לאמטערנע - אייוועלט אויסגאבע #2 - קיץ תשע"ז

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

wowowoowow
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

פון די דעקל קוקט עס אויס מורא'דיג
אבער די פילטער לאזט מיר נישט לאודן
אפשר איז דא עפעס אן עצה ?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
זכריה ירוחם תנחום
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריה ירוחם תנחום »

איך קען דיר עס שיקן אין אימעיל, אדער קענסטו ווארטן א טאג-צוויי ביז מ'קען עס קויפן.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

א אמתדיגע דאנק !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

עס יעצט באמערקט נאך פארן געהעריג דורך קוקן .
אבער דאס זעהט אויס ווי עפעס א זעלטענע מעסטער פיעס .
כ'ווייס נישט וועם צו באדאנקען .... נייע נעמען..... אבער ב"ה מיט א נייע פרישקייט .....
נאך פארן דורך קוקן זעהט זיך שוין אן אייער הערליכע ארבעט און אייערע צעדליגער שעות צו מהנה זיין כלל ישראל אויף א אויסגעהאלטענע וועג..
נישטא די ווערטער אייך צו באדאנקן.
(און אגב אויך א דאנק פארן נישט אנציען די עולם די פיס טוט נאך וויי פון די שטיפעריי ביי די ערשטע . עקסטערע דאנק. )
און נאכאמאל די אלכ עוסקי בצרכי ציבור זאל ענק די זכות באשטייען איר זאלט האבן שפע ברכה והצלחה און קענען ווייטער מהנה זיין די טויזענטער לייינערס...
ווי עס שרייבט אונטער עללער פה אייוועלט.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

הערליך שיין, יישר כח!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

אזא איבערראשונג!!!....

יישר כח לכ"א בשמו הטוב יבורך
הק' נודה לך
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

דערווייל געליינט בלויז דעם שטארקן עדיטאריעל פון 'וואוילע שעפעלע'.

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

שכח - ואוו מגא נייעס
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

גייענדיג ווייטער מיט מיין ריוויאו ווי געשריבן דא.

אָו אה, ״בנימין קעניג״ איז א ריכטיגע פארברענטער ר׳ אביגדור חסיד... די אריינפיר איז זייער שיין שרייבעריש און די פראגעס און ענטפערס זענען א שטיק ר׳ אביגדור, קלאר און שארף.

״זלמן וואסערמאן״ האט אונז נישט אנטוישט מיט זיינע טרעפליכע קורץ און שארפע עצות ווי אזוי צו זוכן א זשאב אויפן ריכטיגען וועג.

מעכטיג איז יא דאס ווארט, אויף ״יוסל שרייבער׳ס״ ארטיקל ווי ער שפינט אזוי זיס פונעם רביש'ע חתונה צו די הייליגע שבועות מאמענטן, און די אזוי אמת׳ע ענדע פון לעתיד לבוא.

די נקודה למחשבה פון ״מרדכי וועכטער״ איז טאקע נישט אזויפיל קערעקטערס אבער דאך אזוי ריכטיג, אזוי אמת. מען וואלט געדארפט פארשפרייטן די ארטיקל אין אלע אידישע אויסגאבעס אין שולן, לכו והתפרנסו זה עם זה.

דרך אגב וואס איז פשט פון די אלע נייע ניק נעמען? פארוואס האט מען עס נישט געשריבן מיט די געווענטליכע ניקס?
פאר קריטיק דריקט דא
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

פארבינדן האט געשריבן:דרך אגב וואס איז פשט פון די אלע נייע ניק נעמען? פארוואס האט מען עס נישט געשריבן מיט די געווענטליכע ניקס?



נאדיר א שמועס איבער די ערשטע אויסגאבע.. ופשוט הוא..
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
eller האט געשריבן:כ'פארשטיי נאר נישט וויאזוי מ'קען עס פארקויפן ווען עס האט אזוינע מאדנע נעמען ווי משהלע וכדומה
די גאס גייט עס אנקוקן זייער פאני
אבער כ'וויל עס פארשטייט זיך יא קויפן ס'איז ווערד א שיינע פאר דאללער



הערליכע ארבעט און רייכע סחורה!

