אייגענע וועבסייט | הקדמה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

אייגענע וועבסייט | הקדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך מיר »

די היינטיגע וועלט וכו' וכו'.... די פארווארט ווי וויכטיג אין נוצבאר א וועבסייט איז פאר היינטיגע קאמפאניס איז איבריג צו שרייבן.

אבער רוב עולם - וגם אני בתוכם - ווען מען הייבט אן איז מען אזוי פארלוירן, פון איין זייט איז דא פארשידענע סארטן ווי צ.ב.ש. איקאמערס, אינפארמעישאנעל, בלאג וכו'. און פון דער אנדערער זייט איז דא אזויפיל סייטס און אופנים וואו און וויאזוי צו אויספירן מכח אל הפועל.
שוין דא עטליכע געהענגלעך ווי געוויסע האבן פראבירט צו פרעגן פאר זייער געברויך, און די תשובה איז אלעמאל געווען: ווענצעך צו וואס מען ברויכעס.

ווילעך דא בעטן פון די חשובע אייוועלטער מומחים, כ"א בניקו הטוב יבורך, ביטע צולייגן אביסל די הויפט יסודות וואס פעלט זיך אויס צו וויסן איידער מ'לאזט זיך אריין אין די ברייטפארצווייגטע נושא.
    וויפיל סארטן זענען בעיקר דא
    צו וואס נוצט מען יעדן סארט
    די חילוקים צווישן פארשידענע פלעצער צו מאכן אדער האוסטן
    וואס איז wordpress
    וואו איז דאס בעסטע אדער ביליגסטע פאר יעדן סארט
    ווען לוינט זיך צו הייערן א דעוועלאפער אדער ווען קען מען נאך מאכן אליין
    וכו'
די הקדמה וועט שטארק צוניץ קומען פאר אסאך מתחילים וואס ווייסען נישט: וואס ברויך איך? וועלכע אופן איז די מערסטע פאסיג פאר מיר? לוינט זיך מיר צוגיין ביליג אדער גאר אומזינסט? אפשר דארף מען HTML?
יישר כח פון פאראויס פאר אלע מגיבים, ולמצוה גדולה יחשב.
איי א וועלט!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אויב זענט איהר גרייט זיך לערנען (מען דארף נישט קענען קאודינג), קענט איהר האבן אומזיסט גאר שיינע וועבסייטס.

אבער איך מיין אז לענ"ד דארף "איהר" קודם וויסן "וואס" איהר ווילט. ערשט דאן קען איהר מחליט זיין "וויאזוי" עס מוצא זיין מכח אל הפועל.

לאז מיך אביסל מסביר זיין. אויב דארפט איהר אן "אי קאמערס" סייט, דאן איז שייך צו דיסיידן צו איהר דארפט Shopify, Big Commerce וכדומה.

אויב דארפט איהר נאר אינפארמעישען, דאן דארף מען דיסיידן ווארד פרעס וכדומה. אבער קודם כל, וואס פאר א סייט דארפט איהר?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך מיר »

הוא אשר שאלתי, וואס קען מען אלס וועלן? און וואס איז די בעסטע פאר יעדער זאך?
עיין בשאלה
איי א וועלט!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך פארשטיי אייך נישט. וואס מיינט איהר "וואס קען מען אלטץ וועלען"?
Chocolate
Ice Cream
Candy
Chips...

עס ווענדט זיך דאך וואס איהר ווילט פון א וועב סייט!
Ecommerce
פארקויפן עפעס
Music Website
Informational website
This alone can be a thousand different things...

Website for photographers
Directory Websites
Charity Organizations
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך מיר »

כ'בין זיכער ס'דא איינצעלנע הויפט קאטאגאריעס אונטער וועלכע רוב גייען אריין צ.ב.ש.
Ecommerce
Informational
Blog
Portfolio
Etc.
לייג צו די איבריגע הויפט קאטאגאריעס

יעצט, וואס מיינען די אלע קאטאגאריעס? ווען נוצט מען וואס?
דערנאך וואס זענען די מהלכים בדרך כלל פאר יעדע קאטעגאריע?
איי א וועלט!
א גוט אויג
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2017 12:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט אויג »

"אויך מיר" האט זיך זייער שיין מסביר געווען וואס ער וויל אויפטון מיט דעם אשכול.
ער זוכט נישט סתם אן ענטפער אויף א ספעציפישע שאלה, ער בעט אויב איינער קען אביסל צונעמען אביסל ברייטער די נושא.

