רבי אריה לייב ליפשיץ מווישניצא, הארי' דבי עילאה זצ"ל - י”ז טבת תר”ו -

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ליפשיץ-בריזל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:זעמיר דא דורכגעגעגאנגען א וועלט, א דאנק אייך ר' מיילעך, לאמיך אייך נאר מטריח זיין מיט עטליכע שאלות;

ר' משה ליפשיץ אדמור מוויעלפאלי-פילעדעלפיא האט באמת געהייסן בריזל? איה מנו"כ?

ב''ה
גם אביו שמו הארגינאלי הי' ליפשיטץ -רק כשעלה לארה''ק שינה לבר''יז''ל אך בניו שנשארו בחו''ל
כגון בנו ר' חיימעל דומ''ץ קליינווארדיין נשאר בשמו האמיתי ליפשיץ ויש לו בן בקלאזענבורג-ווימ''ס
ר' יעקב איטשע ליפשיץ וכן הי' לו ב' בנות א]אשת ר' שמחה ז''ל ארגעל ב] אשת ר' מרדכי יאקאב ע''ה .

משפחת בריזל הם צאצאים של הרה"ק רבי יוסף יוזפא זצוק"ל מ'נאנאש מחסידי אשוואר (הרה"ק רבי אייזיק'ל מ'קאלוב) ושם משפחתם הארגינאלי היה גליקליך .
ובנו הרה"ק רבי חיים אורי זצוק"ל דומ"ץ ריישא כינה את עצמו משום כיבוד אב בריז"ל הראשי תיבות של בן רבי יוזפא ז"ל, ובנו רבי הערש יעקב ז"ל גם היה גליקליך ,ובנו רבי דוד ארי' זצ"ל כשעלה לארץ ישראל שינה את שמו לבריזל.

ובני רבי דוד אריה זצ"ל , הרה"צ רבי משה'לה זצ"ל מ'פילידעלפיא ואחיו רבי חיימ'ל הי"ד דומ"ץ קליינווערדיין שנולדו בחוץ לארץ קראו להם ליפשיץ ע"ש אמם , ואחיהם רבי זלמן ורבי אלעזר ורבי פנחס זצ"ל שנולדו בארץ ישראל קראו בשם בריזל.

(ספר שלשלת הזהב תולדות אדמור"י וויעליפאלי ומשפחת בריזל ליפשיץ).
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

ארי' דבי עילעא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

נכדת הישמח משה
אטעטשמענטס
P1010132.jpg
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

איז דאס נישט די מצבה פון אשת חבר הגה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זצ"ל?

באמערק אויך די נאמען 'טאבא', טאקע דערויף איז דא א תשובה אין אריה דבי עילאה, אזוי אין שו"ת השיב משה, דער צאנזער רב רעדט אויך איבער דעם אין זיין הקדמה צום 'שמות גיטין'.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ישלהוסיף האט געשריבן:איז דאס נישט די מצבה פון אשת חבר הגה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זצ"ל?

יא, דאס איז אין די סטראפקובער ביה"ח אין טיסעניץ (נעבן סטראפקוב)
אטעטשמענטס
2207.jpg
2207.jpg (56.75 KiB) געזען 5991 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

גוט ארויף געברענגט
היינט נאכט איז דאך די יא''צ פין די ארי' דבי עילאה זי''ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הפלגות גדולות מהרה"ק מדזשיקעוו על הארי' דבי עילאי זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הרה"ק רבי אליעזר'ל פון דזשיקעוו זיע"א , האט געזאגט אויפן ארי' דבי עילאי אז "ער איז א'דריטל פונעם רבי'ן פון לובלין" זיע"א.

ביי רבי אליעזר'ל פון דזשיקעוו איז געווען איינגעפירט אז א'יעדע ערב שבת האט איינער פון זיין פיר קינדער אים געברענגט דעם טלית אנצוטוהן פאר שבת.
אמאל ווען זיין זון ראזוואדאווער רב זצוק"ל האט אים געברענגט די טלית,און דזשיקאווער רב האט עס ארויף געלייגט אויף זיין פלייצעס, און געברענט ווי א'פלאם פייער און זיך געדרייט א'הין און צוריק ,און אנגעהויבן צורעדען זייער גרויס פונעם ארי' דבי עילאי פארן ראזוואדאווער רב,און אזוי געזאגט בזה הלשון.

