וואספארא נקמה זאל אמעריקע אינטער נעמען קעגן רוסלאנד?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

100% @מיגו, ס'איז דא אסאך מדרגות אבער די אנטי טראמפ מאכט א טשאלענט פון אלעס כדי צו קענען מאכן א קעיס.

אויב האבן זיי געהעקט די דיענסי, קומט זיך זיי א שטראף. נישט פארן באשמוצן די קלינטאן'ס, נאר פארן טוהן אן אומלעגאלע שריט פון אריינהעקן אין א צווייטענס סערווער.

אבער לגבי פארשפרייטן פעיק ניוז איז אנדערש. נאר די דעמאקראטן צוזאמען מיט סיענען מעגן פארשפרייטן פעיק ניוז? דאס איז דאך א חלק פון פאליטישע קאמפיינס. איך פארשטיי אז ס' איז א חילוק צווישן סיענען און פוטין. ווייל פוטין איז א דרויסענדיגע און סיענען איז אן אינעווייניגסטע, אבער די עצם פעולה פון פארשפרייטן נעגעטיוועטי אקעגן די אפאנענט איז נישט קיין עבירה.

אגב, אפשר קענסטו אנצייגן וועלכע פעיק ניוז די רוסן האבן פארשפרייט? ליידער איז אלעס געווען אמת.

לסיכום. פארן העקן אדער סיי וועלכע קרימינעלע שריט קומט זיך א שטראף. אבער אלעס אנדערש איז גארנישט ערגער ווי ווען נטרונא קאמפיינט אקעגן ביבי נתני' פון איזראעל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

מיגו האט געשריבן:זיך לאזן הערן איז איין זאך, זיין העווי אינוואלווד איז גאר עפעס אנדערש.

איינער פון די שגץ שטיק פון די פריעדיגע אדמיניסטראציע איז געווען צו נוצען אמעריקאנע טעיקס פעיער געלטער זיך צו מישען אין די איזרעילי עלעקשענס קעגען נתניהו
Kiwi
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kiwi »

שלו׳ עליכם!
איך וויל מיר נישט אריינמישן דא,
ווייל איך בין נאך צו פריש צו זאגן דעות,
און מיין שטימע איז נאך צו רוי.
אבער וואס זאל איך טוהן אז איך קען זיך נישט איינהאלטן!

קודם!
אינזער הויעך געשעצטער פריץ מר טראמפ איז שטארק מקפיד אויף הכרת הטוב,
און אויב האט אים רוסלאנד טאקע אריינגעברענגט, וועט ער איר אוואדע נישט באשטראפן פאר דעם,
און אפי׳ ער זאל ווען יא וועלן באשטראפן פאר פאליטיק אדער פאר סיי וועלכע אינטערעסן,
וויל ער דאך, זיך פארזיכערן, אז רוסלאנד זאל אים אין אונזין האבן ביי די רי-אולעקשן...

צווייטענס!
אויב שוין יא באשטראפן, איז דא יעצט זייער א גרינגער פעלד,
עס האט זיך אנגעהויבן דארט ביי פוטין מאסן פראטעסטן, און פוטין טרייט דאס אוואדע צו דערשטיקן,
אמעריקע זאל זיך נאר שטילערהייט אריינמישן,
והכל על מקומו יבא בשלום.
זאכן וועלן פיין פאלן און פלאטץ...
ווארטס נאר צו מיט שפאנוג!!!
מאכט׳ס נאר זעכער זיך אראפ צו זעצן, ווייל די פיס קען אייך וויי טוהן.
קאזאק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 7:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאק »

איך פארשטיי נישט, ס'שוין 9 חדשים א דורך און נישט קיין טראפ באווייז איז דא אז רוסלאנד האט זיך אריינגעמישט לטובת טראמפ, פארוואס זאל טראמפ נקמה נעמען קעגן רוסלאנד? אפשר וועגן די 20% יורעניום וואס פרוי קלינטן האט זיי געגעבן אדער וועגן די $645 מיליון און נאך וואס רוסלאנד האט איר געשיקט?
Kiwi
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kiwi »

קאזאק האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, ס'שוין 9 חדשים א דורך און נישט קיין טראפ באווייז איז דא אז רוסלאנד האט זיך אריינגעמישט לטובת טראמפ, פארוואס זאל טראמפ נקמה נעמען קעגן רוסלאנד? אפשר וועגן די 20% יורעניום וואס פרוי קלינטן האט זיי געגעבן אדער וועגן די $645 מיליון און נאך וואס רוסלאנד האט איר געשיקט?