און דאס געוואלט זאגן. "שמעלקע זאפטיגער" און אפילו "טריסקער" איז גוט, אבער וואספארא פנים וועט "וואוילע שעפעלע" טראגן אויף די גראסערי פאליצעס??

די המון עם קען נישט די ביזנעס דא. סאיז וויכטיג לענ"ד צו טוישן צו נארמאלע פען נעמען פאר מגייט פאבליק
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

נאכנישט אנגעקומען קיין סאך צו ליינען, (האלט מיר ביים פערטן ארטיקל). אבער איך מוז נאר אריינווארפן א ווארט איבער די גראפיקס, אין איין ווארט; מאסיוו!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
דער עושר
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2016 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער עושר »

ניס קראכער האט געשריבן:פון די דעקל קוקט עס אויס מורא'דיג
אבער די פילטער לאזט מיר נישט לאודן
אפשר איז דא עפעס אן עצה ?

מיין פילטער אויך נישט.
אפשער לייגט איינער א לינק ווי מ'קען לאדען א pdf.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

מען גייט עס קענען קויפן?

אין מאנסי?
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

איך מיין עס איז שוין צייט ארויס צו קומען דערמיט יעדע חודש
..
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

דער עושר האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:פון די דעקל קוקט עס אויס מורא'דיג
אבער די פילטער לאזט מיר נישט לאודן
אפשר איז דא עפעס אן עצה ?

מיין פילטער אויך נישט.
אפשער לייגט איינער א לינק ווי מ'קען לאדען א pdf.

שיק א אימעיל צו משה מאשקאוויטש ער וועט עס דיר שיקן
אין איין וועגס דרוק איך אויס א הערצליכן דאנק פאר ר' משה זז"ג
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
לאמטערנע
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2017 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמטערנע »

מיר ארבעטן שווער אז מען זאל קענען קויפן די לאמטערנע (הארד קאפי) אנליין, סיי קאלירט און סיי שווארץ און ווייס.
מיר האפן אז ס'זאל זיין ווי שנעלער, מעגליך שוין מארגן.

אין די געשעפטן וועט עס נישט זיין צו באקומען.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

האיך יתקיימו שניהם???...

לאמטערנע האט געשריבן: סיי קאלירט און סיי שווארץ און ווייס.
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (10.23 KiB) געזען 11780 מאל
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
לאמטערנע
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2017 2:25 pm

לאמטערנע אנליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמטערנע »

מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן אז ס'איז מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף געלונגען צו ערמעגליכן צו קויפן לאמטערנע #2 אנליין, אינגאנצן קאלירט, סייז 8.5 ביי 11, פאר'ן פרייז פון $12.49 ($8.50 פלאס $3.99 שיפינג)

לאמטערנע #2

(צוליב טעכנישע סיבות איז דער בילד פון די לאמטערנע אויסגאבע אינ'ם לינק פארקערט. עס איז בלויז צוליב טעכנישקייטן און בעזר השם וועט די געדרוקטע באנד זיין אויסגעשטעלט געהעריג בתכלית היופי.)
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

לאמטערנע האט געשריבן:(צוליב טעכנישע סיבות איז דער בילד פון די לאמטערנע אויסגאבע אינ'ם לינק פארקערט. עס איז בלויז צוליב טעכנישקייטן און בעזר השם וועט די געדרוקטע באנד זיין אויסגעשטעלט געהעריג בתכלית היופי.)


אויב מען וויל דווקא, קומט עס מיט מיט די אפציע צו לייענען פארקערט.
עס איז דא ביי וועם עס מאכט קיין גרויס נפקא־מינה.

הפוך לששון ולשמחה!!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

BLOCKED BY MESHIMERTM FILTER
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

אנאליז, משה מאשקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

שוין, כ'מיין איך פארמאג אויך די פריוויליגע פון געבן מיין אנאנליז איבערן לאמטערנע נומער 2.

