הײַנטיגע נײַעס, יום רביעי, אוקטובר 11, 1933
מ. סעליס
א פאר שעה ביים "קאזשעניצער" אין סוכהזיין אין אטוואצק און נישט זעם דעם קאזשניצער רבי'ן?! אזוי "בעריהמט" איז לעצטענס געווארען דער קאזשעניצער רבי מיט זיין התנהגות.
אויסגעקליבן צום רבין האב איך זיך די צווייטע נאכט סוכות. עס איז שוין געווען גענוג שפעט. 10 אזייגער און דער רבי איז... נאך געשלאפן. דער רבי שלאפט אין סוכה. עס שלאפען דארטען אויך צוויי יונגע לייט פון דער לייב-גווארדיע, און עולם כאפט אלע וויילע א בליק אין סוכה-פענסטערל און ווארט דער רבי זאל זיך אויפכאפען און געהן פראווען טיש.
- ווען געהט מען דא צום טיש? – פרעג איך.
עולם קוקט מיר אן מיט א איראנישען שמייכעל.
- ווייזט אויס, א גרינער– ענטפערט מיר איינער – איהר ווייסט נישט, אז דא האלט מען נישט פון קיין זייגער. היינט בייטאג האט זיך דער טיש אנגעהויבען האלב פיער נאכמיטאג. דער נעכטיגער טיש האט זיך געענדיגט אכט אין דער פריה, און ווען מען וועט היינט געהן צום טיש – דא ווייסט קיינער נישט. עס ווענדט זיך ווען דער רבי וועט זיך אויפכאפען.
דעם רבינס ווילע איז שווארץ פון מענשען. די חסידים דערצעהלן זיך מופתים, און די, וועלכע פערשטעהען נישט דעם רבינס דרכים, חוזק'ן, דערצעהלען נאך דעם רבינס מאדנע שטיק און וויילען זיך.. אבער חסידים זעהט מען וועניג אויפן הויף. די חסידים זענען פארנומען אין דער קיך.
די קיך שטעלט מיט זיך פאר א אינטערעסאנטער בילד.
האט ביי דער שוועל ליגען אנגעווארפען קופקעלעך מיסט אויסגעמיטש מיט קארטאפעל-שאלעכץ, מייער-שאלעכץ, ציבעלע-שאלעכץ וכדומה. אביסעל ווייטער – א קופקעלע קויהלען. ביים טיש שטעהט א איד אין וועסטעל און טלית קטן מיט ארויפגעשארצטע ארבעל, קלאפט אריין אייער אין מעהל און פערקנעט א טייג. דער איד איז א בייזער מיט א שווארצער בארד. ער האלט אין איין שרייען און ארויסגעבען בעפעהלען צו זיינע אונטערהעלפער:
- וואסער! – שרייט ער צו א חסיד מיט א געלער בארד, וועלכער שאבט א מייער אין דער יויך אריין. די הענד פון געלען איד זענען שווארץ פון קויהלען און דער געשאבענער מייער פערלירט גלייך זיין געלען קאליר.
דער יויך-קאכער ווארפט-אריין דעם שווארצען האלב-געשאבענעם מייער אין דער יויך און לאזט זיך לויפען נאך וואסער.
- וואש-אויס דעם טאפ! – בעפעהלט איהם ווייטער דער קנעטער.
- נאכוואס דארף מען אויסוואשען דעם טאפ! – בונטעוועט זיך דער יויך-קאכער - דער טאפ איז דאך פון פערפעל און מען קאכט דאך היינט אויך פערפעל, טא צו וואס דארף מען איהם וואשען?...
אנ'אלטער איינגעהויקערטער איד מיט א לאנגער בארד, דעהט אויס אויף אנ'אכציגער, פארעט זיך עפעס ביים פאטעלנע, אויף וועלכער עס ליגען א פאר שטיקלעך פוטער מיט ציבעלעס. דאס איז הערש-בער, דעם רבינס הויפט-קוכער. דאס "קינד" ווי דער רבי רופט איהם אין גוטער שטימונג און די "שקארפעטקע", ווי דער רבי רופט איהם, ווען דאס מיטאג געראט נישט. הערש-בער לויפט-ארום מיט די פאטעלנע אין האנד פון איין שטוב אין דער אנדערער, דערנך לויפט ער ארויס אויפ'ן הויף און האלט אין איין שרייען:
- זאלץ! וואו האבען זיי אהינגעטהון דאס זאלץ?
