אנקעטעס איבער פרעזידענט טראמפ.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am
Trump’s Approval Stands at 50 Percent in the Counties That Fueled His Win
http://www.nbcnews.com/politics/first-r ... d_nn_tw_ma
http://www.nbcnews.com/politics/first-r ... d_nn_tw_ma
כאפצעם, דיינע polls זעען אויס גענוי ווי די polls פאר די עלעקשינס וואס איז געווען ווייט פון אמת, ווי אלע ווייסן. ליידער זיי וויינען אן אויפהער און קענען דאס נאך אלס נישט פארדייען נאך 9 חדשים!!!
די וואך איז גענומען געווארן א poll נאר פון דעמאקראטן איבער זייער מיינונג וואס פאר א chance האט פרוי קלינטן צו געוואונען טאמער זי לויפט נאכאמאל פאר די פרעזידענט אמט אין 2020? נישט מער ווי 4% פון דעמאקראטן האבן געענטפערט יא. מער ווי העלפט פון דעמאקראטן האבן געזאגט "נישט פארהאנען קיין איין קאנדידאט וואס וועט קענען באזיגן פרעזידענט טראמפ"! דאס ווייזט ווי אויפריכטיג דיינע polls זענען.
חוץ פון דעם, די polls האבן אייגנטליך געוויזן אז מער ווי 55% פון דעמאקראטן זענען צופרידן פון טראמפ.

קאזאק האט געשריבן:כאפצעם, דיינע polls זעען אויס גענוי ווי די polls פאר די עלעקשינס וואס איז געווען ווייט פון אמת, ווי אלע ווייסן. ליידער זיי וויינען אן אויפהער און קענען דאס נאך אלס נישט פארדייען נאך 9 חדשים!!!
די וואך איז גענומען געווארן א poll נאר פון דעמאקראטן איבער זייער מיינונג וואס פאר א chance האט פרוי קלינטן צו געוואונען טאמער זי לויפט נאכאמאל פאר די פרעזידענט אמט אין 2020? נישט מער ווי 4% פון דעמאקראטן האבן געענטפערט יא. מער ווי העלפט פון דעמאקראטן האבן געזאגט "נישט פארהאנען קיין איין קאנדידאט וואס וועט קענען באזיגן פרעזידענט טראמפ"! דאס ווייזט ווי אויפריכטיג דיינע polls זענען.
חוץ פון דעם, די polls האבן אייגנטליך געוויזן אז מער ווי 55% פון דעמאקראטן זענען צופרידן פון טראמפ.
אפשר ברענגסטו אראפ די poll?
באלזאם האט געשריבן:קאזאק האט געשריבן:כאפצעם, דיינע polls זעען אויס גענוי ווי די polls פאר די עלעקשינס וואס איז געווען ווייט פון אמת, ווי אלע ווייסן. ליידער זיי וויינען אן אויפהער און קענען דאס נאך אלס נישט פארדייען נאך 9 חדשים!!!
די וואך איז גענומען געווארן א poll נאר פון דעמאקראטן איבער זייער מיינונג וואס פאר א chance האט פרוי קלינטן צו געוואונען טאמער זי לויפט נאכאמאל פאר די פרעזידענט אמט אין 2020? נישט מער ווי 4% פון דעמאקראטן האבן געענטפערט יא. מער ווי העלפט פון דעמאקראטן האבן געזאגט "נישט פארהאנען קיין איין קאנדידאט וואס וועט קענען באזיגן פרעזידענט טראמפ"! דאס ווייזט ווי אויפריכטיג דיינע polls זענען.
חוץ פון דעם, די polls האבן אייגנטליך געוויזן אז מער ווי 55% פון דעמאקראטן זענען צופרידן פון טראמפ.
אפשר ברענגסטו אראפ די poll?