"עס איז נישט דא היינט א'איד וואס זאל ארום קריכען מיט די שטיוועל אין הימעל ווי דער הייליגע ווישניצא רב,א' קומה שלימה מ' עילא לתתא ומלתתא לעילא,און יעדעס האר פון זיין בארד איז אויסגעארבעט בלתי לה' לבדו,דער וואס עסט פון זיין קוגעל שבת,איז אים א'טובה בזה ובבא,און אפשר לעת התחי'ה".

אז ראזוואדאווער רב הערט אזעלעכע ווערטער האט אים געגלוסט צו פארן צום ארי' דבי עילאי אויף א'שבת,אבער ער האט נישט געקענט פארן ווען זיין טאטע איז אינדערהיים,האט ער געווארט פאר א'געלעגנהייט אז די טאטע זאל אוועק פארן .

אמאל פאר דזשיקאווער רב זצוק"ל איז אוועק געפארן פון זיין שטוב אויף א'שבת,האט ער ארויף געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה,און געווארנט מיט א'שטרענגקייט אז קיינער זאל נישט אוועק פארן פון דא אויף שבת.

אבער ראזוואדאווער רב איז געפארן צום פעטער די ארי' דבי עילאי זיע"א,ווען ער איז אנגעקומען האט אים זיין מומע די רעבעצן חנה ע"ה זייער שיין אויפגענומען,און זיך געפרייט מיט אים,ווען זי האט אים געפרעגט צו ער איז שוין אריין צום רבי'ן,האט ער גענטפערט אז יא,אבער די פעטער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אים,איז די רעבעצן אריין צוזאמען מיטן ראזוואדאווער רב,צום ארי' דבי עילאי,און אים געשטעלט נעבן איר מאן און געזאגט" אונזער זלמן לייבל'עס (הרה"ק היטב לב זצוק"ל) איידים איז דא.

דאס איז געווען ערב שבת נאך חצות,און די ארי' דבי עילאי איז געווען אזוי פאר'דביקות'ט וועגען קדושת השבת אז ער האט כמעט גארנישט געהערט און זיך אנגערופן וואס זאגסט דו?.

ראזוואדאווער רב איז געבליבן דארט פאר שבת,און ער האט געזאגט,אז ס'האט אזוי געברענט און אים און פארטיפט זיינע מחשבות אין די קדושת השבת ,ווען ס'איז געקומען די צייט צו עסן די יוהך פרייטאג צו נאכט האט ער עס געגעסן מיט א'גאפל,און ער האט גענומען שריים פון זיין קוגעל.

ווען ער איז צוריק געקומען קיין דזשיקעוו האט אים זיין טאטע אנגעשריגען,און אים געזאגט איך האב דיר געהייסן נישט אוועק פארן,און ער האט אים געפרעגט וואס האסט דו געזעהן דארטן?.
האט ראזוואדאווער רב גענטפערט,"טאטע עס וועט דיר נישט פארדריסען וואס איך האב געזעהן?,האט אים זיין טאטע געזאגט אז נישט.

האט ראזוואדאווער רב געזאגט "איך האב געזעהן דעם ערשטע מאל א'רבי",האט אים זיין טאטע געזאגט "גוט זעהסט גוט"
.

( ר' תנחום פירסט ז"ל וואס האט עס געהערט פון רבו הרה"ק רבי יודעלע הורוויץ זצוק"ל סטיטשינער רבי פון בארא פארק, בן בנו פונעם ראזוואדאווער רב זצוק"ל, והיא לו נדפסה בספר "משמיה דר' תנחום").
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

badatz האט געשריבן:ב''ב
אגב ביתו של הרב ר' משה ז''ל ליפשיץ מפילדלפי' היה פתוח לרווחה לכל המשולחים שבאו כל השנים לפני המלחמה ואחר המלחמה .כשעלה לארה''ק הדפיס מחדש את ספרי הארי' דבי -ארי שבחבורה - עמ''ס כתובות ב' כרכים ועוד .הסופר המפורסם ר' חיים אורי ליפישיץ הי' אחד מבניו .מנו''כ בהר המנוחות .
הנ''ל שלח את בניו ללמוד לארה''ק עוד לפני המלחמה .יהי זכרו ברוך הי' איש טוב ומטיב לאחרינא .
ולא שביק טיבותא לנפשי' הניח דורות ישרים מבורכים .
אטעטשמענטס
ליפשיץ בת וחתן ירחמיאל פישל בן רבי בנימין ברנשטיין (1).JPG
ליפשיץ בת וחתן ירחמיאל פישל בן רבי בנימין ברנשטיין (2).JPG
דודאים בשדה
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2015 4:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דודאים בשדה »

נטיעות האט געשריבן:מה שמו של אבי אביו של ה"אריה דבי עילאי"?

