שיק יונגל האט געשריבן:אז מען טאר נישט נוצען א עכט זילבערנע כלי פאר מים אחרונים
הטעם פשוט ווייל מים אחרונים איז די חלק פונעם סט"א און מען וויל נישט מכבד זיין - א מקור אינעוויינוג דארף מען נאכקוקען דאכט זיך עס ווערט געברענגט מען זאל נישט נוצן א חשוב'ע כלי
אין דרכי חיים פינעם צאנזער רב ווערט אראפ געברענגט אז מען זאל נישט נוצען זילבערנע כלים פאר מים אחרונים אין סידור האריז"ל ברענגט אראפ אז דער אינטערשטע כלי וואס מען גיסט אריין דער מים אחרונים זאל זיין א ביליגער כלי
ישר כוחכם בסתר המדריגה ודריידל וסידיראם ויערסלוב! אינטערסאנט ווייל איך האב עס באקומען א חתונה מתנה פון א נישט שטריימל קרוב. מען פארקויפט עס בכלל און די היימישע געשעפטן? מעג איך עס נוצן זיך צו וואשן דערמיט סתם אזוי אינמיטן די סעודה אדער נוצן דעם שיסל אריינצולייגן דערין עסן?
סידיראם האט געשריבן:ביי נעגל וואסער איז נישטא קיין שום מקור צו ניצן ביליגע כלים. ביי מים אחרונים איז אויך די קפידא דוקא אויף כסף.
די פונקטליכע מקור האב איך נישט אויף די מינוט, אבער עס איז ברור אז אויף נעגל וואסער שטייט דאס נישט
געזעהן אמאל אין עבודת עבודה פון הרה"ק מטאהש בשם המקובלים זאל זיין א ביליגע כלי ביי נעגל וואסער - געזעהן היפש אפאר יאר צוריק כעת אין עיתותי בידי נאכצוקוקען דעם ענין
סידיראם האט געשריבן:אין עבודת עבודה שטייט בשם המקובלים אז מען זאל האלטן די טעפל אינדערויסן פון די לעוואר. אויף דעים פלעגט טאשער רבי זי"ע אסאך מעורר זיין.
א שטארקע קפידא אין טאהש, דער רבי ברענגט אויף דעם א סמך פון א זוה"ק, אבער ער ברענגט דאס נישט מפורש פון מקובלים
רויט האט געשריבן:פארוואס עסט מען א מילכיגע סעודה בלויז די ערשטע טאג יום טוב שבועות (ביי רוב ציבור)?
ווייל אין רמ"א שטייט אזוי
לויט דעם רמ"א איז דער גאנצע ענין צו עסן צוויי ברויטן א זכר צום שתי הלחם אבער רוב מענטשן עסן נישט קיין צוויי סעודות
גערעכט, אבער למעשה די מקור אין שו"ע צועסען מילכיג איז נאר אויף די ערשטע טאג, און אגב ס'דא אסאך וואס וואשן זיך יא
די סיבה פארוואס מען וואשט זיך נישט איז וויבאלד עס איז נישט לכתחילה צו בענטשן אויף א מילכיגע סעודה אדעתא צו עסן גלייך א פליישיגע, און די רמ"א מיינט לכאורה ווען מען עסט איין סעודה צופרי און איינס מער נאכמיטאג, עיין בספר מנהג ישראל תורה שהאריך.
רויט האט געשריבן:פארוואס עסט מען א מילכיגע סעודה בלויז די ערשטע טאג יום טוב שבועות (ביי רוב ציבור)?
ווייל אין רמ"א שטייט אזוי
לויט דעם רמ"א איז דער גאנצע ענין צו עסן צוויי ברויטן א זכר צום שתי הלחם אבער רוב מענטשן עסן נישט קיין צוויי סעודות
אין בעלזא פירט מען זיך אז נאכע'ן קידוש ערשטע טאג יום טוב שבועות, וואשט מען זיך אויף א מילכיגע ברויט, אין פאר'ן שקיעה וואשט מען זיך נאכאמאהל לכבוד דער יום טוב דיגע סעודה
מענין לענין שלא באותו קנין, הרב קיקיון איך זעה אז איר האט צוגעצייכנט א לינק פון beta.hebrewbooks.org מיט וואס איז דאס אנדערש פון פשוט hebrewbooks.org ?
שמואל בארג האט געשריבן: מענין לענין שלא באותו קנין, הרב קיקיון איך זעה אז איר האט צוגעצייכנט א לינק פון beta.hebrewbooks.org מיט וואס איז דאס אנדערש פון פשוט hebrewbooks.org ?
שמואל בארג האט געשריבן: מענין לענין שלא באותו קנין, הרב קיקיון איך זעה אז איר האט צוגעצייכנט א לינק פון beta.hebrewbooks.org מיט וואס איז דאס אנדערש פון פשוט hebrewbooks.org ?
עס איז א תוס' אין חולין קל"ט ע"ב, וז"ל, "וא"ת והא כתיב (תהלים יא) איך תאמרו לנפשי נודי הרכם צפור, י"ל דפשיטא דדוד לעוף טהור היה מדמה עצמו".
ווייסט איינער וואו ס'איז דא א מדובר אויף די נושא פון פריעדיגע צדיקים/ספרים?
כ'ווייס נישט צו איר מיינט דאס די גמרא אין מסכת פסחים ג: רעדט פון בכלליות פון מדמה זיין זאכן צו דברים טמאים.
פסחים ג: האט געשריבן:הנהו תרי תלמידי דהוו יתבי קמיה דרב, חד אמר שותינין האי שמעתא כדבר אחר מסנקן וחד אמר שותינין האי שמעתא כגדי מסנקן ולא אשתעי רב בהדי דהאיך. וגו' הנהו תלתא כהני חד אמר להו הגיעני כפול וחד אמר הגיעני כזית וחד אמר הגיעני כזנב הלטאה בדקו אחריו ומצאו בו שמץ פסול וגו'
ועיין בחת"ס על מסכת שבת דף כח. ד"ה אמר רב יוסף דהיכי דלא שייך לדמות לדבר טהור מדמינן לדבר טמא, כמו "ובנימין זאב יטרוף" "דן גור אריה" וכדומה
אטעטשמענטס
2017-06-19 (1).png (128.93 KiB) געזען 3645 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}