- אטעטשמענטס
-
- polls.png (31.03 KiB) געזען 3171 מאל
באלזאם האט געשריבן:חוץ פון דעם, די polls האבן אייגנטליך געוויזן אז מער ווי 55% פון דעמאקראטן זענען צופרידן פון טראמפ.
די דאזיגע חלק האט אנגעצינדן מיין נייגער, פארדעם האב איך געבעטן ברענגען די פאול. פארוואס האסטו עס ארויסגעשניטן?
איך האב עס נישט ארויסגעשניטן און נישט געשריבן וועגן דעם צוזאמען ווייל ס'איז נישט געווען צוזאמען. ס'איז געווען מיט א וואך צוויי פריער. איך וועל עס פאסטן בל"נ וויבאלד איך וועל האבן א געלעגנהייט. אבער דער פאקט אז האלב פון די דעמאקראטן זאגן אז קיינער קען נישט איבערשטייגן טראמפ איז גענוג באווייז... און מען דארף נישט מער.
איז געווען איין poll אין די מידיע וואס האט גאזאגט דעם אמת פאר די עלעקשנס? איינע?? יעדן טאג האבן זיי פראבירט איינצורעדן דעם המון עם אז ס'איז נישט מער ווי א פוינט צוויי דריי חילוק צווישן די צוויי. און מיטאמאל האט טראמפ געוואונען אין א לאנדסלייד. ווי איז מעגליך? דאס זענען די זעלבע פאללס מיט די זעלבע ליגנס וועגן טראמפ'ס אפראוועל רעיטינג. זיי ווייסן גאנץ גוט ווי די עקאנאמי איז געשטיגן פון די לעצטע צענדליגע יארן און ווי די זיכערקייט איז בעסער וכו' זייט טראמפ האט איבערגנומען די לייצעס. זיי טארן אבער נישט וויי טון די פריערדיגע פרעזידענטן...
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5157
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am
כאפצעם האט געשריבן:צום זעקס חדשים אפצייכענונג פון די טראמפ פרעזידענסי קריגט דער פרעזידענט א ספעציעל היסטארישער געשאנק.
אמעריקאנער פארציילן אז דער פרעזידענט זייערער האט דערגרייכט דעם היסטארישער מילשטיין צו זיין דער מערסטער אומפאפולערער פירער אין די פאראייניגטע שטאטנס היסטאריע.
און דאס איז נאך בעפאר ער האט נאך אפילו באוויזן אנצוחרוב'ן אמעריקא מיט זיין טראמפקעיר (מיליאנען פארלוירענע אינשורענס).
זיינע טעקס שניטעריי מתנות פאר די רייכע (טעקס רעפארם).
פינאנציעלע דיזעסטער (דאביע בוש בענק רעגולאציע פאליסיס).
זיך צוזאמלייגן אויף אלע פיר פאר די רוסן/פוטין (אננעמען זייערס א ווארט איבער די אייגענע אמעריקאנע אגענטורן און פארוואסערן זייערע סאנקציעס).
פארשניידן מיליאנען זשאבס (אפהאקן טרעיד דיעלס).
און אנווערטשאפטן א גלאבאלע נוקליערע קאטאסטראפע.
קאנגרעטולאציעס!
װיבאלד ס׳איז נישט יעצט דא Elections איז נישטא קײן שום װעג צי װיסן אױב די Poll איז אמת אין זײ צי האלטן Accountable אין זײ װײסן דעס אין װעגן דעם טעין זײ װאס זײ װילן גיבט א קיק זײער לעצטע Poll האבן זײ אױסגעפרעגט 28% ריפאבליקענס אין טראמפ איז געװען בײ 42% אין כדי יעצט זאל הײסען אז טראמפ איז געפאלען מיט 6% פין די פריערדיגע Poll װאסזשא טיט מען? א פושעטע עצה מען פרעגט אױס מיט 6% װײניגער ריפאבליקענער פין פאריגע מאל (כ׳מײן טאקע אז סאיז געװען לאנגע רײעס די לעצטע פאהר װאכן צי טױשען זייער פארטײ) אין די גאנצע שטאט דרײט זיך איבער אז ער איז געפאלען מיט 6% אין דער פרעזידענט האט דערגרייכט דעם היסטארישער מילשטיין צו זיין דער מערסטער אומפאפולערער פירער אין די פאראייניגטע שטאטנס היסטאריע. JUST NO!!!!