(אזוי האב איך פארשטאנען)

א גרויסן שכח
אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך מיר »

א גוט אויג האט געשריבן:"אויך מיר" האט זיך זייער שיין מסביר געווען וואס ער וויל אויפטון מיט דעם אשכול.
ער זוכט נישט סתם אן ענטפער אויף א ספעציפישע שאלה, ער בעט אויב איינער קען אביסל צונעמען אביסל ברייטער די נושא.

(אזוי האב איך פארשטאנען)

א גרויסן שכח

טאקע "א גוט אויג"!
(ראיה האט 2 טייטשן (וירא וירא פ' וירא...))
איי א וועלט!
א גוט אויג
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2017 12:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט אויג »

אויך מיר האט געשריבן:
א גוט אויג האט געשריבן:"אויך מיר" האט זיך זייער שיין מסביר געווען וואס ער וויל אויפטון מיט דעם אשכול.
ער זוכט נישט סתם אן ענטפער אויף א ספעציפישע שאלה, ער בעט אויב איינער קען אביסל צונעמען אביסל ברייטער די נושא.

(אזוי האב איך פארשטאנען)

א גרויסן שכח

טאקע "א גוט אויג"!
(ראיה האט 2 טייטשן (וירא וירא פ' וירא...))

Thank You :smile:
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איז אזוי... איהר זאגט צוקע זיס. בין איך אריינגעפלאן צו א חבר אין ביזנעס. א גרויסע סערוויס ביזנעס. פארקויפט גארנישט אן-ליין. ווייזט ער מיר אן אפיס פאר א נייע ארבייטער, מען רעדט דא פון 100 אלפים א יאר. ער גייט אויפסעטען די נייע וועב סייט... און... ער outsourced אלעס קיין אינדיע. ער מענעדסז עס נאר.... און עס קיין דוירען כאטשיג א יאהר... א פשוטע סייט מיט א שיינע (גאר פאפולער) theme.

Someone is taking someone on a ride...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

Kosher Travel האט געשריבן:

ס'קען זיין און ס'מוז נישט זיין.

ס'ווענדט זיך וואס יענעמ'ס ביזנעס איז, און וואס גייט אלץ אריין אין די וועבסייט, וואס ארבעט און חכמה ס'איז אינוואלווד צו "מענעדזשען די אויטסאורסינג", אזוי אויך ווי שנעל און וויפיל געלט ער וועט בע"ה מאכן דורכ'ן וועבסייט, וכדו'.

און אמאל קען זיין אז ער צאלט טאקע די הויזן אין די צייט וואס ער "קען עס ווען" האבן פאר אסאאך ביליגער, אבער.... ער קען נישט! והראי', ער פארשטייט נישט דערצו, און דערום האט ער גענומען עמיצן וואס פארשטייט יא (עכ"פ יענער האט אים באוויזען אזוי מסביר צו זיין, וואס ווייזט העכסטנס ווי ווייט דער בעה"ב פארשטייט נישט). אין אזא פאל, אזוי לאנג ווי ער גייט מאכן געלט דערפין, איז נישט זיכער אז דאס הייסט "אריינגעפאלן".

ווייל פונקט אזויפיל אדער נאכמער מענטשן ווי די וואס זענען אריינגעפאלן מיט שווינדלער (אדער זעלבסט-איינגערעדטע מומחים), זענען די בעה"ב וואס פארשטייען אין קענען אאלעעס אליינס, און פאר דעם באגראבן זיי זיך מיט זייער ביזנעס בידים (ווייל באמת איז נישט ממש שייך אזוי צו פירן א ביזנעס, וד"ל), ס'איז נישט אלעמאל א חכמה נישט צו טון א געוויסע שריט אין ביזנעס אפי' אויב ס'איז טייערער ווי ס'וואלט ווען געדארפט זיין, ווען דאדורך האט די ביזנעס אלטימעטלי אסאך מער שאדן אדער מניעת הריוח, א מענטש דארף זיין זייער אמת'דיג מיט זיך און נוצן דרויסענדיגע פראפעסיאנאלע עדווייס (אויך א סוגיא פאר זיך, נישט אריינצופאלן איינגערעדטע/איינרעדער'ס), צו וויסן וואו איין און וואו אויס.

