קנאפער ידען האט געשריבן:אז דער עולם דאנקט (און עס איז זונטאג...) איז לאמיר לייגן נאך עפעס וואס איך מיר לעצטענס נוצליך געווען.
צומאל איז מען אריינגעלאגט רימאוטלי צו א קאמפיוטער און פאר א סיבה (איך גיי נישט יעצט זאגט דער סיבה וואס מאכט זיך ביי אסאך...) דארף מען אפשפארן דער אינטערנעט אויפן קאמפיוטער צו קענען עפעס טון. איז וואס טוט מען? מען בעט דער יעניגער אויפן צווייטן זייט עס צו טון און מען פרובירט אים צו גיידן אהער און אהין, וואס רוב מאל ארבעט עס נישט... און וואס איז ווען קיינער איז נישט דארט.
אדער...האב איך לעצטענס געטראפן א קליינע טאאל (מען דארף עס נישט אינסטאלירן, עס איז א עקסעקיוטעבעל וואס ראנט גלייך) מיטן נאמען Net Disabler וואס כשמו-כן-הוא ער דיסעיבעלט סיי וועלכע קאננעקשאנס צו דער אינטערנעט, אבער דער מעלה איז אז דער ביז איצטיגער רימאוט קאננעקשאן וועט ער ווייטער לאזן אינעווייניג ווייל עס איז נישט קיין נייער קאננעקשאן!
מען ראנט דער פראגראם און מען טשעקט וועלכע מעטאדן מען וויל נוצן (איך האב פרובירט דער DNS און פייערוואל מיטל צוזאמען) און מען דריקט עפליי. ווען מען איז פערטיג אנטשעקט מען עס, והנה חלום...
נארמאל דארף איך נאר בלאקען פאורט 80 אדער 443 איך טוה עס דורך די ווינדאוס פייערוואול