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד
שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
- משהזוךמיר
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5021
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
- לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן
כאפצעם האט געשריבן:צום זעקס חדשים אפצייכענונג פון די טראמפ פרעזידענסי קריגט דער פרעזידענט א ספעציעל היסטארישער געשאנק.
אמעריקאנער פארציילן אז דער פרעזידענט זייערער האט דערגרייכט דעם היסטארישער מילשטיין צו זיין דער מערסטער אומפאפולערער פירער אין די פאראייניגטע שטאטנס היסטאריע.
און דאס איז נאך בעפאר ער האט נאך אפילו באוויזן אנצוחרוב'ן אמעריקא מיט זיין טראמפקעיר (מיליאנען פארלוירענע אינשורענס).
זיינע טעקס שניטעריי מתנות פאר די רייכע (טעקס רעפארם).
פינאנציעלע דיזעסטער (דאביע בוש בענק רעגולאציע פאליסיס).
זיך צוזאמלייגן אויף אלע פיר פאר די רוסן/פוטין (אננעמען זייערס א ווארט איבער די אייגענע אמעריקאנע אגענטורן און פארוואסערן זייערע סאנקציעס).
פארשניידן מיליאנען זשאבס (אפהאקן טרעיד דיעלס).
און אנווערטשאפטן א גלאבאלע נוקליערע קאטאסטראפע.
קאנגרעטולאציעס!
לאמר אביסעלע צונעמען די תגובה:
העלטקעיר. ווען אבאמאקעיר האט צוגענומען אינשורענס פון מיליאנען מענטשן וועם דער 'פרעזידענשעל' אבאמא האט פארשפראכן איינמאל און נאכאמאל אז זיי קענען עס האלטן, נישט ווייל זיי האבן עס נישט געוואלט (אזויווי רוב פון די וואס גייען עס 'פארלירן' אונטער די רעפובליקאנער פלאן), ניטאמאל ווייל זיי האבן עס נישט געקענט עפארדן, נאר ווייל אזוי האט ליבעראלע אגענדע דיקטירט, איז עס נישט געווען קיין חורבן פאר אמעריקע. נאר געבן די רעכט אליינס צו באשליסן איז. כ'הער.
טעקס ריפארם. א נייער חידוש בעולם הליבעראליזם; מ'טאר נישט געבן קיין טעקס קאטס פאר קיינעם אויב איינער וואס פארדינט מער וווי אויף ברויט מיט פוטער גייט אויך פארדינען דערפון! כ'הער. (אפשר ווען איך וועל באקומען מעדיקעיד וכו' אנשטאט צאלן פאר יענעם'ס וועל איך עס בעסער פארשטיין).
די סטאק מארקעט ברעכט יעדן טאג פרישע רעקארדס, די דזשאבס נומערן שטייגן, קליינע ביזנעסער אטעמען אפ פון די שרעקליכע רעגולאציע יאך פון די אבאמא אדמיניסטראציע, אבער דאס איז אלעס אבאמא'ס קרעדיט. טראמפ איז נאר דא ווען די סטאק מארקעט פארלירט א צענטל פון א פראצענט. (ס'דערמאנט מיר פון אבאמא'ס אייסערונג ''Today, the number one oil and gas producer in the world is no longer Russia or Saudi Arabia; it’s America." ווען דאס איז געווען'טראץ' אלע שטיינער און שטרויכלונגען וואס ער האט זיי אונטערגעלייגט). כ'הער.