אזויפיל יא, מ'איז מן הסתם יענעם מחיוב צו מעורר זיין, אז גיין רעדן צו א קאנסולטענט וואס האט עקספיריענס אין דעם צפעציפישען פעלד + אין אוועראלל ביזנעס אין אפ-טו-דעיט מארקעט, איז א ריכטיגע שריט בעפאר'ן אריינגיסן אזויפיל געלט אין אזא פראיעקט, און טו דע ליעסט גוט טשעלענדזשען דעם נייעם ארבעטער איבער זיין עקספערטיז/אינדוסטרי/סוקסעס און דאס נאכגיין אויב/וויפיל ס'איז אמת.

ויש להאריך עוד בסוגיא עמוקה וכאובה זו, אבל אין כאן מקומו.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך מיר »

מיר רעדן נישט דא צו עצה'נען יחידים וואס איז גוט ספעציפיש פאר זיי, מיר - די פרעמדע אין דעם פעלד - ווילן נאר האבן א ידיעה כללית אינעם ענין בעפאר מיר הייבן אן.

א ידיעה כלללית העלפט ארויס א געוואלד, סיי צו וויסן פון וואס צו חלומ'ען, און סיי ווען מ'גייט זיך דורכשמועסן מיט אנדערע. און אדרבה ביים צולייגן די נושא ברענגט שטארק ארויס די נקודה שלא תמות כדרך שמת פלוני.
איי א וועלט!
באלזאם
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלזאם »

אין קורצן: ס'איז אוממעגליך צו זאגן פאר א פרעמדער מענטש וועלכע סארט וועבסייט ס'וועט אים זיין גוט. יעדער האט אנדערע איידיעס און חשבונות, קיין איין ביזנעס איז נישט גלייך, און קיינער גייט נישט אויספויקן אלע זיינע פריוואטע אינפארמאציע אויף א פארום.

דעריבער איז די גלייכסטע זאך (אפילו איר האלט אז איר פארשטייט די נושא מיט אלע פרטים), צו גיין צו א קאנסטולטענט און צאלן די פאר דאלער וואס ס'קאסט. גלייבט מיר, אסאך מאל קומט מיר ממש צו וויינען ווען מענטשן קומען צו מיר און זיי האלטן שוין נאך ארויסווארפן טויזענטערס סתם אין די וועלט אריין.
גוט געזאגט. וואו געווענליך.
אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך מיר »

זעהט אויס ווי - מאיזה סיבה - ווילן דאס די מומחים נישט מגלה זיין...
איי א וועלט!
באלזאם
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלזאם »

אויך מיר האט געשריבן:זעהט אויס ווי - מאיזה סיבה - ווילן דאס די מומחים נישט מגלה זיין...

כ'מיין איך ווייס שוין וואו דיין טעות שטעקט. האסט אנגעהויבן דיין תגובה ווי פאלגענד
די היינטיגע וועלט וכו' וכו'.... די פארווארט ווי וויכטיג אין נוצבאר א וועבסייט איז פאר היינטיגע קאמפאניס איז איבריג צו שרייבן.

דאס איז א גרויסע טעות. ס'איז בכלל נישט איבריג צו שרייבן פארוואס א וועבסייט איז נוצבאר פאר ביזנעס, עס קען האבן טויזענט סיבת. דאס אז יעדער האט א וועבסייט מיינט נאכנישט אז די דארפסט עס.

having that said. איז קלאר ווי די טאג אז כמעט יעדער ביזנעס קען בעניפיטירן פון א וועבסייט, און אסאך בעניפיטירן. דו מוזט אבער זיך דורכרעדן מיט א מומחה וואס די וועסט איהם מסביר זיין פונקטליך וויאזוי דיין ביזנעס ארבעט. און בעזר השם וועסטו מאכן אסאאך געלט דורך דיין וועבסייט.

כ'האף אז כ'האב מיך גוט מסביר געווען
שתיקה
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתיקה »

מיינע דריי סענט אין די נושא!
איך האב לעצטענ'ס געמאכט אסאך ריסערטש אין די נושא, אזויפיל קען איך דיר זאגן ס'איז נישט מעגליך צו ענטפערן אויף אזא פראגע, און וויפיל איך האב שוין פרובירט ארויס צו האבן קלאר די נושא כדי צו וויסן פונקטליך אויף וואס צו צאלן און אויף וואס נישט,וואספארא מין איך דארף יא האבן און וואס נישט, בין איך צוגעקומען צו א החלטה אז תכלית הידיעה שלא נדע! אז איך קען נישט אלעס וויסן (הגם איך בין שוין אפאר יאר אין ביזנעס און געווענליך האב איך קלאר ארויס די זאך וואס איך טו)
און עס ווענדט זיך באמת אין זייער אסאך זאכן, און אפילו וועסט זוכן די קשי' ביי גוגל וועסטו נאך אלץ נישט האבן א ענטפער, מען קען שרייבן גאנצע בלעטער אין די נושא, און דו וועסט נאר געוואר ווערן דערפון אז דו האלסט ביי אלף. [און דאס איז אויך די סיבה פארוואס דורך די גאנצע איי וועלט איז נישט די קיין איין געהעריגע תשובה אויף דעם נושא]
סאוי ווען [אויב] דו ווילסט עפענען א וועבסייט גיי צו איינער וואס מאכט וועבסייטס און רעד דיר דורך מיט אים און צו דו דארפסט אים ניצן אדער קענסט עס מאכן אליינס. (די אלע היימישע ערענסטע וועב דיוועלעפר'ס וועלן דיר גערן ענטפערן דעם אמת)
אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך מיר »

