לכתחילה אריבער האט געשריבן:אוקעי, ישר כח קיקיון.
ברענגט ער דארט אז מען קען אויך מאכן א מציבה פון האלץ, ווינדער מיר אויב אזוי, וויאזוי מען מעג לייגן די האלצענע געשריבענע טאוועל גלייך נאכן באגראבן, אויב איז עס א געהעריגע מציבה און א מציבה טאר מען דאך נישט לייגן אין די שבעה.
נאך מער, אין די בילד וואס איינער האט דא געלייגט פון די פרישע קבר פון די סקאליע'ן רבי'נס פאטער, יענע בתי חיים, לייגן א אייזענע טעוועלע, געהעריג שיין פארמאכט און צוגעדעקט, וואס קען בלייבן לאנגע יארן. וואס איז פשט אז מען לייגט דאס גראד?
און בכלל, ווען האט מען אנגעהויבן לייגן די טעוועלעך?
ייתכן
אז די טעוועלעך זענען פשוט פון פראקטישקייט בפרט פאר די וואס שטעלען די מציבה שפעטער
איז דער טעוועלע נישט קיין מציבה