זיך צוזאמלייגן פאר די רוסן.... ריסעט-אוראניום וואן-פלעקסיביליטי-סיריע-איראן איז געוויזן מאכט. אננעמען פוטין'ס ווערטער קעגן פיר פאליטיש געפירטע אגענטורן וואס האבן קיינמאל נישט געזען די באווייזן בעת וואס ווען ס'קומט למעשה גיבט מען נישט קיין דעם פאר רוסלאנד (ע''ע סיריע עירסטרייק) - דא ליגט דער חורבן. כ'הער.
פארשניידן דזשאבס דורך אפהאקן טרעיד דיעלס......די טרעיד דיעלס וואס האבן אוועקגעטראגן מעניופעקטשורינג דזשאבס קיין מעקסיקא און כינע זיי זענען גאר די וואס שאפן דזשאבס... כ'הער.
אויף די ערווארטעטע גלאבאלע נוקלעארע קאטאסטראפע האב איך שוין נישט וואס צו ענטפערן.
די שאלה איז נאר, פארוואס מיט אזעלכע דיזעסטערס דארף נאך די מידיע לייגן 35 פראצענט דעמאקראטן, 35 פראצענט אינדיפענדענטס, און בלויז 23 פראצענט רעפובליקאנער צו באקומען די אזוי געגארטע נעגאטיווע רעזולטאטן?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am
קיינער האט נאך נישט געברענגט די פאול אז קלינטאן איז ווייניגער פאפיולער פון פרעזידענט טראמפ וואס דאס איז שלעכטע נייעס פאר איר פאר א פאר סיבות
איינס די פרעזידענט האט א גאנצע טאג נעגעטיווע דעקונג אין די מידיע
צוויי נארמאל דער וואס פארלירט ווערט מער פאפיולער נאכען פארלירען
און נאך סיבות
אבער רוסלאנד און דער און יענער איז שולדיג פארוואס זי האט פארלוירען

- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
רעקארד ברעיקינג:
קומט אריין די נייעס אז דער פרעזידענט האט געבראכן א פרישע נידריגע רעקארד, פאלענדיג צו בלויז %32 אפראוול לויטן IBD אנקעטע פירמע.
די נומער איז די זעלבע ווי בוש השני ביים ענדע טערמין לויט די אינוועסטערס ביזנעס דעלי אנקעטע פירמע.
President Trump's job approval rating dropped 5 percentage points in August to 32%, as support from Republicans took a substantial hit this month. The presidential approval rating hasn't been this low since President Bush's last month in office

- 20170808_142202.png (64.58 KiB) געזען 2398 מאל
כאפצעם האט געשריבן:רעקארד ברעיקינג:
קומט אריין די נייעס אז דער פרעזידענט האט געבראכן א פרישע נידריגע רעקארד, פאלענדיג צו בלויז %32 אפראוול לויטן IBD אנקעטע פירמע.
די נומער איז די זעלבע ווי בוש השני ביים ענדע טערמין לויט די אינוועסטערס ביזנעס דעלי אנקעטע פירמע.
President Trump's job approval rating dropped 5 percentage points in August to 32%, as support from Republicans took a substantial hit this month. The presidential approval rating hasn't been this low since President Bush's last month in office
אונז דערשרעק מיר זיך נישט פון די אלע סאו-קאלד אנקעטעס... ביי אים האט זיך שוין איבערגעוויזן אז סיז א ירידה לצורך עלי'... קוק די קראודס ביי זיינע ראליס...
לטמיר זאגען אז די פאול איז אמת, אבער וואלט מען געפרעגט די קשיא אלס וועמען וואלט איר געוועלט פאר פרעזידענט אויב די עלעקשאן איז היינט?
לייג אריין עני דעמאקראט אדער רעפובליקען קעגן אים און ער פארט ארויף מיט צען ביז צוואנציג פראצענט און די סיבה איז פשוט ווייל ער איז א משוגענער אבער ער איז סך בעסער ווי עני באדי עלס פאר דעם זשאב.