שתיקה האט געשריבן:מיינע דריי סענט אין די נושא!

כ'האב זיך געוואונדערט פארוואס פונקט דא האלט מען נישט ביים ענטפערן? קומט אויס אז דאס איז טאקע די הקדמה: "ס'איז דא אסאך אפארטוניטיס אונליין, כ'ווייס נישט וואס, און מ'קען נישט וויסן וואס, גיי פרעג א מומחה".
יישר כח פאר אלע מגיבים
איי א וועלט!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

לידיעה בעלמא... אמאהל ווען וועלט איז געוועהן וועלט האט מען דיזיינט די גאנצע וועבסייט "אפ ליין" (Off Line). מען האט געניצט מייקראסאפט פראנט פעידז (איעדער אונטער פופציג, ליין ווייטער...), נעט פיושען אדער Adobe Dreamweawer. מען האט געדענדיגט, האט מען דאס אריבערגעשיקט צו האסטינע פראוויידער דורך עף טי פי וכדומה.

דאן איז געקומען די רעוואלוציע פון וועב בעיסט CMS וואס טייטש Content Management System. לככתחילה איז גיווען אסאך, און מען האט קלאר געוויסט אז רוב וועלן ארויספאלן און איין צוויי וועלען איבערנעמען די מארקעט. און אזוי איז גאווערען, Wordpress האט איבערגענומען. אבער עס איז אויך געוועהן Typepad, Blogger, וכדומה. Wordpress האט זיך אהנגעהויבען אלץ א בלאגער סאפטוועיר. היינט נוץ מען עס פאר רוב וועבסייטס. עס ארבייט דורך themes. כל מיני themes איז דא - אסאך פשוט פאר שיינקייט. די פעינט דזאב. אבער אסאך לייגן צו פאנקשענן.

דאן איז אויך דא "פארום" וועבסייטס. למשל, Ivelt איז נישט קיין בלאג. עס איז געבויע אלטץ א פארום פראגרעם גערופען phpBB. עס איז דא אסאך פון זיי, רוב שעירוועיר. למשל Simple Machines, וכדומה. עס איז דא גאר א גיטע גערופען Vbulletin.

דאן איז דא אי קאמערס וועבסייטס. למשל Shopify, BigCommerce, וכדומה. א חלק אינגאנצען געהאסטעט דורכן פראוויידער, ווי למשל שאפיפיי. א חלק דארפט איהר האסטען, ווי למשל Magento.

אבער רוב פון די פראגראמס Overlap. דהיינו: Shopify איז אן ecommerce פלאטפארם, אבער מען קען אויך האבן א פולע blog אויף Shopify גאנץ פראפעשינעל. איז אבער אזוי: אויב ווילט איהר נאר א בלאג, דאן איז Shopify נישט פאר אייך. אבער אויב ווילט איהר פארקויפן online, דאן איז shopify גוט פאר אייך. און איהר וועט זיך באנוצען דערמיט "אויך" צו האבן א בלאג אויף אייער סטאר. עס ארבייט אזוי ווי א news section ווי איהר קענט פראמאוטען אייער סטאר.

בקיצור, עס ווענדט זיך גאר אסאך וואס איהר ווילט טוהן.

דאס אלעס איז נאר א שפיץ גאפל! למשל... Wordpress קומט מיט הונדערטער טויזענטער Plugins וואס לייגן צו פארשידענע funcetions צום וועבסייט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך מיר »

יישר כח "כשר" פארן אנהייבן, אטאדאס האבעך געמיינט.
יעצט צו פארשטיין,
פארוואס זאל א קאמפעני וועלן האבן נאר אן אינפארמעישענעל אדער בלאג סייט. איז נישט ענדערש ער זאל פארקויפן דארט זיינע פראדוקטן? ווי איך פארשטיי דארף יעדער קאמפאני בעיקר אן אי-קאמערס און צו דעם לייגט מען צו אינפאמעישאן אדער נייעס (בלאג)?

