שלום לעממער - שלום

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך ענדע צדיק! »

זכאי האט געשריבן:נאר די סאונד האב איך נישט אזוי ליב, איז נאך איינער מיט מיר?

יאפ, די מיקס טויג נישט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובה דורך זכאי »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:נאר די סאונד האב איך נישט אזוי ליב, איז נאך איינער מיט מיר?

יאפ, די מיקס טויג נישט

נו וודאי פון דעם רעדט מען. אבער מאכט עס סענס אז דאס האט מיט בריסקמאן? ווייל פאר סאם ריזן אלע זיינע זאכן זענען זייער שוואך געמיקסט.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובה דורך abeg »

ער הערט זיך אביסל װי יושע בערקא
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

ברכת כהנים

תגובה דורך מר. גרין »

הער איך אז ער האט אריינגעלייגט די ברכת כהנים פון בעלזער רב וואס הערשי רוזנבערגהאט געמאכט
האט איינער די קליפ וואו הערשי זינגט עס?
געווייקטע קנאבל
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2017 2:18 pm

תגובה דורך געווייקטע קנאבל »

קליפ ווי הערשי רוטנברג פון לאנדאן די קומפוזער פון די ניגון זינגט עס א צייט צוריק

https://www.dropbox.com/s/ka2lvfh0gp2zg ... 4.mp4?dl=0
ארבעט אויף זיך צו ווערן ווער די ביזט באמת, אויב ווילסטו נישט אז דיינע קינדער זאלן מיטמאכען די יסורים 10 מאל אזופיל וויפיל דו מאכסט מיט!!
גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובה דורך גאנץ פשוט »

וואס איז די מעשה מיט דעם ניגון?
די הייליגע תנועה!
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

זכאי האט געשריבן:רבותי דאס איז געוואלדיג........ wow איז נישט דאס ווארט. געמיינט האב איך אז היימישע מוזיק איז געשטארבן מיטן ארויסגעבן נאר אלטע אויסגעדראשענע תנועות איין ניגון נאכן צווייטן. איז געקומען שלום כמים קרים על נפש עייפה אין אריינגבלאזן א חידוש אין נגינה. יוסי גרין האט שוין לאנג נישט געמאכט דאס וואס ער האט איהם געגעבן. רבותי עוד נגינה חי!!!!!!!!

נאר די סאונד האב איך נישט אזוי ליב, איז נאך איינער מיט מיר? איך מיין אז אלע בריסקמאן אלבוים׳ס האבן די עפפעקט.

העי חברה!

כ'האב נאכנישט געהערט דעם אלבום, באט איך ווייס פון אלע יארן, אז יוחי'ס פראדוקטן פלעגט די מיקס אלס זיין שרעקליך, יוחי האט זיך זיינע שיטות אין מוזיק וואס מ'קען זיך דינגען - באט מיקסינג איז אלס געווען האריבל. איך האף אז נאך אזויפיל יאר האט ער זיך שוין עטוואס פארבעסערט
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

איך וויל נאך איבערהערן אפאר מאל פאר איך שרייב א פאל רעוויא,
אבער סקוקט אויס מאסיוו, היימיש, קלאסיש.
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

זינגער האט געשריבן:ס'קוקט מיר אויס אז ס'איז דא כאטשיג צוויי אלטע ניגונים.

דריי. צוויי פון משה אושר, איינס פון זאנוויל קווארטין
הערשי ראטנבערג איז א בעלזער אינגערמאן פון אנטווערפען, ער מאכט הערליכע ניגונים, די ניגון ברכת כהנים האט ער גענומען די נוסח פון בעלזער רב ביים דוכנ'ען און געמאכט א הערליכע ניגון, ס'האט זיך לעצטענס ארום געדרייט א קליפ ווי הערשי זינגט עס.