ביי דער וואנד שטעהט א נאסע באנק מיט שיריים פון ציבעלעס און שיפען, ווייזט-אויס, אז מען האט דא געהאקט פיש. אויף דער ערד וואלגערן זיך טעפ, שיסלען, לעפעל...
אט הויבט הערש-בער אויף פון דער פאדלאגע א ברודיגען פולמיסעק פון פיש, קוקט זיך אין איהם גוט איין און בעטראכט איהם, צי עס לוינט די טרחה איהם אבצעוואשען, אדער ניין. באלד הויבט ער אויף די פאלע פון כאלאטעל, גיט א וויש איין מאל און נאך אמאל, און דער פולמיסעק איז "ריין"...
אזוי זעהט-אויס דעם רבינס קיך.
מען דערצעהלט אז מיט א צוויי יאהר צוריק איז אהער געקומען דעם רבינס א חסיד,עסטע, א רייכע לאדזער אלמנה, איבערגעלאזט אין דער היים די שטוב, פאמיליע און געשעפטען, זיך בעזעצט אין אטוואצק און געפיהרט דעם רבינס קיך. ביז דער רבי האט איהר בעפויהלען, זי זאל אהיימפאהרען און דאן האט די ווירטשאפט איבערגענומען ר' הערש-בער.
דעם רבין און דעם רבינס טיש האב איך ערשט געקאנט זעהען צומארגענס, ווייל ווען איך בין פון דארט אוועק איז שוין געווען צוועלף אזייגער און דער איז נאך אלץ געשלאפען.
ווען איך בין צומארגענס נאכאמאל געקומען האלב צוויי, איז נאך דער רבי אויך געשלאפען. עס האט זיך ארויסגעוויזען, אז דער טיש האט זיך נעכטען אנגעהויבען האלב צוויי ביינאכט און זיך געענדיגט אכט אין דערפריה.
די חסידים דרעהען זיך ארום מיט רויטע אויגען, די טליתים אויף די אקסלען. טייל דרעמלען אויף שעניקעס אדער אייזערנע בעטלעך. דער רבי שלאפט אלץ אין סוכה און צוזאמען מיט איהם זיינע צוויי גווארדיסטען.
פלוצלינג ווערט א גערודער אויפן הויף:
- דער רבי האט זיך אויפגעכאפט!.
עס מאכט זיך אויף די טהיר פון סוכה און דער רבי שטעהט. ער איז העכער ווי מיטעל-וואוקס, א שווארצע בארד, א פול פנים און צעטראגענע שווארצע בליקען. דער רבי בעטראכט דעם עולם, דאן נעהמט ער רופען:
- משה'לע גנב! משה'לע גנב!
עס רוקט זיך ארויס א קליין אידעל.
- וואס האב איך דיר נעכטען געזאגט?
- דער רבי האט געזאגט, דער עולם זאל נישט ווארטען אויפן רבין און אבדאוונען פריהער.
- האסטו זיי געזאגט?
- יא, געזאגט.
- ווי אזוי האסטו געזאגט? האסט געזאגט אז דער רבי האט געהייסען די אטוואצקער דאוונען?
- יא.
- האסטו שלעכט געזאגט, ווייל זיי האבען דאך געקאנט מיינען, אז מיין בעפעהל איז נאר חל אויף די אטוואצקער און נישט אויף די צוגעפאהרענע...
דער רבי פערשווינדט אויף א וויילע אין סוכה. דערנאך בעווייזט ער זיך ווידער. ווארפט צעטראגענע בליקען ארום זיך, לאזט זיך לויפען איבער. דער ווילע, קומט צוריק און נעהמט שרייען: הערש-בער! וואו איז ער? ווען מען דארף איהם, איז ער נישטא!
הערש-בער בעווייזט זיך.
- אוי, בהמה, בהמה! – שרייט ער צו איהם – ווייסט נישט, אז ווען איך הויב זיך אויף, טרינק איך אויס צוויי גלעזער געקאכטע וואסער? איצט געהט מען ערשט קאכען די וואסער!