איך האב אמל ערגענץ געזעהן (איך גידענק נישט ווי)אז זיין טאטעס טאטע האט גיהייסען גדליה
ווייסט דען איינע דא דעם ייחוס פין אריה דבי אילעי אוף ארויף?
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הרב שמואל ארענשטיין ז"ל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מיללער האט געשריבן:תמונת ר' ארי' ליבוש טייטלבוים-ליפשיץ מקרעשוב-רוודניק, ומציבת בנו רבי בנימין ליפשיץ-האלבערשטאם מרודניק-ניו יארק (קרעדיט; פארצייטישער, מיילעך)

אז מ'דערמאנט שוין דא רבי בנימין ליפשיץ-הלברשטאם ז"ל,וואלט איך געוואלט ציטירן א'באשרייבונג ,פון א'פאר שטריכן פון די לעבנעס שטייגער פון זיין חשובע איידים,ממלא מקומו אין די רודניקער שוהל אין די וועסט סייד מאנהעטן, הרה"ג ר' שמואל ארענשטיין ז"ל , אוועק ט"ו טבת תשס"ו, און מ'האט אים באהאלטן אין " מאנט יהודא" בית החיים,קווינס נוא יארק וואס איז געווען געדרוקט בשעתו אין "דער אלגעמיינער זשורנאל",געשריבן דורך יצחק בערסאן,וזה לשונו.

עס איז שווער צו פאַרדייען דעם געדאַנק אַז דער גרויסער תלמיד חכם און באַליבטער רב, רבי שמואל אָרענשטיין, איז שוין מער נישטאָ מיט אונז.

מוצאי שבת פּרשת ויחי איז די וועלט געוואָרן אָרעמער מיט דער פּטירה פון הגאון ר’ שמואל אָרענשטיין ז”ל, מרא דאתרא פון דער רודניקער שוהל אין דער וועסט סייד פון מאַנהעטן און איינער פון די פּראָמינענטע און לאַנגיאָריקע לייענער פון דעם “אַלגעמיינעם זשורנאַל”.

הרב אָרענשטיין איז געבוירן אין פּוילן, אין יאָר תרע”ח, 1918. ביז צו דער בר מצוה, האָט ער געלערנט אין בריסק דליטע אין דער ישיבה “תורת חסד”, ביז צו דער בר מצוה. ער האָט געלערנט בחברותא מיט די צוויי קינדער פון דעם בריסקער רב (הגאון רבי יצחק זאב הלוי סאָלאָווייטשיק ז”ל), און איז געוואָרן ספּעציעל באַפריינדעט מיט הגאון רבי דוד סאָלאָווייטשיק שליט”א, וועלכער דינט היינט אַלס דער ראש ישיבה פון בריסק אין ירושלים.

אגב, אין דער יאָר פון זיין געבורט, תרע”ח, אינמיטן זומער, איז נפטר געוואָרן הגאון ר’ חיים הלוי סאָלאָווייטשיק, און זיין זון, רבי וועלוועלע, האָט אים איבערגענומען אַלס רב פון בריסק.

איידער ר’ שמואל איז אַוועקגעפאָרן פון בריסק, האָט אים דער בריסקער רב געגעבן אַ וואַרעמן מכתב-המלצה וואָס ער האָט מיטגעטראָגן מיט זיך קיין באַראַנאָוויטש, צוליב פאַרשידענע סיבות האָט ער נישט געקענט אויספירן זיין באַגער צו לערנען אין באַראַנאָוויטש, איז ער געפאָרן לערנען אין קאַמעניץ, אונטער דעם קאַמעניצער ראש ישיבה און תלמיד מובהק פון רבי חיים בריסקער, הגאון רבי ברוך בער לייבאָוויץ, בעל ברכת שמואל.