זיין ערשטע ניגון האט דער ברודער החזן יאנקי לעממער רעקארדירט און ארויסגעגעבן אלס א סינגל. דער ניגון הייסט המלאך הגואל - ס'איז א זיסער אייליולי, אדער ווי רופט עס אין די וועלט א Lullaby
א הערליכע לידל אין אידיש
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

געווייקטע קנאבל האט געשריבן:קליפ ווי הערשי רוטנברג פון לאנדאן די קומפוזער פון די ניגון זינגט עס א צייט צוריק

https://www.dropbox.com/s/ka2lvfh0gp2zg ... 4.mp4?dl=0


הערשי רוטנברג וואוינט אין אנטוורפן
נישט אין לאנדאן
אטעטשמענטס
rottenberg song.JPG
rottenberg song.JPG (73.18 KiB) געזען 4044 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובה דורך שירה פען »

האמיר געקויפט דעם סידי ס'ווערט דאס געלט.
music helps your mood
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובה דורך חוץ פון דעם »

יא!
סא מען גייט טרייען צו שרייבען אביסעל הערות אויף די סידי פון שלום לעמער. נאכ'ן הערען אזא 6 מאל.
קודם כל! פאר מען גייט אריין פרטית'דיג, איז עס א מוראדיגע שיינע סידי, שוין לאנג נישט געוועהן אזא מין שיינע קאמבענעשן פון ניגונים, לעבעדיג, ווארעם, אלטע סטייל מוזיק, חזנות, קומזיץ. אין וואס נישט??
זינגט נערמאל, מיט אינזער הברה, ווייל מיט דער הברה רעדט ער, הגם ער האט זיך געקענדט גזירה שוה'נען צו די MBD פריד הברה. פאר דעם אליין קומט אים א סאלאט!

איז ניגון 1. אני מאמין.
א אידישע ניגון פון פינקי, דערמאנט די ניגונים וואס ער מאכט פאר מיכאל'ן. אבער עס איז א זעץ פון א ניגון. אויסצומאשטקען יעדע פאל.
די ערשטע פאל, דערמאנט טאקע די מיכאל סטייל ניגונים, די צווייטע פאל, מיין ליבע איד! מיין ליבע איד! דערמאנט שוין מער דער ניגון אידן! אידן! פון מרדכי בן דוד, והדאפעלטע לשון יוכיח. [אפשר איז דעס טאקע די כוונה צו זינגען ביי יעדע חתונה, אזוי ווי די סטייל איז געוועהן ביי די איד'ן טאנץ. גיי ווייס.]
די דריטע פאל. אני מאמין! איז זייער פאערפאל ארויס געברענגט!

ניגון 2. קרוץ מחומר.
די גאנצע ניגון סטעמפעלט אפ יוסי, אפילו ער זינגט נישט מיט [איך ווינדער זיך טאקע פארוואס!?] , יעדער ווארט, אין יעדע דריי, שוין גלייך ביים אנהייב... קרוץ מחומר מה.. מועילו, דער מועילו אויף אראפ. [דער וואס האט עס געהערט ווייס וואס איך מיין].
די צווייטע פאל, דארף מען צונעמען. עס דערמאנט אביסל די ניגון אדיר במרום שוכן בגבורה, וואס ער האט געהאט אויף די אלבוים, אמת ויציב, פון יוסי גרין מי אברמי רויט [א סידי וואס איז נישט אזוי נתפרסם געווארן, אין עס איז א שאד! זייער שיינע זאכן דארט].
אין ווי אזוי ער ענדיגט די ערשטע מאל די צוויטע פאל, פאר ער הייבט עס נאכאמאל אן, דעם דריי במתת גורלו לו לו לו !!! איז געוועהן די $9.99 וואס איך האב געצאלט פאר דעם. [יא יא גוט געכאפט, איך האב עס דאנלאדעד ביי מוסטלי מוזיק, נישט געקויפט אין סטאר].

ניגון 3. קעשעניווער.
וועל איך נישט באשרייבן, נאר לאזן פאר די מבינים אין אידישע ניגונים. אבער וואס יא קען איך זאגן, זייער הנאה פון דעם ניגון, גלייב מיר איך האב פשוט מיטגעטאנצט, אין טאקע רחמנות געהאט, פאר אפאר מינוט, אויף אלע רייכע מענשטען וואס זיצן מיט'ן פולע מאגן, אויף דאטשע!