And

די קשי׳ רייסט דעכער,
איך האב נאר איין לימוד זכות אז אינזער פריץ טראמפ האט און וועט ערגעץ ווי איינקעשן די רדיפת וואס ער גייט א דורך הלא דבר,
און ער ווארט אדער פאר א פאסיגע מינוט נוסח טראמפ,
אדער אז זיי זאלן טיפער אריינקריכן און די בלאטע,

ווי נישט ווי אזאנא רדיפת בויט אים,
הן ביי די 60 מיליאן וואטערס וואס האבן שוין געוואויט,
זיי ווערן מער קאנפעדענט,
הן לכאורה קומען צו פרישע שטיצער וואס זעהן צו ווי ריין ער איז פון קראפשען,
(ובדרך אגב, און צווישן וואס די עולם איז פארנומען מיט די אלע זאכן, איז ער אבער ביזי מיט נאכקוקן די קראפשען און די וואויטס, און איז גאר שטרענג מיט אימגרעישן, און אלעס צוזאמען וועט צו קומען ביי די קומענדיגע עלעקשן צו א חשבון גדול מאוד מאוד עד להפלא
קאזאק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 7:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאק »

Kiwi האט געשריבן:

איך האב נאך נישט געליינט וועגן טראמפ'ס קאראפשן אפילו די מידיע זוכט מיר ליכט צו טרעפן דאס ברעקעלע חמץ.
אודאי מוז ער אויפקלינען די קאראפשנס אין די וואויטס פון די איצטיגע עלעקשינס און פון די פריערדיגע פרעזידענט און פאליטישנס. וויבאלט די דעמאקראטן זענען ממש א מינאריטי איז נישט מעגליך אז זיי זאלן האבן געוואונען אן עלעקשן. און טאקע האט מען געטראפן אז די קאראפשנס עקזיסטירט שוין איבער 100 יאר, און ספעציעל אין די לעצטע 30 יאר.
וועגן אימיגרעישן איז ער נאר שטרענג פון 7 פון די איבער 20 אראבישע לענדער וואס די 7 זענען די היימלאנד פון געפערליכע טעראריסטן. אפילו די אראבער פון די אנדערע מיטל-מזרח לענדער האלטן אז ער איז פאלקאם גערעכט.
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

משהזוךמיר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן: פארוואס נישט שיקן א ריסעט באטאן און זיין פלעקסיבל?

דאס קען מען טוהן נאכדעם

יעצט מוז זיין פעיבעק טיים, למען ישמעו ויראו ולא יוסופו

ולא יוסיפו? האלטסט באמת פאר איין רגע אז פוטין וועט נישט נקמה נעמען מנה אחת אפים?

א חוץ וואס ער קען גארנישט ערענסט צוריקטוהן קעגן אמעריקא (אוקריינע סאנקציעס, דאס פארשפארן זיינע קאמפאונדס, ארויסווארפן די 35 רוסן דיפלאמאטן יוכיח) איז די ערשטע כלל אין דיפלאמאטיע און אין מלחמה אז מ'קען נישט זיך צוריקהאלטן פון באשטראפן א לאנד אויף א פיינטליכע שריט אויס 'מורא' אז יענער וועט עפעס נקמה נעמען.

צייגן שוואכקייט לאדענט איין דעם בולי, ספעציעל דעם רוסישן בער כידוע לכל.