אווער אלל, א מאסיווע ארבעט, שוין יארן נישט געזעהן אזא רייכע אינהאלטסרייכע, און איבער אלעם כשר'ע, אויסגאבע. אינהאלטענדיג צענדליגע בלעטער פון רייכע היסטארישע ארטיקלן, אנגעהויבן ביי השקפה, דראמאטיע, היסטאריע, קאמיש, פיקציע און אלעס אינדערמיט. (לאמיר שוין נישט רעדן פון די גראפיק...), א שאד אז מען האט עס נישט פארקויפט אין די געשעפטן.

אלזא, לאמיר אנהייבן און דורכגיין ארטיקל ביי ארטיקל, נאכן ענדיגן עס דורכליינען מדאשקע לדאשקע דעם שבת קודש.

לאמיר אנהייבן ביים עדיטאריעל, געשריבן דורך וועלוול סופר – וואילע שעפעלע, וכדרכו בקודש הערליך צונומען די נושא, אנרירענדיג וויכטיגע און אקטואלע נושאים וועלכע ליגן ביי כלל ישראל אויפן טיש און קומען צום אויבערפלאך. הערליך געשריבן, מיט א שטארק שרייבערישן שניט, פלעכטענדיג די רעדע צום בעפארשטייענדן זוממער, ווי עס איז די ריכטיגע צייט זיך אויסצוקלארן.

רבי אביגדור ענטפערט, געשריבן דורך בנימין קעניג – קעניגזאהן, הערליך געשריבן, ציטירנדיג אינטערסאנטע טעמעס אויף וועלכע רבי אביגדור ענטפערט ווי זיין שטייגער מיט א איבערמענטשליכע קלארקייט, קומענדיג גראד צום פינטל. זייער שיין און אינטערסאנט געווען צו ליינען.

א טריט אריין אין ביזנעס דורך זלמן וואסערמאן –זאלץוואסער איז געשריבן מיט א קלארקייט, און כאטש עס פארמאגט בלויז צוויי בלעטער, ליגט דערין גאר שטארקע פוינט פאר דער וועלכער גרייט זיך אריינצוטרעטן אינעם עולם המסחר.

מעכטיג, אבער וואס האט דאס מיט מיר. דער שרייבער פון די שורות דערקענט זיך גלייך, יוסל שרייבער – יאסעלע, אמת'ע קונצטווערק, ווערענדיג געשריבן אויף א הערליכע אופן, אנגעהויבן ביי פאליטישע דוגמאות פירענדיג צו רבי'שע טישן, און עוועטועל דערגרייכענדיג דעם עם הנבחר, כלל ישראל. א הערליכע פוינט, יעדע איינציגסטע ווארט העכסט אינטערסאנט.

נקודה למחשבה, אן עצה פונעם אידישן קעניג. די קעפל הערט זיך מאדנע, אבער ליינענדיג די ארטיקל איז עס ענדערש הארץ-רייסענד ווי מאדנע, אזא אויפריכטיגע נקודה ארויסגעברענגט, פארשטייט זיך דורך מרדכי וועכטער, אנטשולדיגט, וויכטיג מאכער. ווי איינער האט שוין ערווענט וואלט אזא ארטיקל געדארפט פארשפרייט ווערן בכל קצוי תבל (רוף מיך נאר פארדעם, כ'וואלט געוואלט איבער מאכן די גראפיק'ס בעפאר מען פארשפרייט עס...)

כשרונות קאלום, געשריבן דורך משה מאשקאוויטש (איינער קען אים... איך קען נישט זיין עכטע ניק...). שוין, איך גיי זיך נישט באוויינען, אבער איך וואלט יא ארויסגעברענגט א נקודה מיט וואס דער ארטיקל איז אינגאנצען אנדערש פון געווענליכע מוזיק אינטערוויואס, זאגאר אין געווענליכע פעלער איז די רעדע ארום די הערליכע חתונות ער קען אפזינגען וכו' וכו', ווידער דאסמאל איז עס א גאר רייכע אינטערוויו עקסקלוסיוו פאר לאמטערנע מיט גאר אינטערסאנטע ידיעות אינעם עולם המוזיק, און אויך איינער וועלכע איז נישט ספעציעל באהאווענט אין מוזיק, קען ארויסגייין מיט גאר רייכע ידיעות אינעם פעלד.