ניגון 4. תניא אמר ר' יוסי.
קודם כל ווען איך בין יוסי גרין, ריף איך פינקי אין דין תורה, פאר צונעמען די נאמען תניא!
די ווערטער אנהייבט ווייס איך נישט פונקט ווי אזוי עס ווערט געזעצט, אבער פינקי האט געפעסט די ראד טעסט ביז ער הייבט אן די עקשאל ניגון שלום עליך רבי!
יעמט די ווערטער געזעצט ביי שלום עליך רבי ואמרתי לו. שלום עליך רבי ומורי, ואמרתי לי. די ערשטע מאל מען הערט עס אויס אינגאצען פארדריידט, אבער נאכ'ן איבער הערן אפאר מאל, האט עס א געוויסע חן, וואס מאכט עס מורדאי'ג שיין. איך האף האסט פארשטאנען!
די פאל , שמעתי בת קול וכו', דא האט אינז שוין פינקי אריין געלייגט אין אן איכה מאד, אין טאקע הייבט זיך אן מיט די תנועה פון איכה, און פארט ארויף אוי אוי אוי אוי לבנים, אין קומט שפעטער צוריק צום סוף פסוק...... וגילתם לבין האומות.....
ביי דעם ב'עוונתיהם' ווי ער פארט שיעף, דארף מען זיך שטארק אנהאלט'ן. אין מכאן הקריאה יוצאת, אז ווער עס קען נישט זינגען, [אין רעדט זיך איין ער קען], זאל עס פליז נישט טרייען נאכצוזיגען, ווייל ער וועט האבן יענס פנים.
[אין אז מען רעדט שוין, איז דעס א גוטע טעסט אויף צו ווייסען פאר איינער וואס האלט זיך פאר א מבין אין אז ער קען זינגען, אין מען קען אים נישט אויפווייזען אז ער קען נישט, אין פארשטייט זיך די עולם מאכט מיט וועגען דעם, אין אז ער מיז צוגיין ווען ראש חודש געפאלט אין שבת חנוכה, איז בעט אים נאכצוזינגען, דעם בעוונותיהם, אין נישט דוקא דער ניגון, נאר יעדער דריי פון א מעזשער צו א מיינער, קען נאר איינער וואס קען טאקע זינגען מאכן. כידוע ליודעי חן].
שוין ווי אזוי די ניגון ענדיגט זיך, האט מען שוין געהערט אזאנס! אבער אווער אל איז עס א מעסטער פיס [נישט רגל, נאר חתיכה], פון א ניגון!
אין לדעתי אין צען יאר פון יעצט, וועט שוין זיין ניגון אויף מחלוקת'ן צווישען תוס' אין די רשב"א. די עצם מחלוקת פון תוס' אין די רשב"א עט גיין מער הארציג, אין שפעטער ווי אזוי ר' שמעון שקאפ פארענפערט אז עס בכלל נישט קיין מחלוקת, עט זיין די לעבעדיגע פארט! כך נראה לפי עניות דעתי!

ניגון 5. לפניו
פון ירחמיאל בגין, דאכטזיך ער איז פון מיעמי בויס קוויער. די ניגון סאנט ממש אזא ניגון, שלום וואלט געמעגט שרייבן וואלכע מאשענס מען דארף מאכן ווען מען זינגט דעם ניגון.
עני יע! יום כיפור ביינאכט נאך אנעים זמירות וואלט איך מיך נישט אינטער געזינגען דעם ניגון אויף'ן וועג אהיים פון שוהל!

