היסטאריע האט געשריבן:ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער דעם שטעטל?
עס רעדט צו מיר זייער שטארק.
1) די פרייזן דארט איז גאר ביליג. כמעט יעדער כולל יונגערמאן קען זיך דאס ערלויבן. דאס רעדט אפילו צו אזעלכע וואס קענען זיך נישט ערלויבן מאנסי, בלומענבערג, אדער אפילו זשערסי סיטי.
2) דער געגענט האט שוין בתי מדרשים, מוסדות (קעמפ'ס), מקוואות, וכו', וואס קען גרינג און ביליג ווערן אויפגעהאלטן אויך פאר א גאנץ יאר.
3) אביסל א פארמעגליכער קען דארט אראפלייגן א דאונפעימענט פאר דירות פאר אלע קינדער.
4) דעוועלאפארס קענען נישט ארויפטרייבן דעם פרייז אזוי שנעל, עס איז דא דארט שטחים על גבי שטחים.
5) פון פסח ביז סוכות איז דא דארט פיל אידן. - (אויסער די קאנטרי חדשים, שוין אביסל צופיל...).
6) אידישע ישובים ארום און ארום: סאוט פאלסבערג מיט די ישיבה, וויזניץ גיבערס, בלומענבערג. ווי אויך הונדערטער - מסתמא איבער טויזנט - ווינטערייזט הייזער, אין וועלכע אידן קומען אויף שבתים.
אפשר טאקע?
איהר שרייבט זייער צו זאך און טרעפליך.
עס איז א פראגע פון צייט ביז א בעל הבית וועט וואס האט געקויפט הויזער פאר די ערשטער פאר קינדער אין מאנסי אדער קרית יואל, ער וועט איינזעהן אז ער קען שוין נישט קויפן הייזער פאר אלע איבריגע קינדער, און ער וועט זיך קויפן אויף א שיינער דעד ענד ראוד א הערליכע הויז מיט א פאר הייזער פאר די קינדער. ער וועט האבן זיין אייגן קליינע מלוכה'לע. ער וועט אויך האבן שכל און מופן זיין ביזנעס פון נוארק, עליזעבעט, הילסייד, דזשערסיסיטי, ניו דזשערסי, קיין מידעלטאון אדער ליבערטי ניו, יארק. מען וועט וויילען דארט א גאנץ יאהר און האקן א לעבן... יא... מען וועט נישט האבן די בעסטע טעיק אוט (for now...), אבער מען וועט לעבען ווי נארמאלע מענטשען. מען וועט נישט וועיסטען 4 שעה א טאג אין טראפיק.
איך גיי פאר א mid winter שבת weekend דא און דארט אין די קאנטרי. איך האב פשוט חברים וואס האבן winterized הייזער אין די ישובים ווי Lake Forest, וכו'. מען טרעפט זיך מיט גאנץ יעריגע אידן וואס ווייסן נישט בעסערס. איך האב מיך געטראפן מיט א ישיבה מאן פון סאוט פולסבורג. איהר ווייסט די טייפ מענטש? א נעקטיי איבער אויסגעריבענעם קאלער... אריינגעטוהן אינעם גמרא טאג אין נאכט. ער ווייסט נישט מער פון די triangle: זיין הויז, ישיבה זכרון משה, יגדיל גראסערי... נישט קיין חילוק שבת, יום טוב, פורים, פסח, תשעה באב אדער יום כיפור. איך ווייס נישט אויב איך האב שוין אמאהל געזעהן א מענטש מיט מער שמחות החיים ווי דער ישיבה מאן...
פרייטיג און זונטאג דאווענט מען געווענדליך אין שיכון וויזניץ, פיינע מקווה, מנינים זונטאג לרוב.
עס איד דא גאנץ יעריגע ישיבים און בתי מדרשים אין קייעמישע לעיק (שיכון וויזניץ), מאנטיסעלא, סאוט פאלסבורג, וואודרידש (הרב לעבאוויטש + א שטאטישע שוהל), אביסל מער צו מזרח אין עלענוויל איז דא די איבער 100 יעריגע קהלה
Ezrath Israel
בקיצור... איך בין נישט דער איינציגסטער וואס גלייבט איז די קעטסקילס איז די נעקסטע סטאפ פון גלות אמעריקע. אין אונגארן איז אזוי געוועהן. א שיינע קהילה האט געציילט 100 משפחות מיט אפאר הונדרעדט נפשות. מען איז געוועהן זייער אויסגעשפרייט אין שטעטלעך אין גלילות. למשל, ארום דעברעצין איז געוועהן צענדליגע קלענערע שטעטעלך און דערפלעך אונטערגעווארפן צום בית דין פון דעבריצין. אבער די אלע ישובים'ליך האבן געהאט אן אייגן רב, שוחט און צומאהל אפילו חזן ומוהל. ווי אויך על פי רוב א בית החיים.
גאר בקרוב וועט אזוי זיין. צווישן קרית יואל און מאנטיסעלוי וועלען זיין צענדליגע ישובים!