סידי,
נאר איך בין געזיצן מיט איינעם אין קאר, זאגט מיר יענער,
דו מוזט הערן א ניגון, צינד ער מיר אהן א ניגון ״אבי יתומים״ ווער ס׳האט געהערט דעם ניגון דארף איך נישט מסביר זיין וואס דאס איז,
דער וואס האט עס נאך נישט געהערט, איז כדי נישט צו הערן
;l;p- ;l;p- אבער וואס האט מיר געבאדערט איז אזוי:
קוק צוריק אין דעם אשכול וועסטו זעהן אז ע״פ רוב איז די קאמענט׳ס אויף דעם ניגון:
איך קענעקט נישט צו דעם. איך פארשטיי נישט וואס ער וויל.
וואס איז פשט אין די מימרא׳ס, ווייל ביי אונז אידן איז דא געוויסע סטיילס אין מוזיק, אידישע אין להבדיל גויאישע,
אבער וואס איז שוין דא קען מען זיך נישט ליידער העלפן,
אין דער זינגער וועט זאגן וואס ווילסטו פון מיר, דער עולם פארלאנגט עס, (צו דער טענה איז גערעכט אדער נישט גייט מען נישט דא אריין)
נו אז דער עולם פארלאנגט, און דער עולם האט אין דעם גויאישן סטייל א געשמאק, וואס קען מען טוהן? נניח!
אבער דא קומט צו גיין א זינגער (וואס האט א היסטערי ואכמ״ל) ער זינגט ניגונים סטיילס וואס איז שוין דא ביי כלל ישראל, פיין! לאמיר שוין זאגן אז ס׳איז נישט קיין פראבלעם,
אבער רבונו של עולם וואס ברענגסטו זאכן וואס רוב אידן עקלען זיך דערפון...
און ווארט פינעף יאר, דער עולם וועט זיך צוביסלעך צוגעוואוינען,
און כלל ישראל האט א פרישע סטייל...
על הראשונים אנו מצטערים!!!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פיין געזאגט, גיט ארויסגעברענגט,
איך מיין אז קיינער איז נישט מחולק
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

zibala האט געשריבן:
בית היין האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
על טעם וריח אין להתווכח, אבער קיינער קעניש לייקענען אז ער האט טאלאנט, גאר גאר שטארקע טאלאנט

דער שחור אין אפריקע האט אויך טאלאנט, איז וואס אז ער האט טאלאנט, גלייכסט אים אדער נישט?
אויב גלייכסטו אים מיינט אז דו האסט ליב וויאזוי גוים זינגען....

ווייסעכיש פאוואס ביזטעזוי ברויגעז, טאלאנט איז א פאקט שחורים האבן אויך טאלאנט אמת וואר. דער אשכול איז געווידמעט איבער מר קאהן מיט דעם סידי איך זאגניש גארנישט פאסיטיו אדער נעגעטיוו, אבער יעדער איינער וואס פארשטייט אביסל צו עולם הנגינה וועט מודה זיין אז דער האט צוחושטע פעאיגקייטן.

נאך ווי צוחושט
אשלג
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשלג »

אז די ביסט נישט געווארן קאנעקטעד צו אבי יתומים מיינט נאכנישט אז ס׳איז גוי׳יש אין אז דעי סטייל איז נאכנישט געוועהן ביי כלל ישראל וואס איז שוין אגב יא דא מיינט נאך אלס נישט אז ס׳איז גוי׳יש מ׳דארף וויסן וואס מאכט א ניגון גיו׳יש
בליץ
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בליץ »

3 בלעטער אויף אייוועלט האט מער געמאכט קויפן די סידי..

אויסגעהערט.. עס איז דיפערענט יוניק און גיט משוגע איך האב הנאה געהאט.

אבער איין זאך וואס באדערט מיר איז די עברית אין ואהבת

אמתדיג גערעדט איך ווייס נישט צו איך וועל עס אריין ברענגן אין מיין שטוב
בית היין
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 8:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית היין »

בליץ האט געשריבן:אבער איין זאך וואס באדערט מיר איז די עברית אין ואהבת

אמתדיג גערעדט איך ווייס נישט צו איך וועל עס אריין ברענגן אין מיין שטוב

דערמאנט מיך
איך בין געוועהן אמאל אין איינע פון די חרידישע clothing געשעפטן, קומט אריין א בחור פון א עכט חסידישע משפחה, (וואס האט פראבירט צו זיין cool) אין ער פרעגט דעם געשעפטסמאן אויף א מאדערנעם מאנטל וויפיל דאס קאסט, זאג אים דער געשעפטסמאן, דאס איז נישט פאר דיר!
זאגט אים דער בחור איך האב דיר נישט געפרעגט צו ס׳איז פאר מיר אדער נישט, איך פרעג דיר וויפיל ס׳קאסט,
א מינוט שפעטער זעהט דער בחור אז דער מאנטל איז געקענפלט לינקס אויף רעכטס, רופט ער זיך אהן ...forget about it