לב מי לא ימס, די קעפל זאגט מער פון אלעם. טאקע א גאר קורצע פאעזיע, אבער ווערענדיג געשריבן מיט בלוט דורך א אומשילדיגע יונגע נשמה'לע, ברענגט דאס ארויף טרערן אין די אויגן... אוי טאטע, לייז אונז שוין אויס, כלל ישראל האט שוין גענוג געליטן.

דער ירושלמי אויף קדשים, געשריבן דורך זכריה שניארוסאהן, זכריה ירוחם תנחום. הגם איך האב שוין געליינט איבער דעם ירושלמי אויף קדשים איז עס מיר געווען זייער אינטערסאנט איבערצוליינען, זייענדיג געשריבן אויף א העכסט-געניטער אופן, אויף א גוטע סדר ווי אלעס ווערט קלאר אויסגעשמועסט, מיט ערענסטע מקורות אויף יעדע איינציגסטע זאך אינעם ארטיקל. מיר ווארטן בכליון עינים אויף די המשך, הערענדיג פון אונטער די קוליסן אז עס קומט ערענסטע חידושים און אויפדעקונגגען.

וואון פאטעיטא... גאו!. ווער קען דען שרייבן אזא פאריקטע געשיכטע אויב נישט שמאי טעשער – שמאטע... עס פאסט אים אויפן נאז, הגם דאסמאל איז די געשיכטע ריין אמת, ווערענדיג צוגעלייגט מיט א בילד אין אנדענק פונעם געשיכטע. אבער, כ'ווייס נישט, עפעס די מעשה מאכט מיר נישט קיין סענס. יעדנפאלס, עס איז זייער א אינטערסאנטע קאמישע און טשיקאווע געשיכטע.

א טאג בוך פון א קבצן, אריגינעלע פאקטן און געפיהלן. געשריבן דורך דעם באקאנטן שרייבער בערעלע קבצן, ווי ער טענה'עט איז עס נישט פיקטיוו, און עס שטימט. די שורות זענען אזוי ריכטיג און גיין גליך צום פינטל. עס האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן וואס קומט דא פאר, אבער דערנאך האבן מיר מיינע קושקעס אנגעהויבן נאגן, רבי איד, דער צ'אלמער איז אויך א פערזאן, ער איז נישט א בלויזער אביעקט. די הקדמה קומט דארט אריין אזוי קלאר און צום פוינט. די רויט-געלע קאלירן העלפן בלויז מיטשפילן אויף די נערווען...

פראהיבישאן. וואוף, דאס איז שוין א דורכברוך, נעמענדיג א טעמע וועלכע מיר אלע וויסן בערל'דיגע פאקן און עס צולייגן אזוי גוט, אראפברענגענדיג אלע גענויע דעטאלן ארום די פראהיבישאן געשיכטע, פונקטליך וויאזוי עס איז צוגעגאנגען, מיט דעטאלן און קרישקעלעך וועלכע איך האב קיינמאל נישט געויסט דערוועגן. געשריבן דורך שאול וואהל – וואוילע שעפעלע. זייער שרייבעריש געשריבן און העכסט אינטערסאנט. קומט זיך א עקסטערע מעדאל פאר דעם ארטיקל, זאגאר געשריבן דורך רעדאקטאר זעלבסט, וואילע שעפעלע, וועלוול סופר.