רבי ברוך בער איז געווען פאַררעכנט אַלס איינער פון די גרעסטע תלמידים פון רבי חיים נאָך אין וואַלאָזשין, און האָט אַנטוויקלט דעם הגיונדיקער דרך הלימוד פון רבי חיימ’ען צו גאָר הויכע און איידעלע שטופעס. ר’ ברוך בער’ס איידלקייט און צדקות איז אויך געווען אַ שם דבר. ביי דעם דאָזיקן גדול בישראל האָט ר’ שמואל געלערנט דריי יאָר, וואו ער איז געשטיגען אין תורה און יראת שמים.

ווען די צווייטע וועלט מלחמה איז אויסגעבראָכן, איז ר’ שמואל אַנטלאָפן צוזאַמען מיט די קאַמעניצער בחורים קיין ווילנא און דערנאָך ענדלעך אָנגעקומען אין סיביר וואו זיי זענען פאַרשקלאַפו געוואָרן.

ווען זיי זענען באַפרייט געוואָרן פון די אַרבעטס לאַגערן אין סיביר, האָט ר’ שמואל - צוזאַמען מיט הרב ר’ שלום לייבאָוויץ ז”ל, פּלימעניק פון רבי ברוך בער, הרב ר’ צבי הירש פעלדמאַן ז”ל, משגיח פון דער מירער ישיבה אין אַמעריקע, און - צו לאַנגע יאָר - הרב רבי שאול ברוס שליט”א, ראש ישיבה פון “בית התלמוד” - געגרינדעט אַ ישיבה אין בוכאַריע.

ר’ שמואל איז עטליכע מאָל אַרעסטירט געוואָרן דורך די ען-קע-ווע-דע אַגענטן צוליב זיין אַרבעט פון הרבצת התורה.

נאָך דער קריג איז דער נפטר געפאָרן קיין לאָדזש, וואו ער האָט אַרויסגעהאָלפן די באַקאַנטע הצלה-פרוי מרת רעכאַ שטערנבוך ע”ה, מיט אויסגעפינען וואו עס זענען באַהאַלטן אידישע קינדער, פּליטים, און זיי צוריקברענגען צו כלל ישראל. ער האָט אויך פיל געהאָלפן שארית הפּליטה-אידן צוריק אויפבויען זייער צובראָכענעם לעבן און האָט אַ שטיק צייט געדינט אַלס רב אין אייראָפּע.

הרב אָרענשטיין האָט חתונה געהאַט מיט די טאָכטער פון הצדיק ר’ בנימין האַלבערשטאַם, דער רודניקער רבי, זון פון הצדיק ר’ ארי’ לייבוש טייטלבוים, דער קרעשעווער רב. דער קרעשעווער רב איז געווען אַ זון ביי הצדיק ר’ ירוחם טייטלבוים פון טאָרנא, דער זון פון הצדיק ר’ משולם זלמן יהונתן טייטלבוים פון טאָרנא, וועלכער איז געווען אַ זון ביי דער בעל “ארי’ דבי עילאי”, דער רב פון ווישניצא, אַן איידעם פון כ”ק אדמו”ר ר’ משה טייטעלבוים, בעל ישמח משה, און רב פון אוהעל, זכותן יגן עלינו.

דער זיידע פון די רביצין, רבי ארי’ לייבוש, דער קרעשעווער רב, איז געווען אַן איידעם ביי הרה”ק רבי ברוכ’ל גאָרליצער, אַ זון פון כ”ק אדמו”ר ר’ חיים האַלבערשטאַם, דער צאַנזער רב.

קומענדיק אין די פאַראייניקטע שטאַטן, איז הרב אָרענשטיין געוואָרן אַ רב אין בראָנקס, און שפּעטער - אין 1961 - האָט ער איבערגענומען דעם רבנות-אַמט אין דער שוהל וואָס זיין שווער, דער רודניקער רבי, הצדיק ר’ בנימין האַלבערשטאַם, האָט געהאַט. הרב אָרענשטיין האָט אָנגעפירט מיט די קהילה מיט אויסערגעוויינליכע איבערגעגעבענקייט און איז אויך געווען אַן אַקטיווער עסקן אין דער הילפס אָרגאַניזאַציע “עזרת תורה”.

הרב אָרענשטיין איז געווען 86 יאָר אַלט, און איז באַערדיקט געוואָרן אין דער בריסקער חלקה אויפן בית החיים “מט. יהודה” אין קווינס, ניו יאָרק.
הרב אָרענשטיין האָט איבערגעלאָזט די רביצין, צוויי זין, הרב ר’ אברהם אָרענשטייין פון ירושלים און הרב ר’ בנימין פּנחס אָרענשטיין פון פּאַסעיק, ניו דזשוירזי, צוויי טעכטער, און אייניקלעך.