כ'האב שוין אויבן ערקלערט: יאך בין א גרינער אין דעם פעלד.
איי א וועלט!
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

אויך מיר האט געשריבן:יישר כח "כשר" פארן אנהייבן, אטאדאס האבעך געמיינט.
יעצט צו פארשטיין,
פארוואס זאל א קאמפעני וועלן האבן נאר אן אינפארמעישענעל אדער בלאג סייט. איז נישט ענדערש ער זאל פארקויפן דארט זיינע פראדוקטן? ווי איך פארשטיי דארף יעדער קאמפאני בעיקר אן אי-קאמערס און צו דעם לייגט מען צו אינפאמעישאן אדער נייעס (בלאג)?

כ'האב שוין אויבן ערקלערט: יאך בין א גרינער אין דעם פעלד.

אסאך קאמפעניס פארקויפן נישט זייערע אייטעמס פאר די גאס, זיי פארקויפן נאר פאר דילערס אד"ג, און זיי דארפן זייער סייט נאר פאר אינפערמעישנאל פארפעסעס.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מפעל הוצאת ספרים וויל מאכן א וועב-סייט.
איך וויל עס זאל האבן א סעקשאן וואו מ'וועט לייגן אלע ספרים וועלכע זענען שוין ארויסגעקומען.
א סעקשאן פון כתבי יד.
א פלאץ וואו מ'קען זיך איינשרייבן. דארף דארטן האבן א טופס אויסצופולען.
א אפטיילונג וואו איינגעשריבענע חברים קענען אויסטוישן אינפארמאציע איינער מיטן צווייטען.
מעלדונגען און נייעס בנוגע אונזערע פראיעקטן.

וויאזוי הייב איך אן.

(דיסקלעימער: לעת עתה בין איך נישט זיכער אז איך דארף אזא סייט, אבער מיר האבן ג'האט אזוינע מחשבות און פאר א משל בעלמא דא אין דעם אשכול איז דאס זיכער גוט)
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך מיר »

Kosher Travel האט געשריבן:אבער איך מיין אז לענ"ד דארף "איהר" קודם וויסן "וואס" איהר ווילט. ערשט דאן קען איהר מחליט זיין "וויאזוי" עס מוצא זיין מכח אל הפועל.
אבער קודם כל, וואס פאר א סייט דארפט איהר?

און אז כ'ווייס וואס כ'וויל יעצט, מ'גייט צו די ריכטיגע מומחים, מ'באכעט אריין אלפים צו בויען א סייט, און נאך א יאר זעהט מען אז ס'דא נאך אפארטוניטיס, דארף מען אנהייבן פון אלף?
איי א וועלט!
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

אויך מיר האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:אבער איך מיין אז לענ"ד דארף "איהר" קודם וויסן "וואס" איהר ווילט. ערשט דאן קען איהר מחליט זיין "וויאזוי" עס מוצא זיין מכח אל הפועל.
אבער קודם כל, וואס פאר א סייט דארפט איהר?

און אז כ'ווייס וואס כ'וויל יעצט, מ'גייט צו די ריכטיגע מומחים, מ'באכעט אריין אלפים צו בויען א סייט, און נאך א יאר זעהט מען אז ס'דא נאך אפארטוניטיס, דארף מען אנהייבן פון אלף?

אויף דעם דארפט איר נישט זיין עכט באזארגט, ווייל א גוטע מומחה, וועט צונעמען אייער ביזנעס און אייך גוט אויספרעגן צו זען אויב/וואספארא וועבזייטל מאכט יא/נישט סענס פאר אייך, און אויך קוקן פאראויס לויט די מצב. פארשטייט זיך אז פין א ביזנעס פערספעקטיוו דארף זיך עס אויך לוינען און מאכן סענס, און דאס צו קענען דן זיין, דארף מען אמאל א באזונדערע מומחה פאר ביזנעס/באדזשעטינג/מארקעטינג. פארפאלן, צו זיין פראפעסיאנאל, האט א פרייז.