ניגון 6. ותן בנו.
נאך א קנאק, פון יוסי. דער מענטש סטאפ נישט ער איז פריש ווי א ניס, אינז האבן קוים אראפ געשליגן, דעם ואנפאה נהירין, אין שוין נאך איינס.
די ערשטע פאל דארט אפאר מינוט צו כאפ'ן, עס איז נישט א רעגלעלע ערשטע פאל, ס'פארט אין פארט ביז ער ענדיגט.
דעם זאג'ן יצר טוב דריי מאל, דערמאנט מיך די אלטע פייט וואס יוסי האט מיט'ן יצר הרע, ווי ער האט געזאגט אויף די ניגון, בני בראתי את היצר, פון יודיש נחת, דארט דערמאנט ער נישט, בני בראתי את היצר הרע, נאר פלען היצר, ווייל ער פאסט נישט צוזינגען יצר הרע...... אין דא ווען ער זינגט יצר טוב זאגט ער עס דריי מאל, צו ווייזען אז דא מעג מען! אין מיט דעם קען מאן פארשטיין די מדרש דע וואך ..... [סתם].
די צווייטע פאל אנהייב דערמאנט אביסל פון 'מלך מאזין שעוה ועמו מחיש ישועה' פון אייזיק האניג. אבער אם כל זאת איז זייער שיין אין הארציג... כי אתה הוא מלך, הכבוד.... כי אתה הוא המלך.... ווער עס איז בעל רגש וועט לאזן א טרער אדער צווי.

ניגון 7. וויל נאר.
ליפא סטייל! [נישט נאר די גריימען].
אין מיין תגובה. עי' בניגון 3, ובניגון 5, בסוף ד"ה עני יע!


ניגון 8. וכל העם.
מער א 'יצירה' פון יוסי . איך האלט אינמיטן טראכטן צו וועלכע סטייל עס איז די מערסטע דומה:
1. אמנם
2. לא נפלאת היא ממך
3. לייג צו וואס די טראכסט.
אקיצור ווען ער זינגט כשהדיבור יוצא, אין פארט ארויף.... מפי הגבורה. דאס מיינט אריין געטייטשט אין די ווערטער.
איך פערזענדליך האב זייער ליב די ניגון!

9. ועל ידי עבדיך.
דא האט זיך שלום אנגעטוהן די חזנות היטל!
די ערשטע מינוט האב איך געמיינט אז עס איז זיין ברידער יענקי!
יעצט וועגן די ניגון. איך בין א שרעקליכע פען פון קווארטין! וואס די עיקר מעלה זיינע איז געוועהן, הארץ, אבער נישט סתם הארץ ס'גיסט הארץ!
שוין פארשטייסטו אליין, אז האלט איך אז קווארטין קען מען נישט נאכמאכן! אים דארף מען אליין הערן.
א קליין דוגמא, הער ווי אזוי קווארטין זינגט 'אני ראשון ואני אחרון', אין הער עס דא!
ש'כח פאר שלום, פאר זאגן ומבלעדי אין אלהים אן קיין 'ק', קלאר געמאכט א צומישעניש, וואס איז שוין געוועהן, ביי אין אין כמוך פון אייזיק האניג ודי.

ניגון 10. חד גדיא.
עי' ניגון 3. מיט איין הערה. אז דא האב איך מער געטאנצט ווי ניגון 3.
אוי איז דעס גוט! גלייך נאך דער ניגון האב איך אנגעצונדען, האפ קאזאק פון אברעמיל, אין אז איך בין שוין געווען ביי אברעמיל בין איך אריבער צו 'אקהראהט'. שוין!

ניגון 11. תנועה'לה
א פאסיג ניגון צו ענדיגען די סידי!
פרשנות אויף דעם ניגון לאז איך פאר די עולם [מטעם הכמוס עמדי].
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובה דורך בדרך אפשר »

שכויח ר׳ חוץ פון דעם
איך גלייך זייער שלום לעמער און איך האב געקויפט די סידי
איך גלייך נאך מער זיינע אידישע ניגונים אבער איך ווייס נישט צו א ניגון פון משה עושר הייסט א אלטע ״היימשע״ ניגון
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

תגובה דורך סאיזגוטבה »

Choir: yedidim international
??
נייע נאמען?
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

תגובה דורך מקווה איד »

איך זעה אז די עולם האט שוין באשריבן דא די סידי וועל איך עס נישט שטארק צונעמען, אבער אינקורצן, די דריי פון יוסי וכל העם וואלט איך געלייגט פון יוסי'ס שטערקסטע לאנגע ניגונים, ותן בנו פון יוסי'ס אלע 3 ביטס וואלט איך דעס געלייגט לעבן קנא, עוד ישבו, נו די גוטע, קרוץ איז פשוט הערליך נישט געפאטשקעט פשוט גוט, דערנאך מיז איך מודה זיין אז דער פינקי האט אהער געשטעלט 2 פרישע זאכן ממש מוראדיג, ועל אחרון מיז איך זאגן אז דער וויינבערגער איז פיינע נייעס אהער געשטעלט אזא קנאק פון א זאך שכח הערשי.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

תגובה דורך Intern Tish »

סאיזגוטבה האט געשריבן:Choir: yedidim international
??
נייע נאמען?

