ער איז נישט געווען שטאט'ס רב, נאר פון א קליינע קהילה אין קלויזענבורג. אין קלויזענבורג איז געווען אן אנדערע רב. איך מיין נישט ח"ו אים צו מאכן קלענער נאר איך וויל בלויז קלאר שטעלן
די חסידישע קהילה, דארט האבן אים די נאסאד רב און סאטמערע רב געארבעט ער זאל ווערן רב

די הויפט רב פון קלויזנבורג איז געווען א מזרחיסט ציוניסט, גראדע א חת"ס אייניקל, אבער. וועגן דעם זענען די ערליכע חסידישע אידן פורש געווען פון די אלגעמיינע קהילה, אין מ'האט אויפגענומען דעם קלו"ב רב זצ"ל, אלס רב "קהל ספרד" אזוי ווי ס'איז געווען אין עטליכע שטעט אין אונגארן. טאקע דער סאטמארער רב איז געווען דער עיקר אונטערשטיצער.

מונח בזכרוני.
עס איז געשיקט געווארן אן הזמנה צום סאטמארער רב צו ווערן רב אין קהל הספדים פון קלויזענבורג ער האט דאס נישט אנגענומען אבער איז געבליבן א שטיקל אויטאריטעט אויף די קהלה, שפעטער האט ער אהינגעשיקט חתן-אחיו דעם עצי חיים'ס איידעם צו ווערן רב.
נאך הרב מ"ש גלאזנער דער הויפט רב האט אים זיין זוהן ר' עקיבא איבערגענומען און ער האט שוין נישט אזוי שטארק געשטיפט דעם מזרחי וואגן, רמ"ש פארמאגט חשוב'ע אייניקלעך בתוך כלל ישראל.
דאכט זיך מיר, אז ר' עקיבא דער הויפט רב פון קלויזנבורג אלגעמיינע קהילה, מיט'ן קלויזנבורגר רב זצ"ל, האבן שוין אויך בשלום געלעבט. ר' עקיבא איז געווען אויפ'ן קאסטנער באן, צוזאמען מיט דער סאטמארער רב, אין שפעטער געוואוינט אין שווייץ
אבן יקרה האט געשריבן:דאכט זיך מיר, אז ר' עקיבא דער הויפט רב פון קלויזנבורג אלגעמיינע קהילה, מיט'ן קלויזנבורגר רב זצ"ל, האבן שוין אויך בשלום געלעבט. ר' עקיבא איז געווען אויפ'ן קאסטנער באן, צוזאמען מיט דער סאטמארער רב, אין שפעטער געוואוינט אין שווייץ
איך האב געזעהן אמאל (אפשר אין סדר שנה אחרונה) אז דער מונקאטשער רב זצ"ל האט געבעטן ביי זיין צוואה אז מען זאל נישט שרייבן קיין טיטלעך אויף זיין מצבה, און צו שרייבן צו דעם אז דאס איז געמאכט געווארן עפ"י צוואתו.
זיי שרייבן דארט אז דער טעם צו דעם איז, אז עס זאל נישט זיין ח"ו קיין תביעה אויף תלמידים וואס האבן זיך מתרשל געווען בכבודו של צדיק, דעריבער אנטשולדיקן זיי זיך אויף די מצבה און שרייבן אז דאס איז עפ"י צוואתו.
אין 'עולמו של אבא' שטייט אז ביי די ארטאדאקסישע קהילה איז געעוען 15 טויזענט נפשות, און די חסידישע ספרדישע קהילה איז געווען פון 150 משפחות, און הרב גלאזנער האט קיינמאל נישט געקענט איינשלינגען דעם קיום פון די ספרדישע קהילה.
איך האב דערציילט אמאל פאר א קלויזענבוגער חסיד דעם פרט, האט ער מיר געזאגט אז מיט דעם אסאך פון די ארטאדאקסישע קהילה האבן זייער געהאלטן פונעם קלויזענבורגער רב זצ"ל און פלעגן זיך שואל עצה ביי אים.
ר' עקיבא גלאזנער איז געווען א זון פון ר' משה שמואל גלאזנער ממייסדי המזרחי, ר' משה שמואל איז ארויף אין ארץ ישראל און זיין זון האט ממשיך געווען, ר' עקיבא איז טאקע שפעטער ארויס פון מזרחי, און ער האט זיך אויך באטייליגט ביי די כנסיה הגדולה השלישית פון אגו"י אין מארינבאד, אבער נאך די מדינה האט ר' עקיבא געלאזט רעדן עפעס דיבורים וועגן די מדינה אין זיין ספר.
למעשה היינט צו טאגס איז דא זייער חשוב'ע משפחות אייניקלאך פון משפחת הרבנים גלאזנער.