דער גאנצער בילד, דורך ישי בער – יש ברירה (נישט בייגעפאלן, הא?). גאר א גוטע בייפאל, עפעס וואס כ'האב נאכנישט געזעהן אין קיין איינס פון די היימישע אויסגאבעס, נעמענדיג א באקאנטע בילד אין היסטאריע און באשרייבן די געשיכטע ארום דעם בילד. דאסמאל האט ער גענומען אפעראציע אפטע ווינט, א באקאנטע שטיקל אוין היסטאריע ביים וויאטנעם קריג, דערציילענדיג די אומגלויבליכע פאסירונג וואס האט זיך דאן אפגעשפילט, זייענדיג איינס פון די ערענסטע דורכפעלער פונעם אמעריקאנעם נעווי סיעל. אינטערסאנט.

דער מייסטער שווינדלער, דורך איסר רייך – אויסגערעכנט. מיט רעכט האט ער זיך פארדינט די הויפט קאווער סטארי, זייענדיג א שפאנענדע און אומבאקאנטע געשיכטע, א ערענסטע מיסטעריע. געשריבן גאר גאר גוט און געשמאק. ליינענדיג האב איך עטליכע מאל זיכער געמאכט צו איך ליין נישט דער שטערן (איך ווייס נישט צו עס איז פאר דיר א קאמפלימענט, אבער מצדי זיכער יא...)

אב ובנו שראו את החידוש. ואוו. א ערענסטע חידוש. געשריבן דורך נ. סקאהל, נא-שכל. א נושא וועלכע כ'הער צום ערשטן מאל געהעריג. זייער זייער אינטעראסנט. עס איז א לענגערע ארטיקל, אויך נאכדעם וואס די זאצן און פאראגראפן זענען געשריבן קורץ און שארף, און פאר איינער וועלכער גלייכט היסטאריע איז עס איינס פון די קנאקעדיגסטע ארטיקלן אינעם אויסגאבע. איך האב זיך באלעקט די פינגער דערמיט. (זייער אינטערסאנט געווען צו לייענן דעם פאקט איבער שני משה איכא, איך האב עס אנגעמערקט פאר הרה"ג יענקל וויינגארטן דעמאלטס ווען עס איז געווען באשריבן אינעם גינת ורדים, און ער האט מיר שוין דעמאלטס געזאגט אז יענער ווייסט נישט פון וואס ער רעדט, און אט יעצט בינעך קלאר געווארן די גאנצע נושא. ע'מיר עס אים איבערזאגן בעז"ה).

א טאטע אין די זומער חדשים דורך שלום מיץ (איך האף דו ווייסט וואס טייטשט מיץ, עפעס ווי זאפטיגער...), שאץ מאץ, וכדרכו בקודש צונעמט ער דעם טאטען אינעם זוממער מיט אלע פיטשעווקעס, נעמענדיג פשוט'ע זאכן און עס אזוי גוט צונעמען אויף קליין געלט און אינעם עולם הפראקטישקייט דארף מען קענען. זייער באטעמט און געשמאק צום ליינעם זייענדיג אנגעלאנט אויפן קאוטטש אין א ליידיגע מאמענטן.

קאנטרי ווערסיע, געשריבן דורך גד צוקער, צוקערדיג. דער איז דאך צוקער זיס... אוי האב איך געלכאט ליינענדיג דעם ארטיקל... ווער האט אים אריינגעלאזט ביי מיך אינדערהיים ווען קיינער איז נישט דארט אינמיטן זוממער?... ווער האט אים דערציילט די גענויע פאקטן וואס קומען פאר ביי מיר אין הארץ בשעת דעם דורכגעפאלענעם וואקאציע... אבער שוין, כאטש די קינדער האבן הנאה...

קינד מיינס, יא איך בין א קינד. געשריבן דורך? דעם משעוגענער מאשקאוויטש... מאנכע האבן געהאט א טעות, אזוי פארשטיי איך פון וואס כ'האב צוריקגעהערט, מיינענדיג אז איך בין געקומען האקן אויף סיסטעם. אלזא, הרינו מגלה את דעתי ברבים, איך האב בכלל נישט געמיינט צו רעדן איבערן היינטיגן סיסטעם, מיין כונה איז געווען איבערן וועג וויאזוי דער רבוש"ע האט אויסגעשטעלט די בריאה, ווערנדיג דעזיינט אויף א אופן אז דאס תמימות פונעם קינד ווערט אנטוויקלט און פארשטעקט, און אונזער עבודה אויפן וועלט איז עס אומצוקערן, פארשטייט זיך אויף א באלאנסירטע אופן מיטצושטראמען מיטן וועלט שטראם און נישט זיין משוגע, אבער דאך בלייבן א אינדווידואל און ריין און אמת. איך זעה נישט די קאנטרעוועריסע דערין, אבער אויב שוין יא, איז זיכער גוט, כ'זעה דאך אז א יעדע אויסגאבע וועלכע פארמאגט קאנטראווערסיע גייט גוט אויפן מארקעט, געב נאר א קוק אויפן מאמענט.