קוקט אויס די קוקסט נישט קיין אלבום ביכלעך
כמעט יעדע אלבום ניצט די קווייער דאס איז א אלטע קווייער (נאך פאר די ידידים אמעריקע איז געבוירן) וואס זינגן אויף אלבום'ס
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
אוועטאר
ירח וכוכבים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 3:26 pm
לאקאציע: וואו גא-ט וויל

תגובה דורך ירח וכוכבים »

סאיזגוטבה האט געשריבן:Choir: yedidim international
??
נייע נאמען?

ניין! ס'איז א אנדערע CHOIR פון ארץ ישראל.
אֶת הַיָּרֵחַ וְכוֹכָבִים לְמֶמְשְׁלוֹת בַּלָּיְלָה כִּלְ"חַ
(מיין גרעסטע הנאה פון אלס קינד איז געווען צו זאגן איינמאל ביי הודו כל"ח.... אנשטאט כי לעולם חסדו...)
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובה דורך yield »

איך האב א שווערע שאלה

וואס מאכט א זינגער א זינגער?

איז עס זיין שטימע? זינגט ער גיט? האט ער אינטרעסאנטע ניגונים וואס נאר ער קען זינגען?. וכו..

איך זעה אז לעצטנס קומען ארויס זינגערס מיט קליינטשיקע שטימעלעך וואס פלאגן זיך צו זינגען און ווערן גאנצע שטערנס, אבער מצד שני זינגען זיי גאנץ גיט, מילא בינעך אינגאנצן צומישט, אפשר קען מיר איינער פותר חלום זיין.

דאס איז מער ווייניגער מיין אנאליז אויף דעם סידי.
yield the right of way
שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובה דורך שירה פען »

This is what yossi green has to say about this CD on twitter
This is what yossi green has to say about this CD on twitter
unnamed.png (93.4 KiB) געזען 3561 מאל
music helps your mood
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

תגובה דורך מקווה איד »

yield האט געשריבן:איך האב א שווערע שאלה

וואס מאכט א זינגער א זינגער?

איז עס זיין שטימע? זינגט ער גיט? האט ער אינטרעסאנטע ניגונים וואס נאר ער קען זינגען?. וכו..

איך זעה אז לעצטנס קומען ארויס זינגערס מיט קליינטשיקע שטימעלעך וואס פלאגן זיך צו זינגען און ווערן גאנצע שטערנס, אבער מצד שני זינגען זיי גאנץ גיט, מילא בינעך אינגאנצן צומישט, אפשר קען מיר איינער פותר חלום זיין.

דאס איז מער ווייניגער מיין אנאליז אויף דעם סידי.

גראדע קוק זיינע קליפס און זיין סידי ער האט גאר א שטארקע שטימע מיין מיינונג
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובה דורך yield »

ער האט גאר א דינע פייפעדיגע שטימע האסט אים געהערט אמאל לייוו?
נעמט נישט אוועק פון זיין זינגען ער זינגט זייער גיט
און פאר א פארגלייך, זיין ברודער יענקי האט גאר א גיטע זעלטענע רייכע שטימע און שיין אויך.
yield the right of way
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובה דורך געקלערט »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:ס'קוקט מיר אויס אז ס'איז דא כאטשיג צוויי אלטע ניגונים.