דא שטעל איך בילדער פון אים מיט זיין הארץ פריינד צו לאנגע געשיידטע יארן, הגאון רבי דוד סאלאוויטשיק שליט"א, בריסקער ראש ישיבה, מיט זיין קבר,יהי זכרו ברוך.
אטעטשמענטס
ארנשטיין.png
ארנשטיין.png (123.21 KiB) געזען 5775 מאל
shmule-orenstein.jpg
פלייוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלייוואד »

זיידעניו האט געשריבן:די איידעמער זענען געוועהן:
4) דער שינאווא רב הגה"ק בעל דברי יחזקאל זי"ע בזיו"ר,
5) הרה"ק רבי צבי הירש גלאנץ זצ"ל אבדק"ק שינאווא באקאנט אלס רבי הערש'עלע גלאנץ,
6) הגה"ק רבי מרדכי זילבערשטיין זצ"ל אבדק"ק האלאשיץ ביי וועמען דער שינאווער רב זי"ע איז געוועהן אן איידעם בזיווגו השני.

פארוואס איז איבעראל אהנגענומען אז דער שינאווער רב דער דברי יחזקאל איז געווען דער עלטסטער איידים, עס האט מיר תמיד געשטערט און נישט געמאכט קיין סענס, און איך בין כמעט זיכער אז ער איז געווען דער אינגסטער איידים פון דעם ארי' דבי עילאי.
דער שינאווער רב איז געבוירן תקע"ה ער איז א חתן געווארן ביי די 15 בערך תק"ץ, זיין ערשטע רביצין איז אוועק 9 יאר דערויף תקצ"ט, דער ישמח משה האט זייער געוואלט אז ער זאל בלייבן אין די משפחה, און ער איז א חתן געווארן מיט אן אייניקל פון ארי' דבי עילאי די טאכטער פון אן אנדערען איידים פון ארי' דבי עילאי ר' מרדכי זילבערשטיין זצ"ל אב"ד הולשיץ, אויב איז ר ' מרדכי געווען א אינגערע איידים קומט אויס אז דער טאכטער איז אלט געווען בערך 8 יאר, און דאס איז נישט מעגליך (בכלל האב איז געזעהן אז ר' מרדכי איז געבוירן תק"נ און ער האט א שיינע פאר יאר נישט געהאט קיין קינדער) איז כמעט זיכער אז ר' מרדכי איז געווען אן עלטערע איידים.
בנוגע ר' צבי הירש גלאנץ ער איז געווארן רב אין שינאווא נאך אין תר"ץ ווען דער שינאווער רב האט חתונה געהאט און איז אלט געווען 15 יאר, און ער איז נאך געווען רב פארדעם אין שאראשפאטיק און אין קערעסטיר ווי עס איז דא תשובות פון חתם סופר און פון ישמח משה ווי ער רופט אים בעל נכדי אב"ד קערעסטיר, דעריבער איז כמעט זיכער אז ר צבי הירש גלאנץ איז אויך געווען עלטער.
אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם האט צו זאגן
לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאן אתה הולך »

נחוניא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:

איך זעה נישט דא דערמאנט די איידימער פון רבי אהרן זעליג ליפשיץ בן האדב"ע, אבער אין דעם קונטרס "שבת אחים" ווערט דערמאנט עפעס א "ר' דוד" וואס איז געווען דארט אן איידעם, איך כאפ נישט פונקטליך על מי סובבין הדברים, ווייסט איינער פון וועם די רעדע איז?:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=62

אט דא שטייט עס צווישן אלע קינדער פון רבי אהרן זעליג.
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 184_16.pdf
אגב, ווער איז דער "הרה"צ מטארניגראד" דער שווער פון רבי אהרן זעליג?