ער קען יא. נאך ווי ער קען. קיין איין איינציגסטע זאך אויף די אמעריקאנער אשענדע וועט נישט דורכגיין די יו ען. אלע אמעריקעס שונאים וועלן פלוצלונג 'זיך איינהאנדלען' פרישע פארגעשריטענע געווער, וכו' וכו'.
די סיבה פארוואס ער האט גארנישט געטון איבער די לעצטע אבאמא שריט איז פשוט: אבאמא'ס שריט זענען געווען א דורכזיכטיגע פרואוו צו פארלויפן דעם וועג פון טראמפ צו קענען לעבן גוט מיט רוסלאנד. והא ראי', אז ווילאנג ער האט געטראכט אז קלינטאן גייט געווינען האט ער נישט גע'חלומ'ט פון לייגן סאנקציעס. (די תי' אז ער האט נישט געוואלט לייגן פאר די וואלן איז מזוייף מתוכו: פארוואס האט אים געדויערט קרוב צו צוויי חדשים נאך די וואלן צו לייגן די סאנקציעס? ווייל ער האט נישט געהאט געפלאנט עס צו טוען, ממילא האט ער נישט געהאט קיין גרייטע פלאן. ופשוט הוא). ממילא אויב וואלט פוטין רעאגירט איז פשט אז ער איז אריינגעפאלן אין אבאמא'ס טרעפ. דעריבער האט ער מחליט געווען נישט צו רעאגירן, אויסווארטן אויף טראמפ, און אים געבן א שאנס צו פארבעסערן די באציאונגען.

בנוגע צייגן שוואכקייט קעגן רוסלאד האט היסטאריע געוויזן אז דו ביזט גערעכט. נישט היסטאריע פון טויזנט יאר צוריק נאר פון די לעצטע אכט יאר אונטער דעם שוואכלינג אבאמא, וואס פוטין האט זיך צעפירט די הענט אויף א גלאבאלע פארנעם.

אבער, ס'מיינט נישט אז מ'מוז דערקלערן קריג אויף רוסלאנד. די איינציגסטע אמת'דיג אפעקטיווע מהלך איז לענ"ד נישט קיין אפענע פעטש נאר באהאלטענע. סייבער אטאקעס, ווירוסעס, אפהאקן זייער לעקטער גריד, וכדו' וכו' וגו'. אזעלכע סארט זאכן וואס פוטין זאל נישט קענען עכט פראוון אין פאבליק אז אמעריקע שטייט דערונטער, און ער זאל אפי' נישט מוזן צוריקגעבן אלס זיין איגאו וויבאלד ער קען זאגן אז ער ווייסט נישט ווער ס'שטייט אונטער דעם אדער אז דער אדער יענער איז שולדיג נישט אמעריקע, אבער ער פאר זיך וועט פיין כאפן דעם מעסעדזש.

={'}
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פלטיאל האט געשריבן:די קשי' איז נישט "וואס" טראמפ זאל טון אלס נקמה, נקמה פאר וואס? פארן אים העלפן ערוועלן?

די מיליאן דאלארדיגע קשי' איז "פארוואס" האט דאס רוסלאנד געטון? וואס האט זיי געברענט מיטן האבן טראמפ אלס פרעזידענט?

איך בין אויפגעצויגן געווארן אז קלינטאן איז דער שוואכלינג, קאראפטירט ביזן ביין, צווייפלהאפטיגע אויסלענדישע כאבאר און בויגזאם ווי א גומי משא"כ טראמפ איז דער טאף-גיי, דער שטארקע לידער און אמעריקא-פירסט פערזאן. איז פארוואס אויף דער וועלט איז רוסלאנד געגאנגען בנפשם צו ערוועלן טראמפ?

ביטע נעמען דעם מיה און פרובירן צו שטילן מיין וואונדער...

סארי כאב הערשט יעצט געזעהן דיין וואונדער...

און די תירוץ איז פשוט, איה"נ, סיז שטארק מסתבר אז רוסלאנד האט פראבירט צו העלפן קלינטאן, צו סיז דורך זייער פריינד אין אוקריינע צו אויף אנדערע אופנים... דאס אז רוסלאנד זאל וועלן העלפן טראמפ איז א פאלטשע זאך וואס די דעמעקראטן האבן אפגעמאכט... רוסלאנד האט שוין געזעהן אז מיט קלינטאן קעמען פאר אפאר טאללער אלעס מסדר זיין, פארוואס זאלן זיי ריסקן מיטן אנפרעדיקטעבל טראמפ?