דערנאך, נעהמט ער ווידער לויפען איבערן גאנצען הויף, ער שטעלט זיך אלע וויילע אב און נעהמט זיך טיעף איינקוקען אין עמיצען, אויב עמיצער געפעלט איהם, פערבעט ער איהם צום טיש אדער נאמינירט ער איהם פאר אנארדנער, קוכער, צי משמש אויפן לויפענדען טאג.
די חסידים זענען ס'רוב "עמך" וואס האלטען פון רבי'ן סכנות-נפשות, עס פעהלען אבער אויך נישט צווישען זיינע חסידים "איידעלע אידען". צווישען רבינס לייב-גווארדיע געפינט זיך א געוועזענער "רויטער", א בעקער, וואס איז אמאל געווען א טעטיגער פארטיי-חבר, היינט שטעהט ער ביי דער טהיר און האלט ארדנונג ביים "טיש". צווישען רבינס גווארדיע געפינט זיך אויך, א בעקאנטער אטוואצקער "העלד" מיט גאר נישט קיין שענעם נאמען... ווי אזוי קומט ער צום רבי'ן? וועגען דעם דערצעהלט מען אין אטוואצק פאלגענדע געשיכטע:
דאס איז געווען פאראיאהרען ווינטער. געהט זיך דער רבי אויף דער גאס, פלוצלינג גיט ער זיך א גליטש אויס און פאלט-אום. לויפט-אונטער א אינגעל און העלפט דעם רבין זיך אויפהויבען.
גיט דער רבי דעם אינגעל א קניפ אין בעקעל און פרעגט איהם, ווי ער הייסט, ווער זיין טאטע איז און וואס דער טאטע טהוט. ענטפערט דאס אינגעל:
דער טאטע זיצט אין קאזע...
- רעד נישט קיין נארישקייטען, קאזע שמאזע – האט דער רבי איהם געזאגט – זאג דעם טאטען, אז איך האב געהייסען, ער זאל שבת קומען צום טיש.
דער פאטער פון אינגעל איז געווען פערמישט אין א שווערען פראצעס און עס האט איהם געדראהט שענע יאהרען טורמע. דיזעלבע וואך איז פארגעקומען דער פראצעס. אלע בעשולדיגטע האבען בעקומען צו 4 און 6 יאהר טורמע, בלויז דער פאטער פון אינגעל איז בעפרייט געווארען און געקומען טאקע שבת צום רבין. פון דאן אן איז ער דעם רבינס הייסטער חסיד און איז גרייט פאר איהם צו לויפען אין פייער אריין.
ביים טיש פון קאזשניצער ווערט נישט געזאגט קיין תורה, נאר וויצען. דער הויף-לץ איז אהרעלע קאסטענמאכער, א בעוואוסטער ווארשאווער בדחן און דעם רבינס רעכטע האנד.
איינמאל – דערצעהלט מען – ווען ס'איז געווען א גרויסער עולם פרעמדע, האט דער רבי א זאג געטהון:
- שא. זאל זיין שטיל, כ'על עפיס זאגען.
דער עולם האט זיך גלייך איינגעשטילט. ארום טיש איז געווארען א שטופעניש סכנות-נפשות. יעדער האט געוואלט זיין וואס-נאהנטער צום רבי'ן. דער רבי האט פערמאכט די אויגען, גענומען זיך רייבען דעם שטערען, ווי עס טהון געועהנליך אלע רביים איידער זיי הויבען-אן זאגען תורה, און אנגעהויבען:
- עס שטעהט, עס שטעהט, עס שטעהט...
דער רבי פערטראכט זיך א וויילע, גיט ווידער א רייב דעם שטערן, פערגלאצט די אויגען און ענדיגט:
עס שטעהט א... טשאלענט ביים בעקער!
דאס איז מעהר-וועניג א שטיקעל "פראבקע" פון קאזשעניצער'ס תורות.
איינמאל אין מיטען טיש, דערצעהלט מען מיר, זאגט ער צו א יונגענמאן:
- מאך צו די אויגען און זינג:
דער יונגערמאן פאלגט, מאכט-צו די אויגען און נעמט זינגען. דאן כאפט דער רבי א טעלער מייערן-צימעס און גיט א כליאפ איהם גלייך אין פנים אריין, ס'איז זיך לייכט פארצושטעלען דאס בילד. די חסידים האבען עס אבער אויסגעטייטשט אזוי:
דעם יונגענמאן האט געדראהט א גרויס אונגליק און מיט'ן טעלער מייערן-צימעס, וואס דער רבי האט איהם געווארפען, האט ער איהם אויסגעלייזט פון אונגליק.