אבער לעצם האשכול, האלט איך נאך אלץ אז ס'וואלט געווען א שיינע זאך ווען מ'קען ווען דא אויסשמועסן אביסל וואספארא סארטן וועבסייטס ס'זענען אלץ דא, און אין דזשענערעל וואספארא סארט ביזנעס נוצט וועלכע סארט וועבסייט, און מיט וואס מ'קען זיך אליינס שפילן אויב מ'האט די צייט אבער נישט די געלט, און וואס ס'לוינט נישט צו פראבירן אפי' אויף א קליינע פארנעם, וכדו'.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

למעשה איז יעדער מודה, מ'דארף גיין צו א מומחה,
ווער זענען די מומחים?
קען איינער ברענגען נעמען/נאמבערס פון באקאנטע גוטע מומחים?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

All I can say is
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אויך מיר האט געשריבן:יישר כח "כשר" פארן אנהייבן, אטאדאס האבעך געמיינט.
יעצט צו פארשטיין,
פארוואס זאל א קאמפעני וועלן האבן נאר אן אינפארמעישענעל אדער בלאג סייט. איז נישט ענדערש ער זאל פארקויפן דארט זיינע פראדוקטן? ווי איך פארשטיי דארף יעדער קאמפאני בעיקר אן אי-קאמערס און צו דעם לייגט מען צו אינפאמעישאן אדער נייעס (בלאג)?

כ'האב שוין אויבן ערקלערט: יאך בין א גרינער אין דעם פעלד.

אגיטן "אויך מיר".

צום ערשטען: איעדער איינער איז אמאהל גיווען א גרינער. אן אקואנטענט האט אויך נאר געוויס debits and credits נאכן זיך אויסלערנען.
אני לשכעצמי האב איך אמאהל נישט געוויסט וויאזוי מען "וואקט". פשוט און גראד. ערגעץ צווישן די 10 און 18 חדשים (געדענקט שוין נישט פונטקליך..) האב איך זיך אויסגעלערנט.

סוי, מיהר וועלן אייך מאכן אויס גרינער.

איצטער איז אזוי. די אינטערנעץ איז נישט נאר צום פארקויפן! למשל: אן ארגאנזאציע ווי "רופא חולים קענסער סאויסייעטי" פארקויפט נישט גארנישט. אבער ער טוט יא פראמאטען זיין ארגאנאזאציע. ער טוט אויך נעמען donations נדבות אויף זיין וועבסייט. ווי אויך promote ער זיין Chinese Auctions אדער אנדערע fund raising פראגרעמס וואס ער האט. איך נוץ RCCS בלויז אלטס א משל.

יעצט (איך שטעל מיך פאר), אפאר יאהר צירוק ווען די founder אדער די board of directors וכו' פין RCCS האבן מחליט גיוועהן "מען דארף א וועב סייט", האבן זיי גיהאט א סיבה. צו ווייל א געלונגענער מענטש וואס דיזיינט וועב סייטס האט זיי אויפגעקלערט, צו ווייל זיי האבן אליינס מחליט גיוועהן, וכו'. אבער זיי האבן זיך אראפגעזעצט און דן גיוועהן בכובד ראש, וואס דארף איך פון די אינטערנעץ (נאכאמאהל: איך שטעל זיך פאר).

נאכן דן זיין האבן זיי באשלאסן, איך דארף א וועבסייט צו:

Outreach to potential donors
Our clients (those who actually need our services) should understand who we are
Outreach to hospitals, insurance providers, government agencies

ווי אויך בעפאר אן אקציע צו קענען פראמטען עס למשל אן auction.

אוי קעי. דאן האט מען זיך אראפגעזעצט מיט א מארקעטאינג קאמפאני, וועב דיזיינער וכו'.

די דיזיינער האב גיגעבן עצות וויאזוי און וויפיהל עס וועט קאסטען. אויב איז ער א גוטער אין זיין פעלד, האט ער אפילו נישט געמיזט דיסקאסטן "ווי אזוי" ער גייט עס טוהן. דהיינו, צו ער גייט נוצן wordpress אדער אן אנדערע פראגרעם. אבער עס קען זיין אז ער האט יא. קען זיין ער איז גיווהן גאר honest און זיי געלערנט אז ער גייט דעליווערן די וועב סייט אבער זיי געבען די options עס אליינס צו managen אין די future זיי זאלען קענען צולייגן וכדומה.

אבער נאכאמאהל: דאס איז נאר די שפיץ גאפל. וואס איז מיט:
Hosting
Domain Name
Marketing
Social Media
Replies to comments on blog pages
ועוד. ועוד. ועוד.

יעצט צום "גרינער": פרעגט קשיות, מיהר וועלן פראבירן ענטפערען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”