שטומט?

און אז דו ווילסט טראכטן נאכמער, ס'איז דא מער באווייזן איבער אוקריינע'ס העלפן קלינטאן ווי רוסלאנד'ס העלפן טראמפ, פארוואס ווערט נאר די צווייטע אינוועסטיגעיטעד? פארוואס איז נאר איינס אין די נייעס? פארוואס האט געדויערט אזוי לאנג ביז קאנגרעסס האט גערופן פאדעסטע איבער זיינע פארבינדונגען מיט רוסלאנד וואס איז אקוראט די זעלבע ווי מענפארט? און דא נאכאמאל, פארוואס רעדט נישט די מידיע כמעט דערפון?

עכ"פ, מיין איידיע וואלט געווען, היות אין רוסלאנד איז נישט פשוט נקמה צו נעמען, מ'זאל שטארק פאנישן קלינטאן פארן פארקויפן אמעריקאנע אינטערעסן פאר רוסלאנד און פארן ארבייטן מיט אוקריינע ביי די יעצטיגע עלעקשן... אפשר אזוי וועלן אנדערע נישט וועלן נאכטוהן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
באלזאם
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלזאם »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:די קשי' איז נישט "וואס" טראמפ זאל טון אלס נקמה, נקמה פאר וואס? פארן אים העלפן ערוועלן?

די מיליאן דאלארדיגע קשי' איז "פארוואס" האט דאס רוסלאנד געטון? וואס האט זיי געברענט מיטן האבן טראמפ אלס פרעזידענט?

איך בין אויפגעצויגן געווארן אז קלינטאן איז דער שוואכלינג, קאראפטירט ביזן ביין, צווייפלהאפטיגע אויסלענדישע כאבאר און בויגזאם ווי א גומי משא"כ טראמפ איז דער טאף-גיי, דער שטארקע לידער און אמעריקא-פירסט פערזאן. איז פארוואס אויף דער וועלט איז רוסלאנד געגאנגען בנפשם צו ערוועלן טראמפ?

ביטע נעמען דעם מיה און פרובירן צו שטילן מיין וואונדער...

סארי כאב הערשט יעצט געזעהן דיין וואונדער...

און די תירוץ איז פשוט, איה"נ, סיז שטארק מסתבר אז רוסלאנד האט פראבירט צו העלפן קלינטאן, צו סיז דורך זייער פריינד אין אוקריינע צו אויף אנדערע אופנים...
?Am I missing something
דאס אז רוסלאנד זאל וועלן העלפן טראמפ איז א פאלטשע זאך וואס די דעמעקראטן האבן אפגעמאכט... רוסלאנד האט שוין געזעהן אז מיט קלינטאן קעמען פאר אפאר טאללער אלעס מסדר זיין, פארוואס זאלן זיי ריסקן מיטן אנפרעדיקטעבל טראמפ?

שטומט?

און אז דו ווילסט טראכטן נאכמער, ס'איז דא מער באווייזן איבער אוקריינע'ס העלפן קלינטאן ווי רוסלאנד'ס העלפן טראמפ, פארוואס ווערט נאר די צווייטע אינוועסטיגעיטעד? פארוואס איז נאר איינס אין די נייעס? פארוואס האט געדויערט אזוי לאנג ביז קאנגרעסס האט גערופן פאדעסטע איבער זיינע פארבינדונגען מיט רוסלאנד וואס איז אקוראט די זעלבע ווי מענפארט? און דא נאכאמאל, פארוואס רעדט נישט די מידיע כמעט דערפון?

עכ"פ, מיין איידיע וואלט געווען, היות אין רוסלאנד איז נישט פשוט נקמה צו נעמען, מ'זאל שטארק פאנישן קלינטאן פארן פארקויפן אמעריקאנע אינטערעסן פאר רוסלאנד און פארן ארבייטן מיט אוקריינע ביי די יעצטיגע עלעקשן... אפשר אזוי וועלן אנדערע נישט וועלן נאכטוהן...