איינגעפלאנצע וואפן, דורך איינעם שמואל זאפיר... גארנישט אזא איינעם, זאגאר אונזער מייסטער שריפטשעטלער שמעלקא זאפטיגער. זיך באלעקט מיט יעדע איינציגסטע ווארט, אזוי ווי געראכטן, שמעלקא אנטוישט נישט. הגם איך בין נישט קיין עקסטערע פיקציע ליבהאבער, האב איך שטארק הנאה געהאט דערפון, און פונעם פארזעצונג בכלל, זייענדיג געבויט אויף היימישע טעמעס און נושאים.

נאך עפעס?

אה, כ'האב זיך דערמאנט נאך עפעס. איך וויל דא פרעזענליך באדאנקן בשער בת רבים א ניק וועלכע האט אוועקגעגעבן שעות ארוכות למען הצלחת הפראיעקט, ה"ה ידידי זכריה ירוחם תנחום וועלכע האט אינוועסטירט איבערמענטשליכע כוחות אז די אויסגאבע זאל געשעהן אין רעאליטעט. קלאטשט אלע פאר אים.

זהו זה.
לעצט פארראכטן דורך משה מאשקאוויטש אום זונטאג יולי 09, 2017 10:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

כ'וואלט געוואלט שטארק קאמענטירן אבער היות איך האב נאכנישט געענדיגט דורכליינען די גאנצע זאך (ס'האט צופיל חומר, איך קען אזאנס נישט קאווערן דורכאויס איין שבת...) , עלעך מיזן צווארטן. אבער, וואס איך קען זאגן איז אז ס'עפעס וועלכע איז נאכנישט באוויזן געווארן, איינער וועלכע לייענט עס דורך קומט ארויס א דשיניעס פארמאגענדיג אזויפיל ידיעות און נאלעדזש אין אזויפיל פארשידענארטיגע הינזיכטן.

משה, ווייל איך האב עס געלייענט איז דיין אנאליז געוואלדיג, אזוי געניט ארויסגעברענגט יעדע איינציגסטע ארטיקל, קיפ איט אפ!
לעצט פארראכטן דורך געקלערט אום דינסטאג יולי 11, 2017 11:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לאמטערנע
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2017 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמטערנע »

מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן אז ס'איז אונז ב"ה געלונגען אהערצושטעלן א ספעציעלן סעקיורד סייט וואו מ'וועט קענען קויפן די לאמטערנע, סיי קאלירט און סיי שווארץ-און-ווייס!

דער סייט האט גארנישט חוץ לאמטערנע, אזוי אז די פילטערס וועלן עס בעזר השם נישט בלאקן.

https://www.lamterne.com

דער פרייז פון די קאלירטע איז $14.50 (נאר אויף די סייט. אויף די פריערדיגע לינק איז עס נאך אלץ $13.50), און $6 פאר די שווארץ-און-ווייסע.

(צוליב וואס מיר פרינטן לויט וויפיל ארדערס ס'קומט אריין, קען געדויערן צווישן א וואך און 10 טעג ביז מ'באקומט די ארדער. ביטע אננעמען מיט פארשטענדעניש.)
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

משומר בלאק פעידזש.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

Consecteur adipscin eiusmow incidiunt labore veniam nostru exercitation ullamco laboris conseua reprhne.
שרייב תגובה

צוריק צו “אייוועלט פרעזענטירט”