איז דא איינער וואס ווייסט א תירוץ צו די שאלה ? העלמיר עם שטארק דאנקבאר זיי.
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

פלייוואד האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:די איידעמער זענען געוועהן:
4) דער שינאווא רב הגה"ק בעל דברי יחזקאל זי"ע בזיו"ר,
5) הרה"ק רבי צבי הירש גלאנץ זצ"ל אבדק"ק שינאווא באקאנט אלס רבי הערש'עלע גלאנץ,
6) הגה"ק רבי מרדכי זילבערשטיין זצ"ל אבדק"ק האלאשיץ ביי וועמען דער שינאווער רב זי"ע איז געוועהן אן איידעם בזיווגו השני.
פארוואס איז איבעראל אהנגענומען אז דער שינאווער רב דער דברי יחזקאל איז געווען דער עלטסטער איידים, עס האט מיר תמיד געשטערט און נישט געמאכט קיין סענס, און איך בין כמעט זיכער אז ער איז געווען דער אינגסטער איידים פון דעם ארי' דבי עילאי.........וכו' אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם האט צו זאגן

כ'קלער אז ס'איז כפשוטו אז די שינאווי'ר רב זי"ע ווערט אויסגערעכנט די ערשטע [נישט די עלצטע] וויבאלד ער איז מפורסם און נישט ווייל ער איז די עלצטע והכל על מקומו יבוא בשלום.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
בני ר' אהרן זעליג בן האדב"ע:

א)בנו ר' שמואל יוסף מראדמישלא
ב)בנו ר' נתן נטע דוב מוויעליפאלי חתן הרה"ק ר' שלמה זלמן מוויעליפאלי
ג)בנו ר' צבי יונה מווישניצא (מתייחסים אחריו משפחת ליפשיץ בלאנדאן)
ד)בתו אשת ר' שמחה באכנער מקשאנוב ב"ר משה בן הרה"ק ר' שלמה מקשאנוב

בני ר' נתן נטע דוב;
ב-א)בנו ר' יצחק ליפשיץ מוויעלפאלי (ר' שימעלע זשעליכאווער איז געשטאנען פאר אים כעבדא קמיה מרי')
ב-ב)בנו ר' אלתר שלמה זלמן מיעדלאווע
ב-ג)בתו אשת ר' דוד ארי' בריזל אבי משפחת בריזל בירושלים ואבי ר' משה ליפשיץ אדמור מוויעלפאלי-פילעדעלפיא

דער מאָרגען זשורנאַל, יום חמישי, מרץ 12, 1914
אטעטשמענטס
image.png
גִיבּאַקִיק
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גִיבּאַקִיק »

הגה"ח ר' שמעלקא ליפשיץ פון ת"א און נאכדעם ירושלים, איז געווען אויך א בנש"ק פון דעם ארי דבי עילאי, (פונקט ווי אזוי ווייס איך נישט) זיין טאטע האט איהם געשיקט ביים קריג צו דעם "מתיסובצע'ס" (ער האט פארציילט דאס מיר אמאל באריכות, משה פראגער און "אלה שלא נכנעו" שרייבט וועגן איהם) און אזוי נאך איז ער גיבליבען אן קיין ירושה פון ראביסטווע
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אפשר ווייסט עמיצער, ביי וועם איז רבי ירוחם ט"ב מטארנא-ירושלים געווען אן איידעם?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

מיללער האט געשריבן:אפשר ווייסט עמיצער, ביי וועם איז רבי ירוחם ט"ב מטארנא-ירושלים געווען אן איידעם?

אין איין זיווג איז ער געוועהן איין איידים ביי ר' משה דוד שטיגליץ מטארנא.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הסרפד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אפשר ווייסט עמיצער, ביי וועם איז רבי ירוחם ט"ב מטארנא-ירושלים געווען אן איידעם?

אין איין זיווג איז ער געוועהן איין איידים ביי ר' משה דוד שטיגליץ מטארנא.

גערעכט, און אין די אנדערע זיווג?

אין ס' תהלה למשה ווערט דערמאנט דאס פאלגענדע:
"אמנם כבר נאמר אין שלטון וגו', בקיץ תר"א נולד בן זכר לנכד בתו ה"ה הרב החסיד ר' ירוחם טייטלבוים, שהיה בעת ההיא חתנו של הרב הגאון מטשעטשעוויץ ז"ל, והפצירו בו עד בוש שיסע שמה להיות סנדק שהיה דור הרביעי וכו'

וועלכע טשעטשעוויצער רב רעדט מען?
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