אקעי, די סיבה פארוואס די מידיא רעדט נישט קלינטאן-אוקריינע איז ווייל זיי זענען איינזייטיג. מסכים. (אדער אפשר ווייל ס'נישט געלונגען)
אבער רוסלאנד האט געוואלט קלינטאן??
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יא, זיי האבן געזעהן אז זי איז גרייט פאר אפאר טאללער צו טוהן אלעס... זיי האבן געהאט גוטע עקספיריענס מיט איר, פארוואס זאלן זיי ריסקן מיט טראמפ וואס יעדער ווייסט אז ער איז אנפרעדיקטעבל?

ואגב, וואס האט די מידיע'ס איינזייטיגקייט מיט קאנגרעסס? פארוואס אינוועסטיגעיט נישט קאנגרעסס די אוקריינע מעדלינג אין די עלעקשן? קעלוזשן? נאר רוסלאנד?

און דאס וואס דו האסט געמאכט באלד "זייער פריינד" אין אוקריינע... אין אוקריינע זענען דא פראו און אנטי רוסלאנד חברה... היות פלטיאל האט געהאט אזא שטארקע קשי, האבעך געקלערט אז דאס קען מעגליך זיין, אז רוסלאנד האט געהאלפן דורך זייערע חברה אין אוקריינע, ס'קען אויך זיין אז דאס איז געווען די אנטי רוסלאנד חברה... סאו סיי פוטין און סיי זיינע אוקריינישע שונאים האבן געהאלפן קלינטאן...

און יא! אזא שוואכע קאנדידאט איז זי געווען! טראץ די אלע הילף, די מידיע, אנאליסטן... יעדער האט איר געהאלפן, דאך האט זי פארלוירן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

וויכי, דאס איז חריפות... נעם מיין עדווייס און לייג דיך אריין אין לערנען...

נאר בעפאר דו זעצט זיך לערנען, מיט וואס פונקטליך האט אוקריינע געהאלפן קלינטאן?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

פלטיאל האט געשריבן:וויכי, דאס איז חריפות... נעם מיין עדווייס און לייג דיך אריין אין לערנען...

נאר בעפאר דו זעצט זיך לערנען, מיט וואס פונקטליך האט אוקריינע געהאלפן קלינטאן?

מיט'ן געבן דעמעדזשינג אינפא איבער פאול מענעפארט פאר א דנס סטעפער 'אין די אוקראינער עמבעסי,' וואס דאס האט געברענגט צו מענעפארט'ס פליען. אינפא וואס די אוקראינער האבן שפעטער מודה געווען אז ס'איז פאלש.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

ברעיקינג:

רוסלאנד האט -ווי באקאנט- פארארבעט מעשים אז הילערי קלינטאן זאל ווערן ערוועלט אלס פרעזידענט פון אמעריקע, דאס איז א זאך וואס עס איז מובן פאר יעדע בר דעת, אנדערש שטעלט זיך בכלל נישט אויפן שכל, פארוואס זאל אפילו רוסלאנד וועלן דעם אנטשטענדיגען טראמפ וואס יושר, שכל און באזעסענקייט זענען נר לרגליו, אין דער צייט וואס זיי קענען האבן אזא שוואכלינג און אומסטאבאלעזירטער פרוי ווי הילערי קלינטאן, וואס מיט איין קאמפלעמענט אויף איר קען מען איר אפקויפן א קנין עולם.

אצינד קומט ארויס שאקירענדע אויפדעקונגען ארום די גאנצע ״רוסלאנד העלפט קלינטאן״ סומטאכע, וואס די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף.

״וויכי״ ליעקס דעקט אויף אז א געהיימע זיצונג איז פארגעקומען אין א בעסטמענט אויף ליע שטראסע, צווישן ראסס אין ראדני, וואו עס האבן זיך באטייליגט די פירער פון UJO מיט די רוסישע גוים וואס ארבעטן אין סאטמאר בית המדרש אויף ראדני סט.