דריי. צוויי פון משה אושר, איינס פון זאנוויל קווארטין
הערשי ראטנבערג איז א בעלזער אינגערמאן פון אנטווערפען, ער מאכט הערליכע ניגונים, די ניגון ברכת כהנים האט ער גענומען די נוסח פון בעלזער רב ביים דוכנ'ען און געמאכט א הערליכע ניגון, ס'האט זיך לעצטענס ארום געדרייט א קליפ ווי הערשי זינגט עס.

זיין ערשטע ניגון האט דער ברודער החזן יאנקי לעממער רעקארדירט און ארויסגעגעבן אלס א סינגל. דער ניגון הייסט המלאך הגואל - ס'איז א זיסער אייליולי, אדער ווי רופט עס אין די וועלט א Lullaby
א הערליכע לידל אין אידיש

לוי פאלקאוויטש גייט האבן די ניגון אויף זיין קימענדיגע סידי, די מוזיק דערפון איז מורא'דיג יוניק און פארצייטיש, ס'איז געשריבען געווארן דורך אברעמי דזשי, איך זאג ענק איין זאך עטס וועטס זיין שאקט פון די ארבעט וואס ער לייגט דארט אראפ.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

תגובה דורך מקווה איד »

יאפ דעי ראטענבערג איז שיינע נייעס
#איך-פארק-מענטשליך
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

yield האט געשריבן:איך האב א שווערע שאלה

וואס מאכט א זינגער א זינגער?

איז עס זיין שטימע? זינגט ער גיט? האט ער אינטרעסאנטע ניגונים וואס נאר ער קען זינגען?. וכו..

איך זעה אז לעצטנס קומען ארויס זינגערס מיט קליינטשיקע שטימעלעך וואס פלאגן זיך צו זינגען און ווערן גאנצע שטערנס, אבער מצד שני זינגען זיי גאנץ גיט, מילא בינעך אינגאנצן צומישט, אפשר קען מיר איינער פותר חלום זיין.

דאס איז מער ווייניגער מיין אנאליז אויף דעם סידי.

דאס איז א לענגערע ענטפער, אבער א חלק דערמאנסטו שוין,
וואס דו רעכענסט אויס זענען עטליכע פון די סיבות.
איך גיי דיר נישט ענטפערן אויף דעם, אבער וואס איך וועל דיר יא זאגן איז אז די לעצטע פאר יאר איז געווארן א שטיקל מישמאש און נישט יעדער טיילט אפ צווישן די צוויי, ס'איז פארהאן א זינגער און ס'איז פארהאן אן ארטיסט! צוויי וועלטן, נישט יעדער וואס האט דעס האט דעס. באט דער ציבור זעהט עס צוביסלעך איין, והא ראיה מער און מער הייבן עס אן גלייכן.

אין איין ווארט: ס'איז דא מענטשן וואס קענען שיין זינגען, און ס'איז דא מענטשן וואס זענען קריעטיוו. דאס איז די חילוק!

ווי למשל מיילעך קאהן איז אן ארטיסט, ער איז א גוטער שרייבער, זינגער? נישט ביי מיר
יצחק פוקס, זושא, און אלי ביר זענען ארטיסטן,

אייגענטליך, א זינגער וואס איז גוט אין מלחין זיין קען אויך גערופן ווערן אן ארטיסט, כאטש ער איז 'אויך' א וואוקעליסט,
למשל בערי וועבער פאר עקזעמפל קען ביידע, ליפא קען ביידע באט יו געט די פוינט,
נישט יעדער וואס האט נישט קיין שטימע איז ווערט חרוסת און טאר נישט האלטן קיין מייק,
צו דעם טראסט מען די מבינים!

א בכלליות'דיגע טיפ; אז דו שטעלסט דיך אויף און מענטשן אפרישיעטן דיך און מ'געט קאנסטראקטיוו קריטיק, פארסטו שוין גוט, אז מ'פארלאנגט נאך מיינט אז די פריערדיגע איז געלונגען - די עיקר פראבלעם איז ווען מ'פאפט זיך
מ'קען נישט נאר האלטן ביי זיך אז מ'טויגט
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

נאך א כלל:
99% פון זינגערס וואס לערנען זיך נישט די שטימע זענען קיין זינגערס נישט
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
פארשפארט

צוריק צו “היכל הנגינה”