איינער דא וויל נאך אז עמיצער פון די משוגעים הויז וואס הייסט סענאט זאל ווערן א פרעזידענט? נאו וועי!

האב שכל און גיב א שמייכעל!
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
מטעמים האט געשריבן:לאמיר זאגען אז די פאול איז אמת, אבער וואלט מען געפרעגט די קשיא אלס וועמען וואלט איר געוועלט פאר פרעזידענט אויב די עלעקשאן איז היינט?
זיכער איז אן אפראוול פראגע אנדערש ווי אן עלעקשאן צווישן צוויי קאנדידאטן פראגע, טראמפ קריגט מער ווי %32 אויב לויפט ער היינט פאר ריעעלעקשאן. וואס די אפראוול נומערן צייגן איז אז אפילו אסאך טראמפ שטיצער און רעפובליקנער זענען אומצופרידן פון זיין ארבייט. שטייצעך אז רוב פון זיי וועלן ווייטער שטימען קעגן א דעמאקראט.
מטעמים האט געשריבן:לייג אריין עני דעמאקראט אדער רעפובליקען קעגן אים און ער פארט ארויף מיט צען ביז צוואנציג פראצענט
הממ...
- אטעטשמענטס
-
- kas.jpg (79.24 KiB) געזען 2269 מאל
זיין סטאטוס ביי זיינע שטיצער האט זיך נישט געטוישט קיין סך דאס מיינט אז זיינע 56% שטיצע האט ער נאך.
קעיסיק האט געווינען מיט עלף פראצענט פון די רעפובליקאנע פארטיי, פארוואס זאל ער באקומען היינט מער ווי 44%?
און איך דארף אויך גלייבען אז אלע קרוז, בוש, רוביא מיט אלע קריסטי שטיצער ווילען א קעיסיק פרעסער?
קעיסיק האט געווינען מיט עלף פראצענט פון די רעפובליקאנע פארטיי, פארוואס זאל ער באקומען היינט מער ווי 44%?
און איך דארף אויך גלייבען אז אלע קרוז, בוש, רוביא מיט אלע קריסטי שטיצער ווילען א קעיסיק פרעסער?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
מטעמים האט געשריבן:זיין סטאטוס ביי זיינע שטיצער האט זיך נישט געטוישט קיין סך דאס מיינט אז זיינע 56% שטיצע האט ער נאך.
אלע אנקעטעס צייגן אנדערש
מטעמים האט געשריבן:קעיסיק האט געווינען מיט עלף פראצענט פון די רעפובליקאנע פארטיי, פארוואס זאל ער באקומען היינט מער ווי 44%?
ווייל ס'איז א וואן טו וואן רעיס.
מטעמים האט געשריבן:און איך דארף אויך גלייבען אז אלע קרוז, בוש, רוביא מיט אלע קריסטי שטיצער ווילען א קעיסיק פרעסער?
האמיר אן ערנסטע סתירה צווישן דיין גלייבן און די אנקעטע..
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום דינסטאג אוגוסט 08, 2017 8:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כאפצעם האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:זיין סטאטוס ביי זיינע שטיצער האט זיך נישט געטוישט קיין סך דאס מיינט אז זיינע 56% שטיצע האט ער נאך.
קעיסיק האט געווינען מיט עלף פראצענט פון די רעפובליקאנע פארטיי, פארוואס זאל ער באקומען היינט מער ווי 44%?
און איך דארף אויך גלייבען אז אלע קרוז, בוש, רוביא מיט אלע קריסטי שטיצער ווילען א קעיסיק פרעסער?
האמיר אן ערנסטע סתירה צווישן דיין גלייבן און די אנקעטע..
גערעכט! די אנקעטע שטימט נישט מיט קיין קאמען סענס!
וועגן דעם ערווארט איך אז דו זאלסט עס אויך נישט גלייבען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!