עס איז צום ערשט אויסגעשמועסט געווארן די שוועריקייט פון ערוועלן קלינטאן, נעמענדיג אין באטראכט אז זי האט אנגעצויגן אין די אנקעטעס א נישטיגע 20% צו טראמפ׳ס הויכע 80%.

פוטין האט -דורך א טעלעפאנישע הוק-אפ- מיט א קול געשטיקט פון געוויין באמבאדירט די פארזאמלונג, ״מיר טארן דאס נישט לאזן פאסירן״, ״טראמפ וועט זיין די גרעסטע חורבן פאר רוסלאנד״, ״הילערי איז אונזער בוזעם פריינט״, זי ״מוז״ ווערן אלעקטעט.

נעמענדיג אין באטראכט די שוואכע שאנסן וואס זי האט געהאט, און די דורעכזיכטיקייט פון רוסלאנד׳ס ווילן צו ערוועלן קלינטאן, האט מען זיך אנגעאנקערט אין א שווערע שטיין, נעמליך, אויב וועט זי געווינען וועט יעדער וויסן אז יד רוסלאנד באמצע, דעריבער האט זיך דעפאדערט א המצאה וויאזוי מען זאל פארדעקן די פאקט אז רוסלאנד ארבעט פאר קלינטאן.

סטענלי איז אויפגעקומען מיט אזא געדאנק, מען זאל זיך מאכן ווי מען ארבעט פאר טראמפ, און באמת זאל מען ארבעטן פאר קלינטאן.

די מיטונג האט זיך געשלאסן מיט די ״סטענלי רעזולאציע״ פון פארדרייען די מידיע ווי כאילו מען ארבעט פאר טראמפ, אבער אונטער די קוליסן וועט מען פארארבעטן מעשים אז קלינטאן זאל געווינען.

די חורבן איז נאר געווען די ״טראמפ עדיקשאן״ וואס איז א סכנה אפילו פאר א דזשואק, און סטענלי וחבריו וואס האבן נאר געארבעט לפנים פאר טראמפ, זענען אין נאו טיים געווארן ״עכטע״ טראמפ סופארטער, און די רעשט איז היסטערי.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

בוידעם האט געשריבן:״וויכי״ ליעקס דעקט אויף אז א געהיימע זיצונג איז פארגעקומען אין א בעסטמענט אויף ליע שטראסע, צווישן ראסס אין ראדני, וואו עס האבן זיך באטייליגט די פירער פון UJO מיט די רוסישע גוים וואס ארבעטן אין סאטמאר בית המדרש אויף ראדני סט.

פעיק ניוז: אין ראדני ארבעטן נאר מעקסיקאנע גוים...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

ברעיקינג:

רוסלאנד האט געהעקט בוידעםס ניק
קאזאק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 7:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאק »

א שאד, שאד מען האט נאך נישט געטראפן קיין מינדעסטע באווייז אז רוסלאנד האט אינטערווינירט אין די עלעקשינס לטובת טראמפ. ווייל טאמער יא וואלטן זיי געדארפט באלוינט צו ווערן מיט א גרויסע מעדאל.
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

קאזאק האט געשריבן:א שאד, שאד מען האט נאך נישט געטראפן קיין מינדעסטע באווייז אז רוסלאנד האט אינטערווינירט אין די עלעקשינס לטובת טראמפ. ווייל טאמער יא וואלטן זיי געדארפט באלוינט צו ווערן מיט א גרויסע מעדאל.

זיכער איז דא א באווייז. אלע פאולס האבן געוויזן אז קלינטאן גייט געווינען.. דערווייל האט טראמפ געווינען. וואס דארף מען מער פון דעם?
קאזאק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 7:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאק »

Naftule האט געשריבן:

נישט נאר האט טראמפ געוואונען, ער האט געוואונען אין א לאנדסלייט!!! דאס ווייזט אז די פוילס זענען געווען הוילע פאנטאזירערס און איינער האט נאכגעשריבן דער צווייטע. (אייגנטליך, וויקיליק האט אויסגעזאגט אז איבער 25 מידיע זענען געווען גוט אונטערגעשמירט צו שטיצן און פאבליצירן אז די פוילס זאל נויגן צו קלינטן. און אזוי ווי ס'איז געווען איבער 25 וואס האבן אזוי געשריבן, האבן שוין אנדערע מידיע זיי סתם נאכגעשריבן אן נאכצופארשן.)
קאזאק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 7:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאק »

קאזאק האט געשריבן:א שאד, שאד מען האט נאך נישט געטראפן קיין מינדעסטע באווייז אז רוסלאנד האט אינטערווינירט אין די עלעקשינס לטובת טראמפ. ווייל טאמער יא וואלטן זיי געדארפט באלוינט צו ווערן מיט א גרויסע מעדאל.

און דאס וואלט געווען א גאר גוטע נקמה ... אין קלינטן און אבאמא.
באלזאם
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלזאם »

קאזאק האט געשריבן:

agree
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

קאזאק האט געשריבן: ער האט געוואונען אין א לאנדסלייט!!!

#fakenews
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
באלזאם
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלזאם »

בעריש'ל האט געשריבן:
קאזאק האט געשריבן: ער האט געוואונען אין א לאנדסלייט!!!

#fakenews

for your info
די העשטעג פעיק-ניוס ניצט מען נישט ווען איינער זאגט ליגענט. ווי כ'האב מיך לעצענס אויסגעלערנט, איז עס בסך הכל נאך א וועג פון זאגן, "איך בין צו איגנאראנט צו דעבאטירן די פאקטן"
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

באלזאם האט געשריבן:

אדער ״איך בין צו ביזי, אבער איך וויל נישט דורכלאזן א פרעכער באבקע מעשה״.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
קאזאק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 7:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאק »

בעריש'ל האט געשריבן:
באלזאם האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
קאזאק האט געשריבן: ער האט געוואונען אין א לאנדסלייט!!!

#fakenews

for your info
די העשטעג פעיק-ניוס ניצט מען נישט ווען איינער זאגט ליגענט. ווי כ'האב מיך לעצענס אויסגעלערנט, איז עס בסך הכל נאך א וועג פון זאגן, "איך בין צו איגנאראנט צו דעבאטירן די פאקטן"

אדער ״איך בין צו ביזי, אבער איך וויל נישט דורכלאזן א פרעכער באבקע מעשה״.

הודאת בעל דין כמאה עדים דמי. דער גרויסער אנטיי-טראמפ האט דאס מודה געווען דארף מען מער?
אטעטשמענטס
Trump's Geographic-Landslide.png
Trump's Geographic-Landslide.png (178.39 KiB) געזען 1966 מאל
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

קאזאק האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
באלזאם האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
קאזאק האט געשריבן: ער האט געוואונען אין א לאנדסלייט!!!

#fakenews

for your info
די העשטעג פעיק-ניוס ניצט מען נישט ווען איינער זאגט ליגענט. ווי כ'האב מיך לעצענס אויסגעלערנט, איז עס בסך הכל נאך א וועג פון זאגן, "איך בין צו איגנאראנט צו דעבאטירן די פאקטן"

אדער ״איך בין צו ביזי, אבער איך וויל נישט דורכלאזן א פרעכער באבקע מעשה״.

הודאת בעל דין כמאה עדים דמי. דער גרויסער אנטיי-טראמפ האט דאס מודה געווען דארף מען מער?

ווייסט בכלל וואס גיאגראפיע מיינט?

די בלויע קליינע פינטלעך ענהאלט אין זיך רוב פאלק, און א רובא דמינכר פון דאס אמעריקאנער רייכטום.

לשבר את האוזן = קאנאדא איז גיאגראפיש מער איינפלוסרייך ווי די פאראייניגטע שטאטן אויפן כדור הארץ.

אגב, מענין לענין, קאליפאניע איז די 6סטע גרעסטע עקאנאמיע אויפן וועלט, אויב זיי און ניו יארק רייסן זיך אפ פון די יוניאן, וועט די אמעריקאנער שטאלץ און גרויסמאכט צובלאזן ווערן ווי שניי אויף א פליענדער עראפלאן.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”