מ'רעדט פון הגאון רבי מאיר כהנא זצ"ל. דאס איז געווען זיין זיווג ראשון, בזוו"ש האט ער חתונה געהאט צו הרבנית רחל בת ר' משה דוד שטיגליץ מטארנא [בן הרה"ק ר' זכריה מענדל משענדישוב זי"ע].
גראדע איז דא זייער אן אינטרעסאנט עובדא איבער זיינע זיווגים, צום ערשט האט מען אים גערעדט די שידוך צו ר' משה דוד שטיגליץ און זיין מאמע איז דאן געפארן צו דודה הרה"ק רבי אשר מראפשיץ זי"ע פרעגן וועגן די שידוך, רבי אשר'ל האט איר געזאגט "צו דעם שידוך האט איר נאך צייט", וכך הוה, דעמאלטס איז ער א חתן געווארן צו בת הגאון רבי מאיר כהנא מטשעטשעוויץ, נאך בערך צוואנציג יאר איז זיין רביצין נפטר געווארן, אויך די מאן פון בת רמ"ד שטיגליץ איז נפטר געווארן, והשידוך נעשה.

דאס קינד וואס איז דעמאלטס געבוירן (העובדא בתהלה למשה) איז נישט געבליבן פון אים גארנישט, און אלע צאצאי רבי ירוחם זצ"ל זענען פונעם צווייטן זיווג.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כחכם! פאר די אינפארמאציע

רבי מאיר כהנא הנ"ל אב"ד טשעטשאוויץ איז געווען דער פאטער פון הג"ר יצחק אייזיק כהנא אב"ד זשאדאני ורסאנאוויץ אביו של הג"ר יוסף אלימלך כהנא אב"ד זשאדאני ואונגוואר זצ"ל
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

וועלכעס יאר איז רבי בנימין הלבאשטאם מרודניק זצ"ל געקומען וואוינען קיין אמעריקא?
איך זעה דא אין דער מארגען דזשערנאל פון ט"ז אלול תרפ"א וועגן א קבלת פנים פאר אים אנקומענדיג קיין אמעריקא. כ'גלייב נישט ער האט זיך אזוי פרי באזעצט דארט, מסתמא איז דאס געווען א באזוך
אטעטשמענטס
55.PNG
55.PNG (234.8 KiB) געזען 4865 מאל
ראש פתוח
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 1:29 pm

נכדי האריה דבי עילאי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש פתוח »

משפחת בלויא (הרה"צ ר' עמרם בלוי פון ירושלים) האלטן זיך איינקלאך פונעם הייליגן אדב"ע איז דאס וואהר ? ווייס איינער ווי אזוי ?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
פלייוואד האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:די איידעמער זענען געוועהן:
4) דער שינאווא רב הגה"ק בעל דברי יחזקאל זי"ע בזיו"ר,
5) הרה"ק רבי צבי הירש גלאנץ זצ"ל אבדק"ק שינאווא באקאנט אלס רבי הערש'עלע גלאנץ,
6) הגה"ק רבי מרדכי זילבערשטיין זצ"ל אבדק"ק האלאשיץ ביי וועמען דער שינאווער רב זי"ע איז געוועהן אן איידעם בזיווגו השני.
פארוואס איז איבעראל אהנגענומען אז דער שינאווער רב דער דברי יחזקאל איז געווען דער עלטסטער איידים, עס האט מיר תמיד געשטערט און נישט געמאכט קיין סענס, און איך בין כמעט זיכער אז ער איז געווען דער אינגסטער איידים פון דעם ארי' דבי עילאי.........וכו' אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם האט צו זאגן

כ'קלער אז ס'איז כפשוטו אז די שינאווי'ר רב זי"ע ווערט אויסגערעכנט די ערשטע [נישט די עלצטע] וויבאלד ער איז מפורסם און נישט ווייל ער איז די עלצטע והכל על מקומו יבוא בשלום.

אינעם מאטריקאל פון האלשיץ זעט מען אז רבי מרדכי זילבערשטיין איז נפטר געווארן בשנת תר"ל אין עלטער פון 67 יאר. לפי זה איז ער געבוירן בשנת תקס"ג.
ווער קען אויסליינען די איבריגע פרטים וואס מען זעט דא?
רישום הפטירה של רבי מרדכי זילבערשטיין מהאלשיץ.jpg
רישום הפטירה של רבי מרדכי זילבערשטיין מהאלשיץ.jpg (96.5 KiB) געזען 2513 מאל
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נחוניא האט געשריבן:אינעם מאטריקאל פון האלשיץ זעט מען אז רבי מרדכי זילבערשטיין איז נפטר געווארן בשנת תר"ל אין עלטער פון 67 יאר. לפי זה איז ער געבוירן בשנת תקס"ג.
ווער קען אויסליינען די sאיבריגע פרטים וואס מען זעט דא?
רישום הפטירה של רבי מרדכי זילבערשטיין מהאלשיץ.jpg