לענינינו! מיט דער גאנצער סידי האט איר נישט קיין פראבלעם, נאר אז ס׳איז דא אפאר עברית׳שע ווערטער דאס באדערט אייך...
אוועטאר
הערסט?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 18, 2017 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערסט? »

בית היין האט געשריבן:
בליץ האט געשריבן:אבער איין זאך וואס באדערט מיר איז די עברית אין ואהבת

אמתדיג גערעדט איך ווייס נישט צו איך וועל עס אריין ברענגן אין מיין שטוב

דערמאנט מיך
איך בין געוועהן אמאל אין איינע פון די חרידישע clothing געשעפטן, קומט אריין א בחור פון א עכט חסידישע משפחה, (וואס האט פראבירט צו זיין cool) אין ער פרעגט דעם געשעפטסמאן אויף א מאדערנעם מאנטל וויפיל דאס קאסט, זאג אים דער געשעפטסמאן, דאס איז נישט פאר דיר!
זאגט אים דער בחור איך האב דיר נישט געפרעגט צו ס׳איז פאר מיר אדער נישט, איך פרעג דיר וויפיל ס׳קאסט,
א מינוט שפעטער זעהט דער בחור אז דער מאנטל איז געקענפלט לינקס אויף רעכטס, רופט ער זיך אהן ...forget about it

לענינינו! מיט דער גאנצער סידי האט איר נישט קיין פראבלעם, נאר אז ס׳איז דא אפאר עברית׳שע ווערטער דאס באדערט אייך...

בית היין הערסט?
האסט מעך ארויס גענומען דו ווערטער פון מויל. משל דומה לנמשל.
דאס איז דיין פראבלעם אין דעם סידי מיסטר בליץ?!
אז דיינע קינדער זאלן הערן די "אבי יתומים" סטייל גלייכסטו זייער, ס'וועט זיי צוגעבן אסאך יר"ש. אבער אויב וועלן זיי הערן די עברית אינדערמיט דאס וועט זיי אריין ברענגן גוי'שע געדאנקען אה?
מבהיל על הרעיון
לאנג און זיס
טייטל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

בליץ האט געשריבן:אבער איין זאך וואס באדערט מיר איז די עברית אין ואהבת
אמתדיג גערעדט איך ווייס נישט צו איך וועל עס אריין ברענגן אין מיין שטוב

מיסטר בליץ קענסט עס קויפן רואיגערהייט, דיינע קינדער גייען זיך נישט אויסלערנען צו רעדן עברית פון דעם, זיי וועלן זיך אווסלערנען בעסערע זאכן ווי דעם
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

איך וויל שרייבן א נקןדה איך ווייס נישט אויב מען וועט מיר פארשטיין אבער עניוועי...

סאיז דא צוויי מיני "גויאישע נגינים..." ליפא ווען ער פראבירט נאכצומאכן דעם גוי טועט ער עס ווייל ער וויל זינגן ווי דעם גוי. ווען ער דרייט מיט די שטימע ווי א בר מינן מיינט ער אז ער זינגט רייצעריש און פארדעם טוהט ער עס און ווען ס'פאלט אריין עטליכע ענגלישע ווערטער אין די ניגון קען מען ברעכן ווי א וואלקעינאו

מיילעך איז א היפי... ער זינגט צולאזט לשם צולאזט. ער קראצט מיטן שטימע ווייל לאנגע פיאות מיט א דאטשיק לעבעדיג!! וועון מען הערט אים, הערט מען נישט דעם גוי. הגם די געדאנקן האט ער מן הסתם אויפגעפיקט פון "די וויסטענישן..." ער איז א איידעלער מענטש (אדרבה קוק א קליפ ווי ער זינגט לייוו) בכלל נישט קיין פארגלייך זיין גוישקייט מיט די אנדערע

איך זאג נישט אז ס'איז א גוטע זאך אבער ס'דאך נישט די זעלבע

און אויסער די עטליכע פלעצער ווי ער צופייערט זיך... איז די סידי הערליך שיין מיט "פשוט'ע חידושים" וואס מען קען זיך באלעקן די אויערן!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”