נאך א מעשה דערצעהלט מען. דאס איז פארגעקומען פאראיאהרען זומער. זיצט דער רבי אין דרויסען פאר דער וויליע מיט א גרופע חסידים און וויצעלט זיך און ארום און ארום שטעהען מענשען און נאפען און הערען זיך צו. פלוצלינג גיט זיך דער רבי א כאפ – ס'איז איהם פערלוירען געגאנגען א שליסעל... ער בעטראכט דעם עולם, שטעלט זיך אב אויף עפעס א יונגענמאן און גיט אויף איהם א געשריי:
- גיב-אב דעם שליסעל!
דער יונגערמאן בלייבט שטעהן א צוטומעלטער:
- כ'האב נישט דעם שליסעל, איך הייב נישט אן צו וויסען.
- בעזוכט איהם! – גיט דער רבי א בעפעהל צו זיינע חסידים.
באלד לויפען-צו עטליכע חסידים און נעהמען איהם בעזוכען און בעטאפען די קעשענעס.
- טהוט איהם אויס דאס כאלאטעל! – האט דער רבי בעפוילען – און שאקעלט עס אויס.
די חסידים האבן געפאלגט.
- טהוט איהם אויס די הויזען און שאקעלט זיי אויס.
מען האט דעם יונגענמאן אויסגטהון די הויזען אין מיטען הויף.
- נישטא – האבן די בעפעהל-אויספיהרער געמאלדען נאכ'ן דורכשאקלען די הויזען.
- איצט נעמט איהם אריין אין שטוב און שאקעלט איהם אליין אביסעל איבער.
מען האט דעם יונגענמאן פערשטעהט זיך, אזוי אויסגעשאקעלט, אז די נשמה איז פון איהם שיער, נישט ארויס-געשפרונגען.
- גארנישט געפונען! – האבען די חסידים געמאלדען.
- איז גוט! – האט דער רבי געענטפערט.
די אפיקורסים, פערשטעהט זיך, זענען געווען אויסער זיך פון דער דאזיגער מעשה, אבער די חסידים האבען געטרייסט דעם יונגענמאן:
- איהר דארפט זיין גליקליך, איהר קאנט גארנישט וויסען פון וואס פאר א גרויס אומגליק איהר זענט דעדורך, אויסגעלייזט געווארען.
דער קאזעניצער פאטשט אפט זיינע חסידים, אבער טאקי מיט די אמת'ע פעטש און דער חסיד, וואס בעקומט א פאטש פון רבי'ן, איז זיכער, אז ער וועט געהאלפען ווערען.
די חסידים זידעלט ער מיט די שארפסטע ווערטער: בהמות, פערד, כאליערעס, הייסט געהן צו אלדי שווארץ יאהר, אין דר'ערד אריין. ער יאגט פון זיך די חסידים מיט בערד. ער זוכט נאר קאפעלושען און "געגאלטע מארדעס", כדי זיי מחזיר למוטב זיין. די אפיקורסים פערשטעהט זיך, וואס גלויבען נישט אין רבי'ן, זעהען אין די אלע מופתים בלויז משוגענע שטיק – זאגט צו מיר א יונגערמאן מיט א בערדעל און א זיידענער קאפאטע –אבער די דרכים פון דיענען גאט זענען פערשיעדען. מיט א וויץ קאן מען אבדיענען דעם אויבערשטען און נישט נאר מיט א וויץ, נאר אפילו מיט קאזשעלקעס.
אנ'אפיקורס ווידער האט מיר געזאגט:
טרויעריג איז אין אטוואצק: די לופט איז איז דא דורכגעזאפט מיט דער מרה-שחורה פון קראנקע און שוונדזוכטיגע און די ארימקייט איז דא גרויס, קומט א רבי און מאכט אביסעל פרעהליך, איז זייער גוט.
און אין אטוואצק איז טאקי פרעהליך א דאנק דעם קאזשעניצער...