Markus Silberst...
(פשוט)
des Hirsz Silberst...
("של [בן של?] הירש זילבערשטיין")
Religionsweiser
(=מו"ץ או רב-שאינו-מטעם)
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

ר' מרדכי זילבערשטיין אב"ד האלשיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הסרפד האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:אינעם מאטריקאל פון האלשיץ זעט מען אז רבי מרדכי זילבערשטיין איז נפטר געווארן בשנת תר"ל אין עלטער פון 67 יאר. לפי זה איז ער געבוירן בשנת תקס"ג.
ווער קען אויסליינען די sאיבריגע פרטים וואס מען זעט דא?
רישום הפטירה של רבי מרדכי זילבערשטיין מהאלשיץ.jpg

Markus Silberst...
(פשוט)
des Hirsz Silberst...
("של [בן של?] הירש זילבערשטיין")
Religionsweiser
(=מו"ץ או רב-שאינו-מטעם)

וואס איז דער דאטום דארט?
און בכלל זיך איך שוין א לענגערע צייט פרטים אויף ר מרדכי זילבערשטיין און איך טרעף נישט, ווייסט איינער עפעס פרטים איבער עם חוץ מזה אז דער שיניווע רב איז געוועהן זיין איידעם און ער האט געהאט א זוהן ר' נפתלי צבי (חת"ר אליהו הורשובסקי)
אין מאורי גאליצי' שרייבט ער בן מהר"י, איך ווייס נישט זיין מקור אבער דא זעהט מען אז ער האט געהייסען הירש (נפתלי צבי ??)
און ווייסט איינער אפשר דער נאמען פון אשת ר' מרדכי בת הארדב"ע? אויף jri זעהט אויס שרה אבער עס איז עפעס מוטעה דארט
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:אינעם מאטריקאל פון האלשיץ זעט מען אז רבי מרדכי זילבערשטיין איז נפטר געווארן בשנת תר"ל אין עלטער פון 67 יאר. לפי זה איז ער געבוירן בשנת תקס"ג.
ווער קען אויסליינען די sאיבריגע פרטים וואס מען זעט דא?
רישום הפטירה של רבי מרדכי זילבערשטיין מהאלשיץ.jpg

Markus Silberst...
(פשוט)
des Hirsz Silberst...
("של [בן של?] הירש זילבערשטיין")
Religionsweiser
(=מו"ץ או רב-שאינו-מטעם)

וואס איז דער דאטום דארט?
און בכלל זיך איך שוין א לענגערע צייט פרטים אויף ר מרדכי זילבערשטיין און איך טרעף נישט, ווייסט איינער עפעס פרטים איבער עם חוץ מזה אז דער שיניווע רב איז געוועהן זיין איידעם און ער האט געהאט א זוהן ר' נפתלי צבי (חת"ר אליהו הורשובסקי)
אין מאורי גאליצי' שרייבט ער בן מהר"י, איך ווייס נישט זיין מקור אבער דא זעהט מען אז ער האט געהייסען הירש (נפתלי צבי ??)
און ווייסט איינער אפשר דער נאמען פון אשת ר' מרדכי בת הארדב"ע? אויף jri זעהט אויס שרה אבער עס איז עפעס מוטעה דארט

לויטן מאטריקאל איז ער נפטר געווארן ו' סיון תר"ל.
פונעם מאטריקאל קוקט אויס אז ר' נפתלי צבי איז געווען גאר אן אייניקל, ווייל עס שטייט אז ער איז דער זון פון ר' אברהם יעקב וזוגתו סערקע. די יארן זענען אבער זייער בדוחק, ווייל עס שטייט אז ער איז נפטר געווארן כ"ג תשרי תרל"ז אין עלטער פון 45 יאר, ד"מ געבוירן בשנת תקצ"א, ווען רבי מרדכי איז געווען בלויז 28 יאר.
אין מאורי גליציה שטייט אז רבי אברהם ב"ר נפתלי צבי איז געווען אן איידעם פון רבי אליהו הארשאווסקי. אינעם מאטריקאל זעט מען אז זיין פרוי איז געווען רחל לבית שפירא.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”